אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3782
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פער בריסטאו » זונטאג אוגוסט 09, 2020 12:39 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א ריפארטער האט היינט געפרעגט ביידען בשעת ער איז געפארן אויף א שגץ בייק, אויב ער האט שוין געפאסט א באשלוס וועמען צו נעמען אלטס זיין מיטלויפער, אויף וואס ביידען האט געענפערט ״יא״. פרעגט דער ריפארטער ״נו ווער?״ ביידען: ״דו״.

די ביידען קאמפיין האט עס תיכף פארענפערט אז ביידען האט זיך געוויצלט, קיין באשלוס איז נאכנישט געפאסט געווארן און אז ער זיצט נאך מיט מעגליכע אויסוואלן.

די פאני׳סטע חלק מיט דעם קליפ איז אז ביידען פארט אויף א בייק מיט א מאסק אבער אהן א העלמעט. מיט וואס די ביידען קאמפיין פארענפערט אז א העלמעט איז נאר וויכטיג אויב ס׳קאפ ארבעט.

[אקעי, יעצט האב איך געוויצלט.]


שגץ בייק :)

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » זונטאג אוגוסט 09, 2020 12:49 am

שעלדאן עדאלסאן דער רייכער מעגא-דאנער פון לאס וועגעס, וואס גיט דאס מערסטע געלט פאר אלע רעפובליקאנער אינטערעסן אין אלגמיין און צו די די טראמפ ריעלעקשאן קאמפיין בפרט, האט פאריגע וואך געהאט א היציגע פאון קאול מיט דאנעלד דזשעי טראמפ.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען 'שעלדאן עדאלסאן' האט אריינגערופן טראמפ וועגן קראונא-וויירוס ביל און די עקנאמיע בכלליות. אן קיין שום ווארענוג פון פאראויס איז געקומען אן אטאקע, ווארום, טראמפ האט שארף פארגעהאלטן 'שעלדאן עדאלסאן' הלמאי ער טוט נישט גענוג פאר זיין ריעלעקשאן קאמפיין? שעלדאן האט אויף דעם גארנישט געענפערט, דער פאון ליין איז קורצליך דערנאךאיבערגריסן געווארן. רעפובליקאנער שישקעס ארבעטן איבערמידלעך איבערצובעטן שעלדאן עדאלסאן און אים געבן אלע תירוצים פארוואס 'טראמפ' איז אזא כפוי טובה פונעם יאר הונדרעט. זיי זאגן אז דאס איז נארמאל דאס טוט ער מיט יעדן און ער מיינט נישט שעלדאן פערזענדליך.

ליצים זאגן, אז דאס איז געווען עפעס א וואונדעבארער שטיקל פון טראמפ, ווייל ווי באקאנט מאכט טראמפ אלעמאל זיכער מ'זאל רעדן פון אים, נישט קיין חילוק נעגעטיוו פאזעטיוו,] אבי רעדט פון מיר.... יעצט מיט דעם פאון קאל האט ער איז ערייכט ביג טיים!!

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אוגוסט 09, 2020 12:52 am

און אויב ווערט מען געוואר אז די מעשה איז נישט אמת וואס טוהט מען דאן?
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:01 am

מטעמים האט געשריבן:און אויב ווערט מען געוואר אז די מעשה איז נישט אמת וואס טוהט מען דאן?

מ'דארף איבערדאוונען שמו"ע...

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3287
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:05 am

מטעמים האט געשריבן:און אויב ווערט מען געוואר אז די מעשה איז נישט אמת וואס טוהט מען דאן?


און אפילו ס'איז יא אמת, איז אויך נישט קיין פראבלעם, מ'קען נעמען א magic marker און עס אנשרייבן.

(פאר דו וואס געדענקען האט טראמפ קיינמאל נישט קיין פראבעלעם מיט באורדס טשארטס, ער נעמט דעם magic marker און ער שרייבט צו ווי עס געפעלט אים).

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:07 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א ריפארטער האט היינט געפרעגט ביידען בשעת ער איז געפארן אויף א שגץ בייק, אויב ער האט שוין געפאסט א באשלוס וועמען צו נעמען אלטס זיין מיטלויפער, אויף וואס ביידען האט געענפערט ״יא״. פרעגט דער ריפארטער ״נו ווער?״ ביידען: ״דו״.

די ביידען קאמפיין האט עס תיכף פארענפערט אז ביידען האט זיך געוויצלט, קיין באשלוס איז נאכנישט געפאסט געווארן און אז ער זיצט נאך מיט מעגליכע אויסוואלן.

אה.. נאך איין מזל דו ברענגסט אז די קאמפיין האט "פארענטפערט" סאיז א זשאוק, ווען נישט בלייב איך מיט די הו"א אז ער האט גענימען פיטער דוסי פון פאקס ניוז אלס מיטלויפער.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:10 am

כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א ריפארטער האט היינט געפרעגט ביידען בשעת ער איז געפארן אויף א שגץ בייק, אויב ער האט שוין געפאסט א באשלוס וועמען צו נעמען אלטס זיין מיטלויפער, אויף וואס ביידען האט געענפערט ״יא״. פרעגט דער ריפארטער ״נו ווער?״ ביידען: ״דו״.

די ביידען קאמפיין האט עס תיכף פארענפערט אז ביידען האט זיך געוויצלט, קיין באשלוס איז נאכנישט געפאסט געווארן און אז ער זיצט נאך מיט מעגליכע אויסוואלן.

אה.. נאך איין מזל דו ברענגסט אז די קאמפיין האט "פארענטפערט" סאיז א זשאוק, ווען נישט בלייב איך מיט די הו"א אז ער האט גענימען פיטער דוסי פון פאקס ניוז אלס מיטלויפער.


זיי האבן פארענפערט די ״יא״ חלק.

דער ריפארטער האט זעלבס פארשטענדליך נישט געהאט קיין הו״א אז ער איז דער אויסוואל, מ׳האט אבער געקענט ארויסלערנען פון ביידענס ריאקציע אז א באשלוס איז שוין געפאסט געווארן.

אין קעיס האט נישט פארשטאנען.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:15 am

מטעמים האט געשריבן:און אויב ווערט מען געוואר אז די מעשה איז נישט אמת וואס טוהט מען דאן?

ווייל אויב ווערט קלאר באשטעטיגט אז די מעשה איז 100% אמת גייט זיין וואס?

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:20 am

האלצשטיין האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:און אויב ווערט מען געוואר אז די מעשה איז נישט אמת וואס טוהט מען דאן?

ווייל אויב ווערט קלאר באשטעטיגט אז די מעשה איז 100% אמת גייט זיין וואס?

עס גייט נישט מאכען קיין סענס.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:23 am

מטעמים האט געשריבן:
האלצשטיין האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:און אויב ווערט מען געוואר אז די מעשה איז נישט אמת וואס טוהט מען דאן?

ווייל אויב ווערט קלאר באשטעטיגט אז די מעשה איז 100% אמת גייט זיין וואס?

עס גייט נישט מאכען קיין סענס.

עס איז באריכטעט דורך פאליטיקא, די היל, דעילי ניוז, יאהו ניוז, ניו יארק פאוסט און נאך

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך באקסער בוים » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:29 am

ס׳מאכט אפשר נישט קיין סענס אבער אזא התנהגות שטייט גאנץ גוט פאר טראמפ..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:31 am

מוז נאך אלץ נישט זיין די מעשה איז געווען פונקט אזוי, מיט אפאר מינדערוויכטיגע שינוים קענען זאכן קלארער ווערן. ווי געווענליך.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוגוסט 09, 2020 1:42 am

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:. זיי זאגן אז דאס איז נארמאל דאס טוט ער מיט יעדן און ער מיינט נישט שעלדאן פערזענדליך.

ער זעהט מיר אויס צו זיין געפערליך פארביסן לעצטענס, כווייס נישט צו סאיז די עלטער זיינע, צו די שלעכטע פאליטישע מצב מיט אים. צו אפשר ביידע אינאיינעם.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוגוסט 09, 2020 3:40 am

געווענליך א וועפעדיגער אלטער פארט נישט אויף קיין שגץ בייק.

אויב עס איז נאך דא(=יש) דא(=כאן) אזעלכע פאר וועם מען ברויך דאס ארויספוינטן.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוסף החסיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אוסף החסיל » זונטאג אוגוסט 09, 2020 8:39 am

האלצשטיין האט געשריבן:
אוסף החסיל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אוסף החסיל האט געשריבן:די היינטיגע עקזעקעטיוו ארדער איז א בחינה פון שאח-מאט.
זאלן פעלאסי/שומער גיין אין קאורט זיך שלאגען קעגן בענעפיטירן ארבעטארער...

איך האלט פונקט ווי דיר, ס'איז אבער אין די נישט ריכטיגע אשכול.

פארוואס? ער האט געוואונען די וואלן היינט.

ער האט שוין געוואונען די וואלן ווען ער האט זיך די ערשטע מאל געטראפן מיט קים יאנג אן פון צפון קארעא..

:lol:

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:45 am

עס הייבט אן צו ווערן א אפטע ערשיינונג...

דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן האט נעכטן איבערגעריסן זיין טעגליכע פרעסע קאנפרענץ וואס ער האט אפגעהאלטן אין ניו דזשערזי נאך וואס א רעפארטער האט אים פעקט טשעקט אויף די מינוט, און אים אויפגעוויזן אז ער האט ליגענט געזאגט פאר דער אמעריקאנער פאלק.

ער האט פראבירט פאר א מינוט צו ספינען, אבער נאכן זען אז די פאקטן זענען אויף די צווייטע זייט, האט ער פשוט פארלאזט דעם ארט.
לעצט פאראכטן דורך עכט היימיש אום זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:48 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:48 am

86

וויסקאנסין
סב"ס - לייקלי וואטערס

וועם פלאנט איר צו שטומען:
ביידען 48
טראמפ 42

ווער וואלט בעסער געהאנדלט די קאראונע קריזיס:
ביידען 47
טראמפ 32

ווער וואלט בעסער געהאנדלט די עקענאמיע:
טראמפ 47
ביידען 43

אוועטאר
נקדימון
שר האלפיים
תגובות: 2631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:51 am

86

פענסילוועניע
סב"ס - לייקלי וואטערס

וועם פלאנט איר צו שטומען:
ביידען 49
טראמפ 43

ווער וואלט בעסער געהאנדלט די קאראונע קריזיס:
ביידען 47
טראמפ 37

ווער וואלט בעסער געהאנדלט די עקענאמיע:
טראמפ 46
ביידען 45

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:24 am

בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז ביידען וואלט ווען געדארפט זיין פאראויס מיט At least double digits אין די דריי וויכטיגע ראסט בעלט סטעיטס??

RCP
Aug. 9 2016

פענסילוועניע
8.7 + Clinton

וויסקאנסין
5.5 + Clinton

מישיגען
6.2 + Clinton

................................................

RCP
Aug. 9 2020

פענסילוועניע
4.7 + Biden

וויסקאנסין
5.2 + Biden

מישיגען
7.5 + Biden

און דאס איז טראץ אלע פראבלעמען וואס פלאגט דאס לאנד, דארף עס נישט זיין באזארגענד פאר די דעמאקראטן?
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך בעסער אזוי » זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:38 am

538
Aug. 9 2016

פענסילוועניע
8.5 + Clinton

וויסקאנסין
11.4 + Clinton

מישיגען
11.4 + Clinton

................................................

538
Aug. 9 2020

פענסילוועניע
6 + Biden

וויסקאנסין
7.3 + Biden

מישיגען
7.8 + Biden
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:47 am

אוגאסט איז נאך די דעמאקראטישע קאנווענשאן. נישט שייך קיינע קאמפעריסאנס.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:48 am

נקדימון האט געשריבן:86

פענסילוועניע
סב"ס - לייקלי וואטערס

וועם פלאנט איר צו שטומען:
ביידען 49
טראמפ 43

ווער וואלט בעסער געהאנדלט די קאראונע קריזיס:
ביידען 47
טראמפ 37

ווער וואלט בעסער געהאנדלט די עקענאמיע:
טראמפ 46
ביידען 45

אינטערסאנט אז אויף די עקאנאמי טראסט מען נאכאלס טראמפ מער ווי ביידען, און אלעס קאכט אראפ ביים שטום בודקע צו די עקאנאמי
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:49 am

כאפצעם האט געשריבן:אוגאסט איז נאך די דעמאקראטישע קאנווענשאן. נישט שייך קיינע קאמפעריסאנס.

גערעכט. אין 2016 איז שוין די קאנווענשן געווען אין יולי.
--
@בעסער אזוי, ווער זאגט זיי זענען נישט באזארגט, זיי זענען לכאורה יא ערנסט באזארגט.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3782
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פער בריסטאו » זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:51 am

עכט היימיש האט געשריבן:עס הייבט אן צו ווערן א אפטע ערשיינונג...

דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן האט נעכטן איבערגעריסן זיין טעגליכע פרעסע קאנפרענץ וואס ער האט אפגעהאלטן אין ניו דזשערזי נאך וואס א רעפארטער האט אים פעקט טשעקט אויף די מינוט, און אים אויפגעוויזן אז ער האט ליגענט געזאגט פאר דער אמעריקאנער פאלק.

ער האט פראבירט פאר א מינוט צו ספינען, אבער נאכן זען אז די פאקטן זענען אויף די צווייטע זייט, האט ער פשוט פארלאזט דעם ארט.


האפינגטאן פאוסט אין יודיש..

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:51 am

קרייסלער האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:86

פענסילוועניע
סב"ס - לייקלי וואטערס

וועם פלאנט איר צו שטומען:
ביידען 49
טראמפ 43

ווער וואלט בעסער געהאנדלט די קאראונע קריזיס:
ביידען 47
טראמפ 37

ווער וואלט בעסער געהאנדלט די עקענאמיע:
טראמפ 46
ביידען 45

אינטערסאנט אז אויף די עקאנאמי טראסט מען נאכאלס טראמפ מער ווי ביידען, און אלעס קאכט אראפ ביים שטום בודקע צו די עקאנאמי

והא ראי' אין 2018 ווען די עקענאמיע האט געבומט האבן די רעפובליקאנער פארלוירן 40 זיצן


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”