טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:11 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
וואס קען זיין בעסער ווי דאס אז די מאכטן וואס זענען די אמת'ע שפילער אין יענעם ראיאן זאלן אליין פארטיידיגן זייערע טעריטאריע'ס?

פארוואס איז רוסלאנד מער מאכט אין יענע ראיאן ווי אמעריקא פארשטיי איך נישט, אויב עפעס פארקערט
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11436
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:16 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
וואס קען זיין בעסער ווי דאס אז די מאכטן וואס זענען די אמת'ע שפילער אין יענעם ראיאן זאלן אליין פארטיידיגן זייערע טעריטאריע'ס?

פארוואס איז רוסלאנד מער מאכט אין יענע ראיאן ווי אמעריקא פארשטיי איך נישט, אויב עפעס פארקערט

רוסלאנד איז אן אפיציעלער אליאירטער צו סיריע.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11436
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג נובעמבער 01, 2020 5:23 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:@יש לו מנה: דא האסטו א נייעס פון "דער איד דעילי", אין פארזעצונג פון אונזער שמועס: "רוסישע לופט באמבארדירונגען האבן אומגעברענגט צענדליגער טערקיי-געשטיצטע קעמפער אין צפון-מערב סיריע, לויט א ווארטזאגער פון די גרופּע קעמפער וועלכע איז געצילט געווארן. א רוסישער מיליטערישער פליגער האט זיך געהויבן פון דער סירישער האמיימים באזע און האט דורכגעפירט די באמבארדירונג מיט דריי באמבעס אויף א טרענירונג קעמפּ אינעם אידליב פּראווינץ.

די באמבארדירונג האט געצילט די "סירישע נעשאנעל ארמיי", א רעבעלן קעמפער גרופּע וואס איז טייל פון טערקיי'ס שריט קעגן דעם אסאד רעזשים".



פארשטייסט? אויסערן פאליטיק איז נישט קיין טיק טאק טאו געים, עס איז א שאך ברעטל מיט צענדליגער שטיקלעך וועלכע נעמען אנטייל אין דעם שפיל. רוסלאנד'ס דארט זיין באשיצט די קורדן פון די טערקן. כאפסט?

וואס קען זיין בעסער ווי דאס אז די מאכטן וואס זענען די אמת'ע שפילער אין יענעם ראיאן זאלן אליין פארטיידיגן זייערע טעריטאריע'ס?

ש'כח @פעיק.

אויב ס'איז אזויווי דו זאגסט אז די רוסן פראטעקטן די קורדן דאן זענען זאכן אינגאנצן אנדערש.

ס'איז אבער זייער פאני, ווייל די קורדן באקעמפן דאך אויך אסאד סאו פארוואס זאל פוטין באשיצן די קורדן?

מיינע צוויי צענט איז אז רוסלאנד באמבאדירט די טערקן צוליב וואס די טערקן זענען ווי א פרעמד געוואוקס דארט פאר אסאד, און אינאיינוועגס האבן שוין די קורדן מנוחה פון טערקישע אגרעסיעס, אבער כ'גלייב נישט אז די רוסן זענען דא מיט א ציל צו העלפן די קורדן.

איך זאג דען אז רוסלאנד איז דא לשם שמים? אונטערשטע שורה זענעאן דו קורדן באשיצט פון טערקיי'ס אגרעסיעס. איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז די קורדן פייטן אסאד. קען זיין אז דו מיינסט דאס וואס די קורדן וואס זענען באזעצט אין פארשידענע לענדער דארט ארום זוכן צו גרינדן אן אייגענע לאנד. גלייב מיר אז אויב וועט אסאד צוריק פייטן זייער וועלן צונעמען א שטיק לאנד פון אים, וועל איך נישט האבן קיין טענות צו אים.

בעיסיקלי וואס דו זאגסט איז אז טראמפ ווען ער איז ארויס פון סיריע האט ער נישט געהאט קיין אנונג וואס די שיקזאל פון די קורדן וועט זיין און ס'איז אים נישט אנגעגאנגען, פערצופאל איז עס געלונגען פאר די קורדן אז רוסלאנד האט געזעהן אין זייער שונא א שונא.

באטעם ליין טראמפ האט איבערגעלאזט די קורדן אויף הפקר.

דאס איז וואס מען דארף כאפן, אויסערן פאליסי איז א שאך ברעטל. עס איז דא מער ווי די איין שטיקל סטארי אז טראמפ האט ארויסגעצויגן טרופן. עס זענען דא דא נאך שפילער, ווי רוסלאנד, אסאד, טערקיי און איראן. מיט יעדן מאוו ווערט גענומען אין חשבון צען אנדערע זאכן. למשל אויב טראמפ ווייסט אז פאר רוסלאנד שמעקט נישט טערקיי'ס אנוועזנהייט אדער אירא'נס אנוועזנהייט, קען ער מסדר זיין מיט זיין אז זיי זאלן ארבעטן צוזאמען מיט די קורדן די אסאד רעגירונג צו זען אז קיינער קומט נישט דארט אריין מישן א קאשע.

חוץ מזה, ארויסנעמען טרופן מיינט נישט געלאזט אויף הפקר. אויב עני פראבלעם קען מען אלץ ריעקטן, נאכדערצו ווען מען האט נישט ארויסגעצויגן אלע טרופן. ווי אויך זענען די טרופן נישט אהינגעברענגט געווארן מיט'ן ציל צו באשיצן די קורדן.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11436
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 2:37 pm

די טראמפּ אדמיניסטראציע פּלאנירט צו באפאלן איראן מיט א פרישע סעריע סאנקציעס אין די קומענדיגע צען וואכן, בעפאר פּרעזידענט-עלעקט דזשאו ביידען וועט אריינקומען אין ווייסן הויז.

דער באריכט קומט פון "עקסיאס", וועלכע ברענגט נאך פון קוועלער נאענט צו עליאט עיברעמס – טראמפּ'ס ספּעציעלער דיפּלאמאט איבער איראן אישוס – אז די אדמיניסטראציע וויל יעדע איינציגע וואך מעלדן פרישע סאנקציעס אויף איראן ביז די וואך פון יאנואר 20 ווען ביידען וועט ווערן איינגעשוואוירן.


דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך עציץ נקוב » מאנטאג נובעמבער 09, 2020 3:51 pm

און די טרענסיזשען טיעם פון ביידן גייט בעטען פון איראן זאל נישט שארף מגיב זיין און איך בין זיכער אז מען גייט זיי אפירהאלטן אזוי ווי פלין
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11436
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2020 11:18 am

איך ווייס נישט אויב עס איז שוין געווען דא באריכטעט:

פּרעזידענט טראמפּ'ס נייער צייטווייליגער פּענטאגאן הויפּט האט סיגנאליזירט, אז די אדמיניסטראציע וויל פארשנעלערן דאס אהיימברענגען אמעריקאנער טרופּן פונעם מיטל-מזרח, און זיי ווילן דאס שוין האבן ערלעדיגט בעפאר דער ענדע פון טראמפּ'ס פּרעזידענטשאפט אום יאנואר 20 קומענדיגן יאר.

טראמפּ האט אריינגעשטעלט קריסטאפער מיללער אלס נייער פּענטאגאן הויפּט נאכ'ן ווארפן מארק עספער, און מיללער רוקט זיך פאראויס מיט א פּלאן אהיימצוברענגען די טרופּן.


דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11436
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2020 11:21 am

אין א זעלטענער שריט, האט סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פּאמפּעיא נעכטן ארויסגעשטעלט א פארלאנג צו די איראנער-געשטיצטע הוטי רעבעלן אין תימן, אז זיי זאלן באפרייען א איד וועמען זיי האלטן פארכאפּט.

די רעבעלן האלטן שוין דעם איד לוי שלום מוסא פאר פיר יאר אונטער ארעסט, טראץ וואס א געריכט האט שוין מיט א יאר צוריק פארארדענט די רעבעלן אז זיי זאלן אים באפרייען.

ער זיצט אין שווערן געזונט צושטאנד אין א טורמע אין צאנא.


דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

עמרם
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2020 11:01 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך עמרם » זונטאג נובעמבער 22, 2020 1:44 pm

סעק. אף סטעיט מייק פאמפעיא געפינט זיך יעצט אין קאטאר צו רעדן מיט טאליבאנער אטאריטעיטן און די אפגאנער סטעיט מיניסטער איבער שלום מיט די טאליבאן,
אלץ א חלק פון די פלאן ארבעט יעצט דער פענטעגאן אינאיינעם מיט די טראמפ אדימיניסטראציע אויף א פלאן צו אהיימברענגען פילע טרופ פון די האריזאנט

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11436
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 10:28 am

די טראמפּ אדמיניסטראציע האט אפיציעל ארויסגעצויגן אמעריקע פון א לאנגיעריגן אפּמאך מיט רוסלאנד וואס צילט צו בארואיגן נוקלעארע אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי לענדער.

די רעדע איז פונעם 992' אפּמאך וואס איז באקאנט אלס "אפענע הימלען", וועלכע ערלויבט אמעריקע, רוסלאנד און נאך עטליכע לענדער, דורכצופירן פלי רייזעס העכער מיליטערישע באזעס און אנדערע האקעלע פּלעצער, צו הייבן קאנפידענץ אז קיין איין לאנד פּלאנירט נישט עפּעס ערנסט אין געהיים.


דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11436
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 10:31 am

טייוואן האט נעכטן געזאגט אז א גאר הויכראנגיקער אמעריקאנער רעגירונג באאמטער גייט אפּשטאטן א באזוך ביי זיי, אבער זיי האבן נישט ארויסגעגעבן יענעמ'ס אידענטיטעט צוליב זארגן פון כינע.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”