טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 9:16 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:איך האב זייער ליב וואס דו שרייבסט, אבער איך האב מער ליב ווען א דעבאטע פארט נישט ארויס פון קאנטעקסט. דיין תגובה איז אפשר זייער גוט אנצוהויבן א נייע דעבאטע, אבער מיט מיין ציטירטע תגובה האט עס גארנישט, קוק איבער וואס עס באציט זיך וועסטו כאפן וואס איך מיין.

איך האב מיך באצויגן אויף דיין לעצטע שורה, ווייל כ'האב נישט געוואלט אריינגיין אויף א דעבאטע בנוגע איראן, היות איך האב געהאלטן די דיעל מיט איראן אלס די איינציגסטע אלטערנאטיוו חוץ א דירעקטע און אומדירעקטע מלחמה.

האסטו געשריבן אין די לעצטע שורה אז אמעריקא האט היינט א שלל פון נייע פריינט, וואס איז זייער א גוטע זאך, וכו'.
מכאן ואילך האבעך שוין געשריבן אין מיין פאריגע תגובה.

כ'האף כ'האב מיך גוט מסביר געווען אויף וואס ארויף איך האב געשריבן, און מיין שטעלונג, און מעגסט מחולק זיין
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 9:19 pm

@פעיק, בנוגע וואס דו האסט מסביר געווען אין די קריג קעגן איראן האסטו א שטארקע פוינט, די שאלה איז די פרייז וואס מ'צאלט
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 9:21 pm

מיין גאנצע תגובה, אינקלודינג די לעצטע שורה, באציט זיך צו צו די 'איראן' אישו.


די פרייז וואס מען צאלט קומט נישט אריין דא, די שאלה איז געווען - קוק צוריק - צו איראן וויל ענדערש האבן טראמפ אדער ביידען.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 9:34 pm

גערעכט, און לאמיר זאגן אז איראן וויל טאקע ענדערש א ביידען, איז פאר אמעריקא לגבי די אישו אויך א ביידען בעסער.

אין די ביג פיקטשער וויאזוי אמעריקא'ס איזולירונג פון די איבריגע מערב וועלט אין א צייט ווען מ'דארף עס מער ווי סיי ווען אין די לעצטע 30 יאר האבעך שוין מסביר געווען, און אפילו בנוגע איראן גופא, די שאלה איז ווער שטייט מיט אונז אינעם קריג קעגן איראן?

די סוני'ס אין מיטעל מזרח וועלן אייביג זיין צו די האנט ווייל איראן באדראעט זייער עקזיסטענץ, און אייראפע האט מען אונטער אבאמא און וועט ווייטער פארזעצן אונטער ביידען אויך געהאט אינאיינעם פאראייניגט, און איראן האט עס געוואוסט, און חוץ פון די האוטיס און חיזבאלא האבן זיי איינגערוהט.

אונטער טראמפ איז אמעריקא געווארן איזולירט פון די איבריגע וועלט, און איראן אליין האט זיך אנגעהויבן אויסשפרייטן אינעם מיטעל מזרח ווי קייממאל בעפאר, אין איראק, און אין סיריע, און ס'האט שוין געקאסט שאדן פאר אמעריקא, מענטשליכע און געלט.

סאו איה''נ איראן וויל ענדערש ביידען, מיין שכל זאגט אבער אז אמעריקא וועט זיך אויך לוינען אז ביידען זאל פירען דעם קאמף קעגן איראן
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 9:40 pm

איראן האט זיך אריינגערוקט אין סיריע און אין אונטער טראמפ? ווער האט געפייט איראנ'ס אגרעסיעס איבער די וועלט, טראמפ אדער אבאמא? ווער וועט עס טון, טראמפ אדער ביידען?

וואס וועט אמעריקע אונטער ביידען, אינאיינעם מיט די מערב וועלט לענדער טון בעסער מיט איראן, וואס וועט זיך לוינען פאר אמעריקע מער ווי דאס וואס טראמפ טוט?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 9:56 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:איראן האט זיך אריינגערוקט אין סיריע און אין אונטער טראמפ? ווער האט געפייט איראנ'ס אגרעסיעס איבער די וועלט, טראמפ אדער אבאמא? ווער וועט עס טון, טראמפ אדער ביידען?

וואס וועט אמעריקע אונטער ביידען, אינאיינעם מיט די מערב וועלט לענדער טון בעסער מיט איראן, וואס וועט זיך לוינען פאר אמעריקע מער ווי דאס וואס טראמפ טוט?

אויף דיין ערשטע פראגע, איז די תירוץ דאכצעך אונטער טראמפ. געדענק אז די קריג קעגן אייסיס האט זיך הערשט אנגעהויבן אין 2014.

אבער לאמיר זאגן אז ס'איז יא געווען אונטער אבאמא, וואס האט אבאמא געטוהן? אריינגעשיקט טרופן אין סיריע, און באוואפענט די קורדן און אנדערע מעסיגע אויפשטענדלער.

וואס האט טראמפ געטוהן? ארויסגענומען די סאלדאטן פון דארט און איבערגעלאזט א חלל וואס איראן זאל אנפילן.

אויף דיין צווייטע קשיא, אונטער אבאמא האט איראן נאר גערודערט אין תימן און אין לבנון, אונטער טראמפ ווילדעווען זיי און איראק און אין סיריע, און פארגעס נישט אונטער טראמפ האבן זיי פארכאפט שיפן, אטאקירט סאודיע אראביע'ס אויל רעפיינעריס.

אויף דיין לעצטע פראגע איז שוין נוגע וואס מ'האלט בנוגע די איראן דיעל פון 2015 און כ'האב נישט קיין כח יעצט דערצו, פארגעב מיר
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך בִּשְׁבִילֵי הלב » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 10:02 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פּאמפּעיא האט זיך געטראפן נעכטן מיט'ן סולטאן פונעם אראבישן לאנד אמאן, אלס טייל פון זיין רייזע לענגאויס דעם מיטל-מזרח ראיאן, נאכ'ן דיעל צווישן מדינת ישראל און די יונייטעד אראב עמירעיטס צו נארמאליזירן באציאונגען.

סולטאן הייטאם בין טאריק על סאאיד, וועלכער האט איבערגענומען די לייצעס פון דער מלוכה אין יאנואר נאכ'ן טויט פונעם לאנג-יעריגן סולטאן קאבוס בין סאאיד, האט דיסקוסירט מיט פאמפעיא די וויכטיגקייט פון ראיאנעלע שלום.

דעילי איד

אינטערעסאנט אז דער געוועזענער סולטאן קאבוס איז געווען דער איינציגסטער פון אלע נייע שלום לענדער, וואס האט זיך עפענטליך געטראפן מיט מדנ''י פרעמיער לעצטע יאהר.
אהן קיין אפיציעלע נארמאליזאציע..

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 10:08 pm

מען דארף לעבן אין א היבש אלטערנאטיווע יוניווערס צו באשולדיגען טראמפ מיט די אויסנאם רואיגקייט וואס הערשט היינט צוטאגס אין די מיטעל מזרח.

סיריע האט שוין מער נישט קיין ציווילע מלחמה און די איראקע מלחמה איז אווער, אייסיס איז אינטערגעברענגט, אראבישע לענדער ווילען א פערמענאנטע שלום - די טראמפ פארעין פאליסי פון אויסערן פאליטיק איז אין מיין אפיניען די בעסטע וואס אמעריקע איז נאר אמאל געשטאנען.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 10:25 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:איראן האט זיך אריינגערוקט אין סיריע און אין אונטער טראמפ? ווער האט געפייט איראנ'ס אגרעסיעס איבער די וועלט, טראמפ אדער אבאמא? ווער וועט עס טון, טראמפ אדער ביידען?

וואס וועט אמעריקע אונטער ביידען, אינאיינעם מיט די מערב וועלט לענדער טון בעסער מיט איראן, וואס וועט זיך לוינען פאר אמעריקע מער ווי דאס וואס טראמפ טוט?

אויף דיין ערשטע פראגע, איז די תירוץ דאכצעך אונטער טראמפ. געדענק אז די קריג קעגן אייסיס האט זיך הערשט אנגעהויבן אין 2014.

אבער לאמיר זאגן אז ס'איז יא געווען אונטער אבאמא, וואס האט אבאמא געטוהן? אריינגעשיקט טרופן אין סיריע, און באוואפענט די קורדן און אנדערע מעסיגע אויפשטענדלער.

מעסיגע אויפשטענדלער.. א כאפטע ראדיקאלע טעראריסטן, מיט וואס זענען זיי מעסיג? סיריע איז יעצט סך מער מסודר ווי עס איז געווען אונטער אבאמא. ווייסט פארוואס? ווייל מען אויפגעהערט באוואפענען די מעסיגע אויפשטענדלער, און מען האט זיך אראפגעזעצט מיט רוסלאנד און געזאגט, הרי שלך לפניך, דו ביזסט דא דער אליאירטער, נישט איך. איך ברויך איין זאך, אראפ מיט אייסיס אדער דען דעט נעם דו קעיר. און ווי עס איז שוין געווען מערערע מאל באריכטעט אז רוסלאנד איז בכלל נישט אינטערסירט אין איראנ'ס אנוועזנהייט דארט. און קוק א וואונדער, עס איז רואיג און שטיל דארט.
און דאס שוין אויך א תירוץ אויף דיין טענה וועגן שניידן די אמעריקאנער אנוועזנהייט אין סיריע.

אונטער טראמפ האט שוין מדנ"י באמבאדירט איראנער צילן אין סיריע אן א שיעור מאל.

איראן איז שוין אין סיריע עטליעסט זינט די דארטיגע ציווילע קריג.

בנוגע די קורדן, ווער זאגט אז אונטער טראמפ באוואפנט מען זיי נישט? אבער ווי קומען זיי דא אריין אין די דעבאטע בנוגע איראן?
אגב, האב איך נישט געהערט אז עפעס זאל האבן געשען צו זיי.

ואס האט טראמפ געטוהן? ארויסגענומען די סאלדאטן פון דארט און איבערגעלאזט א חלל וואס איראן זאל אנפילן.

אויף דיין צווייטע קשיא, אונטער אבאמא האט איראן נאר גערודערט אין תימן און אין לבנון, אונטער טראמפ ווילדעווען זיי און איראק און אין סיריע, און פארגעס נישט אונטער טראמפ האבן זיי פארכאפט שיפן, אטאקירט סאודיע אראביע'ס אויל רעפיינעריס.


וועמענס שיפן? פון איינער פון די מערב לענדער פון וועם דו האסט אזוי ליב... נישט פון אמעריקע, דאס איז געשען אונטער אבאמא.

חוץ מזה איז א ריזיגע חילוק פון אן פארלוירענע נקמה אטאקע אויף 'סאודי אראביע' ווי באקוועמע טראציגע אינטריגעס וואוסנדיג אז עס וועלן נישט זיין קיינע קאנסעקווענצן.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:51 pm

די אמעריקאנער אמבאסאדע אין טערקיי האט געווארנט פרייטאג אז זי האט באקומען קראנטע באריכטן איבער פּאטענציעלע טעראר אטאקעס און קידנעפינגס קעגן אמעריקאנער בירגער לענגאויס טערקיי.

די אמבאסאדע האט נישט געזאגט פּונקטליך וועלכע טעראר גרופּע עס שטייט אונטער די פּלענער, אבער האט קלארגעשטעלט אז די טעראריסטן פּלאנירן אויך מעגליך צו פארכאפּן אמעריקאנער דיפּלאמאטן וועלכע ארבעטן אין טערקיי.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 12:09 pm

די כינעזער רעגירונג האט געמאלדן אז זי פּלאנירט ארויפצושטעלן סאנקציעס אויף די קאמפּאניס "באואינג", "לאקהיד מארטין", "רעיטיאן" און אנדערע אמעריקאנער ביזנעסער.

כינע זאגט אז די סאנקציעס וועלן זיין געצילט אויף אזעלכע אמעריקאנער קאמפּאניס וואס פּראדוצירן וואפנס וועלכע אמעריקע גרייט זיך צו פארקויפן פאר טייוואן – וועלכע כינע באטראכט אלס אירס א פּראווינץ.

דאס קומט א וואך נאך א געמאלדענע פּלאן פון אמעריקע צו פארקויפן וואפנס פאר טייוואן אין ווערד פון 1.8 ביליאן דאלער.


דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 12:12 pm

די עפּל טעכנאלאגיע פירמע האט געצאלט געלט פאר א קאמפּאני צו לאביאירן קאנגרעס איבער געזעצן וואס צילן אמעריקאנער פירמעס וואס פאבריצירן פּראדוקטן אין די געגנטער אין כינע וואו די רעגירונג באנוצט זיך מיט צוואנגס-ארבעט דורך אירע ווייגער-מוסולמענער בירגער.

אמעריקע האט באשטעטיגט סאנקציעס און בלאקאדעס קעגן קאמפּאניס וואס נוצן די כינעזער צוואנגס ארבעט, און עפל פאלט אין דער קאטעגאריע,

אבער דערווייל איז נישט קלאר צי עפל האט לאביאירט צו בלאקירן די סאנקציעס, אדער אין שטיצע דערפון.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 12:14 pm

אמעריקע האט ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף איראן'ס פּעטראליום מיניסטעריום, אויף איראן'ס נאציאנאלע אויל קאמפּאני און הויפּט טאנקער קאמפּאני.


דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 28, 2020 10:48 am

די טראמפּ אדמיניסטראציע איז ערווארטעט צו מעלדן א פּאליסי טויש, וואס וועט ערלויבן אמעריקאנער רעגירונג אינוועסטמענט געלטער אינעם מערב ברעג.


דעיל איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 1:09 pm

@יש לו מנה: דא האסטו א נייעס פון "דער איד דעילי", אין פארזעצונג פון אונזער שמועס: "רוסישע לופט באמבארדירונגען האבן אומגעברענגט צענדליגער טערקיי-געשטיצטע קעמפער אין צפון-מערב סיריע, לויט א ווארטזאגער פון די גרופּע קעמפער וועלכע איז געצילט געווארן. א רוסישער מיליטערישער פליגער האט זיך געהויבן פון דער סירישער האמיימים באזע און האט דורכגעפירט די באמבארדירונג מיט דריי באמבעס אויף א טרענירונג קעמפּ אינעם אידליב פּראווינץ.

די באמבארדירונג האט געצילט די "סירישע נעשאנעל ארמיי", א רעבעלן קעמפער גרופּע וואס איז טייל פון טערקיי'ס שריט קעגן דעם אסאד רעזשים".



פארשטייסט? אויסערן פאליטיק איז נישט קיין טיק טאק טאו געים, עס איז א שאך ברעטל מיט צענדליגער שטיקלעך וועלכע נעמען אנטייל אין דעם שפיל. רוסלאנד'ס דארט זיין באשיצט די קורדן פון די טערקן. כאפסט?

וואס קען זיין בעסער ווי דאס אז די מאכטן וואס זענען די אמת'ע שפילער אין יענעם ראיאן זאלן אליין פארטיידיגן זייערע טעריטאריע'ס?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אוקטובער 30, 2020 11:05 am

אמעריקע האט נעכטן אויפגעדעקט אז זי האט פארכאפּט איראנער מיסילס וועלכע זענען געשיקט געווארן קיין תימן, און אויך האט די אמעריקאנער רעגירונג קאנפיסקירט און פארקויפן 1.1 מיליאן פעסלעך איראנער אויל וואס איז געווען אויפ'ן וועג קיין ווענעזועלע.

דער יוסטיץ דעפּארטמענט האט נעכטן אויפגעדעקט די דעטאלן, זאגנדיג אז די קאנפיסקירונגען און פארקויף פון די איראנער אויל איז בארעכטיגט אונטער די נייע סאנקציעס וואס אמעריקע האט געשטעלט אויף איראן.


דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אוקטובער 30, 2020 11:06 am

אמעריקאנער מיליטערישע באאמטע, שפּיאנאזש קוועלער און לאו ענפארסמענט אויטאריטעטן האבן אינאיינעם צוזאמגעשטעלט א נייע באריכט וואס ווארנט איבער א באלדיגן און ערנסטן געפאר וואס אמעריקע שטייט אויס פון אן אטאקע דורך איראן.

די שפּיאנאזש אגענטורן האבן באקומען קלארע אנדייטונגען אז איראן פּלאנירט אטענטאטן און קידנעפינגס אויף הויכראנגיקע פּענטאגאן באאמטע אויף אמעריקאנער באדן, אלס נקמה צום טויט פון זייער קאמאנדיר קאסאם סוליימאני.


דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
Rak Tov
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: זיך אקציע אונטערגענימענגעווארן

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך Rak Tov » זונטאג נובעמבער 01, 2020 2:52 am

סיעל טיעם 6 האט דעם פארגאנגענעם סוף וואך אין א געוואגטע אפעראציע באפרייט א אמעריקאנע בירגער וואס איז פארכאפט געווארן אין ניידשעריע פארגאנגענעם דינסטאג


איינער מיט מער פרטים?
לעצט פאראכטן דורך Rak Tov אום זונטאג נובעמבער 01, 2020 4:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Multiple sources called this election differently

נעה
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך נעה » זונטאג נובעמבער 01, 2020 3:24 am

מטעמים האט געשריבן:מען דארף לעבן אין א היבש אלטערנאטיווע יוניווערס צו באשולדיגען טראמפ מיט די אויסנאם רואיגקייט וואס הערשט היינט צוטאגס אין די מיטעל מזרח.

סיריע האט שוין מער נישט קיין ציווילע מלחמה און די איראקע מלחמה איז אווער, אייסיס איז אינטערגעברענגט, אראבישע לענדער ווילען א פערמענאנטע שלום - די טראמפ פארעין פאליסי פון אויסערן פאליטיק איז אין מיין אפיניען די בעסטע וואס אמעריקע איז נאר אמאל געשטאנען.





אייסיס האט זיך צוריק אויפגעוועקט אין איראק די לעצטע צוויי וואכן אויך אין סיריע
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » זונטאג נובעמבער 01, 2020 3:19 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:@יש לו מנה: דא האסטו א נייעס פון "דער איד דעילי", אין פארזעצונג פון אונזער שמועס: "רוסישע לופט באמבארדירונגען האבן אומגעברענגט צענדליגער טערקיי-געשטיצטע קעמפער אין צפון-מערב סיריע, לויט א ווארטזאגער פון די גרופּע קעמפער וועלכע איז געצילט געווארן. א רוסישער מיליטערישער פליגער האט זיך געהויבן פון דער סירישער האמיימים באזע און האט דורכגעפירט די באמבארדירונג מיט דריי באמבעס אויף א טרענירונג קעמפּ אינעם אידליב פּראווינץ.

די באמבארדירונג האט געצילט די "סירישע נעשאנעל ארמיי", א רעבעלן קעמפער גרופּע וואס איז טייל פון טערקיי'ס שריט קעגן דעם אסאד רעזשים".



פארשטייסט? אויסערן פאליטיק איז נישט קיין טיק טאק טאו געים, עס איז א שאך ברעטל מיט צענדליגער שטיקלעך וועלכע נעמען אנטייל אין דעם שפיל. רוסלאנד'ס דארט זיין באשיצט די קורדן פון די טערקן. כאפסט?

וואס קען זיין בעסער ווי דאס אז די מאכטן וואס זענען די אמת'ע שפילער אין יענעם ראיאן זאלן אליין פארטיידיגן זייערע טעריטאריע'ס?

ש'כח @פעיק.

אויב ס'איז אזויווי דו זאגסט אז די רוסן פראטעקטן די קורדן דאן זענען זאכן אינגאנצן אנדערש.

ס'איז אבער זייער פאני, ווייל די קורדן באקעמפן דאך אויך אסאד סאו פארוואס זאל פוטין באשיצן די קורדן?

מיינע צוויי צענט איז אז רוסלאנד באמבאדירט די טערקן צוליב וואס די טערקן זענען ווי א פרעמד געוואוקס דארט פאר אסאד, און אינאיינוועגס האבן שוין די קורדן מנוחה פון טערקישע אגרעסיעס, אבער כ'גלייב נישט אז די רוסן זענען דא מיט א ציל צו העלפן די קורדן.
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג נובעמבער 01, 2020 3:41 pm

בס"ד
נעה האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:מען דארף לעבן אין א היבש אלטערנאטיווע יוניווערס צו באשולדיגען טראמפ מיט די אויסנאם רואיגקייט וואס הערשט היינט צוטאגס אין די מיטעל מזרח.

סיריע האט שוין מער נישט קיין ציווילע מלחמה און די איראקע מלחמה איז אווער, אייסיס איז אינטערגעברענגט, אראבישע לענדער ווילען א פערמענאנטע שלום - די טראמפ פארעין פאליסי פון אויסערן פאליטיק איז אין מיין אפיניען די בעסטע וואס אמעריקע איז נאר אמאל געשטאנען.


אייסיס האט זיך צוריק אויפגעוועקט אין איראק די לעצטע צוויי וואכן אויך אין סיריע


אייסיס שמייסיס, די קניידל אין סאלאמאני קולע אל השערה האט געמאכט א נייע מיטל מזרח. ווי עס גייט די ווערטל, די שאס וואס מען האט געהערט אין די גאנצע וועלט. דאס איז אויך די רשעות'דיגע פעיק מידיע, קיין ווארט פון די בעסטע אמעריקאנער אויסערן פאליטיק זייט רעיגען אדער נאך פריער. די מידיע איז אלץ ביזי צו דעקן טראמפ'ס אויסערן פאליטיק, ווען ס'איז דא עפעס א קאנטראווערסיע, עפעס אפאזיציע, און איינער "לייקנט" שוין עפעס, איינער "ווארפט אפ" אדער "דיפענד," און אפאר קאוטש-זיסער בעבי-סיטער "עקספערט" ווערט "געקוואוט" מיט א ברייטן שמייכל אז טראמפ "ווייסט נישט וואס טוט זיך."

איך געדענק נישט אין די גאנצע פיר יאר א ליבעראלע מעינסטרים מידיע זאל האבן א נארמאלע מעינסטרים הערליכע באשרייבונג אויף טראמפ'ס אויסערן פאליטיק נצחונות.

און זיין משכונות צוריק-ברענגעריי, ממש מבהיל הרעיון פארוואס מ'רעדט נישט דערפון קיין אות אחת.

עניוועי, דער שלו' פריעד אויף קול מבשר האט עס גוט ארויס ביים דעבאטע. יעדער האט דאס קדחת פאר טראמפ. אפילו נארט קארעא. געהאלטן א נאדל פאר א מלחמה, און יעצט רוט ער איין דער ראקעט מענטשעלע ווי א טאטעלע. איראן ווייסט "נאך אלץ" נישט ווי ער הייסט זייט די סאלאמאני פראסקעס, און מיטאמאל ווערט שלו' און די פאלעסטינער זענען ווי א נארישע קופקע יונגלעך אין פאליש. ווען די פרעסע איז נישט אזוי ביטער פעיק מידיע וואלט מען אראפגעמאלן טראמפ'ס אויסערן פאליטיק ווי טשוירטשיל בתפארתו אדער נאך בעסער.

דער עוזר ווייס האט אויך נישט געהאט די ריכטיגע פאקטן וועגן "נעפטע." טראמפ האט עס איבערגעמאכט מיט די נייע אמעריקע קאנאדע מעקסיקא אפמאך, אינדזשענירט דורך קושנער. האט ער פארגעסן? און אוודאי איז נאך אלץ נישט הונדערט פראצענט אקעי מיט אויסערן האנדל פאליסי, וואס, מיינט איינער אז פערציג יאר קושן די פאלעס פון טשיינע און אנדערע לענדער וועט אלעס צוריק גיין אין צוויי-דריי יאר?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג נובעמבער 01, 2020 3:53 pm

רייט. פריעד איז אריין געקומען קריסטאל קלאר. דער ווייס האט מיר פארלוירן גלייך אין אנהויב ביי קאוויד, ווען אויף יעדע זאך וואס פריעד האט געזאגט איז ער געקומען מיט מיליאן ספינעראציעס שלא מן הענין ווי אטאקירן דעם פרעזידענטס כאראקטער און זיין מהלך פון זיך פראפגאנדירן.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג נובעמבער 01, 2020 3:58 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:@יש לו מנה: דא האסטו א נייעס פון "דער איד דעילי", אין פארזעצונג פון אונזער שמועס: "רוסישע לופט באמבארדירונגען האבן אומגעברענגט צענדליגער טערקיי-געשטיצטע קעמפער אין צפון-מערב סיריע, לויט א ווארטזאגער פון די גרופּע קעמפער וועלכע איז געצילט געווארן. א רוסישער מיליטערישער פליגער האט זיך געהויבן פון דער סירישער האמיימים באזע און האט דורכגעפירט די באמבארדירונג מיט דריי באמבעס אויף א טרענירונג קעמפּ אינעם אידליב פּראווינץ.

די באמבארדירונג האט געצילט די "סירישע נעשאנעל ארמיי", א רעבעלן קעמפער גרופּע וואס איז טייל פון טערקיי'ס שריט קעגן דעם אסאד רעזשים".



פארשטייסט? אויסערן פאליטיק איז נישט קיין טיק טאק טאו געים, עס איז א שאך ברעטל מיט צענדליגער שטיקלעך וועלכע נעמען אנטייל אין דעם שפיל. רוסלאנד'ס דארט זיין באשיצט די קורדן פון די טערקן. כאפסט?

וואס קען זיין בעסער ווי דאס אז די מאכטן וואס זענען די אמת'ע שפילער אין יענעם ראיאן זאלן אליין פארטיידיגן זייערע טעריטאריע'ס?

ש'כח @פעיק.

אויב ס'איז אזויווי דו זאגסט אז די רוסן פראטעקטן די קורדן דאן זענען זאכן אינגאנצן אנדערש.

ס'איז אבער זייער פאני, ווייל די קורדן באקעמפן דאך אויך אסאד סאו פארוואס זאל פוטין באשיצן די קורדן?

מיינע צוויי צענט איז אז רוסלאנד באמבאדירט די טערקן צוליב וואס די טערקן זענען ווי א פרעמד געוואוקס דארט פאר אסאד, און אינאיינוועגס האבן שוין די קורדן מנוחה פון טערקישע אגרעסיעס, אבער כ'גלייב נישט אז די רוסן זענען דא מיט א ציל צו העלפן די קורדן.

איך זאג דען אז רוסלאנד איז דא לשם שמים? אונטערשטע שורה זענעאן דו קורדן באשיצט פון טערקיי'ס אגרעסיעס. איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז די קורדן פייטן אסאד. קען זיין אז דו מיינסט דאס וואס די קורדן וואס זענען באזעצט אין פארשידענע לענדער דארט ארום זוכן צו גרינדן אן אייגענע לאנד. גלייב מיר אז אויב וועט אסאד צוריק פייטן זייער וועלן צונעמען א שטיק לאנד פון אים, וועל איך נישט האבן קיין טענות צו אים.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

איפכא מיסתבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך איפכא מיסתבר » זונטאג נובעמבער 01, 2020 4:00 pm

יעצט אויסגעהערט די אינטערוויא, כ'האב מורא דער ווייס איז א טראמפיסט וואס שפילט נאר דעמאקראט צונאר צולייגן די טענות קעגן טראמפ
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:09 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:@יש לו מנה: דא האסטו א נייעס פון "דער איד דעילי", אין פארזעצונג פון אונזער שמועס: "רוסישע לופט באמבארדירונגען האבן אומגעברענגט צענדליגער טערקיי-געשטיצטע קעמפער אין צפון-מערב סיריע, לויט א ווארטזאגער פון די גרופּע קעמפער וועלכע איז געצילט געווארן. א רוסישער מיליטערישער פליגער האט זיך געהויבן פון דער סירישער האמיימים באזע און האט דורכגעפירט די באמבארדירונג מיט דריי באמבעס אויף א טרענירונג קעמפּ אינעם אידליב פּראווינץ.

די באמבארדירונג האט געצילט די "סירישע נעשאנעל ארמיי", א רעבעלן קעמפער גרופּע וואס איז טייל פון טערקיי'ס שריט קעגן דעם אסאד רעזשים".



פארשטייסט? אויסערן פאליטיק איז נישט קיין טיק טאק טאו געים, עס איז א שאך ברעטל מיט צענדליגער שטיקלעך וועלכע נעמען אנטייל אין דעם שפיל. רוסלאנד'ס דארט זיין באשיצט די קורדן פון די טערקן. כאפסט?

וואס קען זיין בעסער ווי דאס אז די מאכטן וואס זענען די אמת'ע שפילער אין יענעם ראיאן זאלן אליין פארטיידיגן זייערע טעריטאריע'ס?

ש'כח @פעיק.

אויב ס'איז אזויווי דו זאגסט אז די רוסן פראטעקטן די קורדן דאן זענען זאכן אינגאנצן אנדערש.

ס'איז אבער זייער פאני, ווייל די קורדן באקעמפן דאך אויך אסאד סאו פארוואס זאל פוטין באשיצן די קורדן?

מיינע צוויי צענט איז אז רוסלאנד באמבאדירט די טערקן צוליב וואס די טערקן זענען ווי א פרעמד געוואוקס דארט פאר אסאד, און אינאיינוועגס האבן שוין די קורדן מנוחה פון טערקישע אגרעסיעס, אבער כ'גלייב נישט אז די רוסן זענען דא מיט א ציל צו העלפן די קורדן.

איך זאג דען אז רוסלאנד איז דא לשם שמים? אונטערשטע שורה זענעאן דו קורדן באשיצט פון טערקיי'ס אגרעסיעס. איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז די קורדן פייטן אסאד. קען זיין אז דו מיינסט דאס וואס די קורדן וואס זענען באזעצט אין פארשידענע לענדער דארט ארום זוכן צו גרינדן אן אייגענע לאנד. גלייב מיר אז אויב וועט אסאד צוריק פייטן זייער וועלן צונעמען א שטיק לאנד פון אים, וועל איך נישט האבן קיין טענות צו אים.

בעיסיקלי וואס דו זאגסט איז אז טראמפ ווען ער איז ארויס פון סיריע האט ער נישט געהאט קיין אנונג וואס די שיקזאל פון די קורדן וועט זיין און ס'איז אים נישט אנגעגאנגען, פערצופאל איז עס געלונגען פאר די קורדן אז רוסלאנד האט געזעהן אין זייער שונא א שונא.

באטעם ליין טראמפ האט איבערגעלאזט די קורדן אויף הפקר.
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט