אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעסער אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך בעסער אזוי » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 4:50 pm

גראדע האב איך נישט געהאט די זכיה צו פארשטיין וואס איז ראנג מיט די קליפ, סימפל ביידען סטייל
וואס ווייסטו וואס עס איז געווען באשערט פאר דיר, אז די באשעפער האט אזוי געפירט מיז זיין אז עס איז "בעסער אזוי"..

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 5:28 pm

דאס איז די פראבלעם פון די טראמפסטער, אין אנהויב איז עס געווען א זשאוק, מהאט גענימען געשטיקעלטע ביידען געפפס און אויפגעשפילט מיט א פאמפע, דערנאך ווען דאס האט נישט געקלעבט האט מען ארויפגריקט די וואליום און אנגעהויבן פארשפרייטן יעדע 20 סעקונדיגע (אוט אוו שעות) קליפ ווי ער קעקצט עטוואס און האבן אנגעהויבן זינגען אז ער איז גאר אינגאנצן נישט בתוכינו.

נאכן אזוי לאנג זיך איינחזר'ן די נוסח זענען זיי עקטשועלי אליין קאנווינסד געווארן אין דעם אלס פאקט... אויף אזוי ווייט אז היינט צוטאגס נעמען זיי זיך שוין ניטאמאל די מיה צו שניידן.. זיי קענען שוין פלעין ארומשיקן קנאקעדיגע ביידען קליפס, האבנדיג ביים ענדע עטליכע רגע'ס קעקצעריי איז דאס ביי זיי כתוב וחתום אלס א פארטיגע אלצהיימערס קליפ...

און זיי הייבן נישט אן כאפן ווי מענטשן ווערן נישט אויפגעציטערט דערפון. . פארקערט גאר?! אנריעל..

אן עקסטערע סתירה אין די טראמפישע מעין טאלקינג פוינטס זענען די 2 הויפט ארגומענטן זייערע:

1) טעגליך געשניטענע עטליכע סעקונדען קליפס פון ביידן ביי טעלעוויזיע אינטערוויוס, פאליסי דרשה'ס, און פרעסע קאנפערענצן, וואס דאס דארף צייגן אז ער קאלעכט אויף מיליאן.

2) די צווייטע מעין ארגומענט זייערע, וואס ווערט גאר אפטמאל געניצט בחדא מחתא אינעם זעלבן אטעם, איז אז ביידען איז באהאלטן אין בעיסמענט!.... ער באווייזט זיך נישט..

די איראניע צווישן די צוויי ארגומענטן וויינט פון זיך אליין..

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 5:42 pm

לעסט טיים איי טשעקט, האט עס נישט געוויינט,

ס'האט געקאכט
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 5:57 pm

:lol:

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 6:51 pm

ביידען און די. ען. סי. האבן אויפגעטריבן $140 מיליאן אין יולי.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 6:53 pm

א פיצקי ווייניגער ווי פאריגע מאל

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:14 pm

בס"ד
ביידען איז נארוואס אריינגעפאלן אין די "סוויפט באוט" פאסטקע, וויי וויי. יא טעסט אדער נישט טעסט?
אפגערעדט אז, נו, שוין, קנאק קנאק...
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:22 pm

באנדלערס פאר ביידען גרייטן צו א גרויס פאנדרעיזינג בליץ פאר נאך וואס ער מעלדט זיין וויצע

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:33 pm

קאכעדיגע האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:קאנספעראציע:

ביידע קאנדידאטן מעלדן נישט זייערע פאנדרעיזינג ציפערן, נאר ווארטן פאר ביידען'ס וויצע מעלדונג.

דער טראמפ קאמפיין האט געהאט א גאר מעכטיגע פאנדרעזינג מאנאט, ווען זיי האבן אין בלויז אין איין פאנדרעזינג מיט טראמפ געריעסט איבער 20 מיליאן דאלער, און האבן געהאט נאך גאר סוקסעספולע טעג, און זיי האבן למעשה גערעיסט מעגאו ציפערן, און יעצט ווארטן זיי אז ביידען זאל מעלדן זיין וויצע פרעזידענט, און דאן וועלן זיי ארויסשיסן די נייעס מיט זייערע מעכטיגע ציפערן, און אביסל באגראבן די אנטענטשן וואס ביידען וויל געניסן מיט זיין מעלדונג.

דער ביידען קאמפיין האט געהאט א שוואכע פאנדרעיזינג מאנאט, און זיי ווארטן אויף דער מעלדונג כדי אז דער פאמפע וואס קומט מיט דער וויצע מעלדונג זאל אביסל באגראבן די פלאפ מיט די פאנדרעיזינג ציפערן.

קיין קאנספיראציע, ס'איז אמת ויציב

דאס ווערט אנגערופן ווישפול טינקינג..

איך האב מורא אז אפשר איז גאר די טראמפ קאמפיין דער וואס ווארט אויף די ביידען וויצע צו באגראבן זייער שוואכערע פאנדרעיזינג... :lol:

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:48 pm

קאכעדיגע האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:קאנספעראציע:

דער ביידען קאמפיין האט געהאט א שוואכע פאנדרעיזינג מאנאט, און זיי ווארטן דער וויצע מעלדונג זאל באגראבן די פלאפ מיט די פאנדרעיזינג ציפערן.

קיין קאנספיראציע, ס'איז אמת ויציב

וואס איז פשט פון לאזן טראסקען א סטעיטמענט און לויפן? כ'האלט ס'דארף זיין איינס פון די תקנות המקום, א שטייגער ווי פעיסבוק וכו' ווי אפענע פעיק ניוז ווערט פארמעקט.

אויב שרייבסטו "אמת ויציב" אז ביידען האט געהאט א גאר שוואכע פאנדרעיזינג מאנאט אזש ער ווארט אויפן וויצע מעלדונג עס צו "באגראבן" ברויכסטו ברענגען דאס מינימום אונטערשטיצונג דערצו.

עטליעסט, צום ווייניגסטענס, איינמאל ס'קומט ארויס די מציאות, דהיינו סאיז עקטשועלי א באמבערדיגע פאנדרעיזינג מאנאט, מוז דער ניק צוריקקומען און אדער מסביר זיין זיין מקור, און פון ווי זיין טעות האט זיך גענימען, אדער אפעלעזשייזן און פארמעקן דעם ליגענט. אויב אנטזאגט ער זיך ווערט דער ניק פארשפארט פאר 2 וואכן.

ס'איז פשוט נישט פעיר צו פיטערן פעיק ניוז פאר אזא ציבור אינטעליגענטע מענטשן אנע קאנסעקווענצן.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:50 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ביידען און די. ען. סי. האבן אויפגעטריבן $140 מיליאן אין יולי.


מעכטיגע מעכטיגע ציפער, הגם א מיליאן ווייניגער ווי פאריגע חודש.


עס איז גראדע עכט אזוי ווי מער ווי א מיליאן ווייניגער, נאר איבער 5 מיליאן ווייניגער, ווייל יוני איז דאך איין טאג קלענער ווי יוני, וואס איז בערך פיר א האלב מיליאן דאלער, אויב מען צוטיילט די חודש'ליכע ציפערן פער טעג.

פון די אנדערע זייט איז דאך יוני געווען די גרויסארטיגע פאנדרעיזער מיט אבאמע פון די 11 מיליאן דאלער.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:55 pm

ביידען אנהייב יאר אין אייאווע, ביי א רעזולטס וואטש פארטי.
צוגעלייגטע
20200805_195400.jpg
20200805_195400.jpg (431.34 KiB) געזעהן 314 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:56 pm

די טראמפ קאמפיין'ס מיאוס פארדארבענע פעיק ניוז.
צוגעלייגטע
IMG_20200805_195325.jpg
IMG_20200805_195325.jpg (129.74 KiB) געזעהן 314 מאל

אוסף החסיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אוסף החסיל » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:58 pm

האלצשטיין האט געשריבן:
קאכעדיגע האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:קאנספעראציע:

ביידע קאנדידאטן מעלדן נישט זייערע פאנדרעיזינג ציפערן, נאר ווארטן פאר ביידען'ס וויצע מעלדונג.

דער טראמפ קאמפיין האט געהאט א גאר מעכטיגע פאנדרעזינג מאנאט, ווען זיי האבן אין בלויז אין איין פאנדרעזינג מיט טראמפ געריעסט איבער 20 מיליאן דאלער, און האבן געהאט נאך גאר סוקסעספולע טעג, און זיי האבן למעשה גערעיסט מעגאו ציפערן, און יעצט ווארטן זיי אז ביידען זאל מעלדן זיין וויצע פרעזידענט, און דאן וועלן זיי ארויסשיסן די נייעס מיט זייערע מעכטיגע ציפערן, און אביסל באגראבן די אנטענטשן וואס ביידען וויל געניסן מיט זיין מעלדונג.

דער ביידען קאמפיין האט געהאט א שוואכע פאנדרעיזינג מאנאט, און זיי ווארטן אויף דער מעלדונג כדי אז דער פאמפע וואס קומט מיט דער וויצע מעלדונג זאל אביסל באגראבן די פלאפ מיט די פאנדרעיזינג ציפערן.

קיין קאנספיראציע, ס'איז אמת ויציב

דאס ווערט אנגערופן ווישפול טינקינג..

איך האב מורא אז אפשר איז גאר די טראמפ קאמפיין דער וואס ווארט אויף די ביידען וויצע צו באגראבן זייער שוואכערע פאנדרעיזינג... :lol:

ניין. שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן געהאט א הערליכע חודש... 165 מיליאן!
אא.jpg
אא.jpg (97.76 KiB) געזעהן 306 מאל

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך קענטאקי » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:00 pm

ביי א ווירטואלע פאנדרעיזער נעכטן מיט איוואנקא טראמפ האט זי אויפגעטריבן 4 מיליאן דאללער פון ארום הונדערט מענטשן

אוסף החסיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אוסף החסיל » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:03 pm

כאפצעם האט געשריבן:די טראמפ קאמפיין'ס מיאוס פארדארבענע פעיק ניוז.

אויף וועלכע וועלט לעבט איר? עס איז א פרעזידענטליכע קאמפיין דא... אזוי גייט עס.

אוסף החסיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 7:19 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אוסף החסיל » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:05 pm

דער פרעזידענט קומט קיין דיעל נ.ז. פאר א אידישער פאנדרעיזער.
ווייסט איינער פרטים?

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:13 pm

ביידען האט פריער געטוויט אז די מענטשן וואס שיקן די ווארט FIRST צו 30330 גייען זיין די ערשטע צו וויסן וועם ער האט גענומען פאר וויצע

וואס עט זיין מיט'ן טוויטער עולם?

אלפים ועשרים
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:36 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אלפים ועשרים » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:13 pm

אלפים ועשרים האט געשריבן:מיט וויפיל דער דעמאקראט (די בלויע ליין) איז געווען פאראויס פונעם רעפובליקאנער נאציאנאל אין די טעגליכע RCP עוורידזש אין די לעצטע זעקס חדשים פאר די וואלן אין 2008, 2012, און 2016 אקעגן ביידען אין 2020 דערווייל (די אראנדזשע ליין).

July 16.JPG
July 16.JPG (51.78 KiB) געזעהן 270 מאל


קלינטאן אין 2016 איז יעדע עטליכע וואכן אנגעקומען צו כמעט ווי ביידען האלט אין די לעצטע שטיק צייט, אבער זי האט געהאט גאר דראמאטישע סווינגס ארויף און אראפ. אבאמא אין 2008 איז קאנסטענטלי געווען ביי ארום 2% שוואכער ווי ביידען יעצט, אויסער איין מאל ווען זיי זענען געווען ממש די זעלבע. אבאמא אין 2012 איז נישט געקומען אפילו נאענט צו ווי ביידען איז יעצט.

אן אפדעיט פון וויאזוי ס'איז געגאנגען ווייטער זינט איך האב עס געפאוסט דא מיט 20 טעג צוריק.

August 5.JPG
August 5.JPG (51.62 KiB) געזעהן 270 מאל


נעכטן איז ביידען צום ערשטן מאל אין באלד דריי חדשים געווען שוואכער קעגן טראמפ ווי קלינטאן איז געווען מיט פיר יאר צוריק אין די זעלבע צייט. אינטערסאנט ווי די טרענד איז אזוי ענליך צו 2008, איבערהויפט אויב ביידען זאל כאפן א וויצע מעלדונג באמפ וואס זאל אויסוועפן צוויי וואכן שפעטער.
לעצט פאראכטן דורך אלפים ועשרים אום מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:20 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
אוועקמאכן איינעם וואס האט געלייגט די שאנסן פון א קלינטאן געווינס ביי 85-90% נאר ווייל זי האט פארלוירן.

=

אוועקמאכן א קאלקולעיטאר וואס געבט אן 85-90% שאנס אז כאטש איינס פון איינעמ'ס דריי קינדער זאל זיין א בן זכר ווייל מענטשן האבן דריי מיידלעך אין א רייע.

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:16 pm

אוסף החסיל האט געשריבן:דער פרעזידענט קומט קיין דיעל נ.ז. פאר א אידישער פאנדרעיזער.
ווייסט איינער פרטים?

דאס איז די סירישע קהילה אין פלעטבוש. זיי האבן אויך געמאכט א פאנדרעיזער 5 יאר צוריק, און דער וואס האט עס אנגעפירט איז אוועק פון קאראנע. ער איז געווען א נאנטע פרענד מיט טראמפ און יעצט מאכט מען לעילו נשמתו.

ס'קאסט 5 אלפים אריינצוגיין, 35 טויזנט פאר א בילד און 50 צו קענען זיצן ביים ראונד טעבל מיט ירום הודו.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:26 pm

האלצשטיין האט געשריבן:ביידען האט פריער געטוויט אז די מענטשן וואס שיקן די ווארט FIRST צו 30330 גייען זיין די ערשטע צו וויסן וועם ער האט גענומען פאר וויצע

וואס עט זיין מיט'ן טוויטער עולם?

דאס קומט צוריק

Wondering who Joe Biden will pick as his running mate?

If you haven't already, sign up here to be on the list of first people to find out: https://joe.link/2OdaCuY

Recurring Msgs. Reply STOP to quit, HELP for info. Msg&DataRatesMayApply. Terms @ https://joe.link/terms
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

יצחק אייזיק
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יצחק אייזיק » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:37 pm

אוסף החסיל האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:די טראמפ קאמפיין'ס מיאוס פארדארבענע פעיק ניוז.

אויף וועלכע וועלט לעבט איר? עס איז א פרעזידענטליכע קאמפיין דא... אזוי גייט עס.

ס'גייט נישט אלץ אזוי.

טראמפ, וואס איז שוין פרעזידענט פאר 4 יאר, וואלט געדארפט קאמפיינען מיט זיינע אויפטוען. מיט קאראנא קען ער ליידער נישט קאמפיינען, די עקאנאמיע איז אויך נישט פארזיכערט מיט אזא קאראנא סייקל, ממילא קען ער נאר שרייבן סליפי ביידן אין די בעיסמענט.

נישט אז טראמפ האט נישט מיט וואס זיך אויפצוטון און איך האלט נישט אז ס'איז אזויפיל נידריגער ווי אנדערע קאמפיינס, אבער דאס אליין אז אן אמטירנדער פרעזידענט לאזט זיך אזוי אראפ קעגן ביידן צינדט אן א רויט לעמפל.

קוק אויף די קאמפיין טוויט פון די פאנדרעיזינג ציפערן, כ'מיין, וואו קומט ביידן דארט אריין?!?

הבנת?

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:49 pm

מאסיווע ציפערן פאר'ן פרעזידענט! עכט עכט שיין! בפרט מיט אזאלעכע נידריגע ציפערן אין די אנקעטעס.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 9:03 pm

ברעיקינג:

טוויטער סוספענדירט טראמפ פון טוויטן ביז ער פארמעקט א טוויט מיט פאלשע אינפאו לויט זיי.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 9:07 pm

ברעיקינג:

ניו יארק אטורני זשענעראל לאטישע זשעימס האט געמאלדן זי וועט געבן מארגן דאנערשטיג א "מעיזשאר נאציאנאלע אנאנסירונג".

די אנאנסירונג וועט פארקומען אום 11:30.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”