טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:06 pm

Think and Thank האט געשריבן:אקעי, מער און מען זאכן שטימען נישט מיט די באריכטן פון די פעיק ניוז מידיע.

מיינע קשיות:

1) אדם שיף האט היינט געזאגט אז אויב עס וועט זיך אויספעלן וועט ער גיין אין געריכט, און ער האלט אז די געריכט וועט מאכן א שנעלע ארבעט ווייל דאס איז אן 'אוירדזשענט' קאנסערן לויט די אינספעקטאר דזשענעראל וואס קען נישט ווארטן וואכן און חדשים ביז עס גייט דורך די געווענליכע פראסעס.
אויב איז עס וואס מען זאגט איבער אוקראינע, וואס איז אזוי אוירדזשענט?

2) דער אינספעקטאר דזשענעראל האט זיך היינט אנטזאגט פון באשטעטיגן פאר די אינטעל קאמיטע די וואפא באריכט אז די ענין אינוואלווד א פאון קאל מיט אן אויסלענדישער פירער.

3) אויב אינוואלווד עס טאקע יא, וויאזוי האט דער וויסלבלויער נישט מורא מודה צו זיין אז ער האט אונטערגעהערט א שמועס פון דעם פרעזידענט?

4) און וואס האט דאס מיט די אינספעקטאר דזשענעראל פון די אינטעל געמיינדע, וועלכער איז געשטעלט אויסצופארשן מיסברויכן אין די אינטעל געמיינדע נישט אין די ווייט האוז, און די וויסלבלויער געזעצן אויף וואס די גאנצע סומאטאכע באציט זיך איז ספעציפיש פאר די אינטעל געמיינדע?

5) עטליכע געוועזענע אינטעלידזשענס באאמטע לאכן אויס די וואפא באריכט. אט האט איר וואס ער סיענען אנאליסט פיל מאדד, א געוועזענער FBI און CIA אגענט האט צו זאגן דערויף:

“The president can say what he wants. It’s not the responsibility of the intel guys to go police the president and go snitch on him to the Congress. Ridiculous!”

7) די די או דזשעי, וועלכע האט זייער 'ליב' טראמפ כידוע, איז אינוואלווד אין די דעסיזשאן נישט ארויסצוגעבן די אינפא וויבאלד עס אנטהאלט פריווילידזשד אינפא.

8) עדעם שיף ווייסט נישט איבער וואס די רעדע איז, און די מידיע ווייסט פונקטליך?

---------

אזויווי דער עולם שפעקולירט און שפינט קאנספיראציע טעאריעס, אענה גם אנכי חלקי. דער וויסלבלויער האט געברענגט אינפא וואס דעקט אויף מיסברויכן אין די טראמפ רוסלאנד אויספארשונג. דער אינספעקטאר דזשענעראל האט זיי באשטעטיגט אלס קראנט. און אזויווי עס אינוואלווד פארברעכנס פון ענדרו מעקעיב, וועמענ'ס גורל צו מען זאל אים קלאגן ליגט יעצט ממילא אויפ'ן וואגשאל, האט דער אינספעקטאר דזשענעראל געהאלטן אז דאס איז גאר אן אוירדזשענט עסק, און האט עס געשיקט צום DNI אלס אוירדזשענט.

עט דיס פוינט האבן טראמפ'ס מענטשן מורא באקומען אז היות די האוז אינטעלידזשענס קאמיוניטי ווערט דאך געפירט דורך דעם פארטייאישן העק עדעם שיף, וועט די אינפא אנקומען צו אים און ער קען טון דערמיט וואס ער וויל, אריינגערעכנט עס באגראבן און פארטיג. האבן זיי דעריבער מחליט געווען נישט צו שיקן ווייטער די אינפא, מיטשן חשבון אז דער צוהיצטער שיף וועט ווערן ווילד מיינענדיג אז ער האט דא א פעט פישל קעגן טראמפ, און וועט אנהייבן פארפירן אז ער דארף די אינפא. מען וועט ציען זיינע נערוון אויף וויפיל עס לאזט זיך, און דאן, ווען דאס גאנצע לאנד וועט רודערן מיט די נייעס אז 'עפעס' גייט פאר, וועט מען אים איבערגעבן די סחורה...

הלוואי איז דיין טעאריע גערעכט און מיינס נישט אז עס שמעקט מיט מ"י, איראן, באלטאן, וכו'.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:13 pm

כ'האב אויך געהאט א שטיקל חשש ווי ר' טינק שרייבט, אז ס'א שפיצל מטעם דעם פרעזידענט וסיעתיה..
ימים ידברו

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7090
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:16 pm

זארג נישט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:ווער פירט אמעריקע? דער פרעזידענט אדער די סטעיט דיפארטמענט? דער פרעזידענט האט אלע רעכטן צו זאגן וואס ער וויל צו וועליכע פירער אויף דער וועלט, און אויס זאגן דער רבי (דער אינספעקטאר דזענעראל דא) מאכט נישט קיין שום סענס.

מען האט פארמאסערט דער פרעזידענט, און צו וועמען? צו דער אינספעקטאר דזענעראל, וואס גייט עס איבער געבן פאר וועמען, פאר שטרויזאק מיט שיף?

ווער עס פארשטייט יא די עוולה דא, ביטע זייט מסביר.

אין לאנד אמעריקע איז נישט פארהאן קיין קעניג, דעריבער איז אוועקגעשטעלט א סיסטעם אז ווען די פרעזידענט וועט צב"ש אביוזען זיין פאוער איז פארהאן א וועג וויאזוי דאס צו באריכטן פאר אנדערע אין די רעגירונג, אז מען קענען נעמען די ריכטיגע שריט.

עס מאכט זייער אסאך סענס, און צו ענטפערן דיין פראגע עס גייט צו די קאנגרעס אינטעלעדזשענט קאמיטע.

וואס שיף שטייט בראשם!

און גלייך (שטעל איך זיך פאר) ווערט אלעס איבער געגעבן צו ברענאן, מעקעיב, קאומי, וכו' וואס האבן א פול טיים דזאב צו דיסטרויען דער נעקסט קאדענץ פון טראמפ.

און ווער פירט אמעריקע, קעניג טראמפ אדער געוועזינע אינטערוועלטניקעס וואס האבן געפירט יעדן פרעזידענט ביי נאז, און זיי האבן שוין יעצט טראמפ אויך אין זאק און "כמעט" ביים גארגל.

יא, ער שטייט בראש, אבער עס גייט צו די גאנצע קאמיטע ווי איך פארשטיי.

אגב, דער אינספעקטער איז געשטעלט געווארן דורך טראמפ, אויך ווי איך פארשטיי...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:17 pm

אין כל חדש האט געשריבן:עס וועט גארנישט העלפן
דער דזשאן קענעדי פון זיין בונקער האלט אן אמעריקע מיט זיין שטייפע פויסט

מיהו זה?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:18 pm

לכאורה האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:עס וועט גארנישט העלפן
דער דזשאן קענעדי פון זיין בונקער האלט אן אמעריקע מיט זיין שטייפע פויסט

מיהו זה?

JFK
דו ווייסט נישט?
די FBI האט אונז איינגערעדט אז מען האט אים געשאסן, אבער אונז לאמיר זיך נישט נערן

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4357
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:18 pm

יש ברירה האט געשריבן:אגב, דער אינספעקטער איז געשטעלט געווארן דורך טראמפ, אויך ווי איך פארשטיי...

שטימט דאך נאך בעסער מיין קאנספיראציע טעאריע...
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:28 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:דזשאן באלטאן האט נעכטן אנגעהויבן ארויסקומען מיט "סודות" פון ווייסן הויז, זאגנדיג אז ער האט דירעקט געארבעט צו סאבאטאזשירן געשפרעכן מיט איראן און צפון קארעא.

איד דעילי

פארוואס ארבעט יעדער איינער אים צו סאבאטאזשירן?

פרעגסט גוט. אבער קודם כל פארוואס עס רופן סאבאטאזשירן, האט דען באלטאן גענוצט די ווערטער? ניין.

אויב עפעס, האט ער געשטערט, אדער פרובירט צו טוישן טראמפ'ס מיינונג וואס דאס איז זיין דזאב.

און דער ענטפער ווייסט דאך יעדער, אז שוין דריי יאר וואס מען פראבירט סאבאטאזשירן טראמפ, און פארוואס זאג דו.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:30 pm

יש ברירה האט געשריבן:אגב, דער אינספעקטער איז געשטעלט געווארן דורך טראמפ, אויך ווי איך פארשטיי...


איך דענק - מעגליך א טעות - אז נישט.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:31 pm

הכל הבל האט געשריבן:עס איז טראמפס ווילן אז דער סיסטעם זאל ארבעטן פאר אים און נישט אז ער זאל ארבעטן פארן סיסטעם
טיילמאל וועט די סיסטעם פרובירן אים פאראויסצולויפן און עס איז א שאנדע פארן לאנד וואס זיי טוען ווילאנג ער פארלעצט נישט זיינע קאנסטיטוציאנאלע מאכטן

אזוי וואלט געדארפט זיין.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7090
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:32 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אגב, דער אינספעקטער איז געשטעלט געווארן דורך טראמפ, אויך ווי איך פארשטיי...


איך דענק - מעגליך א טעות - אז נישט.

דו דענקסט נישט גוט...

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4357
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:34 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אגב, דער אינספעקטער איז געשטעלט געווארן דורך טראמפ, אויך ווי איך פארשטיי...


איך דענק - מעגליך א טעות - אז נישט.

דו מישסט מסתמא מיט מייקל האראוויץ, דער אינספעקטאר דזשענעראל פון די DOJ, וועלכער איז געשטעלט געווארן דורך אבאמא.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:36 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
איך האב נישט באשטעטיגט די באריכט אבער אויב איז עס וואר איז די פראגע אויף באלטאן און נישט אויף טראמפ

פארוואס נישט? ער האט אונז צו געזאגט אז ער גייט היערן די בעסט פיפל און כמעט קיינער איז נישט גוט לויט ווי ער אליין זאגט עדות. איז אזוי א ער האט שוין פרובירט דריי מאל און דורך געפאלען איז ער אוט - ער האט גפעילט דעם דשזאדמענט טעסט. ער קען נישט הייערן קיין מענטשן.

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:טראמפ אפערירט אויף א זעלבסטשטענדיג וועג און האט זיין אייגענעם צוגאנג וועלכע איז גאר אנדערש ווי די געווענליכע סיסטעם צו וועלכע רעגירונג באאמטע זענען צוגעוואוינט און ער האט די פולע רעכט דערצו און יא, עס איז זייער שווער פאר מערערע עס צו אקצעפטירן

יא, עס איז שווער צו אקצעפטירן ווייל ער האט געהאט דערווייל גאר שוואכע סוקסעס.

טאליבאן דיעל - אויס

טשיינע - דערווייל קיין דיעל

מדינת ישראל שלום פלאן - ניטאמאל פארגעשלאגן א פלאן

קיין איין טרעיד דיעל געקלאזט.

נ"ק - שיסט פיין ארויס מיסעלס - כאטשיג טראמפ האט שוין געשמייכלט און געסטראשט ווייסעך וויפל מאל.

די עקנאמיע איז געווען בעסער אין אבאמא'ס צייטן, עכ"פ די דזשאבס נאמבערס.

ווען גייט טראמפ מאכן אמעריקא גרעיט אגעין? מער ווי האלב פון זיין ערשטן טערמין איז שוין פאראיבער?

איך גיי נישט אריינגיין אין יעדע פון דיינע פוינט עס אפצופרעגן. אבער באופן כללי לאמיר דיר פרעגן, ווילאנג טראכטסטו דארף נעמען אנצוקומען צו סוקסעס וואס אויב נעמט עס לענגער פון דעם גייסטו שרייען אז דו קומסט נישט אן אין ערגעץ און אויב דייט עס נעמען ווייניגער פון דעם גייסטו זאגן אז העי וואו יאגסטו דיר? זאכן נעמען צייט, פסל נישט אפ אזוי שנעל?....

צווייטנס, וויאזוי ווילסטו אז ער זאל זיין סוקסעספול, ווען די מענטשן וואס זענען דא אים צו העלפן שטעלן אים אונטער פיסלעך אויף יעדן טריט און שריט? ווילסט מיר זאגן אז צוליב דעם האבן זיי געשטעלט פיסלעך, ווייל זיי האבן געזען אז ער איז נישט סוקסעספול? זיי שטעלן אים אים שוין אונטער פיסלעך פון דעי וואן, סאו ווען האבן זיי געהאט צייט צו זען א טראמפ סטראטעגיע וואס אלעס איז געפארן גלאטיג און דאך איז עס נישט געווען סוקסעספול?


ענטפער אויף וואס מ'פרעגט:

פארוואס איז דער מענשט אזא שלימזל אז ער קען נישט אויפנעמען קיין נארמאלע מענטשן וואס שטיין צו זיין זייט? פארוואס נעמט ער אויף מענטשן בלויז ווייל זען אויס גוט אויף אן אינטערוויוו אויף פאקס ניוז, אדער זאגן א קאמפלעמענט אויף אים אין אן אינטערוויוו אויף פאקס ניוז?

איך האב די תירוץ, אויב איר ווילט עס הערן......

זיין שלימזל איז דאס לאנד'ס מזל. אויב עס ארבעט זיך נישט אויס פראבירט מען מיט א צוויטער. נישט ווי אנדערע פרעזידענטס וואס האבן באקומען דער עיקר וואס זיי האבן געואלט און געזלאזט הענגן דאס לאנד.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:38 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
טאנץ 2 האט געשריבן:@פאליטקלי קארעקט

אמעריקא איז געווארן אויס בעיבי און איז געווארן ארויפגעקוקט און רעספעקטירט אזוי ווי אמאל.


איך רעדט פון א מיליטערישע שטאנקפונט... איך רעדט נישט פון די נאוועל פרייז...

שטארק ארויפ-געקוקט נאך א וואך סטראשנען איראן אז גייט ווייסעך וואס טון און דערנאך געמאכט א יוו טערן. אמעריקא איז דאן שטארק ארויפגעקוקט געווארן און רעספעקטירט, יא, מיליטערישן שטאנקפונט.

ווען ער האט אייגעלאנדענט די טאליבאן א וואך פאר סעפטעמבער 11 און דערנאך געדארפט סוספענדן איז אמעריקא איז געווארן שטארק ארויפגעקוקט און רעספעקטירט.

עס איז דא נאך, אבער לאמיר עס איבערלאזן פאר א צווייטע געלעגענהייט.

איך זע נישט ווי אמעריקע האט פארלוירן רעספעקט דא, אויב עפעס פארקערט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 8:15 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אויב איז די מעשה אזוי ווי אונז הער מיר עס, איז עס קלארע קאראפשן.

וואס איז קאראפשען אמעריקע בעט זייער אסאך מאל אנדערע לענדער זאלן אויספארשען זאכן נאכדערצו אז ער ווייסט אז אין אמעריקע גייט מען עס נישט אויספארשען ווייל די הויכע ביי די דעמקראטען זענען אימיונט נישט קיין חילוק וואס זיי האבען געטון
פונקט פארקערט די קאראפשען איז געועון פון ביידען צו הייסען אוקריינע אפשטעלען די אינוועסטיגעשען

איך ווייס נישט אויב עס איז אומלעגאל, אבער מיר געפעלט זייער נישט די איידיע אז א פרעזידענט זאל הייסן א פארעין קאנטרי אויסצופארשן א פריוואטער אמעריקאנער סיטיזן, ווען איך און דו ווייסן אז ער טוט עס בלויז צוליב וואס ער איז זיין פאליטישער קעגנער. און דאס שמעקט מיט קאראפשן.

אז גאווערמענט זאלן נוצן זייער פאוער, און נאך מער, צו באיינפלוסן פארעין פאליסי דורכ'ן ארויסנעמען פערזענליכע הנאה, דאס שמעקט מיט קאראפשן, קען זיין אז פון א לעגאלן שטאנדפונקט איז עס לעגאל, אבער דאס איז נישט עטיקס און נישט אויסגעהאלטן.

פארשטייט זיך, אז אלעס איז נאר אלמלא די באריכט אזוי ווי עס איז, איז אמת.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 11:29 am

ביזט גערעכט, אויב איז עס טאקע אמת איז עס קאראפשן פאר לייגן זיך פאר קאנטרי (וואס אנדערע פרזעידענטס האבן שוין אויך געטון) אויף אזא מיאוסע וועג, אבער עס איז זיכער נישט אמת די וועג ווי זיי לייגן עס אראפ, זע טראמפס טוויטס אז ער ווייסט זייער גוט אז מען הערט אים אויס מבית ומבחוץ, און וואס איינער וויל זאגן וועגן טראמפ, פאר זיך טויג ער און קאמיט נישט קיין זיכערע סועסייד.

דא איז זיין טוויטס וואס מאכט עס קלאר
viewtopic.php?p=2002066#p2002066

--
נישט געוויסט אז עס איז שוין דא א אשכול אויף דעם (פארוואס איז מען אונז נישט דא מודיע), גיי מיר דארט קאמענטירן

viewtopic.php?f=6&t=40533
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, אזוי וויל איך, איש האשכולות, בילדער, קאפ און אקסל און 42 געסט