אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » זונטאג מארטש 11, 2018 11:28 am

איש האשכולות האט געשריבן:דער "ניו יארק פאוסט" באריכטעט, אז זיין רייזע וועט אפקאסטן פאר ניו יארק סיטי שטייערצאלער ארום אכט טויזנט דאלאר.

Wowowo

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג מארטש 11, 2018 1:19 pm

נאר אכט?

וואו גייט די אכט?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 11, 2018 6:33 pm

סאבסיטוט האט געשריבן:דער דעמאקראטישער קאנדידאט אין 2020 דארף לויפן אויף מעיק אמעריקא גרעיט עגעין


טראמפ האט א טרעידמארק דערויף.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

השמש
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » מאנטאג מארטש 12, 2018 1:01 am

צל עובר האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:דער דעמאקראטישער קאנדידאט אין 2020 דארף לויפן אויף מעיק אמעריקא גרעיט עגעין


טראמפ האט א טרעידמארק דערויף.

https://trademarks.justia.com/857/83/ma ... 83371.html
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

השמש
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » מאנטאג מארטש 12, 2018 1:25 am

ווישוואש האט געשריבן:נאר אכט?

וואו גייט די אכט?

Security service
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג מארטש 12, 2018 9:30 am

זיך פארגעשטעלט, בלייבט מיין ערשטע קשי' שווער..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 2:56 pm

טראמפ האט זיך היינט ארומגעריסן אויף טוויטער מיט ביידען.

------------

ליין איך יעצט די 2012 פארמעסט, איז דארט @מידער ע"ה מסביר אז דער קאנדידאט וואס שמייכלט און איז אין א גוטע גיסטע דער געווינט געווענליך, און ער רעכנט אויס אבאמע-מקעין בוש-קערי בוש-גאור קלינטאן-דאול קלינטאן-בוש בוש-דוקאקיס רעיגן-מאנדעל רעיגן-קארטער, די אלע מאל האט דער שמייכלדיגער געווינען, לויט דעם אז מכאפט א בליק אויף @שמאטע'ס אוועטער איז טראמפ אויף געהאקטע צרות אויב ביידען לויפט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

abeg
שר האלף
תגובות: 1870
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 3:05 pm

צל עובר האט געשריבן:טראמפ האט זיך היינט ארומגעריסן אויף טוויטער מיט ביידען.

------------

ליין איך יעצט די 2012 פארמעסט, איז דארט @מידער ע"ה מסביר אז דער קאנדידאט וואס שמייכלט און איז אין א גוטע גיסטע דער געווינט געווענליך, און ער רעכנט אויס אבאמע-מקעין בוש-קערי בוש-גאור קלינטאן-דאול קלינטאן-בוש בוש-דוקאקיס רעיגן-מאנדעל רעיגן-קארטער, די אלע מאל האט דער שמייכלדיגער געווינען, לויט דעם אז מכאפט א בליק אויף @שמאטע'ס אוועטער איז טראמפ אויף געהאקטע צרות אויב ביידען לויפט.


קלינטאן איז געװען דער קאנדידאט וואס שמייכלט אין זי האט אױך געװינען די פאפילערע װאױטס

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 3:12 pm

abeg האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:טראמפ האט זיך היינט ארומגעריסן אויף טוויטער מיט ביידען.

------------

ליין איך יעצט די 2012 פארמעסט, איז דארט @מידער ע"ה מסביר אז דער קאנדידאט וואס שמייכלט און איז אין א גוטע גיסטע דער געווינט געווענליך, און ער רעכנט אויס אבאמע-מקעין בוש-קערי בוש-גאור קלינטאן-דאול קלינטאן-בוש בוש-דוקאקיס רעיגן-מאנדעל רעיגן-קארטער, די אלע מאל האט דער שמייכלדיגער געווינען, לויט דעם אז מכאפט א בליק אויף @שמאטע'ס אוועטער איז טראמפ אויף געהאקטע צרות אויב ביידען לויפט.


קלינטאן איז געװען דער קאנדידאט וואס שמייכלט אין זי האט אױך געװינען די פאפילערע װאױטס


קלינטאן איז א פארביסענע פרוי, איר שמייכל איז ארויפגעמאלן אויף איר פנים, עס ברענגט קיינעם נישט קיין גוטע מוד, משא"כ @שמאטע'ס אוועטער יעדע מאל איך זעה אים לאכן, לאך איך מיט מיט אים.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 3:19 pm

אז מ'רעדט שוין פון ביידען, ער איז דער איינציגסטער נאציאנאלער דעמאקראט וואס סיי דאג דזשאונס און סיי קאנאר לעמב האבן זיך דערוואגט אריינצוברענגען קאמפיינען פאר זיי אין די רויטע געגענטער, הלא דבר הוא, דער מענטש וואס האט געהייסן אמאל שטאט'ס נאר, איז היינט באליבט און פאפעלער אין גאנצן לאנד, אפילו אין די ראסט בעלט, אפילו אין די סאוט.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג מארטש 22, 2018 4:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5150
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 3:53 pm

שטאטס נאר איז די נייע טרענד, קוק אויפען פרעזידענט.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
א נייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 3:57 pm

מטעמים האט געשריבן:שטאטס נאר איז די נייע טרענד, קוק אויפען פרעזידענט.
:lol:
טראמפ האט נישט קיין פעטען אויף דעם?
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 22, 2018 4:51 pm

טראמפ הייסט (ביי די מתנגדים) שטאט'ס משוגענער, ביידען האט געהייסן שטאט'ס נאר, כנלפע"ד.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג מארטש 23, 2018 12:40 pm

די פראגע איז וועלכע איז ליבערשט צו האבן אין ווייסן הויז..
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:20 pm

ביידען האט געהייסן א נאר דאכציך בעיקר וועגן זיינע געפס, היינט איז דאך שוין נארמאל און קלוג און סטראטעגיש אזוי צו רעדן, למשל ער האט געזאגט אז ער וואלט אנגעהאקט די ביינער פאר טראמפענען, אמאל וואלט יעדער געלאכט פון אים, היינט איז ער שוין קלוג און געלונגען מיט דעם.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5150
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:23 pm

אמת, דאס איז די געפיהל וואס א סך דעמאקראטען האבען צום פרעזידענט זיי ווילען אים שלאגען, ביידען ברענגט עס ארויס.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:30 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:די פראגע איז וועלכע איז ליבערשט צו האבן אין ווייסן הויז..


געווענליך ווען מען האט א ספק פרובירט מען "ביידען"
?I DON'T CARE, DO YOU

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:31 pm

ערענסט גערעדט, איך מיין אז מען דארף זיין א נאר און א משוגענער צו קאמפערן די צוויי.

ווי זאגט נאר ביידען, גיוו מי עי ברעיק.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:35 pm

מטעמים האט געשריבן:אמת, דאס איז די געפיהל וואס א סך דעמאקראטען האבען צום פרעזידענט זיי ווילען אים שלאגען, ביידען ברענגט עס ארויס.


עס קען זיין אז ביידען טוט עס מיט א חשבון, אבער איך גלייב עס קומט פון נישט טראכטן, געדענקסט אין 2012 ווען די רעפאבליקענס האבן הנאה געהאט פון אים, און די דעמאקרעטס האבן זיך געשעמט מיט אים.

דאס איז זיכער אז אמאל וואלט דאס געווען שטאט'ס ליצנות, שלאגן א פרעזידענט, ביזט קרעזי?

נאר וואס דען, ווי @לכאורה'ס אלטע חתימה, בימים ההם אין פרעזידענט באמעריקע קאוופעפע בלע"ז, די גאנצע פאליטיק האט זיך איבערגעדרייט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:39 pm

בוידעם האט געשריבן:ערענסט גערעדט, איך מיין אז מען דארף זיין א נאר און א משוגענער צו קאמפערן די צוויי.

ווי זאגט נאר ביידען, גיוו מי עי ברעיק.


אין רעדן ברייט איז קלאר ביידען א מעין פון טראמפ, און אמאליגע צייטן פאר אלעס איז געווארן פארטראמפט, האט ער געהייסן דער וואס זאגט אלעמאל וואס ליגט אים אויף די לינג.

אקעי לאמיר נישט אראפרייסן דעם פראנטראנער, אין די פריימעריס און אין די אלגעמיינע, צו ווערן דער 46'סטער אמעריקאנער פרעזידענט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:52 pm

אמת, ביידען רעדט אויך וואס עס ליגט אים אויפן לונג, אבער די ריזיגע חילוק צווישן די צוויי איז וואס עס ליגט זיי אויפן לונג.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 23, 2018 2:58 pm

אה דאס יא, דאס האלט איך אויך.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5150
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג מארטש 23, 2018 3:47 pm

די חילוק פון היסטאריע צווישען ביידען און טראמפ איז אזוי:

1. ביידען האט אלס הנאה געהאט פון קהלס קאסע און טראמפ פון זיין אייגענע ארבייט.
2. ביידען איז זייער קארג און געט נישט קיין טשעריטי טראמפ געט יא געלט פאר טשעריטי.
3. ביידען פארט מיט א טרעין טראמפ מיט א לעמאזין.
4. ביידען פאלגט זיינע קינדער און טראמפס קינדער פאלגען אים.

זיי זענען ענליך אז זיי זענען ביידע גויים און ביידע רעדן א סך, ביידע ווייס מיט ווייסע האר און דא ענדיגט זיך די אלע גרויסע חילוקים.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

דממה דקה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג מארטש 23, 2018 4:07 pm

מטעמים האט געשריבן:2. ביידען איז זייער קארג און געט נישט קיין טשעריטי טראמפ געט יא געלט פאר טשעריטי.

טראמפ געט טשעריטי? ער ניצט טשעריטי געלט פאר זיינע געברויכן.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5150
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג מארטש 23, 2018 4:22 pm

דממה דקה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:2. ביידען איז זייער קארג און געט נישט קיין טשעריטי טראמפ געט יא געלט פאר טשעריטי.

טראמפ געט טשעריטי? ער ניצט טשעריטי געלט פאר זיינע געברויכן.

אהא, סאו זיי מוחל ברענג א ראי צו דיינע ווערטער ווייל איך קען דיר געבען א לנסוע פון טויזענט פלעצער ווי ער האט פילאנטראפירט מיט געלט - און ער האט גערעיזט טויזענטע דאלערס פאר טשעריטיס.

דריי נישט קיין קאפ ביטע.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: joegreen, Kosersold, אהבת השם, אלי' מקוה יוד, אלעזר וויינפעלד, טשאדעלע באדעלע, יאנקעל פעדראטשיק, יישר כח, מענדל, ראגעלעך און 51 געסט