טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג יולי 31, 2018 9:31 pm

מטעמים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אויסערן פאליסי אפדעיט:

טערקיי אנטזאגט די אמעריקאנער געבעט ארויסצוגעבן דעם גלח. איראן אנטזאגט זיך אויפצונעמען טראמפ פאר א מיטינג. פוטין אנטזאגט טראמפס איינלאדענונג קיין וואשינגטאן. און נארט קאריע איז אנדעקט געווארן פאראויסריקן זייער ICBM מיסיל פראגראם.

וויאזוי האט נאר יענער איד געזאגט: אמאל פלעג איך ליינען די אידישע צייטונגעו בין איך אלעמאל געוועהן דעפרעסט פון די ביטערע נייעס, היינט ליין איך די דייטשע צייטונגען און איך פריי מיר ווייל איך זעה ווי רייך און געלונגען איך בין.

די לעצטע פערציג יאר מוטשעט זיך אמעריקע מיט די זעלבע פאר שווערע לענדער, נישט געוויסט אז דו טראסט טראמפ מער ווי אבאמא אז ער וועט אלעס קענען ארלעדיגען אין די ערשטע צוויי יאר פון זיין פרעזידענסי.


דאס וואלט זייער גוט געשטימט ווען מען וואלט נאך נישט געניצט די אלע אויבענדערמאנטע זאכן אויף צו צייגן טראמפ'ס סוקסעסן. (און זיך וואונדערן אויף די אנטי וואס אנערקענען נישט ווי סוקסעספול ער איז.)
?I DON'T CARE, DO YOU

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג יולי 31, 2018 9:52 pm

אמעריקע געט 155 מיליאן דאלער א יאר פאר טערקיי, האלטסט אז טראמפ קען דאס נישט אפשטעלן? איך קען נישט די מעשה מיט די גלח פונקטליך און עס אינטערסירט מיר נישט בכלל, אבער טערקיי איז נישט א חלק פון די טשעלענדזשס וואס טראמפ האט, ווייל מיטען ״פליישיגען אויג״ קען אמעריקע באאיינפלוסען טערקיי שנעלער ווי א אויגען בליק.

איראן האט טאקע אנטזאגט די טראמפ מיטונג!

די טראמפ פוטין סאמיט ״דילעי״ קומט נישט פון פוטין און נישט פון טראמפ עס איז די מידיע וואס האט באאיינפלוסט פוטין נישט צו קומען אינמיטען א צוהיצטע עלעקשאן.

נארט קאריע האט מען פון איין זייט נישט געהערט קיין מיסעל טעסטס און קים האט געגעבען קליינע מתנהלעך קיין אמעריקע, אמעריקע האט אים כמעט גארנישט געגעבען אין ריטוירען און אט דא האלט מיר יעצט - עפעס האט ער צונימען פאריגע וואך און עפעס בויעט ער די וואך, דו ביזט קלאר וואס דארט גייט פאר? איך נישט.

עס איז היינט רואיגער אין יענע געגענט ווי אין די לעצטע צוואנציג יאר? אין מיין אפיניען, יא!

ווער עס וויל ליינען די פאקטישע נייעס (הבל סטייל) פון די פרעזידענט טראמפס אויסערן פאליסי קען ליינען דא העכער די שירות.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג יולי 31, 2018 10:08 pm

טערקיי איז נישט זימבאבווע, 155 מליאן פאר א לאנד וואס די gdp איז קרוב צו די טריליאן, זעהט נישט אויס ווי א סטראשע.

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9014
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 pm

בקיצור זאגסט אונז זעמיר טאקע א לעפינג סטאק אבער איינס איז די מידיע שולדיג, איינס איז פוטין שולדיג, איינס איראן שולדיג, און איינס אבאמא שלדיג.

מאכט סענס.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג יולי 31, 2018 10:17 pm

גראדע האלט איך אז טערקיי קומט זיך טאקע גוטע פעטש ווען ער ווערט מער און מער דיקטאטוריש, אבער וואס איז ער ערגער ווי פוטין און קים יאנג אן
שויתי ה' לנגדי תמיד

יצחק ראזענפעלד
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובהדורך יצחק ראזענפעלד » דינסטאג יולי 31, 2018 10:21 pm

האסט פאגעסן אז פוטין און קים יאנג אן האבען שווערע סאנקצעיס אויף זיך? טערקיי רעט מען נאר פון אויפהערן גיבן געלט.

יצחק ראזענפעלד
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובהדורך יצחק ראזענפעלד » דינסטאג יולי 31, 2018 10:23 pm

כאפצעם האט געשריבן:בקיצור זאגסט אונז זעמיר טאקע א לעפינג סטאק אבער איינס איז די מידיע שולדיג, איינס איז פוטין שולדיג, איינס איראן שולדיג, און איינס אבאמא שלדיג.

מאכט סענס.

ווי זעסטי אז ער זאגט דעס?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3271
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יולי 31, 2018 10:24 pm

@גוט מארגן. ווייל מיט אים העט מען דערלייגן ווייניגער אויב גייט מען אלל די וועי. ווי מטעמים האט ארויסגעברענגט, ער טראמפ האט נישט קיין טשאלענדזש ווען ס׳קומט צו טערקיי.

מיט רוסלאנד דארף מען ארבעטן מיט איין האנט וואס האט א זאַדענע הענטשקע, און אונעם צווייטן האנט האלטן א מעסער.. מערסטענס וויכטיג איז צו זעכער מאכן אז דא אינדערהיים זענען אונזערע סערווערס באשיצט. און אז אונזערע ״עלייס״ זענען נישט אויסגעשטעלט זיי צו פאלן א קרבן.

נארק קאריע איז באמת פון א סירטן שטאנדפונקט נישט ערגער צו נישט בעסער פון טערקיי, טראמפ האט טאקע געשאסן פיל ארגערע סטראשעס צו זיי ווי יעצט צו טערקיי.. פארט אבער איינמאל זיי האבן אנגעהויבן קאפערירן איז שוין די שפראך אנדערש.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג יולי 31, 2018 10:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג יולי 31, 2018 10:25 pm

כאפצעם האט געשריבן:אויסערן פאליסי אפדעיט:

טערקיי אנטזאגט די אמעריקאנער געבעט ארויסצוגעבן דעם גלח. איראן אנטזאגט זיך אויפצונעמען טראמפ פאר א מיטינג. פוטין אנטזאגט טראמפס איינלאדענונג קיין וואשינגטאן. און נארט קאריע איז אנדעקט געווארן פאראויסריקן זייער ICBM מיסיל פראגראם.

ווער נאך נישט עקסיידעט אלעס איז זייטיגע קלייניקייטען אין די גרויסע פיקטשער וואס איז זאכען וואס האלטען נאך אינמיטען קאכען און די אריינגעלייגטע אינגרידיענטס זענען זייער גוט סאו עס איז דא גרויסע טשענסעס אז די ענד ריזאלט וועט זיין גוט (ווענד זיך צו מען וויל אמעריקעס סוקסעס אפילו אויב עס ווייזט אז טראמפ איז מצליח ווי זיין פארגייער איז געווען א דיזעסטער און צוגעלייגט צום דיזעסטער)
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit
עמוק און עקום זענען די זעלבע אותיות א סאך מאל מיינט מען אז עס איז עמוק אבער עכט איז עס עקום

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9014
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג יולי 31, 2018 10:28 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אויסערן פאליסי אפדעיט:

טערקיי אנטזאגט די אמעריקאנער געבעט ארויסצוגעבן דעם גלח. איראן אנטזאגט זיך אויפצונעמען טראמפ פאר א מיטינג. פוטין אנטזאגט טראמפס איינלאדענונג קיין וואשינגטאן. און נארט קאריע איז אנדעקט געווארן פאראויסריקן זייער ICBM מיסיל פראגראם.

ווער נאך נישט עקסיידעט

עקסיידעד?! #סעד
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3271
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יולי 31, 2018 10:28 pm

יצחק ראזענפעלד האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:בקיצור זאגסט אונז זעמיר טאקע א לעפינג סטאק אבער איינס איז די מידיע שולדיג, איינס איז פוטין שולדיג, איינס איראן שולדיג, און איינס אבאמא שלדיג.

מאכט סענס.

ווי זעסטי אז ער זאגט דעס?

יצחק, העסטעך מיט די צייט אויסלערנען וויזוי צו ליינען פאזעטיוו אלטס א נעגעטיוו. ס׳איז נישט גרינג, דאך אבער מעגליך
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג יולי 31, 2018 10:36 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:@גוט מארגן. ווייל מיט אים העט מען דערלייגן ווייניגער אויב גייט מען אלל די וועי. ווי מטעמים האט ארויסגעברענגט, ער טראמפ האט נישט קיין טשאלענדזש ווען ס׳קומט צו טערקיי.

מיט רוסלאנד דארף מען ארבעטן מיט איין האנט וואס האט א זאַדענע הענטשקע, און אונעם צווייטן האנט האלטן א מעסער.. מערסטענס וויכטיג איז צו זעכער מאכן אז דא אינדערהיים זענען אונזערע סערווערס באשיצט. און אז אונזערע ״עלייס״ זענען נישט אויסגעשטעלט זיי צו פאלן א קרבן.

נארק קאריע איז באמת פון א סירטן שטאנדפונקט נישט ערגער צו נישט בעסער פון טערקיי, טראמפ האט טאקע געשאסן פיל ארגערע סטראשעס צו זיי ווי יעצט צו טערקיי.. פארט אבער איינמאל זיי האבן אנגעהויבן קאפערירן איז שוין די שפראך אנדערש.

ער האט אבער א סטראטעגישע ווערט אלס ''אליאירטע '' אין מיטל מזרח וואס מען וויל נישט פארלירן
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3271
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יולי 31, 2018 10:40 pm

אויב עפעס, איז טערקיי דער וואס ברויך אמעריקא אלטס מיטל מזרח ״עליי״, ענדערש ווי אמעריקא טערקיי..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:06 am

כאפצעם האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
"וואליד פארעס" פון טראמפס טאפ אויסערן פאליסע עדווייזערס זאגט היינט אין אן אינטערוויו מיט בי. בי. סי. אז טראמפ פלאנט נישט צו צענישט מאכן די איראן דיעל. אנשטאט עס איבערקוקן און זעהן וואס מקען פארבעסערן
.

האט איינער געהאט א ספק אין דעם?

כ'גלייב אז אסאך פון זיינע שטיצער וואס האבן געקויפט זיין "מעקסיקאו וואנט" (וואס קאנגרעס פירער האבן היינט געזאגט אז דאס איז אוממעגליך און אז זיי וועלן צושטעלן אנשטאט א פלאן פון שטארקערע באורדער סעקיורעטי... ) האבן אויך געקויפט זיין הבטחה צו "פטור ווערן פונעם ווארסט עוויר דיעל נעגאשיעטעט".


Huh?

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 12:47 pm

די טראמפ אדמיניסטראציע האט צוגעגרייט א ליסטע פון טערקישע פירמעס און אינדעווידועלן וועלכע וועלן אויסשטיין סאנקציעס אויב די לאנד באפרייט נישט גלח בראנסאן

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 2:50 pm

כאפצעם האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אויסערן פאליסי אפדעיט:

טערקיי אנטזאגט די אמעריקאנער געבעט ארויסצוגעבן דעם גלח. איראן אנטזאגט זיך אויפצונעמען טראמפ פאר א מיטינג. פוטין אנטזאגט טראמפס איינלאדענונג קיין וואשינגטאן. און נארט קאריע איז אנדעקט געווארן פאראויסריקן זייער ICBM מיסיל פראגראם.

ווער נאך נישט עקסיידעט

עקסיידעד?! #סעד

You are not Sad
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אנטי לינקער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2018 6:48 pm

תגובהדורך אנטי לינקער » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 5:47 pm

כאפצעם האט געשריבן:אויסערן פאליסי אפדעיט:

טערקיי אנטזאגט די אמעריקאנער געבעט ארויסצוגעבן דעם גלח. איראן אנטזאגט זיך אויפצונעמען טראמפ פאר א מיטינג. פוטין אנטזאגט טראמפס איינלאדענונג קיין וואשינגטאן. און נארט קאריע איז אנדעקט געווארן פאראויסריקן זייער ICBM מיסיל פראגראם.

מיט אורדאן האלט איך אז ער וועט זיך סוף כל סוף בייגן פארן פרעזידענט, עס איז כדי צוקוקן אויף די ווארעמע באציונגען צווישן פוטין אין אורדואן וואס נישט לאנג צוריק זענען זיי געוועהן אויפן שוועל פון מלחמה ווען די רוסישע פליגער איז אראפ געשאסן געווארן דורך טערקיי אין טראץ דעם וואס אורדואן האט זיך פרובירט האלטן שטארק האט ער אבער גלייך פארשטאנען אז עס לוינט נישט, בפשטות גייט זיך דאס איבער חזרן מיט אמעריקע יעצט ‏‎

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:20 am

די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן, אז עס וועלן ארויפגעשטעלט ווערן עקאנאמישע סאנקציעס אויף צוויי באאמטע אינערהאלב דער טערקישער רעגירונג.

די סאנקציעס קומען נאכדעם וואס טערקיי האט איגנארירט פרעזידענט טראמפ'ס דירעקטע ביטע, אז זיי זאלן באפרייען דעם אמעריקאנער גלח ענדרו בראנסאן, וועלכער זיצט שוין זינט יאר 16' אויף לעכערליכע און פאלשע טעראר קלאגעס.

די סאנקציעס צילן טערקיי'ס אינערן מיניסטער און יוסטיץ מיניסטער, וועלכע זענען פאראנטווארטליך פאר בראנסאן'ס ארעסט.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:47 am

און געוויסע פארלאנגן אז טערקיי זאל אוועקנעמען די טראמפ טאוער אין איסטאנבול אלס נקמה פאר די סאנקציעס... ס'וואלט געווען גאר אינטערעסאנט צו זעהן וויזוי טראמפ גייט רעאגירן צו אזא שריט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2037
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 10:54 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:און געוויסע פארלאנגן אז טערקיי זאל אוועקנעמען די טראמפ טאוער אין איסטאנבול אלס נקמה פאר די סאנקציעס... ס'וואלט געווען גאר אינטערעסאנט צו זעהן וויזוי טראמפ גייט רעאגירן צו אזא שריט...

מ׳קען אוועק נעמען בילדינגס?
אױב טראמפ װאלט נישט געלײגט קײן סאנקציעס אױף טערקײ װאלט מען געשריגען אז ער לײגט נישט די סאנקציעס װעגען ער האט א טראמפ טאוער דארט אבער יעצט װען ער האט יא געלײגט סאנקציעס לױבט אים קײנער נישט אױס אז ער האט געטאהן די ריכטיגע שריט אין געלײגט סאנקציעס אפ׳ ס׳קען שאטן זײן פרװאטע ביזנעס

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 11:14 am

דו פרעגסט וואס א דיקטאטור קען טוהן? ער קען פשוט לייגן סאנקציעס אויף טראמפ דעריבער קען קיינער מער נישט וואוינען אדער איינשטיין אין די בילדינג און די געלטער ווערן געפרוירן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2037
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 11:51 am

די דיקטאטאר איז אין די א.ג. NATO ALLY

דעסק
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 2:06 pm

תגובהדורך דעסק » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 4:46 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:דו פרעגסט וואס א דיקטאטור קען טוהן? ער קען פשוט לייגן סאנקציעס אויף טראמפ דעריבער קען קיינער מער נישט וואוינען אדער איינשטיין אין די בילדינג און די געלטער ווערן געפרוירן...

טערקיי גייט נישט יעצט ארויפלייגן סאנקציעס אויף דער אמעריקאנער פרעזידענט. אויב זיי האבן די גאטס וועט עס זיין אויף עפעס א מינדערוויכטיגע אפישעל

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 5:00 pm

הכל הבל האט געשריבן:די טראמפ אדמיניסטראציע האט צוגעגרייט א ליסטע פון טערקישע פירמעס און אינדעווידועלן וועלכע וועלן אויסשטיין סאנקציעס אויב די לאנד באפרייט נישט גלח בראנסאן

וואס איז די מעשה מיט דעם גלח? וואס איז זיין היסטערי? אויף וואס ווערט ער אנגעקלאגט?
1 + 1 = חלה דעקל...

אנטי לינקער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2018 6:48 pm

תגובהדורך אנטי לינקער » דאנארשטאג אוגוסט 02, 2018 5:24 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:דו פרעגסט וואס א דיקטאטור קען טוהן? ער קען פשוט לייגן סאנקציעס אויף טראמפ דעריבער קען קיינער מער נישט וואוינען אדער איינשטיין אין די בילדינג און די געלטער ווערן געפרוירן...

יא גערכעט דאס איז דאך פון די קליינע זאכן וואס דער אויכגעשעצטער "סולטאן"פון טערקיי קען מאכן ‏‎


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, איש האשכולות, וויכטיג מאכער, ווערעצקי, וימאןX3, חיים יענקל, משה צימערינג און 33 געסט