טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג אוקטובער 21, 2018 9:54 am

בעיזשינג – כינע'ס עקאנאמישער וואוקס אינעם דריטן פערטל פונעם יעצטיגן פיסקעל-יאר, איז געווען בלויז 6.5 פראצענט, וואס איז די שוואכסטע וואוקס זינט'ן פינאנציעלן קריזיס אין יאר 09'. ווי עקספערטן זאגן, וועט די אפשוואכונג ברענגען אז כינע וועט מער נישט קענען לייגן אזויפיל דרוק אויף אמעריקע, ביים פירן געשפרעכן צו ברענגען אן ענדע צום האנדלס מלחמה, ווייל עס איז גאנץ קלאר אז זי שפירט דעם נעגאטיוון אפעקט פון דער מלחמה און וויל עס ברענגען צו אן ענדע. אן ערקלערונג אינעם וואל סטריט זשורנאל, ברענגט אבער ארויס אז די אפשוואכונג איז בלויז דער רעזולטאט פון דעם וואס די כינעזער רעגירונג האט אנגעהויבן שטרענגער קאנטראלירן וויפיל הלוואות און קרעדיט גרויסע פירמעס קענען ארויסנעמען און אויסנוצן.

די וואל סטריט זשורנאל וועט אייביג פארשטיין אנדערש וואס לוינט זיך פאר טראמפ!
לעצט פאראכטן דורך שכל'דיג אום זונטאג אוקטובער 21, 2018 9:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג אוקטובער 21, 2018 9:57 am

סעאל – אמעריקאנער מיליטערישע באאמטע האבן געמאלדן, אז אמעריקע און דרום קארעא האבן איינשטימיג באשלאסן, אפצורופן נאך א געפלאנטע גרויסע מיליטערישע מושטירונג סעסיע, וואס האט געזאלט פארקומען בעפאר'ן ענדע יאר. פרעזידענט טראמפ האט אנהייב יאר אפגעשאפן אזא מושטירונג צווישן די צוויי לענדער, זאגנדיג אז עס טוט סתם פראוואצירן צפון קארעא און שטערט די מעגליכקייט פאר דיפלאמאטיע. אצינד איז באשלאסן געווארן אפצורופן נאך אזא מושטירונג, וויבאלד דרום קארעא זאגט אז זיי זעען גרויס פארשריט אין צפון קארעא'ס וויליגקייט אויפצוגעבן אירע נוקלעארע וואפנס. די סאמע לעצטע מאל וואס דאס מיליטער פון די צוויי לענדער האבן זיך אינאיינעם טרענירט, איז געווען מיט א יאר צוריק – וואס באזארגט געוויסע עקספערטן אז דאס ברענגט זשאווער און אומגרייטקייט פאר'ן שלאכטפעלד ביי די זעלנער.

ווער זענען די עקספערטן? אין ווער מאכט אפ אז זיי עקסעסטירן בכלל?
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:04 am

טראמפ וויל שטייער-שניט
בעפאר מידטוירם וואלן
וואשינגטאן – טראמפ האט געמאלדן, אז ער ארבעט דורכצופירן א נייע שטייער שניט, וואס וועט דירעקט זיין געצילט צו בענעפיטירן מיטל-קלאס פארדינער אין אמעריקע, און דער פלאן וועט ארויסגעשטעלט ווערן אין געציילטע וואכן ארום. טראמפ'ס פלאן דורכצופירן א שטייער שניט ספעציעל פאר מיטל-קלאס פארדינער, קומט נאכדעם וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט פון אנקעטעס, אז א מערהייט וויילער זאגן אז די פריערדיגע גרויסע שטייער רעפארם, האט בעיקר נאר בענעפיטירט די רייכסטע אמעריקאנער בירגער. דער פלאן פון זיין אדמיניסטראציע, איז ארויסצושטעלן דעם נייעם שטייער שניט פלאן אנהייב נאוועמבער, געציילטע טעג איידער די וויילער וועלן ארויסקומען שטימען צו די מידטוירם וואלן.
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:09 am

פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן, אז ער וועט ארויסציען אמעריקע פונעם גרויסן נוקלעארן אפמאך וואס איז געשלאסן געווארן מיט רוסלאנד, דורך פרעזידענט רעיגען און גארבאטשאוו אין 987'.
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:46 am

כאפצעם האט געשריבן:ענגלישע פרעמיער מיניסטערן פארדאמט טראמפ'ס רוף אנצוהאקן זשורנאליסטן: גענצליך אומאקצעפטירבאר.



פעיק ניוס
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:47 am

Think and Thank האט געשריבן:אוואס?! זאג עס איבער נאכאמאל. אויב דער פרעזידענט ענטפערט א פרוי וואס האט אים אטאקירט איז עס אן אטאקע אויף פרויען?!



זיכער איז עס אן אטאקע אויף פרויען. פונקטליכער, איין פרוי.

ס'איז אבער פארשטייט זיך נישט קיין שום פראבלעם צו אטאקירן א פרוי [מער ווי אטאקירן א מאן].
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג אוקטובער 21, 2018 11:14 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:אוואס?! זאג עס איבער נאכאמאל. אויב דער פרעזידענט ענטפערט א פרוי וואס האט אים אטאקירט איז עס אן אטאקע אויף פרויען?!



זיכער איז עס אן אטאקע אויף פרויען. פונקטליכער, איין פרוי.

ס'איז אבער פארשטייט זיך נישט קיין שום פראבלעם צו אטאקירן א פרוי [מער ווי אטאקירן א מאן].


פרובירט עס נישט אויס אינדערהיים.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג אוקטובער 21, 2018 9:40 pm

טראמפ וויל זיך ארויסצוען פונעם אמעריקאנער - רוסישער נוקלעאר טריטי וואס איז אינטערגעשריבן געווארן דורך רעיגן און גארבוטשאוו.

Potus
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:09 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:אוואס?! זאג עס איבער נאכאמאל. אויב דער פרעזידענט ענטפערט א פרוי וואס האט אים אטאקירט איז עס אן אטאקע אויף פרויען?!



זיכער איז עס אן אטאקע אויף פרויען. פונקטליכער, איין פרוי.

ס'איז אבער פארשטייט זיך נישט קיין שום פראבלעם צו אטאקירן א פרוי [מער ווי אטאקירן א מאן].

;l;p- ;l;p-
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:15 pm

פאר די אידן דא וואס זענען רעפאבליקאנער על פי תורה, אידישלעך איז לכאורה ערגער צו אטאקירן פרויען ווי מענער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:17 pm

מטעם?
Innocent until proven Republican

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:24 pm

אלמנה ויתום לא תענון, לא דיבר הכתוב אלא בהווה.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:25 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:טראמפ וויל זיך ארויסצוען פונעם אמעריקאנער - רוסישער נוקלעאר טריטי וואס איז אינטערגעשריבן געווארן דורך רעיגן און גארבוטשאוו.


עס קען נישט זיין, טראמפ איז דאך א פוטין פאפעט

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:30 pm

הזהרו... שדמעתה מצויה ביותר

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:34 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:הזהרו... שדמעתה מצויה ביותר

ישר כח פארן ברענגען, ואטו כי רוכלא.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:51 pm

צל עובר האט געשריבן:פאר די אידן דא וואס זענען רעפאבליקאנער על פי תורה, אידישלעך איז לכאורה ערגער צו אטאקירן פרויען ווי מענער.

ווען איינער איז א רעפאבליקאנער עפ״י תורה מיינט אז א גוי דארף זיך אויפפירן אידישליך...

#מה ענין שמיטה אצל הר גריזים
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:55 pm

יא, מיט וואס דען ביזטו א רעפאבליקאנער על פי תורה, ווי עס טענה'נען דא געוויסע רעפאבליקאנער, ועוד, מען רעדט דא צו עס איז בעצם ערגער צו אטאקירן פרויען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג אוקטובער 21, 2018 10:58 pm

ביזט סיריעס?

יעצט רעדט מען איבער א געוויסע אויפפירונג פון א גוי קיינעם נישט נוגע, האט נישט קיין שייכות מיט רעפאבליקאנער/דעמאקראט עפ״י תורה.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 7:39 am

[img]
[/img]
צוגעלייגטע
zzzzz.PNG
zzzzz.PNG (11.3 KiB) געזעהן 666 מאל
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:13 am

דזשעראד קושנער: דער פרעזידענט האלט צוקערלעך אין א שופלאד אין אוועל אפיס וועלכע ער טיילט רעגלמעסיג פאר די אייניקלעך וועלכע באקומען נישט די צוקערדיגע קענדיס פון זייער מאמע

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:20 am

פראגע: זענט איר די "מאכטפולע פארפאלק" ?
דזשעראד קושנער: סיי ווער עס וואלט געווען פארהייראט צו איר וואלט עס געשאפן א מאכטפולע פארפאלק
זי איז בריליאנט
נאכן ארבעטן אינאיינעם אנערקען איך מער ווי אפעקטיוו זי איז

פראגע: האסטו "פאן" אויפן דזשאב ?
דזשעראד קושנער: איך וואלט עס נישט באצייכנט אלץ פאן אבער עס טוט שטארק באפרידיגן און עס איז קלאר די מערסט קאמפליצירטע פארמעסט אין לעבן

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:41 am

הכל הבל האט געשריבן:דזשעראד קושנער: דער פרעזידענט האלט צוקערלעך אין א שופלאד אין אוועל אפיס וועלכע ער טיילט רעגלמעסיג פאר די אייניקלעך וועלכע באקומען נישט די צוקערדיגע קענדיס פון זייער מאמע

zaza אדער די גרינע?..

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:17 pm

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:דזשעראד קושנער: דער פרעזידענט האלט צוקערלעך אין א שופלאד אין אוועל אפיס וועלכע ער טיילט רעגלמעסיג פאר די אייניקלעך וועלכע באקומען נישט די צוקערדיגע קענדיס פון זייער מאמע

zaza אדער די גרינע?..

די ביסט old fashioned די זיידע קענדי טיילער אין אונזער שול איז שוין מער updated מיט די קענדיס :lol:
לעצט פאראכטן דורך maybeeynot אום מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:46 pm

הכל הבל האט געשריבן:פראגע: זענט איר די "מאכטפולע פארפאלק" ?
דזשעראד קושנער: סיי ווער עס וואלט געווען פארהייראט צו איר וואלט עס געשאפן א מאכטפולע פארפאלק
זי איז בריליאנט
נאכן ארבעטן אינאיינעם אנערקען איך מער ווי אפעקטיוו זי איז

פראגע: האסטו "פאן" אויפן דזשאב ?
דזשעראד קושנער: איך וואלט עס נישט באצייכנט אלץ פאן אבער עס טוט שטארק באפרידיגן און עס איז קלאר די מערסט קאמפליצירטע פארמעסט אין לעבן

סך הכל יעצט האבן זיי בעסערע שלום בית!!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:52 pm

שכל'דיג האט געשריבן:בעיזשינג – כינע'ס עקאנאמישער וואוקס אינעם דריטן פערטל פונעם יעצטיגן פיסקעל-יאר, איז געווען בלויז 6.5 פראצענט, וואס איז די שוואכסטע וואוקס זינט'ן פינאנציעלן קריזיס אין יאר 09'. ווי עקספערטן זאגן, וועט די אפשוואכונג ברענגען אז כינע וועט מער נישט קענען לייגן אזויפיל דרוק אויף אמעריקע, ביים פירן געשפרעכן צו ברענגען אן ענדע צום האנדלס מלחמה, ווייל עס איז גאנץ קלאר אז זי שפירט דעם נעגאטיוון אפעקט פון דער מלחמה און וויל עס ברענגען צו אן ענדע. אן ערקלערונג אינעם וואל סטריט זשורנאל, ברענגט אבער ארויס אז די אפשוואכונג איז בלויז דער רעזולטאט פון דעם וואס די כינעזער רעגירונג האט אנגעהויבן שטרענגער קאנטראלירן וויפיל הלוואות און קרעדיט גרויסע פירמעס קענען ארויסנעמען און אויסנוצן.

די וואל סטריט זשורנאל וועט אייביג פארשטיין אנדערש וואס לוינט זיך פאר טראמפ!

כינעזער סטאקס זענען גאר גאר שטארק היינט נאך א מעלדונג פון די ארטיגע גאווערמענט אז די צענטראלע באנק וועט העלפן אינוועסטירער, טעקס שניטן, ועוד.

אלזא די עקענאמיע אין טשיינע איז סתם אזוי געווען פראבלעמאטיש אין גרויס טייל צילוב פארשידענע שריט וואס די רעגירונג האט אינטערגענומען על אף וואס זיי האבן געוויסט אז עס קען שאדן אינעם קורצן טערמין (א שטייגער ווי די פעדס טוען איצט אין אמעריקע) טראמפ האט עס ערגער געמאכט, איצט דארף טשיינע צוריק סטימיולירן די עקענאמיע.

עס בלייבט א ריסק פאר טשיינע, ווייל נעכטן זיי האבן דאך משום איזה סיבה שהוא פארשטאנען אז פאר די תועלת פון די עקענאמיע אינעם לאנגען טערמין דארף מען איצט אביסל איינצוימען הלוואות פאר פרייואטע קאמפאניס, אויב אזוי איז דער היינטיגער צירוקדרייען א בלית ברירה'דיגער אויסוואל נישט לתועלת פונעם לאנגן טערמין.

--
איך האב שנעל געליינט די נייעס מעגליך נישט גוט ארויסגעהאט.
לעצט פאראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], police, איש האשכולות, חלה, ליבלעך, נאר נייעס, פינחס און 47 געסט