אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:17 am

פעיק ניוז האט געשריבן:@גודמארנינג: איך האב נישט גענומען אן אנקעטע איבער ווי פארפיינטעט זי איז, אבער צו וויפיל מענטשן איך האב שוין גערעדט און באגעגנט, פון ביידע זייטן פון פאליטישן ספעקטרום, האבן פיינט איר פערסאנאליטעט.

נישט נאר די פערסינאליטעט, נאר די אויסוואל!! דעמאקראטן פארשטייען נישט פארוואס ער האט עס געטון.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:29 am

מ׳קען זעהן דא וואספארא קלוגע זאך טראמפ האט געטאן 4 יאר צוריק מיטן נעמען מייק פענס.

אקעי, מיט טראמפ איז די מעשה געווען היבש אנדערש.. ער האט גענומען א וויצע מיטלויפער נאר ווייל אזוי מיז מען טאן. מצידו וואלט ער געלאפן אליינס. :lol:

ערענסט גערעדט, דאס נישט נעמען איינער וואס מ׳קען אריינשטעלן אין א פאליטישע סטאטוס וואס שוועבט, לדוגמא. אויב טראמפ נעמט ווען מארקאו רוביאו. ער וואלט געווען צו פרא עסטעבלישמעט פאר די אגרעסיווע טראמפיסטן. וכן הלאה. מייק פענס האט געהאט א גאלדענע רעקארד אבער גארנישט ספעציעל וואס האט געצויגן איין זייט פונעם וואגשאהל מער ווי די אנדערע זייט. און ער איז טאקע נישט געווען קיין ״באמבע״ וויצע. וואס איז דער פראבלעם? ס׳איז פיל ענדערש אזוי.

ביידען האט געקליבן קאמאלע העריס ווייל ער האט נישט געהאט קיין צווייטע ברירה, ער האט ״געמיזט״ נעמען א פרוי, און דייקא א שווארצע פרוי. זי איז געלאפן אין די פריימערי און גאר שוואך אריינגעקומען ביי די פראגרעסיוו׳ס, וועלכע זענען כהיום פון די מערסט ״מאטיווירטע״ וויילער. זי האט א היבש קאנטערווערסיאלע רעקארד, וואס וואלט אפשר נישט געווען אזא פראבלעם ווען זי לויפט ווען נישט אין די פריימערי און געבט א געלעגענהייט פאר דעמעקראטישע פיגורן, צווישן זיי ביידען גאר, איר אראפצוברענגען.

און יעצט קומט אבער דעם גרויסן ״אבער״.. ונזכה ונחיה.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:34 am

מייק פענס האט ער גענומען צוליב זיין שטארק קאנסערוואטיווע היסטאריע. טראמפ האט דוקא געזוכט א שטילער פאפעט וואס וועט אים לאזן אויסרעדן. ביידן זוכט איינער וואס זאל קאמפיינען אנשטאט אים.

אגב, איך בין נאכנישט איבערצייגט אז טראמפ בלייבט מיט אים, אסאך פארפירן יעצט אז טראמפ זאל אים דראפן און נעמען ניקי העלי.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 7:56 am

יעצט איז נישט צו שפעט פאר טראמפ צו טוישן א נייע ווי פי?

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך קענטאקי » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 8:25 am

צוקער וואסער האט געשריבן:יעצט איז נישט צו שפעט פאר טראמפ צו טוישן א נייע ווי פי?

ער קען ביז די קאנווענשאן, ווען די פארטיי דעלעגאטן שטימען.

אויב זאל טראמפ נעמען העילי וועט דאס זיין דער גרעסטער טעות אין זיין לעבן. נאר דאס פעלט אים אויס, צו האבן א וויצע וואס זאל זיך דרייען אונטער די פיס, ארומלויפן אין ווייסן הויז זוכן אטענשאן

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 9:50 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מייק פענס האט ער גענומען צוליב זיין שטארק קאנסערוואטיווע היסטאריע. טראמפ האט דוקא געזוכט א שטילער פאפעט וואס וועט אים לאזן אויסרעדן. ביידן זוכט איינער וואס זאל קאמפיינען אנשטאט אים.

אגב, איך בין נאכנישט איבערצייגט אז טראמפ בלייבט מיט אים, אסאך פארפירן יעצט אז טראמפ זאל אים דראפן און נעמען ניקי העלי.

איך האב געזעהן רעדן דערפון, אבער פארוואס עפעס זאל ער עס טון? וואס איז שלעכט מיט פענס?

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 9:53 am

ביידאן וואלט רואיג געקענט נעמען ווארען אדער וויטמער, אויף מיין סקרין קומען זיי ארויף שווארץ..

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:08 am

גוט!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:10 am

האלצשטיין האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:מייק פענס האט ער גענומען צוליב זיין שטארק קאנסערוואטיווע היסטאריע. טראמפ האט דוקא געזוכט א שטילער פאפעט וואס וועט אים לאזן אויסרעדן. ביידן זוכט איינער וואס זאל קאמפיינען אנשטאט אים.

אגב, איך בין נאכנישט איבערצייגט אז טראמפ בלייבט מיט אים, אסאך פארפירן יעצט אז טראמפ זאל אים דראפן און נעמען ניקי העלי.

איך האב געזעהן רעדן דערפון, אבער פארוואס עפעס זאל ער עס טון? וואס איז שלעכט מיט פענס?

העילי איז א פרוי, און איז היבש פאפולער.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

האלצשטיין האט געשריבן:ביידאן וואלט רואיג געקענט נעמען ווארען אדער וויטמער, אויף מיין סקרין קומען זיי ארויף שווארץ..

;l;p- :grin:
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:13 am

קענטאקי האט געשריבן:
צוקער וואסער האט געשריבן:יעצט איז נישט צו שפעט פאר טראמפ צו טוישן א נייע ווי פי?

ער קען ביז די קאנווענשאן, ווען די פארטיי דעלעגאטן שטימען.

אויב זאל טראמפ נעמען העילי וועט דאס זיין דער גרעסטער טעות אין זיין לעבן. נאר דאס פעלט אים אויס, צו האבן א וויצע וואס זאל זיך דרייען אונטער די פיס, ארומלויפן אין ווייסן הויז זוכן אטענשאן

פלאס זי איז פון די אסטעבלישמענט.

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:16 am

83

פלארידע - טשעינדזש ריסערטש

ביידען 50
טראמפ 44

*לייקלי וואטערס

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:21 am

83

נארט קארעליינע - טשעינדזש ריסערטש

טראמפ 48
ביידען 47

*לייקלי וואטערס

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2501
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:22 am

האלצשטיין האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:מייק פענס האט ער גענומען צוליב זיין שטארק קאנסערוואטיווע היסטאריע. טראמפ האט דוקא געזוכט א שטילער פאפעט וואס וועט אים לאזן אויסרעדן. ביידן זוכט איינער וואס זאל קאמפיינען אנשטאט אים.

אגב, איך בין נאכנישט איבערצייגט אז טראמפ בלייבט מיט אים, אסאך פארפירן יעצט אז טראמפ זאל אים דראפן און נעמען ניקי העלי.

איך האב געזעהן רעדן דערפון, אבער פארוואס עפעס זאל ער עס טון? וואס איז שלעכט מיט פענס?

אויב מען וועט רעדען אסאך וועגען דעם, און ער וועט מחליט זיין אז דאס איז די דעת הקהל {מידיע}, דאן וועט ער דאס טוען.
כתיבה וחתימה טובה. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות
בעמ"ח אשכולות התמרים

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:23 am

83

טשעינדזש ריסערטש

MICHIGAN
Biden 48% (+5)
Trump 43%
.
WISCONSIN
Biden 47% (+4)
Trump 43%
.
PENNSYLVANIA
Biden 48% (+4)
Trump 44%
.
ARIZONA
Biden 45% (+1)
Trump 44%

*לייקלי וואטערס

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:24 am

83

נאציאנאל - יוגאוו

ביידען 49
טראמפ 39

*רעדזשיסטערט וואטערס

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:27 am

אויב עס איז נישט שווער, ווען איינער לייגט ארויף אנקעטע נומערן, זאל ער צולייגן אויך די נומערן פון די ספעציפישע קאמפאני'ס פריערדיגע אנקעטע.

שכח. נאכאמאל, אויב עס איז נישט שווער.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:32 am

פעיק ניוז האט געשריבן:אויב עס איז נישט שווער, ווען איינער לייגט ארויף אנקעטע נומערן, זאל ער צולייגן אויך די נומערן פון די ספעציפישע קאמפאני'ס פריערדיגע אנקעטע.

שכח. נאכאמאל, אויב עס איז נישט שווער.

רט.

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:33 am

צוקער וואסער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אויב עס איז נישט שווער, ווען איינער לייגט ארויף אנקעטע נומערן, זאל ער צולייגן אויך די נומערן פון די ספעציפישע קאמפאני'ס פריערדיגע אנקעטע.

שכח. נאכאמאל, אויב עס איז נישט שווער.

רט.

אויך די סעמפליג פון די אנקעטע.

אוועטאר
בבקשה
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך בבקשה » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:05 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אויב די אנקעטע ציפערן וועלן שטייגן אין די קומענדיגע טעג - נאך פאר די קאנווענשאן, וועל איך וויסן אויף זיכער אז די אנקעטעס זענען פאלש דורכאויס. קיין איין אמעריקאנער גייט נישט יעצט טוישן זיין מיינונג און באשליסן צו וואוטן פאר ביידן אדאנק העריס, חוץ איר מאן. נישט שייך אפילו צו דעבאטירן. עס איז מעגליך אז זי גייט עווענטועל מאכן א גוטע דזשאב, אבער די אויסוואל אליינס קען נישט ציען קיין וויילער.

אויב וועלן די אנקעטעס זיך העכערן לטובת ביידן, מיינט דאס אז די פארטיי האט יעצט באשלאסן צו ווייזן פארן פאלק אז דער טיקעט איז א גוטע סעט.

שתי תשובות בדבר, א׳ בייידען איז לעצטענס געפאלען אין די אנקעטעס, אויב שפרינג ער יעצט, איז דאס פשוט אז ער שפרינגט צוריק צו די פריערידיגע שטאפלען, והשנית, עס זענען געווען מענטשען, וואס האבן מורא געהאט אז ער גייט נעמען ווארען, סענדערס וכדומה, אדער עיברעמס וכדומה, מילא האבן זיי זיך צוריק געהאלטען פון זאגן אז זיי שטיצן ביידען, אבער יעצט, אז ער האט גענומען אזא קאנדידאט, וועלען זיי עם שטיצן בפה מלא.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5606
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

אידישע נייעס: “אנאליז: דעמאקראטן פארלוירן נאך טראמפ׳ס עקזעקיוטיווע ארדערס” און נאך 2 אנדערע

תגובהדורך eller » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:24 am

אנאליז דורך קול ברמה

וואשינגטאן – ניו יארק. דעמאקראטן זענען נאך אלץ אין טיפע 'שאק' פונעם פרעזידענט'ס געוואגטע פאליטישע מענאווער, מיטן פארלענגערן די פעדעראלע PUA געלטער מיט $400 א וואך דורך א "עקזעקיוטיוו ארדער"...; גרויס צומישטקייט הערשט איבערן לאנד נאכן פרעזידענט'ס דערקלעראציע, היות עס איז זייער 'אומקלאר' ווי אזוי רוב 'סטעיט' רעגירונגען וועלן 'רעספאנדן' צום פרעזידענט'ס באפעל...; נעכטן האט פרעזידענט טראמפ נאך מער פארשארפט זיין קאמף מיט די דעמאקראטן... נאכדעם וואס ער איז ארויסגעקומען מיט א נייע "טוויסט" איבער זיין עקזעקיוטיוו ארדער, און האט איבעראשענד געמאלדן א נייע 'דריי' אין זיין באפעל, דהיינו, אז אפילו סטעיט וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן צו צאלן 'זייער חלק'.. קענען אריינגעבן ''א אפליקאציע'' צו די פעדעראלע רעגירונג, און נאכדעם וואס מען וועט דאס 'גרונטליך' אדורכטון.. וועט דער פעדעראלע רעגירונג 'מעגליך' באשטעטיגן די $100 וועלכע די סטעיט רעגירונג דארף ווען באמת צו געבן...

די דעמאקראטישע פארטיי פירער'ס איבער'ן לאנד, אזוי גוט ווי די דעמאקראטישע פירער'ס פון קאנגרעס, ובראשם 'שומער' און 'פעלאוסי', זענען נאך אלץ אין טיפע 'שאק' און 'פארלוירנקייט' פונעם פרעזידענט'ס געוואגטע פאליטישע מענאווער.. נאכדעם וואס ער האט פארלענגערט די פעדעראלע PUA געלטער מיט $400 א וואך דורך א געוואגטע "עקזעקיוטיוו ארדער".. און האט איבערגעלאזט די דעמאקראטן 'מיטן צינג אינדערויסן' און אלץ געזונטע חוזק'עס... און טראץ דעם וואס עס איז שוין אדורכגעגאנגן איבער דריי טעג פונעם פרעזידענט'ס ׳איבעראשענדע מעלדונג'.. הערשט נאך אלץ א אומבאגרייפליכע 'דעמאראליזאציע' און 'יאוש' אין די דעמאקראטישע רייען.. און די ערשטע מאל זייט 'קאוויד' האט אויסגעבראכן מיט איבער פיר חדשים צוריק, האט מען געזען א שטיקל 'שפאלט' אין די זעלבסט זיכערקייט פון די ליבעראלע מידיא פרעדיגער'ס, איבער די שאנסן פון פרעזידענט טראמפ צו געווינען די קומעדיגע נאוועמבער וואלן... די יאוש און פארלוירנקייט איז דארט אזוי גרויס, אז זיי הענגען יעצט אן זייערע גאנצע 'האפענונג' אין א געריכטליכע קאמף אקעגן דעם פרעזידענט'ס 'עקזעקיוטיוו ארדער'.. טראץ דעם וואס בלויז די פארגאנגענע יאר האבן זיי מיאוס דערלייגט א סופרים קאורט אורטייל איבער די דאזיגע יורידישע פראגע, ווען פרעזידענט טראמפ האט זיך באנוצט מיטן זעלבן "עקזעקיוטיוו ארדער" צו באקומען פעדעראלע פאנדינג פאר "זיין וואנט"...

אויפן פאקטישן פראנט.. הערשט גרויס ''צומישטקייט'' איבערן גאנצן לאנד נאכפאלגענדיג דעם פרעזידענט'ס דערקלעראציע, היות עס איז זייער 'אומקלאר' ווי אזוי רוב 'סטעיט' רעגירונגען וועלן 'רעספאנדן' צום פרעזידענט'ס נייע באפעל... ווי מיר האבן שוין אין די פארגאנגענהייט ארויסגעברענגט, האט פרעזידענט טראמפ טאקע באנייט דורך זיין 'עקזעקיוטיוו ארדער' די פעדעראלע PUA געלטער מיט דער סכום פון $400 א וואך, אבער האט זיך דאס אויסגענומען אין זיין "עקזעקיוטיוו ארדער" מיט א איין 'ערנסטע תנאי', אז די סטעיט רעגירונג וועלן זיך משתתף זיין אין דעם נייע פארלענגערונג מיט דער סכום פון $100 א וואך, בשעת וואס דער פעדעראלע רעגירונג וועט געבן די איבריגע דריי פערטעל פון דעם סכום, $300 א וואך. לויטן טרוקענע נוסח פונעם עקזעקיוטיוו ארדער, וועט נאר א סטעיט וועלכע וועט זיך ''מתחייב זיין'' צוצושטעלן די איבריגע $100 א וואך, נאר אזא סטעיט וועט קענען 'געניסן' פונעם פרעזידענט'ס פארלענגערונג פון די PUA געלטער. 'מה שאין כן' א סטעיט וועלכע וועט $100 זיך נישט "קאמיטן" צוצושטעלן די נויטיגע $100 א וואך פאר זייערע PUA באנוצער, אזא סטעיט וועלן אירע בירגער נישט קענען באקומען די איבריגע $300 א וואך פון די פעדעראלע רעגירונג.

דאס האט אנגעברענגט א געפערליכע ''צומישעניש'' איבעראל איבערן לאנד, נאכדעם וואס מיליאנען בירגער איבער אמעריקע זענען דעם 'וויקענד' שוין געווארן זייער פרייליך מיט די נייע פארלעגערונג פון די פעדעראלע PUA געלטער, און פולע האבן שוין אנגעהויבן צו 'בארגן' אויפן חשבון פון די נייע 'עקסטענשאן' און די $400 א וואך... אבער זענען נאכדעם געווארן זייער אומזיכער מיט זייער געלט, נאכדעם וואס זיי זענען נישט געווען זיכער צו זייער גאווערנער וועט זיך וועלן צושטעלן צו דעם.. נו.. פרעזידענט טראמפ... איבערהויפט איז דאס געווען דער פאל דאהי אין 'ניו יארק סטעיט' המעטירה... ווי מיליאנען ניו יארקער בירגער, ובתוכם טויזענטע היימישע אנעפלוימענט געניסער, האבן זיך דעם מוצאי שבת שוין געפרייט 'ביזן זיבעטן הימל' מיט די נייע געשמאקע געלטער וועלכע וועלן ווייטער ממשיך זיין עד ביאת ינון במהרה דידן.. אבער זענען זייער שנעל ביטערליך אנטוישט געווארן, ווען גאווערנער קאומא האט באלד אפגענטפערט דעם פרעזידענט מיט א שארפע טוויט, אין וועלכע ער האט זיך 'אנטזאגט' אנצונעמען דעם פרעזידענט'ס PUA פלאן. (צו אלע באזארגטע חרדישע ליינער.. זייט'ס נישט באזארגט... צום סוף וועט יעדער איינער באקומען די געלט... עס איז בלויז ''א נערווען שפיל'' צווישן די מאכטפולע פאליטישע כוחות דא אין לאנד... האט'ס אביסעלע ביטחון אינעם אייבערשטן.. 'טראמפ' און 'פעלאוסי' שטעלן נישט צו דיין פרנסה..!)

נעכטן אבער האט פרעזידענט טראמפ נאך מער פארשארפט זיין קאמף מיט די דעמאקראטן... נאכדעם וואס ער איז ארויסגעקומען מיט א נייע "טוויסט" איבער זיין עקזעקיוטיוו ארדער, און האט איבעראשענד געמאלדן א נייע 'דריי' אין זיין פרעזידענטליכע באפעל... דהיינו, אז אפילו סטעיט וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן צו צאלן 'זייער חלק' געלט... דהיינו די $100 א וואך, קענען אבער אריינגעבן ''א ספעציעלע אפליקאציע'' צו די פעדעראלע רעגירונג, און נאכדעם וואס מען וועט דאס 'גרונטליך' אדורכטון.. וועט דער פעדעראלע רעגירונג 'מעגליך' באשטעטיגן די $100 וועלכע די סטעיט רעגירונג דארף ווען באמת צו געבן... פארשטייט זיך אליין אז אזא "באשטעטיגונג" וועט זיך טאטאל ''ווענדן'' ווי באליבט דער ספעציפישע סטעיט אדער גאווערנער איז ביים הויכגעשעצטן קייזער פון אמעריקע ירום הודו... און ווי ''צופלאצט'' די דעמאקראטן זענען געווען ביז יעצט, וועלן זיי מן הסתם נאך אסאך מער ''שפרינגען פון די הויט''.. אויב וועט דער פרעזידענט אנהייבן דורכצופירן ״סעלעקציעס''.. און וועט נאר באשטעטיגן אזעלכע סטעיטס ווועלכע גייען מיט אים אין שפאן... עס ווארט אונז לכאורה אפ גאר גאר פרייליכע צייטן.. ''הכונו הכונו''...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9798
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:31 am

538 פארקעסט איז לעבעדיג...
Screenshot_20200812-112801_Chrome.jpg
Screenshot_20200812-112801_Chrome.jpg (429.62 KiB) געזעהן 260 מאל

איראניש גיבט עס פאר טראמפ די זעלבע שאנסן ווי 2016 אויף עלעקשין טאג.

נ.ב. איינער האט א לינק צו איינשפאָרן די נעקסטע עטליכע בלעטער?..

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5606
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך eller » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:58 am

קען זיין א מ'האט שוין דאס געשריבן איינמאל אדער גאר אסאך מאל אבער לויט מיר זעהט אויס ווי די יעצטיגע וואלן גייט זיין
יא טראמפ אדער נישט טראמפ..
קיינער גייט נישט וואויטען פאר ביידען צוליב סיי וואס, מ'גייט וואס טראמפ אדער זיין קעגנער.
ובזה פשוט לענ"ד.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:17 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:מייק פענס האט ער גענומען צוליב זיין שטארק קאנסערוואטיווע היסטאריע. טראמפ האט דוקא געזוכט א שטילער פאפעט וואס וועט אים לאזן אויסרעדן. ביידן זוכט איינער וואס זאל קאמפיינען אנשטאט אים.

אגב, איך בין נאכנישט איבערצייגט אז טראמפ בלייבט מיט אים, אסאך פארפירן יעצט אז טראמפ זאל אים דראפן און נעמען ניקי העלי.

איך האב געזעהן רעדן דערפון, אבער פארוואס עפעס זאל ער עס טון? וואס איז שלעכט מיט פענס?

העילי איז א פרוי, און איז היבש פאפולער.

העילי איז פונקט אזא שווארצער ווי העריס!! זי שטאמט פון אינדיאנער.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:19 pm

יא יא..
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”