אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 11:56 am

כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:לאמיר גיין מיט די מהלך אז עס איז הינדערט פראצענט גערעכט די טענה איז נאך אלס טראמפ דער בעל פלוגתא דא, ער איז נישט קיין טי ווי האוסט אדער א אנעלעקטעד אפישעל וואס מען קען אוועק מאכען מיט א דריי מיט די פינגער.

יאפ, %0 רעלעוואנט, דא איז א "רעזולטאטן" אשכול.

פונקט ווי רעדן פון אריזאונע מצות האט 0 צוטוהן מיט קאורט רעזולטאטן איבער ראדני.

די מינוט וואס איך האב געענדיגט אפליינען די בינטל "הארטע אפידעוויטס" האט זיך ביי מיר געשלאסן דעם קעיס, דא קומט נישט קיין כי הוא זה טענה אין געריכט, נאדא, זילטש. נעם דיר דאס גוט אריין אין קאפ: אין 7 טעג, נאוועמבער 20 ווערט די זשארזשיע רעזולטאטן סערטיפייד, דאן אום נאוועמבער 30 ווערט די אריזאונע רעזולטאטן סערטיפייד, און קלעיסד קלאוסד. די קאר סערוויס קיין פאלם ביעטש זיצט אינדרויסן שוין מיט אן אנגעצינדן מאטאר.

אשע"כ במחילת כבודך, קענסט מחולק זיין און לעבן אין דיין באבל, אמעריקא איז פרידאם! אבער נעם אלע "וואוטער פראוד" און "סקאנדאלן" און טראג עס אריבער אין אלע ספעציעל אשכולות מיוחד טאקע דערפאר, פארוואס דארף מען אנחזרן א נארמאל אשכול ווי מענטשן קומען אהער לייענען רעזולטאטן?

איך וויל נישט מער פארדרייען דארט ברענג איך אים אהער.

דיין צושטעל איז ציקער זיס, אבער האט קיין שייכות נישט מיט די ריאליטעט. אויב וואלט די קארט און טענות געווען צו די בלמ פעינטינג אין פראנט פון טראמפ טאוער איז לעגאל, דאן איז דיין צושטעל א פיינע. אבער דא שלאגט מען זיך אויף די ריזאלטאטאן גופא. וואו דען געהערט עס אויב נישט אין די רעזאלטאטן אשכול? די נידון איז די ריזאלטס!

איך פארשטיי אז ביי דיר "האט זיך געשלאסן דעם קעיס" מיט די שטארקע הסבר פון "נאדא, זילטש" אבער במחילת כבודך איר רעפריזענטירט סך הכל די מיינונג פון איין שרייבער. א גרויסע פערצענט שרייבער ווארטן אז די געריכט זאל מחליט זיין און מאיזה סיבה שהוא פארלאזט מען זיך נישט אויף כאפצעם'ס פסק, דעריבער ביז דעמאלטס איז די קעיס איבער די רעזאלטאטן יא א קעיס און דארף צו זיין געהעריג א חלק פון די שמועס איבער די רעזאלטאטן. (פארשטייצעך נאר טענות וואס זענען אפיציעל אין קארט און נישט הוילע קאנספיראציעס.)
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5662
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 12:04 pm

Programming האט געשריבן:אלע קאנדידאטן וואס האבן געספאנסארט מעדיקעיר פאר אלל און גרין ניו דיעל האבן באקוועם געווינען זייערע קאמפיין'ס אפילו אין סווינג דיסטריקט'ס (אין קעיס יו מיסד איט, פאקס' עקזיט פאולס האבן געוויזן 72 פראצענט! אמעריקע ווילן די פראגרעסיוו מעדיקעיר פאר אלל).

עניטינג ראסע פארבינדן איז נישט צו שטארק פאפולער און העלפט נישט ביי די וואלן, ווי מען זעהט אז טראמפ האט גאר פארדינט ביי מיניאריטעטן. די זעלבע קאוויד / לאקדאון'ס זענען נישט קיין זאכן וואס ברענגען שטימען, פארט זענען די דעמאקראטן אויף די ריכטיגע זייט פון די אישו'ס און כ'האף זיי וועלן זיך נישט צוריק האלטן פון טון וואס ריכטיג צוליב פאליטישע חשבונות, אבער ווען עס קומט צו פראגרעסיווע פינאנציעלע פאליסי'ס ווי העלטקעיר און אינפראסטרוקטור און פראגראמען איז דאס סיי די ריכטיגע זאך צו טון און סיי א פאליטישע געווינער.

אבער די דעמאקראטן אין שפיץ פון שומער און פעלאסי - און אויפן ראט פון א גאנצע רייע א.ג. 'קאנסאלטענטס' וועלכע ווערן באצאלט יעדן סייקל מיליאנען פארן העלפן דעמאקראטן פארלירן - זענען אזוי שלעכט אין פאליטיק אז זיי לייגן זייער געוויכט אויף די אומפאפולערע א.ג. 'עליטיסטישע' פאליסי'ס וועלכע פרעמדן זיי אפ פון פשוט'ע אמעריקאנער, בעת די פאפולערע פראגרעסיווע פאליסי'ס באקעמפן זיי מיט ציין און נעגל.

ס'איז דאך AOC מדבר מתוך גרונך, האסט עפעס צי מחדש זיין אויף אירע מיסט? נישט אינטערסאנט צו הערן דרשות פון די חובבי הבהמה ומבזי האנושיות?
לעצט פאראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום פרייטאג נובעמבער 13, 2020 12:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איידער איר גיבט א שפאן / אין מרה שחורה אריין / געבט אייך א דערמאן / אז פינקט ווי אן עראפלאן / וואס פארט קיין קאזאחסטאן / איז קיין ניק נישט פארהאן / וואס טראגט א טורבאן

וועןרענטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך וועןרענטל » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 12:05 pm

בנוגע אונזער נעכטיגע שמיעס בנוגע די פאולס האב איך באקימען אסאך פיעדבעק אין אישי איינער האט מיר ארייגעשיקט א שיינע משל

איז געווען איינער וואס ער האט געדארפט וויסן די וועטער פארן קימענדיגן וואך איז ער געגאנגן צו א מידעראלישיסט (וועטער עקספערט) און ער פרעגט אים זאג מיר די וועטער פון די גאנצע קימענדיגע וואך
יענער הויבט אן קוקן די מאדעלס און ער זאגט אים זינטאג אביסל רעגן נאכמיטאג - לאמיר זעען ווייטער מאנטאג אביסל רעגן אויך נאכמיטאג - דינסטאג רעגן צופרי - מיטוואך אביסל מער רעגן נאכמיטאג - און אזוי ווייטער יעדן טאג אביסל רעגן אביסל מער אביסל ווייניגער אבער הצד השווה שבהן איז א סגייט רעגענען א גאנצע וואך רעגן רעגן רעגן
יענער זאגט אים נע ביסט א ליגענער מאכט נישט קיין סענס די קענסט נישט ליינען קיין וועטער יעדן טאג רעגן רעגן די ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט דיר

גייט ער צו א צווייטע מידיאראלישיסט פרעגן, יענער כאפט א בליק און זאגט אים וואס רעגן ווען רעגן? זינטאג גייט זיין שטארק זיניג אגאנצן טאג 80 דעגרי - מאנטיג נאך מער זיניג 90 דעגרי -דינסטאג גייט זיין גאר שרעקליך טריקן און היומעד ווייט פון רעגן! און אזוי ווייטער א גאנצע וואך אפשר 1 טאג גייט רעגענען אבער זה הא, סגייט נישט אנהויבן צו רעגענען סגייט זיין א טריקענע וואך!

יעצט פעסט פארווערד סגייט אריבער א וואך און יעדן טאג רעגענט 1 טאג מער און 1 טאג ווייניגער אבער הצד השווה סרעגענט טאקע נישט פינקליך ווי דער ערשטער האט עס פארגעזאגט ווייל טייל מאל רעגענט מער אדער ווייניגער ווי ער האט געזאגט אדער נישט די זעלבע צייטן ווען סרעגענט צופרי אנשטאטס נאכמיטאג אבער סרעגענט

יעצט וועט מען קימען צו איינעם פרעגן וועלכע פון די צוויי קענען בעסער ליינען וועטער מאדעלס?
קומט א שוטה און ער ענטפערט אז אפילו דער צווייטער האט געזאגט סגייט בכלל נישט רעגענען זענען ביידע די זעלבע ליגענערס ווייל דער ערשטער האט אויך נישט איגאנצן צוגעטראפן פינקליך ווען און וויפיל סגייט רעגענען ער איז סתם א ליגענער און ער האט געשאסן רעגן רעגן יעדן טאג

יעצט צום נמשל ווי איראניש איז אז כמעט יעדע סווינג סטעיט ווי סאיז געווען א ערענסטע פארמעסט אריזאונע- דזשארדישע- פענסעלווענע- וויסקאנסין- מישיגען- נארט קאראליינע איז די חילוק פון די קאנדידאטן אין די מארדשין פון 2 פערסענט אביסל ארויף אביסל אראפ אבער סאיז איבעראל זייער טייט און שמאל

און ווי איראניש איז אז טראפאלגער וואס האט דאס געשריגן די גאנצע צייט איז א ליגענער ווייל ער האט סתם געשאסן נאמבערס איבעראל 2+ אז סאיז טייט איי די שוטה דאס איז דאך די רעזילטאטן? יא אבער טראפאלגער איז א ליגענער! אויך איז ער נישט אזוי פינקטליך....

עניוואן וואס סהאט נאר אויסגעהערט דער מיטן שוואנץ פון טראפאלגער אןיף זיינע אינטערוויאס האט ער געהאלטן און איין האמערן אז די גרויסע פאולסטערס פארזעען דא זאכן און דא גייט זיין א זייער טייטע פארמעסט! יא ער האט געהאלטן אז טראמפ גייט עס מאכן ווייל ער איז א טראמפיסט אבער ער געזאגט אגאנצן צייט אנדערש ווי "אלע" פאולסטערס אז דאס איז א טייטע רעיס!

איז ער געווען 100% אקורט? ניין טראמפ האט טאקע זייער שמאל פארלוירן אבער ער איז געווען גערעכט, דא איז געווען א זייער טייטע פארמעסט אין אלע סווינג סטעיטס בעת וואס אלע פאולסטערס האבן דא קיין פארמעסט בכלל געהאט

שטעל דיך פאר די ני"ט אנקעטעס זענען ווען אזוי ווי טראפאלגער איבעראל 2+ 3+? וואלטן זיי יעצט געקרוינט געווארן פאר די העלדן וואס האבן אזוי נאנט צוגעטראפן די רעיס אבער ווייל סאיז טראפאלגער נעע ער איז א ליגענער! סתם געשאסן נאמבערס!

געפעלט מיר נאך די וואס שרייבן אז ער האט גענימען א נאו ריסק געסינג געים מיטן שיסן 2+ אנקעטעס ווייל ער האט געוויסט סאיז א טייטע רעיס נו די חכם דאס שריי איך דאך! ער האט געוויסט סאיז א טייטע רעיס! אנדערע פאולסטערס האבן דאס נישט געוויזן!

פארוואס האבן די אנדערע פאולסטערס נישט גענימען די נאו ריסק און געוויזן אזעלכע פאולס? פאלט אייך נישט ביי אז ער האט גענימען סך א גרעסערע ריסק ווי יעדעם? שטעל דיך פאר ווען מישיגען וויסקאנסין פענסעלוועניע ענדיגן ווען אזוי ווי אלע אנדערע פאולסטערס ווייזן מיט א הויכע סינגל דישיט דיפרענס אדער גאר מיט דאבעל דישיטס ווי רוב A פאולסטערס האבן געוויזן אויף וויסקאנסין (ני"ט 11+ אבס-וואפא 17+) און טייל אויף מישיגען (סננ - פאקס 12+) און לאמיר זאגן אז די ריזאלטס ווייזן טאקע אזוי, קענסט דיך פארשטעלן וואסערע לוזער ער וואלט ווען געווען??? זאג די מיר ווער סהאט גענימען די ריסק!!

אויך מיר א נאו ריסק צו ווייזן וויסקאנסין ביידען 1+ ווען די נענסטע A פאולסטער איז 8+ און די אנדערע האבן דאבעל דישיטס דיפרענס

און די וויסקאנסין ריזאלטס? ביידען 0.7+ אויפ'ן האר!!
נע ער איז א ליגענער.... נאו ריסק.......

ווי איינער שרייבט מיר אז פאר די וואלן איז געווען קאנטערווערשעל נישט צו גלייבן די פאולס מהאט געלאכט פון אים אה די ביזט אויך פון דעי וואס גלייבן נישט די פאולס?

היינט איז די מצב פארקערט מלאכט פון די וואס גלייבן יא פאולס

א פרייליכן שבת

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: ברעכעדיגע נייעס פון ארום די גאס ארום די שטאט און ארום אייוועלט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 12:05 pm

א 'טענה' גופא אין קאורט האט גארנישט מיט 'רעזולטאטן'. ס'דא עטליכע הינדערט טענות אין קאורט עז ווי ספיעק בנוגע אזויגערופענע וואוטער פראוד. דו ווילסט יענע אשכול זאל יעצט געהייזשעקט ווערן מיטן דיסקוסירן יעדעמס בויכוויי ארום יעדע טענה? איך מיין אז נישט.

אויב "פסקנ'ט" די געריכט סיי וואס אפעקט די רעזולטאטן נו אוודאי קומט עס דארט. דערווייל אבער זענען %99 פון די אלע קלאגעס, טענות ומענות ארויסגעפלויגן פון ווינדאו. סאו ניין, דאס באלאנגט אויסדריקלעך נישט דארט.

Programming
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך Programming » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 12:43 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אלע קאנדידאטן וואס האבן געספאנסארט מעדיקעיר פאר אלל און גרין ניו דיעל האבן באקוועם געווינען זייערע קאמפיין'ס אפילו אין סווינג דיסטריקט'ס (אין קעיס יו מיסד איט, פאקס' עקזיט פאולס האבן געוויזן 72 פראצענט! אמעריקע ווילן די פראגרעסיוו מעדיקעיר פאר אלל).

עניטינג ראסע פארבינדן איז נישט צו שטארק פאפולער און העלפט נישט ביי די וואלן, ווי מען זעהט אז טראמפ האט גאר פארדינט ביי מיניאריטעטן. די זעלבע קאוויד / לאקדאון'ס זענען נישט קיין זאכן וואס ברענגען שטימען, פארט זענען די דעמאקראטן אויף די ריכטיגע זייט פון די אישו'ס און כ'האף זיי וועלן זיך נישט צוריק האלטן פון טון וואס ריכטיג צוליב פאליטישע חשבונות, אבער ווען עס קומט צו פראגרעסיווע פינאנציעלע פאליסי'ס ווי העלטקעיר און אינפראסטרוקטור און פראגראמען איז דאס סיי די ריכטיגע זאך צו טון און סיי א פאליטישע געווינער.

אבער די דעמאקראטן אין שפיץ פון שומער און פעלאסי - און אויפן ראט פון א גאנצע רייע א.ג. 'קאנסאלטענטס' וועלכע ווערן באצאלט יעדן סייקל מיליאנען פארן העלפן דעמאקראטן פארלירן - זענען אזוי שלעכט אין פאליטיק אז זיי לייגן זייער געוויכט אויף די אומפאפולערע א.ג. 'עליטיסטישע' פאליסי'ס וועלכע פרעמדן זיי אפ פון פשוט'ע אמעריקאנער, בעת די פאפולערע פראגרעסיווע פאליסי'ס באקעמפן זיי מיט ציין און נעגל.

ס'איז דאך AOC מדבר מתוך גרונך, האסט עפעס צי מחדש זיין אויף אירע מיסט? נישט אינטערסאנט צו הערן דרשות פון די חובבי הבהמה ומבזי האנושיות?

נו, AOC זאגט זייער גוט על פי רוב. האסט עפעס זיך צו דינגען זאכליך אויסער נוצן נישט שיינע לשונות?

וועןרענטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך וועןרענטל » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 12:49 pm

Programming האט געשריבן:

ווער האט דא לעצטענס געשריבן אז סוועט נישט נעמען לאנג אין מגייט זיך נישט שעמן דא צו שטיצן עפענטליך AOC?

כהאב געמיינט יענער טרייבט איבער

עניוועיס לאמיך דיר נאר זאגן אין גאר קורצן חוץ העלטקעיר פאר אלל שטיצט AOC נאך גאר אסאך זאכן נישט אלעס קען מען דא שרייבן

איך בעט אייך זאגט נישט הויך אין ביה"מ אז די שטיצט AOC
מאכט אייך נישט אליינס קיין בישות

אוועטאר
בנימין סאנדערס
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך בנימין סאנדערס » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 12:52 pm

Programming האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:אלע קאנדידאטן וואס האבן געספאנסארט מעדיקעיר פאר אלל און גרין ניו דיעל האבן באקוועם געווינען זייערע קאמפיין'ס אפילו אין סווינג דיסטריקט'ס (אין קעיס יו מיסד איט, פאקס' עקזיט פאולס האבן געוויזן 72 פראצענט! אמעריקע ווילן די פראגרעסיוו מעדיקעיר פאר אלל).

עניטינג ראסע פארבינדן איז נישט צו שטארק פאפולער און העלפט נישט ביי די וואלן, ווי מען זעהט אז טראמפ האט גאר פארדינט ביי מיניאריטעטן. די זעלבע קאוויד / לאקדאון'ס זענען נישט קיין זאכן וואס ברענגען שטימען, פארט זענען די דעמאקראטן אויף די ריכטיגע זייט פון די אישו'ס און כ'האף זיי וועלן זיך נישט צוריק האלטן פון טון וואס ריכטיג צוליב פאליטישע חשבונות, אבער ווען עס קומט צו פראגרעסיווע פינאנציעלע פאליסי'ס ווי העלטקעיר און אינפראסטרוקטור און פראגראמען איז דאס סיי די ריכטיגע זאך צו טון און סיי א פאליטישע געווינער.

אבער די דעמאקראטן אין שפיץ פון שומער און פעלאסי - און אויפן ראט פון א גאנצע רייע א.ג. 'קאנסאלטענטס' וועלכע ווערן באצאלט יעדן סייקל מיליאנען פארן העלפן דעמאקראטן פארלירן - זענען אזוי שלעכט אין פאליטיק אז זיי לייגן זייער געוויכט אויף די אומפאפולערע א.ג. 'עליטיסטישע' פאליסי'ס וועלכע פרעמדן זיי אפ פון פשוט'ע אמעריקאנער, בעת די פאפולערע פראגרעסיווע פאליסי'ס באקעמפן זיי מיט ציין און נעגל.

ס'איז דאך AOC מדבר מתוך גרונך, האסט עפעס צי מחדש זיין אויף אירע מיסט? נישט אינטערסאנט צו הערן דרשות פון די חובבי הבהמה ומבזי האנושיות?

נו, AOC זאגט זייער גוט על פי רוב. האסט עפעס זיך צו דינגען זאכליך אויסער נוצן נישט שיינע לשונות?

בפשטות נישט, ווייל ווען יא וואלט ער עס געטוהן. ניין?
באזירט אויף אונזער היסטאריע זאל קיינער נישט זיין מער אקטיוו אין דעם געראנגל ווי אונז אידן - בנימין סאנדערס

פרא-חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פרא-חסיד » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 1:26 pm

סתם צו באמערקן, די סארט העלטקער קומט מיט א גרויסן טעקס העכערונג, איך האב אלע רעכטן זיך אנטקעגן צו שטעלן, נאר די סאוויעטישע סטיל מהלך המחשבה איז סימפל, איך נעם פון דיר צו געבן פאר יענעם.
במאמר המוסגר קען זיין אז די גאנצע געדאנק אז פראגרעסיווע האבן געווינען איז נישט קיין חידוש, די וועלכע שטיצן עס וואוינען אין אזויגערופענע ״פראגראסיווע״ געגנטער, (אז נישט שטיצן זיי עס נישט), איז דאך קיין חידוש אז זיי האבן געוואונען.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פרוביר אויך » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 1:57 pm

עס איז אינטערעסאנט אנצוווייזען טראמפס שטארקייט און די היי יעריגע וואלען קעגן 4 יאר צירוק,

טראץ די מידיא'ס נאכאנאנדע אטאקעס,
ראשע, אומפיטשמענט, קאוויד, מעיל אין בעלעטס,טוישען איינגעשטעלטע יעדען טאג

איז זיין שטיצע געוואקסען אין גאנצען לאנד,
פארוואס ?
ווארשיינליך צילוב זיינע פאליסיס וואס ציהט צו זיך אלגעמיינע אמעריקאנער און מינאריטעטען,

איי אויב זיינע פאליסיס זענען אזוי גוט, פארוואס הערט מען נישט עפעס פאזיטיוו אין די מידיא וועגען דעם?
דאס וועט מען לאזען פאר די מידיא בייעס אשכול,

טראמפ האט צוגעלייגט 10 מיליאן וואוטס,
אוואדי האט ביידען צובאקומען מער,
אבער דא רעדט מען פונעם זעלבען טראמפ, נאכען זיין אונטער אטאקע 4 יאר,
איז ער גאר ארויסגעקומען געשטארקט, דאס איז א חידוש!

אפילו די סטעיטס וואס ער האט פארלוירען איז ער ע"פ רוב ארויף מיט וואוטס און פראצענט,

טראמפ איז אונטערשטעליג און 4 סטעיטס VI PA AZ GA מיט ווייניגער ווי א פראצענט
אויב האט ער 3 פון די האט ער די פרעזידענטשאפט

דאס מיינט ער איז געקומען גאר נאנט צו געוואונען, און ווען נישט די מעיל אין וואלט ער עס געמאכט מיט א לענדסלייד

נאך א שטארקייט טראמפס סאפורטערס, זענען נישט געזיצען אינדערהיים און באקוועמערהייט ארויסגעשיקט די בעלעטס,
זיי האבען געשטורעמט די שטום בודקעס אין די מאסען,

יעצט אביסעל נומבערס לויט די סטעיטס,

אין מישיגען ווי טראמפ האט פארלוירען מיט 2.5%
האט ער אנגעצויגען 47.9% קעגען 47.5 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 360,000 שטימען,

אין וויסקאונסין ווי ער האט פארלוירען מיט .7.%
האט ער אנגעצויגען 48.9% קעגען 47.2 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 200,000 שטימען,

אין טעקסעס ווי ער האט געוואונען מיט 6%
האט ער אנגעצויגען די זעלבע 52% ווי 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 1,200,000 שטימען,

אין פענסילוועניע ווי ער האט פארלוירען מיט .9.%
האט ער אנגעצויגען 49% קעגען 48.2 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 360,000 שטימען,

אין אריזאנע ווי ער האט פארלוירען מיט .3.%
האט ער אנגעצויגען 49.1% קעגען 48.7 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 400,000 שטימען,

אין דזשארדזשיע ווי ער האט פארלוירען מיט .3.%
האט ער אנגעצויגען 49.2% קעגען 50.7 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 380,000 שטימען,

אין פלארידע ווי ער האט געוואונען מיט 3.3%
האט ער אנגעצויגען 51.2% קעגען 49.02 4 יאר צירוק און צוגעלייגט איבער 1,000,000 שטימען,

אין אייאווע ווי ער האט געוואונען מיט 8%
האט ער אנגעצויגען 53.2% קעגען 51.15 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 100,000 שטימען,

אין אהייא ווי ער האט געוואונען מיט 8%
האט ער אנגעצויגען 53.4% קעגען 51.7 4 יאר צירוק און צוגעלייגט איבער 200,000 שטימען,

אין נעוואדע ווי ער האט פארלוירען מיט 3%
האט ער אנגעצויגען 47.5% קעגען 45.5 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 120,000 שטימען,

אין נארט קאראליינע ווי ער האט געוואונען מיט 1.3%
האט ער אנגעצויגען 50% קעגען 49.8 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 400,000 שטימען,

אין די פאר סווינג סטעיטס האט טראמפ צובאקומען קרוב צו 5 מיליאן שטימען אין 4 יאר

צו פארגלייכען, אבאמא האט פארלוירען אין 4 יאר, מיט אלע סטעיטס צוזאמען 3.5 מיליאן שטימען, און טראמפ האט צובאקומען 10 מיליאן,
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2469
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך ישוב הדעת » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 2:00 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט אנצוווייזען טראמפס שטארקייט און די היי יעריגע וואלען קעגן 4 יאר צירוק,

טראץ די מידיא'ס נאכאנאנדע אטאקעס,
ראשע, אומפיטשמענט, קאוויד, מעיל אין בעלעטס,טוישען איינגעשטעלטע יעדען טאג

איז זיין שטיצע געוואקסען אין גאנצען לאנד,
פארוואס ?
ווארשיינליך צילוב זיינע פאליסיס וואס ציהט צו זיך אלגעמיינע אמעריקאנער און מינאריטעטען,

איי אויב זיינע פאליסיס זענען אזוי גוט, פארוואס הערט מען נישט עפעס פאזיטיוו אין די מידיא וועגען דעם?
דאס וועט מען לאזען פאר די מידיא בייעס אשכול,

טראמפ האט צוגעלייגט 10 מיליאן וואוטס,
אוואדי האט ביידען צובאקומען מער,
אבער דא רעדט מען פונעם זעלבען טראמפ, נאכען זיין אונטער אטאקע 4 יאר,
איז ער גאר ארויסגעקומען געשטארקט, דאס איז א חידוש!

אפילו די סטעיטס וואס ער האט פארלוירען איז ער ע"פ רוב ארויף מיט וואוטס און פראצענט,

טראמפ איז אונטערשטעליג און 4 סטעיטס VI PA AZ GA מיט ווייניגער ווי א פראצענט
אויב האט ער 3 פון די האט ער די פרעזידענטשאפט

דאס מיינט ער איז געקומען גאר נאנט צו געוואונען, און ווען נישט די מעיל אין וואלט ער עס געמאכט מיט א לענדסלייד

נאך א שטארקייט טראמפס סאפורטערס, זענען נישט געזיצען אינדערהיים און באקוועמערהייט ארויסגעשיקט די בעלעטס,
זיי האבען געשטורעמט די שטום בודקעס אין די מאסען,

יעצט אביסעל נומבערס לויט די סטעיטס,

אין מישיגען ווי טראמפ האט פארלוירען מיט 2.5%
האט ער אנגעצויגען 47.9% קעגען 47.5 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 360,000 שטימען,

אין וויסקאונסין ווי ער האט פארלוירען מיט .7.%
האט ער אנגעצויגען 48.9% קעגען 47.2 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 200,000 שטימען,

אין טעקסעס ווי ער האט געוואונען מיט 6%
האט ער אנגעצויגען די זעלבע 52% ווי 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 1,200,000 שטימען,

אין פענסילוועניע ווי ער האט פארלוירען מיט .9.%
האט ער אנגעצויגען 49% קעגען 48.2 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 360,000 שטימען,

אין אריזאנע ווי ער האט פארלוירען מיט .3.%
האט ער אנגעצויגען 49.1% קעגען 48.7 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 400,000 שטימען,

אין דזשארדזשיע ווי ער האט פארלוירען מיט .3.%
האט ער אנגעצויגען 49.2% קעגען 50.7 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 380,000 שטימען,

אין פלארידע ווי ער האט געוואונען מיט 3.3%
האט ער אנגעצויגען 51.2% קעגען 49.02 4 יאר צירוק און צוגעלייגט איבער 1,000,000 שטימען,

אין אייאווע ווי ער האט געוואונען מיט 8%
האט ער אנגעצויגען 53.2% קעגען 51.15 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 100,000 שטימען,

אין אהייא ווי ער האט געוואונען מיט 8%
האט ער אנגעצויגען 53.4% קעגען 51.7 4 יאר צירוק און צוגעלייגט איבער 200,000 שטימען,

אין נעוואדע ווי ער האט פארלוירען מיט 3%
האט ער אנגעצויגען 47.5% קעגען 45.5 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 120,000 שטימען,

אין נארט קאראליינע ווי ער האט געוואונען מיט 1.3%
האט ער אנגעצויגען 50% קעגען 49.8 4 יאר צירוק און צוגעלייגט בערך 400,000 שטימען,

אין די פאר סווינג סטעיטס האט טראמפ צובאקומען קרוב צו 5 מיליאן שטימען אין 4 יאר

צו פארגלייכען, אבאמא האט פארלוירען אין 4 יאר, מיט אלע סטעיטס צוזאמען 3.5 מיליאן שטימען, און טראמפ האט צובאקומען 10 מיליאן,

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ביידן איז נאט מיי פרעזידענט!

דיסקלעימער: זאכן וואס איך ברענג נאך פון אנדערע פלעצער מיינט נישט אז איך האלט אזוי אדער גלייב עס.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 2:05 pm

AOC איז א גרוילהאפטיגע פארשוינטע וואס באלאנגט אין נורסערי , נישט אין די האוז אף רעפרעזענטעטיווס...

אבער דאס,
וועןרענטל האט געשריבן:איך בעט אייך זאגט נישט הויך אין ביה"מ אז די שטיצט AOC
מאכט אייך נישט אליינס קיין בישות

האט גארנישט מיט AOC, די עצה קענסטו געבן פאר יעדע אנטי טראמפער..
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 2:19 pm

@פרוביר

זייער שיינע אנאליז

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך עציץ נקוב » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 2:25 pm

פרא-חסיד האט געשריבן:סתם צו באמערקן, די סארט העלטקער קומט מיט א גרויסן טעקס העכערונג, איך האב אלע רעכטן זיך אנטקעגן צו שטעלן, נאר די סאוויעטישע סטיל מהלך המחשבה איז סימפל, איך נעם פון דיר צו געבן פאר יענעם.
במאמר המוסגר קען זיין אז די גאנצע געדאנק אז פראגרעסיווע האבן געווינען איז נישט קיין חידוש, די וועלכע שטיצן עס וואוינען אין אזויגערופענע ״פראגראסיווע״ געגנטער, (אז נישט שטיצן זיי עס נישט), איז דאך קיין חידוש אז זיי האבן געוואונען.

די עיקר פראבלעם איז נישט די טעקס נאר אז די העלטקעיר ווערט נאך אפאר יאר אויף סאוויעטישע גן עדן גארביטש קאמען סענס יוכיח און אנדערע לענדער יוכיח און וואס אסאך פון די סטעיטס טוען ווען זיי לויפן אויס פון געלט אדער ווען זיי טרעפען "וויכטיגערע" זאכן צו פאנדען יוכיח
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

זיס ווי האניג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:28 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך זיס ווי האניג » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 2:46 pm

NYT called GA for Biden

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך Iphone » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 4:57 pm

פרעזידענט טראמפ האט יעצט געהאלטן א פרעסע קאנפערענץ. גארנישט מחדש געווען און געליינט פון א צעטל.

איין זאך איז געווען אינטערסאנט ווען ער האט געזאגט אז זיין אדמיניסטראציע וועט נישט מאכן א נאציאנאלע לאקדאון, אבער די קומענדיגע אדמיניסטראציע, עםםם העמער זעהן וואס עס וועט פארסירן....

קוקט אויס ווי ער הייבט אן פעיסן ריאליטעט...

שפיצער
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 3:02 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שפיצער » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 7:31 pm

טראמפ לעבט לכאורה אין א רעאליטעט אין וואס אונז אלע לעבן אין דאס איז אז ביידען האט א שאנס עס צו מאכן ,יעצט ווי שטארק די שאנס איז ? ביידען חברה וועלן דיר זאגן 100 % ,אנדערע וועלן האלטן א קלענערע % . אבער א שאנס ער זאל זיין די קומענדיגע אדמיניסטראציע איז דא .
איז זייער פארשטענדליך אז ביי א קאנפרענץ אוואו מען רעדט אזאנע הייקעלע ענינים ווי דאס אויסקוק פארן לאנד פאר די קומענדיגע פיר יאר,ברויך ער דאס אויסשמועסן אויף אזא וועג .
.
לעצט פאראכטן דורך שפיצער אום מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 7:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 7:38 pm

שפיצער האט געשריבן:טראמפ לעבט לכאורה אין א רעאליטעט אין וואס אונז אלע לעבן אין דאס איז אז ביידען האט א שאנס עס צו מאכן ,יעצט ווי שטארק די שאנס איז ? ביידען חברה וועלן דיר זאגן 100 % ,אנדערע וועלן האלטן א קלענערע % . אבער א שאנס ער זאל זיין די קומענדיגע אדמיניסטראציע איז דא .
איז זייער פארשטענדליך אז ביי א קאנפרענץ אוואו מען רעדט אזאנע הייקעלע ענינים ווי קאראנע ,שפילט מען נישט פאליטיק
.

צו האלטן אז ביידען האט א "שאנס עס צו מאכן", הייסט פעיסן ריאליטעיט?
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13473
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 7:41 pm

שפיצער האט געשריבן:טראמפ לעבט לכאורה אין א רעאליטעט אין וואס אונז אלע לעבן אין דאס איז אז ביידען האט א שאנס עס צו מאכן ,יעצט ווי שטארק די שאנס איז ? ביידען חברה וועלן דיר זאגן 100 % ,אנדערע וועלן האלטן א קלענערע % . אבער א שאנס ער זאל זיין די קומענדיגע אדמיניסטראציע איז דא .
איז זייער פארשטענדליך אז ביי א קאנפרענץ אוואו מען רעדט אזאנע הייקעלע ענינים ווי דאס אויסקוק פארן לאנד פאר די קומענדיגע פיר יאר,ברויך ער דאס אויסשמועסן אויף אזא וועג .
.

אויב איז דא אזא שאנס פארוואסזשע לאזט ער נישט געבן וויכטיגע נאציאנאלע זיכערהייט בריעפינגס?

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2997
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך להגדיל שמו » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 7:51 pm

כאפצעם האט געשריבן:
שפיצער האט געשריבן:טראמפ לעבט לכאורה אין א רעאליטעט אין וואס אונז אלע לעבן אין דאס איז אז ביידען האט א שאנס עס צו מאכן ,יעצט ווי שטארק די שאנס איז ? ביידען חברה וועלן דיר זאגן 100 % ,אנדערע וועלן האלטן א קלענערע % . אבער א שאנס ער זאל זיין די קומענדיגע אדמיניסטראציע איז דא .
איז זייער פארשטענדליך אז ביי א קאנפרענץ אוואו מען רעדט אזאנע הייקעלע ענינים ווי דאס אויסקוק פארן לאנד פאר די קומענדיגע פיר יאר,ברויך ער דאס אויסשמועסן אויף אזא וועג .
.

אויב איז דא אזא שאנס פארוואסזשע לאזט ער נישט געבן וויכטיגע נאציאנאלע זיכערהייט בריעפינגס?

דאס איז צו קאפענען און מאכן שווער פאר די אריין קימענדיגע אדמינסטראציע, אזוי ווי ביי קלינטאן/בוש האבען זיי אראפגעבראכטן די W פון די קיבארדס, און אזוי ווי ביי די אבאמא/טראמפ האט מען געפענט אן אויספארשונג צו ריזיסטען זיין פרעזעדענטסי.
יעצט טוט ער עס נוסח טראמפ.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
נקדימון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4435
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 7:53 pm

ווייסער הויז טרעיד עדווייזער פיטער נעווארא אין אן אינטערוויא פרייטאג: "אונז דא אין דער ווייסער הויז רוק מיר זיך פאראויס אונטער די "עסאמפשען" אז עס קומט א צווייטער טראמפ טערמין"

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14768
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 8:04 pm

Programming האט געשריבן:אלע קאנדידאטן וואס האבן געספאנסארט מעדיקעיר פאר אלל און גרין ניו דיעל האבן באקוועם געווינען זייערע קאמפיין'ס אפילו אין סווינג דיסטריקט'ס (אין קעיס יו מיסד איט, פאקס' עקזיט פאולס האבן געוויזן 72 פראצענט! אמעריקע ווילן די פראגרעסיוו מעדיקעיר פאר אלל).

עניטינג ראסע פארבינדן איז נישט צו שטארק פאפולער און העלפט נישט ביי די וואלן, ווי מען זעהט אז טראמפ האט גאר פארדינט ביי מיניאריטעטן. די זעלבע קאוויד / לאקדאון'ס זענען נישט קיין זאכן וואס ברענגען שטימען, פארט זענען די דעמאקראטן אויף די ריכטיגע זייט פון די אישו'ס און כ'האף זיי וועלן זיך נישט צוריק האלטן פון טון וואס ריכטיג צוליב פאליטישע חשבונות, אבער ווען עס קומט צו פראגרעסיווע פינאנציעלע פאליסי'ס ווי העלטקעיר און אינפראסטרוקטור און פראגראמען איז דאס סיי די ריכטיגע זאך צו טון און סיי א פאליטישע געווינער.

אבער די דעמאקראטן אין שפיץ פון שומער און פעלאסי - און אויפן ראט פון א גאנצע רייע א.ג. 'קאנסאלטענטס' וועלכע ווערן באצאלט יעדן סייקל מיליאנען פארן העלפן דעמאקראטן פארלירן - זענען אזוי שלעכט אין פאליטיק אז זיי לייגן זייער געוויכט אויף די אומפאפולערע א.ג. 'עליטיסטישע' פאליסי'ס וועלכע פרעמדן זיי אפ פון פשוט'ע אמעריקאנער, בעת די פאפולערע פראגרעסיווע פאליסי'ס באקעמפן זיי מיט ציין און נעגל.

נישט אמת, זיי האבן נישט געווינען אין קיין סווינג דיסטריקטס, און אפילו דארט ווי זיי האבן יא געווינען, האבן טייל שרעקליך אנדערפערפארמד.

קוק אויף נעברעסקע 2 און מינעסאטע 5.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

שפיצער
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 24, 2020 3:02 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שפיצער » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 8:19 pm

כאפצעם האט געשריבן:
שפיצער האט געשריבן:טראמפ לעבט לכאורה אין א רעאליטעט אין וואס אונז אלע לעבן אין דאס איז אז ביידען האט א שאנס עס צו מאכן ,יעצט ווי שטארק די שאנס איז ? ביידען חברה וועלן דיר זאגן 100 % ,אנדערע וועלן האלטן א קלענערע % . אבער א שאנס ער זאל זיין די קומענדיגע אדמיניסטראציע איז דא .
איז זייער פארשטענדליך אז ביי א קאנפרענץ אוואו מען רעדט אזאנע הייקעלע ענינים ווי דאס אויסקוק פארן לאנד פאר די קומענדיגע פיר יאר,ברויך ער דאס אויסשמועסן אויף אזא וועג .
.

אויב איז דא אזא שאנס פארוואסזשע לאזט ער נישט געבן וויכטיגע נאציאנאלע זיכערהייט בריעפינגס?

קיין איין סטעיט האט נאכנישט סערטיפייד זייערע רעזולטאטן , סאיז אויך דא אצינד סטעיטס ווי מען האלט נאך אינמיטן ציילן די שטימען , און נאכמער אנדערש ווי אלע יארן וואס סאיז קלאר אז די דער סעקרעטערי אף סטעיט איז דער וואס סערטיפייד די רעזולטאטן איז היי יאר נישט קלאר צו די סטעיט וועט באשטעטיגן אדער די געריכט . אין רעזולטאט פון דעם איז נאכנישט דא קיין פרעזידענט עלעקט .איך גלייב אז אויב און וועט די מינוט וועט אנקומען און ביידען וועט דערקלערט ווערן פרעזידענט עלעקט וועט ער תיכף באקומען צוטריט צו ווי ער ברויך נאר ...

יעצט זעה איך טאקע אז דער אויפברויז שטיייגט אין די ביידען לאגער זיי באקלאגן זיך אז ער קריגט נישט די מינימאלסטע צוטריט צו קיין שום סעקיוריטי בריעפינגס ,וכו .
ליאו פאנעטא דער געוועזענער סי איי עי דירעקטאר אונטער אבאמא זאגט אז אפילו ער אלס א געהילף צום פרעזידענט עלעקט האט שוין באקומען אין די צייט עקסעס צו די אינטעל .
נו האט דאך טראמפ געווארנט איבער מעיל אין אז דאס קען פאראורזאכן כאאס וכו .און צו א פארלענגערטע פראסעס אזויוי מען זעהט טאקע .

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 8:26 pm

שפיצער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
שפיצער האט געשריבן:טראמפ לעבט לכאורה אין א רעאליטעט אין וואס אונז אלע לעבן אין דאס איז אז ביידען האט א שאנס עס צו מאכן ,יעצט ווי שטארק די שאנס איז ? ביידען חברה וועלן דיר זאגן 100 % ,אנדערע וועלן האלטן א קלענערע % . אבער א שאנס ער זאל זיין די קומענדיגע אדמיניסטראציע איז דא .
איז זייער פארשטענדליך אז ביי א קאנפרענץ אוואו מען רעדט אזאנע הייקעלע ענינים ווי דאס אויסקוק פארן לאנד פאר די קומענדיגע פיר יאר,ברויך ער דאס אויסשמועסן אויף אזא וועג .
.

אויב איז דא אזא שאנס פארוואסזשע לאזט ער נישט געבן וויכטיגע נאציאנאלע זיכערהייט בריעפינגס?

קיין איין סטעיט האט נאכנישט סערטיפייד זייערע רעזולטאטן , סאיז אויך דא אצינד סטעיטס ווי מען האלט נאך אינמיטן ציילן די שטימען , און נאכמער אנדערש ווי אלע יארן וואס סאיז קלאר אז די דער סעקרעטערי אף סטעיט איז דער וואס סערטיפייד די רעזולטאטן איז היי יאר נישט קלאר צו די סטעיט וועט באשטעטיגן אדער די געריכט . אין רעזולטאט פון דעם איז נאכנישט דא קיין פרעזידענט עלעקט .איך גלייב אז אויב און וועט די מינוט וועט אנקומען און ביידען וועט דערקלערט ווערן פרעזידענט עלעקט וועט ער תיכף באקומען צוטריט צו ווי ער ברויך נאר ...

ווען גייט ער דערקלערט ווערן "פרעזידענט עלעקט"?
וויפיל געריכט קלאגעס דארפן ווערן ארויסגעווארפן ער זאל ווערן דערקלערט "פרעזידענט עלעקט"?
און פארוואס ביי בוש האט מען יא פארשטאנען אז מ'דארף אים עס געבן אפילו ס'דא געריכט קלאגעס?

נו האט דאך טראמפ געווארנט איבער מעיל אין אז דאס קען פאראורזאכן כאאס וכו .

מיסטעיק, נישט די מעיל אין'ס פאראורזאכן די כאאס, 'טראמפ' טוט פאראורזאכן די כאאס.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 8:29 pm

ביטע נישט איבערגיין די זעלבע רעהטאריק נאכאמאל און נאכאמאל. עס קומט שוין ארויס פון די נאז.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 8:29 pm

שפיצער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
שפיצער האט געשריבן:טראמפ לעבט לכאורה אין א רעאליטעט אין וואס אונז אלע לעבן אין דאס איז אז ביידען האט א שאנס עס צו מאכן ,יעצט ווי שטארק די שאנס איז ? ביידען חברה וועלן דיר זאגן 100 % ,אנדערע וועלן האלטן א קלענערע % . אבער א שאנס ער זאל זיין די קומענדיגע אדמיניסטראציע איז דא .
איז זייער פארשטענדליך אז ביי א קאנפרענץ אוואו מען רעדט אזאנע הייקעלע ענינים ווי דאס אויסקוק פארן לאנד פאר די קומענדיגע פיר יאר,ברויך ער דאס אויסשמועסן אויף אזא וועג .
.

אויב איז דא אזא שאנס פארוואסזשע לאזט ער נישט געבן וויכטיגע נאציאנאלע זיכערהייט בריעפינגס?

קיין איין סטעיט האט נאכנישט סערטיפייד זייערע רעזולטאטן , סאיז אויך דא אצינד סטעיטס ווי מען האלט נאך אינמיטן ציילן די שטימען , און נאכמער אנדערש ווי אלע יארן וואס סאיז קלאר אז די דער סעקרעטערי אף סטעיט איז דער וואס סערטיפייד די רעזולטאטן איז היי יאר נישט קלאר צו די סטעיט וועט באשטעטיגן אדער די געריכט . אין רעזולטאט פון דעם איז נאכנישט דא קיין פרעזידענט עלעקט .איך גלייב אז אויב און וועט די מינוט וועט אנקומען און ביידען וועט דערקלערט ווערן פרעזידענט עלעקט וועט ער תיכף באקומען צוטריט צו ווי ער ברויך נאר ...

יעצט זעה איך טאקע אז דער אויפברויז שטיייגט אין די ביידען לאגער זיי באקלאגן זיך אז ער קריגט נישט די מינימאלסטע צוטריט צו קיין שום סעקיוריטי בריעפינגס ,וכו .
ליאו פאנעטא דער געוועזענער סי איי עי דירעקטאר אונטער אבאמא זאגט אז אפילו ער אלס א געהילף צום פרעזידענט עלעקט האט שוין באקומען אין די צייט עקסעס צו די אינטעל .
נו האט דאך טראמפ געווארנט איבער מעיל אין אז דאס קען פאראורזאכן כאאס וכו .און צו א פארלענגערטע פראסעס אזויוי מען זעהט טאקע .

אלע פרעזידענט קאנדידאטן ביז היינט חוץ בוש אין 2000 האבן אנגעהויבן באקומען בריעפינגס גלייך נאך וואס די נעטווארקס האבן דערקלערט זיגער, מ'האט קיינמאל נישט געווארט אויף סערטיפייען די רעזולטאטן וואס איז בלויז א טעכנישע פראצעדור.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”