טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 2:20 pm

די אמעריקאנער רעגירונג וועט אין די קומענדיגע מאנאטן אהערשטעלן פארשידענע פארגעשריטענע סייבער-וואפנס פאר אלע נאטא לענדער, צו קענען באקעמפן גלאבאלע העקעריי געפארן.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:25 pm

דער וויצע פרעזידענט מייק פענס האט נעכטן געהאלטן א רעדע אין וואשיגנטאן ווי ער האט גענוצט אומגעווענליך שארפע רעטאריק קעגן כינע און איר באשולדיגט אין מיליטערישע אגרעסיע און אין זיך מישן אין אמעריקאנער אינערליכע אנלעגנהייטן, און דערמיט פארשארפערט די אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און כינע וועלכע אמפערן זיך יעצט אין א ברענענדיגע האנדלס קריג.

ער האט באזונדער פארדאמט די כינעזער מיליטערס שריט אינעם דרום כינעזער ים וואו זי האט אויפגעשטעלט מיליטערישע פעסטונגען אין וואסערן וואס זי באטראכט אלס איר טעראטאריע, אבער אמעריקע באטראכט עס אלס אינטערנאציאנאלע וואסערן, און האט פארשפראכן אז אמעריקע וועט ״איגנארירן״ די כינעזער אנוועזנהייט און ווייטער ארומפליען דארט אזוי ווי אין אינטערנאציאנאלע וואסערן.

כינע האט גאר שארף רעאגירט צו די רעדע זאגנדיג ״דאס איז מער נישט בלויז א האנדלס קריג״ און געזאגט אז זי נעמט ערנסט די רעטאריק.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:26 pm

זייער גוט. זי זאל עס טאקע בעסער נעמען ערנסט.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9588
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 6:27 pm

אן אינטערנאציאנאלע פאליטישע קריזיס קומט אצינד פאר מיטן פארכאפונג [און ווארשיינליכע מארד] פונעם סאודישן זשורנאליסט אינעם סאודישן אמבאסאדע אינעם נאטא לאנד טערקיי.

די סאודישע רעזשים'ס ברוטאליטעט איז נישט קיין חידוש ווי יעדער האלט מיט זייערע נאכאנאנדע קארפעט באמבאדירונג אין ציווילע געגענטער אין תימן די לעצטע יארן און מיטן קומען צום שוועל פון א בלוטיגע ערד אינוואדירונג אינעם דערנעבענדיגן דוביי פאר נערישע פאליטישע חשבונות. אבער אצינד איז די וועלט אויפגעשוידערט מיט א פרישע שטאפל זייערע פון דורכפירן א קאלטבלוטיגע מארד אויף א זשונאליסט פונעם וואשינגטאן פאוסט אויף מערב וועלט טעריטאריע, דאס זיך צעפירן די הענט אויף אזא פארנעם איז קלאר אז ס'פאדערט זיך א שארפע רעספאנס צום געדענקן.

ווי ס'קוקט אויס לע"ע איז די וועלט פאראייניגט צו איינמאל פאר אלעמאל לערענען די סאודיער א לעסאן, אינקלודינג אמעריקאנע פאליטישענס פון ביידע פארטייען וואס דריקן אויס שאק און פארלאנגען שריט. די טראמפ אדמיניסטראציע איז אין א פיקל וויבאלד זיי האבן אנגעקינפט שטארקע באציאונגען מיט די ארטיגע מלוכה זיכנדיג שטארק זייער שטיצע אין מיטל מזרח אנגעלעגענהייטן, און זיי האבן פרובירט אראפמאלן די נייע סאודיער פרינץ ווערטשאפט אלס א נייע "דעמאקראטיע"..

מיטן נייעם געשאפענעם סקאנדאל האט טראמפ אויסגעדרוקט "גרויס זארג" אויף דעם אינצידענט, בלייבט איבער צו זעהן צו אויסער לופטיגע סטעיטמענטס וועט ער זיין גרייט צו נעמען עפעס עקשאן אויך כדבעי למהוי.

אז מ'רעדט שוין פון טערקיי און די טראמפ אדמיניסטראציע איז מערקבאר אז נאך חדשים פון שטרענגע סטעיטמענטס און סאנקציעס קעגן טערקיי איבער זייער איינשפארן דעם אמעריקאנעם גלח קוקט אויס ווי די טראמפ אדמינסטראציע האט זיך געלייגט שלאפן און אויפגעגעבן דערויף..
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:49 pm

דא אן עקסטערע אשכול איבער דעם
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 2:07 pm

כאפצעם האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון טערקיי און די טראמפ אדמיניסטראציע איז מערקבאר אז נאך חדשים פון שטרענגע סטעיטמענטס און סאנקציעס קעגן טערקיי איבער זייער איינשפארן דעם אמעריקאנעם גלח קוקט אויס ווי די טראמפ אדמינסטראציע האט זיך געלייגט שלאפן און אויפגעגעבן דערויף..

קוקט אויס אז עס האט נישט גוט אויסגעקוקט, און די שלאפענדיגע טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאכט א דיעל מיט טערקיי צו באפרייען דעם גלח.
Innocent until proven Republican

צדקה קאסע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 4:46 pm

תגובהדורך צדקה קאסע » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 12:24 am

כאפצעם האט געשריבן:אן אינטערנאציאנאלע ספעקטאקל טוט זיך אצינד אפ ווען טערקיי האט פארשפארט אן אמעריקאנער גלח און די טראמפ אדמיניסטראציע האט זיך ארויסגעלאזט אין א פרעשור קאמפיין קעגן טערקיי און אויף א פערזענליכע לעוול קעגן ערדואן.

עס גייט זיך יעצט אויסשפיעלן אין ריעל טיים א טעסט צו די טראמפ בולי טאקטיקן וועלן זיין סוקסעספול.

בינעך טאקע נייגעריג וואס ס'גייט זיך אויסלאזן

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

ברעיקינג

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 9:42 am

אמעריקאנער גלח באפרייט פון טערקיי
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 9:48 am

ס׳שפריצט סאקסעס
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 3:51 pm

נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן מעלדט נאך א שמועס מיטן פוטין אז טראמפ און פוטין וועלן זיך טרעפן ביי אן אנדעק צוזאמקום פון די ערשטע וועלט קריג אין פאריז קומענדיג מאנאט

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 4:42 pm

הכל הבל האט געשריבן:נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער דזשאן באלטאן מעלדט נאך א שמועס מיטן פוטין אז טראמפ און פוטין וועלן זיך טרעפן ביי אן אנדעק צוזאמקום פון די ערשטע וועלט קריג אין פאריז קומענדיג מאנאט

ווען טראמפ האט גערעדט דערוועגן האט ער זיך באצויגן צו באלטאן אלץ "מייק באלטאן"

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מוצ"ש אוקטובער 27, 2018 10:39 pm

סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיאו האט היינט דיסקאסירט מיטן רוסישן אויסערן מיניסטער איבער פלענער ווען דער רוסישער פרעזידענט ווילאדימער פוטין זאל באזיכן וואשינגטאן.

צוריק אפאר חדשים האט דזשאהן באלטאן געמאלדן אז די ווייסע הויז האט אפציעל איינגעליידענט דעם רוסישן פרעזידענט אויף א באזיך וואס וועט מעגליך פארקומען אנפאנג ס׳קומענדע למספ׳ יאר.

https://www.dropbox.com/s/m9nwdthb58ams ... 5.mp4?dl=0
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 1:40 pm

דזשוליאן אסאנזש: עקוואדאר וויל ענדיגן מיין אזיל רעכט און מיר אויסליפערן קיין אמעריקא

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 4:20 pm

פרעזידענט טראמפ רייסט ארונטער סאודיע אראביע נאך א באריכט אז זיי זוכן צו שניידן אויל פראדוקציע

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 2:35 pm

Make France Great Again
Credit: @realdonaldtrump

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 11:11 am

צום ערשטן מאל אין היסטאריע פון דעם יערליכן "אזיע פאסיפיק עקאנאמיק קאאפערעישאן" סאמיט, האט זיך דער היי-יאריגער סאמיט געענדיגט אנדעם וואס אלע לענדער זאלן אונטערשרייבן א דעקלעראציע אינאיינעם איבער האנדל און זיכערהייט.

דאס האט פאסירט אלס רעזולטאט פון דראמא צווישן אמעריקע און כינע ביים סאמיט, ווען וויצע פרעזידענט מייק פענס האט געגעבן א שארפע רעדע אראפרייסנדיג כינע פאר'ן רויבן אמעריקע'ס האנדלס און טעכנאלאגיע סודות, און דער כינעזער פרעזידענט דזשינפינג האט אראפגעריסן אמעריקע פאר זייערע האנדלס שריט.

כינע האט געברויזט אויף פענס'ס רעדע און נישט געוואלט אונטערשרייבן די דעקלעראציע ביים ענדע פונעם סאמיט.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 1:22 pm

באאמטע אין די טראמפ אדמיניסטראציע האבן געזאגט אז די אדמיניסטראציע גרייט זיך צו פארשארפערן די דרוק אויף ווענעזועלע דורך זיי צולייגן צו די ליסטע פון לענדער וועלכע זענען פארמישט אין טעראר אקטיוויטעטן, אינאיינעם מיט איראן, צפון קארעא, סודאן און סיריע.

שוין א לענגערע צייט וואס סענאטאר מארקא רוביא לאביאירט די טראמפ אדמיניסטראציע דאס צו טון, און צייגט אן אויף זייערע פארבינדונגען צום איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע און די כעזבאלע טעראר גרופע, און אויך אנדערע ראדיקאלע לינקע גרופעס אין סאוט אמעריקע ווי די פאר״ק רעבעלן אין קאלמביע.

דאס דעזיגנירן א לאנד אלס טעראר שטיצער שטעלט אויטאמאטיש ארויף שטרענגערע סאנקציעס, און וועט לייגן מער דרוק אויף די מערדערישע מאדורא רעזשים. עס קען עווענטועל פירן צו אן אויל עמבארגא וואס קען נאכמער אונערמינעווען די האלב-טויטע עקאנאמיע פון ווענעזועלע.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:49 pm

דער אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו האט אין א רעדע נעכטן דינסטאג באשולדיגט רוסלאנד אין פארלעצן אן אפמאך וואס איז אונטערגעשריבן געווארן צווישן די צוויי לענדער ביים ענדע פון די קאלטע קריג אין 1987.

דער אפמאך טוט באגרעניצן די פראדוקציע פון מיטל-שטרעקיגע נוקלעארע מיסילס, און פאמפעאו זאגט אז רוסלאנד טוט דאס נאכאנאנד פרעכערהייט פארלעצן. די אויסערן מיניסטארן פון 29 נאט״א לענדער האבן זיך צוגעשטעלט צו דעם באשולדיגונג און געגעבן פאר רוסלאנד 60 טאג צו זיך צוריקקערן צו די טערמינען פונעם אפמאך.

פעמפעאו האט געזאגט ״רוסלאנד טוט נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע, זי זאגט ליגנט, זי לייקנט און פארשפרייט פאלשע אינפארמאציע״ און האט אויך אונטערגעשטראכן די לעצטערע אגרעסיעס אין אוקראינער און דער אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:34 pm

#ציטערט_פון_דיקטאטארן
Innocent until proven Republican


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גאנץ יאר פרייליך, מה שמו, רעסטאראנט און 70 געסט