טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:53 pm

גאר א שוואכע שריט, מצד טראמפ, נאכדעם וואס עס איז געווען קלאר אז מען וואלט איבערגעדרייט זיין פאטענשעל וועטאו.

און אפילו יעצט געצווינגענערהייט האט ער ארויסגעגעבן 2 סטעיטמענטס, איינס אז ער פלאנט נישט צו פאלגן די רעזעלוציע, אויף זאכן וואס ער וויל נישט, צווייטנס אז ער שטייט מיט שי זשינפינג אויך.

IMG_20191127_185209.jpg
IMG_20191127_185209.jpg (84.6 KiB) געזעהן 742 מאל
IMG_20191127_185142.jpg
IMG_20191127_185142.jpg (86.39 KiB) געזעהן 742 מאל


סענעטאר קרוז סטעיטמענט צו די מידיע פרייטאג נאך וואס טראמפ האט נישט געוואלט זיך קאמיטן אז ער וועט אונטערשרייבן.
20191127_225255.jpg
20191127_225255.jpg (181.54 KiB) געזעהן 742 מאל


עס איז אדורך מיט בלויז איין רעפאבליקאנער וואס האט געשטימט דערקעגן אין קאנגרעס, און מיט יונאנימוס קאנסענט אין סענאט.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:59 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:אין גאר א שטארקע שריט, האט פרעזידענט טראמפ היינט -מיטוואך - אונטערגעשריבן א געזעץ "די יומען רייטס ענד דעמאקראסי עקט".

......

אין רעאקציע, האט די כינעזער אויסערן מיניסטעריום ארויסגעשטעלט גאר א שארפע סטעיטמענט פארדאמענדיג די געזעץ, זאגענדי "די געזעץ טוט ערנסט אינטערפיער"ן אין ה"ק אנגעלעגענהייטן און אין די כינעזע דאמעסטישע פאליסי". ווי אויך האבן זיי גאר שארף ארונטערגעריסן דאס "ברעכן די אינטערנאציאנאלע געזעץ און אונטערהקן די די רייכטום און סטאבליטעט פון ה"ק אויף אזא אופן און דאס שטערן די ווידער אויפבוי פון כינע."


אינטער די אבאמא זייגער וואלט מען מורא געהאט פון כינע צו מאכען אזא געזעץ, מען וואלט געציטערט פון כינע'ס עקאנעמישע נקמה אקציע.
משא"כ אינטער די טראמפ זייגער שפילט טראמפ כאילו ער וויל נישט, ער מוז דאך ווייזען אז ער "פראבירט שטארק" צו זיין א מענטש מיט זיי, און דערנאך געט ער א שטויס וואס טוט וויי.

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:06 pm

צל עובר האט געשריבן:און אפילו יעצט געצווינגענערהייט האט ער ארויסגעגעבן 2 סטעיטמענטס, איינס אז ער פלאנט נישט צו פאלגן די רעזעלוציע, אויף זאכן וואס ער וויל נישט, צווייטנס אז ער שטייט מיט שי זשינפינג אויך.
ווי ער זאגט אינעם סטעיטמענט איז דאס צוליב זיינע קאנסטיטוציאנאלע מאכטן וואס קאנגרעס קען, לכאורה, נישט אריינרעדן.
(אבער סייווי איז די געזעץ גארנישט מחייב יעצט אויפ'ן מינוט, בלויז איינמאל א יאהר, סאו קען ער עס אפשטיפן מיט א שיינע פאר חדשים.)
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7976
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:09 pm

צל עובר האט געשריבן:גאר א שוואכע שריט, מצד טראמפ, נאכדעם וואס עס איז געווען קלאר אז מען וואלט איבערגעדרייט זיין פאטענשעל וועטאו.

אינמיטן א אימפיטשמענט פראסעס... טראמפ איז געווען אין א אינפאסיבעל פאזיציע.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:11 pm

עס איז געווען קלאר די לעצטע וואך צוויי, און עס איז נאך אלץ, אז מען האט געמאכט דעם געזעץ טראץ טראמפ.

ער האט סיי פרייטאג און סיי די וואך געצווייפלט אויב ער וועט אונטערשרייבן, ער האט נישט געהאט קיין ברירה, ער קען זיך יעצט נישט ערלויבן אז מען זאל אווערוועלמינגלי איבערדרייען זיין וועטאו.

ווי @יש ברירה האקט, אודאי האט ער אזוי ווי אימער זיך געוואלט אננעמען פארן דיקטאטור קעגן די דיסידענטס, אבער ער האט געהאט קיין ברירה.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 4:03 am

צל עובר האט געשריבן:עס איז געווען קלאר די לעצטע וואך צוויי, און עס איז נאך אלץ, אז מען האט געמאכט דעם געזעץ טראץ טראמפ.

ער האט סיי פרייטאג און סיי די וואך געצווייפלט אויב ער וועט אונטערשרייבן, ער האט נישט געהאט קיין ברירה, ער קען זיך יעצט נישט ערלויבן אז מען זאל אווערוועלמינגלי איבערדרייען זיין וועטאו.

ווי @יש ברירה האקט, אודאי האט ער אזוי ווי אימער זיך געוואלט אננעמען פארן דיקטאטור קעגן די דיסידענטס, אבער ער האט געהאט קיין ברירה.




אינטערסאנט ווי אזוי די אנטיס ווייסן אלעמאל וואס טראמפ קען זיך יא אדער נישט ערלויבן זיי ווייסן צו מעסטן ווי ווייט דער ערגסטער משוגענער אין די היסטארי ווי ווייט ער וויל זיין משוגע.....

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7976
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 10:24 pm

ערשינען א ווידאו אין וועלכע טרעדאו, דזשאנסאן און מאקראן שמועסן וועגן טראמפ פריער אין טאג... מאקראן קען מען נישט פארשטיין...

טרעדאו
צוגעלייגטע
20191203_222656.jpg
20191203_222656.jpg (146.26 KiB) געזעהן 546 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 10:33 pm

און די גאנצע גרופע רייסט זיך פאר געלעכטער...

#רעספעקטעט_עגעין

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 10:46 pm

זיי האבן גערעדט פון עדעם שיף׳ס רעדע..

ס׳טע געהערט אזאנס.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 10:48 pm

כאפצעם האט געשריבן:#רעספעקטעט_עגעין


וואס האסטו געוואלט?! נאך אכט יאר אבאמא נעמט ביז מען זאל נאכאמאל רעספקטירען אן אמעריקאנער פרעזידענט, עט-ליסט ער מאכט פראגראס.

ענד ביי די וועי, הי העוו נאטינג וואט טו בי שעמט פון מארקאן, ער האט נאך אויפגעטיען אין אמעריקע - און אין די וועלט דאס וואס מארקאן האט אויפגעטיען ביי זיך אין בעיק יארד.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 10:51 pm

און ווי כאילו עימיצער צעקראצט זיך פון דעם אפגעריסענער טרודאו, אדער דער יונגער חצוף מארקון...

כ׳וועל נישט זיין סופרייזד אז טראמפ וועט אים ווארפן א שטיינדל ווי נאר ער קומט צוריק. ער איז א פיסטע בעל גאוה סתם אזוי, גארנישט מיט טראמפ איינגעלייגט.

קאנסיל ספיקער האקט
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 10:53 pm

קיינער קענט נישט וואס מען טוט אויף (לויט ענק) זיי זענען אינטיליגענטע חברה און דער רעדט ווי א שיכורער פויער אין באר...
שויתי ה' לנגדי תמיד

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:06 pm

ווער עס שרייבט מיר אפ א קורצע סך הכול וואס פראנקרייך האט באשטייערט פאר ציוועלעזאציע די לעצטע 60 יאר, גייט אריין אין א גורל צו געווינען די אבאמא-איראן-קערי-דיעל ע"ה

{איך דערמאן מיר יעצט די בזיונות פון אבאמא-קערי ביי די לעצטע ענוויירעמענט סאמיט אין יוראפ, ווער געדענקט? עניוועי}

אה, און ווער געדענקט נאך ווען פראקנרייך האט געארבייט קעגן קלינטאן אז ער זאל נישט קענען מאכען קיין פאלאסטיין-מדנ"י שלום? איטס א גוגל אוועי.

מארקאן האט געזאגט? האט ער געזאגט! ווער איז מארקאן? ווי אזוי איז די עקאנעמי אין פראנקרייך? וויפל יאר האבן זיי נאך אויף לייף סופארט ביז ווען די ארבער נעמען עס גענצליך איבער?

ווען נישט סי ען ען האט נישט אזוי פיינט אמעריקע צילוב פרעזידענט טראמפ, וואלט די נייעס געווען קעגן מארקאן.
לעצט פאראכטן דורך קאנסילמאן אום דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:13 pm

ער האט זיך אויפגעפירט געפערליך דארט, ספעציעל ביים צוריק ווארפן פאר אמעריקא בנוגע די אייסיס קעמפער.

א אפגעריסענע יונגע שנוק וועם ס׳קומט זיך אלע ד׳ מיתת בי״ד, פון מיין זייט זאל טראמפ פארשליסן אלע קראנען צו פראנקרייך.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:14 pm

און וואס איז טראמפ גרייט צו באשטייערן פאר די וועלט? א שטויס, אמעריקע פירסט!

איין זאך איז ער גרייט, זאגן אז די אי יו איז זיין גרעסטע שונא, און רוט עמטליך קעגן זייער יוניאן.

פאר קאמפעריזען ווער עס איז א גרעסערער סוקסעס. מאקראן האט געווינען אין א מאסיווע לענדסלייד מיט איבער 66%, האט א ריזיגע מיאריטעט פון 350 פון די 577 זיצן אין פארלאמענט, משא"כ טראמפ האט פארלוירן די שטימען מיט מיליאנען, און האלט אינמיטן ווערן אימפיעטשד.

און צו אלע דיקטאטורן רעדט טראמפ ווי א ידיד, קים, שי, פוטין, און פאר די דעמאקראטישע פירער, מאקראן, טרודא, געבט ער עטיטוד, און ענק ווייסן וואס? ער כאפט צוריק.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:23 pm

איך ווייס נישט ווי זיין פארלימענט אדער אינזער קאנגרעס קומט אריין דא. ער איז אבער א שטויס פון אינטן קעגן אמעריקא. פארדינט בילאונען דאלארן יערליך אין סעקיארעטי אדאנק אמעריקא׳ס אנוועזענהייט, און אזוי פירט ער זיך אויף צו זיי.

לויט וויזוי ער האט זיך אויפגעפירט, וואלט ער גארנישט אנדערש געווען צו פרעזידענט טעד קרוז. ער איז ס״ה א יונגער מחוצף, וואס פירט זיך אויף ממש ווי כאילו ער אונט האלב פונעם כדור העולם.

ס׳איז קלאר אז ער האט גענומען עדווענטידזש פאר זיינע חוצפה׳דיגע סטעיטמענט קעגן נאטאו נאר ווייל ער ווייסט אז די מידיע וועט נישט דא זיין אים פארצוהאלטן, וזה מה שכתב דע ענעמי אוו די פיפאל.

מאסיווע סוקסעס. ער וואלט כלל נישט געוואלט טראמפ זאל ביים שמועס אויפברענגען מארקונס געלע וועסטל קושמארן. סוקסעס, מיינע לאפעס.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:29 pm

פארליאמענט און וואלן מאנדאט קומט אריין זייער פשוט, ער האט די שטיצע פון זיין פאלק, משא"כ דער 73 יעריגער קינדערגארטן אינגל האט קיין מאנדאט פון זיין פאלק, וועלכע ווילן אים זעהן אינדרויסן פאר זיינע פארברעכנס.

לגבי "יונגער מחוצף" זעהט אויס אז שלמה המלך באציט זיך גענוי צו דעם היינטיגן מצב טאקע, זאגט ער אזוי: טוֹב יֶלֶד מִסְכֵּן וְחָכָם מִמֶּלֶךְ זָקֵן וּכְסִיל אֲשֶׁר לֹא יָדַע לְהִזָּהֵר.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:33 pm

בקיצור, די עגרי׳סט מיט די חלק פון מארקונס חוצפה, דו האסט פשוט פיינט טראמפ, סאו דאס ברויך פארענפערן מארקון׳נען.

כ׳הער.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:39 pm

ניין.

בד"וו, געב א סירטש וואס טראמפ האט שוין אלס צאמגערעדט קעגן נאט"א.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:54 pm

צל עובר האט געשריבן:פארליאמענט און וואלן מאנדאט קומט אריין זייער פשוט, ער האט די שטיצע פון זיין פאלק.


אינטערעסאנט וויאוי די האסט פלוצלינג פארגעסן פון די הייליגע עפראוועל רעיטינגס.....

בד"וו אימפיטשמענט איז א פאליטישע פראצעדור, גארנישט מיטן פאלק. אלזא הער אויף צו האקן א טשייניג.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 12:24 am

עס איז דא אנקטעס איבער אימפיעטשמענט, און בערך האלב לאנד וויל עס, און רוב לאנד וויל אים ארויסשטימען, און חוץ מזה, טראמפ האט נאך קיינמאל געהאט קיין רוב פון פאלק, קיינמאל! ער איז פשוט אין א שוואכערע פאזיציע ווי מאקראן, חוץ מזה וואס אפילו באריס דזשאנסאן, וועלכער דאאף שוין זיין טראמפס בעסטער חבר, לאכט אויך פון אים.

און היינט וויל ער זיך ניטאמאל פארפליכטען צו פארטיידיגן א אנגעגריפענע נאט"א לאנד! וואס דאס איז כל עצמו של נאט"א.

Trump won't commit to coming to the defense of fellow NATO members if they're militarily attacked https://t.co/RKMplISNyT
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6041
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 12:44 am

עס איז שווער צו פארשטיין מאקראנס ענגליש און איך האב געדרימעלט מיט טראמפ יעדעס מאל ער האט געעפענט די מויל, עס איז דא אמאל א מענטש דיסעגריעט מיט א צווייטען איבער א געוויסע ענין און ער זאגט אים עס אין פנים אריין דאס קוקט מען געווענליך ארויף און דערנאך איז דא א מענטש וואס ער ווייסט איך מיז יעצט זאגען פארקערט ווי יענעם כדאי צו באקומען רעקאגנישען און עס איז נישט קיין חילוק צו איך מאך סענס צו נישט און דאס איז זייער א נידריגע זאך און דאס האט היינט דער מאקראן געטוהן.

העפנס טו בי איז טראמפ געוועהן זייער פרעזידענטליך און פריינטליך בעת וואס מאקראן איז געוועהן ווילד און היציג, אין עני קעיס אמעריקע האט א לאנגע היסטאריע פון ליעב האבען פרייס און פיינט האבען פרענטש.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7976
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 12:51 am

גראדע קען מען נישט פארשטיין וואס מאקראן זאגט אויף דעם ווידעא טרעדאו פירט דעם קרעמל...

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 12:56 am

טראמפ האט צאמגערעדט שקרים קעגן אייראפע, און מאקראן איז נישט גרייט געווען עס צו קויפן, און אויך נישט זיין "סארקאזם", דעטס אלל.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך דעצמבער 04, 2019 1:22 am

.
צוגעלייגטע
Screenshot_20191204-012039_Twitter.jpg
Screenshot_20191204-012039_Twitter.jpg (438.71 KiB) געזעהן 276 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט