טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אחד הרבנים » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 1:11 pm

כאפצעם האט געשריבן:סטעיטס וואס זענען דירעקט אפעקטירט פונעם ווירוס טארן נישט באקומען קיין גרינעם גרייצער אינעם דירעקטן ווירוס ריליעף ביל, אבער א שפיגעלדיגן נייעם עף בי איי בילדינג וואס האט גארנישט מיטן ווירוס מוז ווערן געפאנדעד דורכן טאטאל אנרילעיטעד ווירוס ריליעף ביל.

גאט איט? איך אויך נישט.

עף. בי. איי. ווייס איך נישט. אבער סטעיטס זאלן גארנישט באקומען. סטעיטס ווייסן אז ווי מער זיי ליידן גייען זיי באקומען פון די פעדס. דאס איז איינס פון די גרעסטע חורבנות. סטעיטס מאכן זיכער אז זייער סטעיט ריפארט די העכסטע טויט ראטע, קעיסעס ראטע, שוואכסטע עקאנאמיע וכו׳ די ריפארטס ברענגען באמת אנגעצויגנקייטן וואס מאך דעם מצב נאך ערגער א.א.וו.

זאלן זיי איינמאל זעהן אז מען איז גארנישט מרוויח פון אויסזעהן שלעכט.

אפשר זאל מען טיילן פאר די סטעיטס וואס האבן געהאט די ווייניגסטע קעיסעס, ווייניגסטע טויטע וכו׳

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 6:45 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:וואס האט דאס מיט קאמוניזם מער ווי מיט סאציאליזם?

אין סאציאליסטישע לענדער, קאנסיפיקירט די רעגירונג געווענליך נישט קיין פירמעס.

אדער שטעלן אויסערן געזעץ ביז מען ווערט א שותף, וואס איז פראקטיקלי די זעלבע זאך.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 6:48 pm

צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:וואס האט דאס מיט קאמוניזם מער ווי מיט סאציאליזם?

אין סאציאליסטישע לענדער, קאנסיפיקירט די רעגירונג געווענליך נישט קיין פירמעס.

נישט וואר.

חוץ מזה וואס ער קאנפיסקירט נישט קיין פירמעס דא.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס׳וועט זיין בעסער
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ס׳וועט זיין בעסער » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 6:59 pm

צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:וואס האט דאס מיט קאמוניזם מער ווי מיט סאציאליזם?

אין סאציאליסטישע לענדער, קאנסיפיקירט די רעגירונג געווענליך נישט קיין פירמעס.

אדער שטעלן אויסערן געזעץ ביז מען ווערט א שותף, וואס איז פראקטיקלי די זעלבע זאך.

דאס איז פשוטע פעיק ניוז פארדעקט מיט א צל וואס איז שוין באלד עובר. טראמפ האט די חוצפה צו ראטעווען די פאלק פון ווערן קאנטראלירט ביי פינקידזשינדזשי (אדער וויזוי הייטס ער נאר) פון טשיינע וואס איז שוין א אלטע פריינט פון די דעמס בכלל און זייער געדאנקענגאנג בפרט, קומען די אנטי׳ס זאגען אז ער קאנפאסקירט, אר יו פאר ריעל??? חוץ מזה אין די סאציאלע רעגירונגען קאנפעסקירט מען נישט וואס??? איך הער גוט??? אפשר ווייל דארט האט קיינמאל קיינער גארנישט געהאט וואס מ׳זאל קענען קאנפאסקירן. גיוו מי עי ברעך!
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 8:53 pm

דאונט געט מי ווראונג, איך שטיץ צו אסר'ן די טראמפס חבר דזשינפינג'ס קאמפאני - וואס דער ביידן קאמפיין לאזט שוין לאנג נישט אירע איינגעשטעלטע נוצן - אבער דער רעיון פון איך האב עס גע'אסר'ט, און יעצט בין איך עס מתיר אויב דו קויפסט עס און איך בין א שותף ווי א לענדלארד, איז קאמוניזם קארנער מאפיא, בעסער געזאגט, טראמפ בתפארתו.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 8:58 pm

צל עובר האט געשריבן:דאונט געט מי ווראונג, איך שטיץ צו אסר'ן די טראמפס חבר דזשינפינג'ס קאמפאני - וואס דער ביידן קאמפיין לאזט שוין לאנג נישט אירע איינגעשטעלטע נוצן - אבער דער רעיון פון איך האב עס גע'אסר'ט, און יעצט בין איך עס מתיר אויב דו קויפסט עס און איך בין א שותף ווי א לענדלארד, איז קאמוניזם קארנער מאפיא, בעסער געזאגט, טראמפ בתפארתו.

נו... דאס האט דאך טראמפ אליינס געזאגט "דאס איז די וועג וויאזוי איך טראכט"
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:04 pm

צל עובר האט געשריבן:דאונט געט מי ווראונג, איך שטיץ צו אסר'ן די טראמפס חבר דזשינפינג'ס קאמפאני - וואס דער ביידן קאמפיין לאזט שוין לאנג נישט אירע איינגעשטעלטע נוצן - אבער דער רעיון פון איך האב עס גע'אסר'ט, און יעצט בין איך עס מתיר אויב דו קויפסט עס און איך בין א שותף ווי א לענדלארד, איז קאמוניזם קארנער מאפיא, בעסער געזאגט, טראמפ בתפארתו.

איך האב גע'אסר'ט א 'טשיינע' קאמפאני, און איך בין מתיר אן 'אמעריקאנער' קאמפאני.

ער פארלאנגט נישט צו זיין א שותף, ער וויל אן איינמאליגע פראצענט פון די סעיל וואס זיי גייען באקומען.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:06 pm

וואס איז פשט פון די פראצענט?


א פראצענט פון א מקח אלס כמו-שותף, ווי טראמפ איז שיין מסביר א משל מיט א לענדלארד.



איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט די געוואלדיגע זאך וואס ער האט געטון מיטן אסר'ן טיקטאק, וואס גיבט עמטליך אלע זייערע דאטע פאר בעידזשינג. אויך האב איך נישט קיין פראבלעם פאליטיש מיטן עס מתיר זיין אלס אמעריקאנער פירמע.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:15 pm

א געשאנק פאר'ן זיי לאזן אנגיין אונטער אן אמעריקאנער קאמפאני.

איך פארשטיי אבער וואס באדערט דיר, ווייל בעצם, איך פארשטיי נאך אויך נישט, פארוואס דארף מען צוקומען צו טראמפ'ס היתר? אויב גייען זיי זיך פארקויפן פאר אן אמעריקאנער קאמפאני, איז דאך עס אויטאמאטיש מותר, ניין? וואס איז די גאנצע מצב וואס טראמפ מאכט דא?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2029
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 10:43 pm

צל עובר האט געשריבן:וואס איז פשט פון די פראצענט?


א פראצענט פון א מקח אלס כמו-שותף, ווי טראמפ איז שיין מסביר א משל מיט א לענדלארד.



איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט די געוואלדיגע זאך וואס ער האט געטון מיטן אסר'ן טיקטאק, וואס גיבט עמטליך אלע זייערע דאטע פאר בעידזשינג. אויך האב איך נישט קיין פראבלעם פאליטיש מיטן עס מתיר זיין אלס אמעריקאנער פירמע.

מיינטס צו זאגן אז טראמפ זאל גארנישט בעטן פאר אמעריקא אבער וועט שוין אויפיקן א פעטע טשעק פון ביל געיטס פאר זיין ווידערוויילונג קאמפיין ???

לאמיר זיך נישט נערן ווייסט זייער גוט וויאזוי זאכן ווערן דורכגעפירט אין די דעמאקראטישע אמעריקא
אויב ווילסטו עפעס דורכפירן דארפסטו צו שטייער געבן פאר די פארטיי אין אמט
סא סך הכל האט עס טראמפ געבעטן אפען פאר...די פאלק
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 10:47 pm

בקיצור, ס'קען זיין אז די פרעזידענט האט יא די רעכטן צו טון אזא זאך.

די אדמיניסטרעישאן קען זאגן אז דאס נעמען טייל פון די געלטער טוט אפהאלטן די געלטער פון אנקומען צו די כינעזע רעגירונג - און "הגם נישט דאס האט 'קאנגרעס אינזין געהאט, איז אבער נישט זיכער אז די פרעזידענט קען עס נישט טוען".
Annotation 2020-08-05 034114.jpg
Annotation 2020-08-05 034114.jpg (94.29 KiB) געזעהן 1574 מאל
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 10:36 am

כאפצעם האט געשריבן:סטעיטס וואס זענען דירעקט אפעקטירט פונעם ווירוס טארן נישט באקומען קיין גרינעם גרייצער אינעם דירעקטן ווירוס ריליעף ביל, אבער א שפיגעלדיגן נייעם עף בי איי בילדינג וואס האט גארנישט מיטן ווירוס מוז ווערן געפאנדעד דורכן טאטאל אנרילעיטעד ווירוס ריליעף ביל.

גאט איט? איך אויך נישט.

פּרעזידענט טראמפּ האט נעכטן באשטעטיגט די באריכטן אז ער באטראכט די מעגליכקייט פון פארלענגערן די ספּעציעלע ארבעטסלאזיגקייט בענעפיטן וואס זענען פארטיילט געווארן פאר מיליאנען אמעריקאנער אונטער די קאראנאווירוס סטימולוס פּעקעדזש.

די 600 דאלער א וואך געלטער זענען פארטיילט געווארן זינט מערץ, אבער האט עקספייערט פארגאנגענע ענדע וואך, און דערווייל האט זיך קאנגרעס און סענאט נישט פאראייניגט אויף א נייעם דיעל. דער פּרעזידענט קלערט פון נוצן עקזעקוטיווע מאכט עס צו פארלענגערן.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 6:02 pm

סטעיט דעפארטמענט אינספעקטאר זשענעראל סטיווען אקארד געמאלדן זיין רעזיגנאציע פון אמט - גייט אריין אין קראפט פרייטאג.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

קאנטרי
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:45 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קאנטרי » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:20 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:בקיצור, ס'קען זיין אז די פרעזידענט האט יא די רעכטן צו טון אזא זאך.

די אדמיניסטרעישאן קען זאגן אז דאס נעמען טייל פון די געלטער טוט אפהאלטן די געלטער פון אנקומען צו די כינעזע רעגירונג - און "הגם נישט דאס האט 'קאנגרעס אינזין געהאט, איז אבער נישט זיכער אז די פרעזידענט קען עס נישט טוען".
Annotation 2020-08-05 034114.jpg

ס'קאסט געלט פאר פראגרעמערס פון די רעגיראנג זיכער צו מאכן אז עס בלייבט נישט קיין וויירעס פערדל אדער אינטערטירל פאר די כינעזער בעיט ער א פרייז אזוי ווי א פערמיט צו בויען א הויז
https://www.270towin.com/maps/Ax8Dp

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 10:21 pm

די פרעזידענט האט נארוואס אונטערגעשריבן אן עקזעקיוטיוו ארדער אז אנגעהויבן פון 45 טעג פון יעצט - ד.ה. 20 סעפטעמבער - טאר קיין שום אמעריקאנער פערזאן אדער פירמע האבן סיי וועלכע האנדל פארבינדונג מיט די צוויי כינעזע פירמעס "בייט-דענס" - די מוטער פירמע פון "טיקטאק" - און "ווי-טשעט". די ביידע פלאפארמע'ס זענען גאר פאפיולער - און די פרעזידענט'ס באפעל באדייט אז צווי עפפ'ס וועלן מער נישט טארן ערשיינען - אין אמעריקא - אויף די "גוגל פלעי" אדער "עפל" עפפ געשעפטן.

געוויסע אנאליסטן גלייבן אז דאס איז בלויז א פרעשור טאקטיק צו ברעכן די פירמעס זאלן שנעלער קומען צום פארהאדלונג'ס טיש מיט אן אמעריקאנער פירמע.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:35 pm

היינט איז איינגעשוואוירן געווארן די נייער "עיר פארס" טשיעף אוו סטעף - די העכסט ראנגיגע מיליטערמאן אין די עיר פארס.

גענעראל טשארלס בראון - 58 יאר - איז געווארן די ערשטע אפריקאנער-אמעריקאנער צו ווערן איינגעשוואוירן צו א פאסטן פון הויפט קאמאנדיר פון סיי וועלכע אפטיילונג אין די אמעריקאנער מיליטער. עס איז שוין געווען אן אפריקאנער-אמעריקאנער "טשעירמאן אוו די זשוינט טשיף'ס אוו סטעף" - וואס איז טעכניש די העכסט ראנגיגע מיליטערמאן אין די אמעריקאנער ארמיי - אבער יענער פאסטן איז פארבאטן לויט די געזעץ פון קאמאנדירן די קרעפטן.

פאר צוויי טעג צוריק האט טראמפ - אין אן אומגעווענליכע ערשיינונג - אפגעהאלטן א צערמאניאלע איינשווערונג זאגענדיג אז דאס איז "גאר א היסטארישע דערגרייכונג".
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:37 pm

ברייען האוק - די ספעציעלע סטעיט דעפארטמענט ענוואוי פאר איראן - וועט רעזיגנירן פון אמט.

אין א סטעיטמענט האט סעקרעטערי פאמפעיאו איהם באצייכענט אלס א גאר א "געטרויבארע עדווייזאר" און אויך ארויסגעברענגט זיינע "היסטארישע אויפטוען" מיטן פארזיכער דאס באפרייאונג פון צוויי אמעריקאנער בירגער וואס זענען געווען פארכאפט אונטער איראנער ארעסט.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3777
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פער בריסטאו » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:56 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:די פרעזידענט האט נארוואס אונטערגעשריבן אן עקזעקיוטיוו ארדער אז אנגעהויבן פון 45 טעג פון יעצט - ד.ה. 20 סעפטעמבער - טאר קיין שום אמעריקאנער פערזאן אדער פירמע האבן סיי וועלכע האנדל פארבינדונג מיט די צוויי כינעזע פירמעס "בייט-דענס" - די מוטער פירמע פון "טיקטאק" - און "ווי-טשעט". די ביידע פלאפארמע'ס זענען גאר פאפיולער - און די פרעזידענט'ס באפעל באדייט אז צווי עפפ'ס וועלן מער נישט טארן ערשיינען - אין אמעריקא - אויף די "גוגל פלעי" אדער "עפל" עפפ געשעפטן.

געוויסע אנאליסטן גלייבן אז דאס איז בלויז א פרעשור טאקטיק צו ברעכן די פירמעס זאלן שנעלער קומען צום פארהאדלונג'ס טיש מיט אן אמעריקאנער פירמע.


איין זאך פארגעסן ציצילייגן אז טראמפ זאגט אזוי, נאר אויב א קאמפעני קויפט עס נישט אפ.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 9:38 pm

טראמפ האט אונטערגעשריבן א סעריע פון עקזעקוטיוו ארדערס אלס קאראנע ריליעף.

שטעלט צו 400 דאלער אין צוגאב אנעמפלאימענט בענעפיטן.

העלפט ארויס איינוואוינער וואס קענען נישט מאכן רענט אדער מארטגעדזש פעימענטס צו פארמיידן עוויקשענס.

נעמט אראפ די פעדעראל פעיראל טעקס פון ארבעטער וואס פארדינען אונטער 100 טויזענט דאלער, אנגעהויבן פון סעפטעמבער ביז ענדע יאר למספרם.

סוספענדירט פעימענטס פאר אלע פעדעראלע סטידענט לאונס ביז ענדע יאר.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 9:56 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:טראמפ האט אונטערגעשריבן א סעריע פון עקזעקוטיוו ארדערס אלס קאראנע ריליעף.

שטעלט צו 400 דאלער אין צוגאב אנעמפלאימענט בענעפיטן.

*$300

נאך פונדערהיים האט געשריבן:העלפט ארויס איינוואוינער וואס קענען נישט מאכן רענט אדער מארטגעדזש פעימענטס צו פארמיידן עוויקשענס.

*באויפטראגט די האוזינג דעפארטמענט אריינצוקוקן אין א סעלושען צו העלפן.....

נאך פונדערהיים האט געשריבן:נעמט אראפ די פעדעראל פעיראל טעקס

*שטיפט בלויז אפ

קליין
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 30, 2016 7:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קליין » מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 10:01 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:טראמפ האט אונטערגעשריבן א סעריע פון עקזעקוטיוו ארדערס אלס קאראנע ריליעף.

נעמט אראפ די פעדעראל פעיראל טעקס פון ארבעטער וואס פארדינען אונטער 100 טויזענט דאלער, אנגעהויבן פון סעפטעמבער ביז ענדע יאר למספרם.

.


א מאן אין פרוי קענען מאכן ביז צווי הינדרעט טויזענט?

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 10:22 pm

כאפצעם האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:טראמפ האט אונטערגעשריבן א סעריע פון עקזעקוטיוו ארדערס אלס קאראנע ריליעף.

שטעלט צו 400 דאלער אין צוגאב אנעמפלאימענט בענעפיטן.

*$300

300 פון די פעדעראל און נאך א הונדערטער וואס די סטעיטס דארפן צושטעלן.

טראמפ זאגט אז די סטעיטס "האבן די געלטער"!
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 10:24 pm

וואס טראמפ האט געטאן דא איז בערך דאס וואס ער האט געטאן צו פאנדן זיין וואנט. א פרעזידענט איז נישט געשטעלט אויף ספענדינג, ער קען נישט ארויסנעמען געלט פון די קאסע אהן קאנגרעס. נעמט ער געלט פונעם עקזעסטירענדע בודזשעט, און דריידט עס ארום.

ביים וואנט האט ער גענומען געלט ארגינעל באשטומט פארן פענטיגאן, און עס גענומען צום וואנט. יעצט נעמט ער 44 בילאן פונעם (ערשטן) סטימיולעס פעקידזש, ארגינעל פאר די DHS, און שטעלט עס פאר א פרישע כוואליע אנעפלוימענט בענעפיט, פון $400 א וואך, ביז סעפטעמבער.

עס האט אבער עטליכע אינטערסאנטע סעיפים אין זיך, אריינגערעכענט אז סטעיטס וועלן מיז צאלן 25% פון אנעפלוימענט וואס גייט פאר זייער סטעיט. ס׳איז נישט קלאר וויזוי ער קען זיי צווינגן.

ס׳גייט זיכער אדורכגיין געריכטליכע געראנגל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 10:30 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:וואס טראמפ האט געטאן דא איז בערך דאס וואס ער האט געטאן צו פאנדן זיין וואנט. א פרעזידענט איז נישט געשטעלט אויף ספענדינג, ער קען נישט ארויסנעמען געלט פון די קאסע אהן קאנגרעס. נעמט ער געלט פונעם עקזעסטירענדע בודזשעט, און דריידט עס ארום.

ביים וואנט האט ער גענומען געלט ארגינעל באשטומט פארן פענטיגאן, און עס גענומען צום וואנט. יעצט נעמט ער 44 בילאן פונעם (ערשטן) סטימיולעס פעקידזש, ארגינעל פאר די DHS, און שטעלט עס פאר א פרישע כוואליע אנעפלוימענט בענעפיט, פון $400 א וואך, ביז סעפטעמבער.

עס האט אבער עטליכע אינטערסאנטע סעיפים אין זיך, אריינגערעכענט אז סטעיטס וועלן מיז צאלן 25% פון אנעפלוימענט וואס גייט פאר זייער סטעיט. ס׳איז נישט קלאר וויזוי ער קען זיי צווינגן.

ס׳גייט זיכער אדורכגיין געריכטליכע געראנגל.


ער קען נישט צווינגען

עס איז מער אן אפפער פאר די סטעיטס
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

פישל דער פישער
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פישל דער פישער » מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 10:31 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:וואס טראמפ האט געטאן דא איז בערך דאס וואס ער האט געטאן צו פאנדן זיין וואנט. א פרעזידענט איז נישט געשטעלט אויף ספענדינג, ער קען נישט ארויסנעמען געלט פון די קאסע אהן קאנגרעס. נעמט ער געלט פונעם עקזעסטירענדע בודזשעט, און דריידט עס ארום.

ביים וואנט האט ער גענומען געלט ארגינעל באשטומט פארן פענטיגאן, און עס גענומען צום וואנט. יעצט נעמט ער 44 בילאן פונעם (ערשטן) סטימיולעס פעקידזש, ארגינעל פאר די DHS, און שטעלט עס פאר א פרישע כוואליע אנעפלוימענט בענעפיט, פון $400 א וואך, ביז סעפטעמבער.

עס האט אבער עטליכע אינטערסאנטע סעיפים אין זיך, אריינגערעכענט אז סטעיטס וועלן מיז צאלן 25% פון אנעפלוימענט וואס גייט פאר זייער סטעיט. ס׳איז נישט קלאר וויזוי ער קען זיי צווינגן.

ס׳גייט זיכער אדורכגיין געריכטליכע געראנגל.

ביז די געראנגל וועט קומען צו א ענדע באקומט קיינער גארנישט?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גוט זאגער, וואס טוט זיך, מודהאני, נודניק, סקאראמוטשי, פרעג נישט און 25 געסט