טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג אוגוסט 19, 2018 10:10 am

אמעריקע און כינע ארבעטן אויף ענדע צו האנדלס מלחמה

וואשינגטאן – אין א גאר פאזיטיווער אנטוויקלונג, האט מען געהערט אז אמעריקאנער און כינעזער רעגירונג באאמטע האבן אנגעהויבן פלאנירן פאר דירעקטע געשפרעכן, מיט'ן ציל צו ברענגען אן ענדע צו דער האנדלס מלחמה וועלכע פלאקערט צווישן די צוויי לענדער.
די מלחמה איז שוין אין אפעקט עטליכע וואכן, נאכדעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט ארויסגעשטעלט גרויסע טאריפס אויף כינעזער פראדוקטן אין ווערד פון ביליאנען דאלארן, און כינע האט אויף יעדע שריט נקמה גענומען, ארויפשטעלנדיג אירע קאנטער-טאריפס אויף אמעריקאנער פראדוקטן.
ווי דער "וואל סטריט זשורנאל" באריכטעט, צילן די באאמטע פון ביידע לענדער, אז זיי זאלן האבן געפארטיגט געשפרעכן צווישן זיך אויף ביז נאוועמבער, וואס דאן איז ערווארטעט אז פרעזידענט טראמפ און דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג וועלן זיך טרעפן ביי עטליכע אינטערנאציאנאלע זיצונגען.
טראכטן פארן רעדן איז ווי קאכן פארן עסן
טראכט פאראויס וועסטו נישט דארפן טראכטן אויף צוריק
זיין גערעכט איז וויכטיג זיין קליג איז אסאך וויכטיגער
זיי נישט קיין טיפש וואס זיכט די גליק ביי יענעם
זיי נישט קיין נער וואס טרעפט די פעלערס ביי זיך

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:07 am

טראמפ: כ'האב גארנישט צו באהאלטן פון ראבערט מוללער

וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט, אז ער האט גארנישט צו באהאלטן פון ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פראקוראר וואס פירט די רוסלאנד אויספארשונג. טראמפ האט ווידערהאלט אז די גאנצע אויספארשונג איז נישט מער ווי א פאליטישער שפיל, און ער האפט אז דאס וועט ווי שנעלער קומען צו אן ענדע.
טראמפ האט באזונדער רעאגירט צו באריכטן אז דער ווייסער הויז הויפט אדוואקאט דאן מעקגעהן האט אנגעהויבן קאאפערירן מיט מוללער. די באריכטן טוען אנדייטן אז מעקגעהן קאאפערירט מיט מוללער, און גיט מעגליך ארויס זאכן וואס קענען עווענטועל שעדיגן טראמפ און ברענגען לעגאלע שריט אדער אנקלאגעס קעגן דעם פרעזידענט.
ווי טראמפ האט געשריבן, איז מעקגעהן נישט קיין "דזשאן דיען סארט ראט", מיינענדיג דערמיט ארויסצוברענגען דאס וואס פרעזידענט ניקסאן'ס ווייסע הויז אדוואקאט דזשאן דיען האט קאאפערירט מיט אויספארשער אין די 970'ער יארן, און זיין קאאפעראציע האט עווענטועל געפירט צו דעם אז ניקסאן האט געמוזט רעזיגנירן פון אמט.
טראכטן פארן רעדן איז ווי קאכן פארן עסן
טראכט פאראויס וועסטו נישט דארפן טראכטן אויף צוריק
זיין גערעכט איז וויכטיג זיין קליג איז אסאך וויכטיגער
זיי נישט קיין טיפש וואס זיכט די גליק ביי יענעם
זיי נישט קיין נער וואס טרעפט די פעלערס ביי זיך

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:09 am

נייע אנטי-ברענען ווינטן

וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט וויאזוי עס האבן אנגעהויבן צוביסלעך בלאזן ווינטן קעגן דעם געוועזענעם סי-איי-עי דירעקטאר דזשאן ברענען, פון וועמען פרעזידענט טראמפ האט פאריגע וואך אוועקגענומען זיין צוטריט צו קלאסיפייד דאקומענטן. מען האט געהערט פון דזשעימס קלעפער, געוועזענער שפיאנאזש דירעקטאר אונטער אבאמא, אז ער האלט אז ברענען גייט אביסל צו ווילד קעגן פרעזידענט טראמפ, און ענליך האט געזאגט דער געוועזענער אדמיראל מייק מוללען, וועלכער האט אויך געדינט אונטער אבאמא. זיי זאגן ביידע, אז עס איז אפשר מעגליך אז ברענען האט טאקע נישט געדארפט ארויסטרעטן אזוי שארף קעגן טראמפ.
טראכטן פארן רעדן איז ווי קאכן פארן עסן
טראכט פאראויס וועסטו נישט דארפן טראכטן אויף צוריק
זיין גערעכט איז וויכטיג זיין קליג איז אסאך וויכטיגער
זיי נישט קיין טיפש וואס זיכט די גליק ביי יענעם
זיי נישט קיין נער וואס טרעפט די פעלערס ביי זיך

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:10 am

זשוליאני: אמת
איז נישט אמת
ניו יארק – פרעזידענט טראמפ'ס לויער רודי זשוליאני האט באוויזן נעכטן נאכאמאל צו מאכן העדליינס, מיט זיינע מאדנע קאמענטארן, ווען ער האט זיך אויסגעדרוקט אז "דער אמת איז נישט דער אמת". זשוליאני האט אדרעסירט דאס וואס ער האלט אז טראמפ זאל יא געבן אן אינטערוויו פאר ראבערט מוללער, ווייל ער גייט אים נישט כאפן ביי קיין ליגנט, ווייל די ווערסיע וואס מוללער האט, איז מוללער'ס אמת, נישט די עכטע אמת. זשוליאני האט אויך געזאגט אז די טראמפ טאוער זיצונג איז געווען לעגאל, ווייל ס'איז געווען סתם מיט א פריוואטע רוסישע בירגערין, נישט מיט א רעפרעזענטאט פון דער רוסישער רעגירונג.
טראכטן פארן רעדן איז ווי קאכן פארן עסן
טראכט פאראויס וועסטו נישט דארפן טראכטן אויף צוריק
זיין גערעכט איז וויכטיג זיין קליג איז אסאך וויכטיגער
זיי נישט קיין טיפש וואס זיכט די גליק ביי יענעם
זיי נישט קיין נער וואס טרעפט די פעלערס ביי זיך

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:11 am

סייבער קאמפן
ווערן פארגרינגערט

וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן, אז פון היינט און ווייטער וועט דאס מיליטער האבן מער אייגענע אויטאריטעט צו קענען דורכפירן סייבער אטאקעס קעגן פיינטליכע לענדער. אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע, איז אוועקגעשטעלט געווארן א גאנצער קאמפליצירטער פראצעדור, וואס איידער מ'האט געקענט דורכפירן סייבער אטאקעס, האט עס געדארפט באשטעטיגט ווערן דורך עטליכע פעדעראלע אגענטורן און מיליטערישע אפטיילונגען. דאס ווייסע הויז זאגט, אז דער נייער סיסטעם פון לויזערע רעגולאציעס ארום סייבער אטאקעס קעגן פיינטליכע לענדער, וועט העלפן אמעריקע זיך צו קענען אלץ בליץ-שנעל פארטיידיגן.
טראכטן פארן רעדן איז ווי קאכן פארן עסן
טראכט פאראויס וועסטו נישט דארפן טראכטן אויף צוריק
זיין גערעכט איז וויכטיג זיין קליג איז אסאך וויכטיגער
זיי נישט קיין טיפש וואס זיכט די גליק ביי יענעם
זיי נישט קיין נער וואס טרעפט די פעלערס ביי זיך

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:12 am

נייע אמעריקאנער
אויל פאליסי

וואשינגטאן – דאס קאנסערווירן און זיך שפארן אויל, איז מער נישט קיין עקאנאמישע אינטערעסע פון די פאראייניגטע שטאטן – האט די טראמפ אדמיניסטראציע דערקלערט אין א גאר דראסטישן פאליסי טויש. אין די לעצטערע יארן, ספעציפיש אונטער פרעזידענט אבאמא, האט אמעריקע נאכאנאנד געזוכט וועגן וויאזוי צו שניידן וויפיל אויל אמעריקאנער בירגער און אמעריקאנער ביזנעסער נוצן, זאגנדיג אז דאס שניידן דעם אויל באנוץ, וועט העלפן די עקאנאמיע און אויך די ענווייראמענט. אונטער דער נייער פאליסי פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, ווערט דערקלערט אז אמעריקע האט שוין סייווי גענוג אייגענע אויל, איז דעריבער מער נישט אזא וויכטיגע זאך צו פרובירן שפארן דעם אויל באנוץ.
טראכטן פארן רעדן איז ווי קאכן פארן עסן
טראכט פאראויס וועסטו נישט דארפן טראכטן אויף צוריק
זיין גערעכט איז וויכטיג זיין קליג איז אסאך וויכטיגער
זיי נישט קיין טיפש וואס זיכט די גליק ביי יענעם
זיי נישט קיין נער וואס טרעפט די פעלערס ביי זיך

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:13 am

טראמפ'ס "ביזנעס
רעפארטס" פארשלאג

וואשינגטאן – די ביזנעס וועלט איז וואך מיט א פארשלאג וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעשטעלט, איבערצומאכן דעם סיסטעם פון די רעפארטס וואס גרויסע קארפארעישאנס און ביזנעסער זענען היינט צוטאגס געצווינגען צו פובליצירן יעדן פערטל יאר. טראמפ זאגט אז ער האט שוין גערעדט מיט די באאמטע פון דער פעדעראלער סעקיוריטיס און עקסטשעינדזש קאמיטע, און ער וויל עס טוישן, אז די ביזנעסער זאלן בלויז דארפן ארויסגעבן די רעפארטס איינמאל אין א האלבן יאר. טראמפ זאגט אז דאס וועט אראפנעמען אסאך פרעשור פון די ביזנעסער, און זיין פלאן איז הילכיג באגריסט געווארן אין דער ביזנעס וועלט.
טראכטן פארן רעדן איז ווי קאכן פארן עסן
טראכט פאראויס וועסטו נישט דארפן טראכטן אויף צוריק
זיין גערעכט איז וויכטיג זיין קליג איז אסאך וויכטיגער
זיי נישט קיין טיפש וואס זיכט די גליק ביי יענעם
זיי נישט קיין נער וואס טרעפט די פעלערס ביי זיך

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:15 am

קרעדיט דעילי איד!
טראכטן פארן רעדן איז ווי קאכן פארן עסן
טראכט פאראויס וועסטו נישט דארפן טראכטן אויף צוריק
זיין גערעכט איז וויכטיג זיין קליג איז אסאך וויכטיגער
זיי נישט קיין טיפש וואס זיכט די גליק ביי יענעם
זיי נישט קיין נער וואס טרעפט די פעלערס ביי זיך

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:30 am

טראמפ סטראשעט און טערקישע לירא טראסקעט ווייטער 

דער אפגעשוואכטער טערקישער לירא איז ווייטער געפאלן נעכטן מיט א שטוינענדע 6 פערצענט אקעגן דעם דאלער נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געווארנט אז זי וועט אויסשטיין נאך סאנקציעס אויב זי באפרייט נישט דעם אמעריקאנער גייסטליכער וואס זי האלט אונטער ארעסט.

אלעס אינאיינעם האט דער לירא פארלוירן איבער 40 פערצענט פון איר ווערד קעגן דעם דאלער פון אנהויב יאר, און עקאנאמיסטן לייגן דאס אן אויף פרעזידענט ארדואן׳ס עקאנאמישע פאליסיס פון נישט הייבן די אינטערעסט ראטע און נעמען קאנטראל אויף די מארקעט, און עס איז פארערגערט געווארן צוליב די ריס מיט אמעריקע.

אין א טוויט נעכטן האט דער פרעזידענט געשריבן אז ער זוכט נישט צו פארהאנדלען מיט טערקיי, און אמעריקע ״וועט גארנישט באצאלן״ אויף צו צוריקברענגען בראנסאן, און אויב ווערט ער נישט באפרייט וועט געלייגט ווערן פרישע סאנקציעס. דאס קומט אינעם זעלבן טאג וואס אן אפעלאט געריכט האט אפגעזאגט א ביטע פון בראנסאן צו באפרייט ווערן פאר הויז ארעסט.
טראכטן פארן רעדן איז ווי קאכן פארן עסן
טראכט פאראויס וועסטו נישט דארפן טראכטן אויף צוריק
זיין גערעכט איז וויכטיג זיין קליג איז אסאך וויכטיגער
זיי נישט קיין טיפש וואס זיכט די גליק ביי יענעם
זיי נישט קיין נער וואס טרעפט די פעלערס ביי זיך

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:04 pm

פרעזידענט טראמפ זיך אפגערעדט צו רייכע רעפובליקאנע ביישטייערער פארלאפענע פרייטאג איבער פעדעראלע רעזערוו פארזיצער דזשעראם פאועל

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:22 pm

מטעמים האט געשריבן:אמעריקע האט געווינען די שווערע מלחמה מיט נאצי דייטשלאנד אין אפאר יאר, דאס איז פאוער, דאס איז קאנסידערד איינע פון די גרעסטע סוקסעסן פון די לאנד, אמעריקע זיצט שוין יעצט צוואנציג יאר אין אפגאניסטאן און מען גייט זיך אינטער געבן.

דאס מיינט אמאל געוועהן גוט!

די לאנד האט געהאט צייטען וואס זיי האבען געבומט עקאנאמיש, די אינדאסטרי עידזש, בויען באנען, אינטערסטעיט הייוועיס דאן האט געבומט עקאנאמיש, מען האט געהאט מעכטיגע עקאנאמישע בומס און די אכציגער און אין די ניינציגער יארען.

די לעצטע אכצען יאר איז עס טריקען, אלע משוגענע פלענער פון קאליפארניע לימיטעד די לאנד צו איר פול פאטענשאל עקאנאמיש און ביוראקראטיע און ספענדינג איז אויטרעיזשעס, דאס מיינט שלעכט פאר א לאנד און ביטער פאר אירע בירגער.

אלע משוגענע פלענער פון קאליפארניע לימיטעד די לאנד צו איר פול פאטענשאל עקאנאמיש און ביוראקראטיע און ספענדינג איז אויטרעיזשעס, דאס מיינט שלעכט פאר א לאנד און ביטער פאר אירע בירגער

callifornia is bomming teh same as america did in the 1950's
thanks to teh tech industry

אוועטאר
א נייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:34 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:די לעצטע אכצען יאר איז עס טריקען, אלע משוגענע פלענער פון קאליפארניע לימיטעד די לאנד צו איר פול פאטענשאל עקאנאמיש און ביוראקראטיע און ספענדינג איז אויטרעיזשעס, דאס מיינט שלעכט פאר א לאנד און ביטער פאר אירע בירגער.

אלע משוגענע פלענער פון קאליפארניע לימיטעד די לאנד צו איר פול פאטענשאל עקאנאמיש און ביוראקראטיע און ספענדינג איז אויטרעיזשעס, דאס מיינט שלעכט פאר א לאנד און ביטער פאר אירע בירגער

callifornia is bomming teh same as america did in the 1950's
thanks to teh tech industry

קאליפרניע איז די גרעסטע אין סערוויס סעקטאר
אבער די אנדערע חלקים ברענגן זיי אונטער
ביורקראטיע איז פונקט ווי אנדערע סטעיטס אדער נאך מער
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:35 pm

ווייס פרעזידענט האט געשריבן:איך וויל אביסל רעדן איבער די קאומא (געיט) רעדע

און איך ווייס ס'גייט זיין מענטשן וואס גייען מיט עפעס א גוטן נארישקייט פראבירן אפצוווענדן מיין פוינט וואס סאיז בעצם גוט פאר דיבעיט פערפעסעס אבער אליבא דאמת זאג איך טינק אבאוט דיס

דאס אמעריקאנער פאלק איז זייער שטארק געבויעט אויף געטריישאפט פארן לאנד צו איז עס די פאונדינג פאטערס אדער פאלן היראוס אא"וו און דעיס זעהט מען (פלעגט מען אמאל זעהן ) ביים נאשינאל אנטעם

און די דעמאקרעטס זענען געקומען ובראשם אובאמא און זיי האבן אנגעפאנגען צו טשעינדזשן דעיס זיי האבן אנגעפאנגען מיט איליגעלס וואס זיי זענען גארנישט ווייניגער אין דעים לאנד ווי א סיטיזען און געגאנגען צום נילינג ביים נאשינאל אנטעם און לעצטנס הערט מען פון נאך עלעקטעט אפישעלס זייער שנאה צום עצם לאנד און דא קומט דער קאומא מיט א באשטעיטיגונג אויף דעיס אלעס קומט -פארן אלגעמיינעם אמעריקאנער פאלק- צו ברעכן פון די עקלדיגע וועג וואס דעמאקרעטס גייען לעצטנס

אנדערש איז ווען מ'האט א אישו מיט א ספעסיפיק זאך וואס אמעריקע מעג זיך טשעינדזשן

איך האף אז איך האמיר גוט מסביר געווען

וזאת למודעי אז איך גיי מיך נישט ארום טענה'ען מיט קיינעם איך האב נאר געשריבען בבחינת טינק אבאוט איט

גוטע נקודה, איך פארשטיי וואס די מיינסט צי זאגן, "אמעריקאנער שטאלץ"

זיי וויסן אז עס זענען באמת דא מענטשען וואס שעמען זיך מיט זייער פרעזידענט מיט זיין אויפגעפירעכץ און סטעיטמענטס. פון א פאטריאטישן פערספעקטיוו! (אלע טרעיד דיעלס ביז היינט זענען נערי'ש ווייל אמעריקע איז נעריש, נאר רוסלאנד איז קלוג)


אגב, איך וויל טאקע אויך וויסן ביי דער ענין א טיימליין.

ביז ווען האט אמעריקע געהאט היראוס? צ.ב.ש. אלע שפיאנאזש אנפירער צירוקגייענדיג ביז רעיגן זענען נישט ווערט זייער חתימה.

איך מיין אז פרעזידענט זשעקסאן איז דער איינציגער גוטער פרעזידענט לויט טראמפ

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:39 pm

מטעמים האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן: מיסטעיק נאמבער צוויי איז אז ער זאגט אז אמעריקע איז קיינמאל נישט געוועהן גוט וואס די מציאות איז נישט אזוי על כל פנים רוב אמעריקאנע בירגער האבען ליב דאס לאנד און האלטען אז דער לאנד איז מעכטיג ווערסעס די פאר קלאונס אין קאליפארניע וואס האבען גענימען א ציהל אראפצורייסען דאס לאנד אמעריקע ווען אימער מעגליך.


איינע פון די קלאונס איז דאנאלד טראמפ ('ס קאמפיין סלאגאן, און אסאך דרשות) וואס רייסט אראפ אמעריקע, און טאקע רוב בירגער האלטן אז היינט, און אפילו צוויי יאר צוריק, איז אמעריקע יא גרעיט.

אראפ רייסען אמעריקעס פאליטישענס און זייערע פאליסיס - מיט גרויס רעכט - מאכט נאכנישט טראמפ פאר א קלאון, עס מאכט אים זיין די ערשטע נישט-פאליטישען וואס פארשטייט זייער גוט צו די לאנד.

דו שפרינגסט אהין און צוריק...
זענען די מענטשן וואס רייסן אראפ אמעריקע קלאונס אדער נישט?
כהאב נישט געוואוסט אז נאר אין קאליפארניע ווערן געבוירן קלאונס.

ווילסט וויסען וואס א קלאון מיינט: דא האסטו, די וועלט איז באשאפען געווארען פון זיך אליינס, דאופ און מאריוואנע זאל זיין הינדערט פראצענט לעגאל, א שווארצער מיט א ספאנישער זאלען באקומען א זשאב בעפאר א ווייסער און די גרעסטע חטא איז רייכערן א ציגרעטל און הרגענען א חי׳, פראטעקט די וויילדלייף אבער שיס די פאליציי, נישט מאכען קיין ברית פאר די יונגע אבער אויספלאגען די רעספערעיטאר פאר די אלטע, שחיטה זאל זיין פארבאטען און זשענדער דייווערסעטי זאל זיין קאמפלעט אפען, א בוים מיט בהמה האבען מער ווערט ווי מענטשען וואס האבען א רעליגיע און א פאמיליע לעבן.

דאס איז א קלאון מיין פריינט און טראמפ איז נישט דאס.

רעליגיעז? נישט טראמפ!

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:41 pm

;l;p-
Think and Thank האט געשריבן:בלוט זאל זיך גיסן, אבער שלום וועט זיין!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:44 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:איינע פון די קלאונס איז דאנאלד טראמפ ('ס קאמפיין סלאגאן, און אסאך דרשות) וואס רייסט אראפ אמעריקע, און טאקע רוב בירגער האלטן אז היינט, און אפילו צוויי יאר צוריק, איז אמעריקע יא גרעיט.

אראפ רייסען אמעריקעס פאליטישענס און זייערע פאליסיס - מיט גרויס רעכט - מאכט נאכנישט טראמפ פאר א קלאון, עס מאכט אים זיין די ערשטע נישט-פאליטישען וואס פארשטייט זייער גוט צו די לאנד.

דו שפרינגסט אהין און צוריק...
זענען די מענטשן וואס רייסן אראפ אמעריקע קלאונס אדער נישט?
כהאב נישט געוואוסט אז נאר אין קאליפארניע ווערן געבוירן קלאונס.

ווילסט וויסען וואס א קלאון מיינט: דא האסטו, די וועלט איז באשאפען געווארען פון זיך אליינס, דאופ און מאריוואנע זאל זיין הינדערט פראצענט לעגאל, א שווארצער מיט א ספאנישער זאלען באקומען א זשאב בעפאר א ווייסער און די גרעסטע חטא איז רייכערן א ציגרעטל און הרגענען א חי׳, פראטעקט די וויילדלייף אבער שיס די פאליציי, נישט מאכען קיין ברית פאר די יונגע אבער אויספלאגען די רעספערעיטאר פאר די אלטע, שחיטה זאל זיין פארבאטען און זשענדער דייווערסעטי זאל זיין קאמפלעט אפען, א בוים מיט בהמה האבען מער ווערט ווי מענטשען וואס האבען א רעליגיע און א פאמיליע לעבן.

דאס איז א קלאון מיין פריינט און טראמפ איז נישט דאס.

רעליגיעז? נישט טראמפ!

פון נישט זיין דער גרעסטער ירא שמים ביז זוכן אונטערצוברענגען רעליגיע און אויסצושיסן יעדן רעליגיעזן איז א היבשער מהלך.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:46 pm

א נייער האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:די לעצטע אכצען יאר איז עס טריקען, אלע משוגענע פלענער פון קאליפארניע לימיטעד די לאנד צו איר פול פאטענשאל עקאנאמיש און ביוראקראטיע און ספענדינג איז אויטרעיזשעס, דאס מיינט שלעכט פאר א לאנד און ביטער פאר אירע בירגער.

אלע משוגענע פלענער פון קאליפארניע לימיטעד די לאנד צו איר פול פאטענשאל עקאנאמיש און ביוראקראטיע און ספענדינג איז אויטרעיזשעס, דאס מיינט שלעכט פאר א לאנד און ביטער פאר אירע בירגער

callifornia is bomming teh same as america did in the 1950's
thanks to teh tech industry

קאליפרניע איז די גרעסטע אין סערוויס סעקטאר
אבער די אנדערע חלקים ברענגן זיי אונטער
ביורקראטיע איז פונקט ווי אנדערע סטעיטס אדער נאך מער

קאליפארניע עקענאמיע איז בומינג.

אייגענטליך קען קאליפארניע זיך עפארדן די אלע שטרענגע ענוויראמענט רעגיולאציעס ווי באלד זייער עקענאמיע איז זייער שטארק געבויט אויף טעכנעלאגיע

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:51 pm

Think and Thank האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:אראפ רייסען אמעריקעס פאליטישענס און זייערע פאליסיס - מיט גרויס רעכט - מאכט נאכנישט טראמפ פאר א קלאון, עס מאכט אים זיין די ערשטע נישט-פאליטישען וואס פארשטייט זייער גוט צו די לאנד.

דו שפרינגסט אהין און צוריק...
זענען די מענטשן וואס רייסן אראפ אמעריקע קלאונס אדער נישט?
כהאב נישט געוואוסט אז נאר אין קאליפארניע ווערן געבוירן קלאונס.

ווילסט וויסען וואס א קלאון מיינט: דא האסטו, די וועלט איז באשאפען געווארען פון זיך אליינס, דאופ און מאריוואנע זאל זיין הינדערט פראצענט לעגאל, א שווארצער מיט א ספאנישער זאלען באקומען א זשאב בעפאר א ווייסער און די גרעסטע חטא איז רייכערן א ציגרעטל און הרגענען א חי׳, פראטעקט די וויילדלייף אבער שיס די פאליציי, נישט מאכען קיין ברית פאר די יונגע אבער אויספלאגען די רעספערעיטאר פאר די אלטע, שחיטה זאל זיין פארבאטען און זשענדער דייווערסעטי זאל זיין קאמפלעט אפען, א בוים מיט בהמה האבען מער ווערט ווי מענטשען וואס האבען א רעליגיע און א פאמיליע לעבן.

דאס איז א קלאון מיין פריינט און טראמפ איז נישט דאס.

רעליגיעז? נישט טראמפ!

פון נישט זיין דער גרעסטער ירא שמים ביז זוכן אונטערצוברענגען רעליגיע און אויסצושיסן יעדן רעליגיעזן איז א היבשער מהלך.

פארשטייט זיך, טראמפ האט נישט פיינט רעליגיע, לאכן לאכט ער זיכער יא דערפון,

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:52 pm

אז מען רעדט דא פון קאליפארניע, איז גוט צו געדענקען אז עס איז די סטעיט מיט די גרעסטע דיוויזשן צווישן רייכע און ארעמע, ד.ה. גאר אסאך מיליאנערן צווישן סיליקאן וואלי און האליוואד און גאר גאר אסאך ארעמע און רעקארד נומבערס האומלעס (ספעציעל און די גאר ליבעראלע סיטיס ווי סאן פראנציסקא, ווי מחנות האומלעס אין די גאסן איז פון די נארמאלע זאכן) און גאנץ א קליינע מיטל קלאס וועלכע ווערט פאקטיש קלענער און קלענער.
ווייטער די עקאנעמי (וועלכע באשטייט אויך מער ווייניגער פון סיליקאן וועלי) ווערט שוואכער און שוואכער, אין די צייט וואס איבערן לאנד ווערט עס שטערקער.
ווייאלענס איז סקיי ראקינג. דראגס, סאוסייד, גענגס, זענען סקיי ראקינג...

א קאמוניסטישע גן עדן...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
א נייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:53 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:אייגענטליך קען קאליפארניע זיך עפארדן די אלע שטרענגע ענוויראמענט רעגיולאציעס ווי באלד זייער עקענאמיע איז זייער שטארק געבויט אויף טעכנעלאגיע

פון דאס האבן מיר גערעדט
וויל איין זאך בומט מיינט נישט אז זאכן זענען גוט
בויען זיי בריקען שנעל אזוי ווי אמאל

-----
נאך האקט
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:56 pm

די קאליפארניער עקאנאמיע באשטייט ווייט נישט נאר פון סיליקאן וועלי. 95% פון די פרוכט וואס וואקסן אין אמעריקע וואקסן אין קאליפארניע!
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

ראגעלעך
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:57 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:דו שפרינגסט אהין און צוריק...
זענען די מענטשן וואס רייסן אראפ אמעריקע קלאונס אדער נישט?
כהאב נישט געוואוסט אז נאר אין קאליפארניע ווערן געבוירן קלאונס.

ווילסט וויסען וואס א קלאון מיינט: דא האסטו, די וועלט איז באשאפען געווארען פון זיך אליינס, דאופ און מאריוואנע זאל זיין הינדערט פראצענט לעגאל, א שווארצער מיט א ספאנישער זאלען באקומען א זשאב בעפאר א ווייסער און די גרעסטע חטא איז רייכערן א ציגרעטל און הרגענען א חי׳, פראטעקט די וויילדלייף אבער שיס די פאליציי, נישט מאכען קיין ברית פאר די יונגע אבער אויספלאגען די רעספערעיטאר פאר די אלטע, שחיטה זאל זיין פארבאטען און זשענדער דייווערסעטי זאל זיין קאמפלעט אפען, א בוים מיט בהמה האבען מער ווערט ווי מענטשען וואס האבען א רעליגיע און א פאמיליע לעבן.

דאס איז א קלאון מיין פריינט און טראמפ איז נישט דאס.

רעליגיעז? נישט טראמפ!

פון נישט זיין דער גרעסטער ירא שמים ביז זוכן אונטערצוברענגען רעליגיע און אויסצושיסן יעדן רעליגיעזן איז א היבשער מהלך.

פארשטייט זיך, טראמפ האט נישט פיינט רעליגיע, לאכן לאכט ער זיכער יא דערפון,


נישט וואר. טראמפ רעספעקטירט רעליגע. און ווען מען דארף נעמען א צד, אדער רעליגע, אדער די פארדרייטע לינקע נאנסענס אידעלאגיע, איז ער אויף די זייט פון רעליגע.

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 12:58 pm

Think and Thank האט געשריבן:די קאליפארניער עקאנאמיע באשטייט ווייט נישט נאר פון סיליקאן וועלי. 95% פון די פרוכט וואס וואקסן אין אמעריקע וואקסן אין קאליפארניע!

איך רעד פון די וואוקס וועלכע מען האט פריער דערמאנט דא, וועלכע באשטייט פוןדי טעק קאמפאניס.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
א נייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 1:01 pm

Think and Thank האט געשריבן:די קאליפארניער עקאנאמיע באשטייט ווייט נישט נאר פון סיליקאן וועלי. 95% פון די פרוכט וואס וואקסן אין אמעריקע וואקסן אין קאליפארניע!

מ'רעדט פון די חלק וואס זיי זענען מער ווי אנדערע סטעיטס
אז זיי האבן אזוי פיל געלט

----
נאך ס'איז שוין די צווייטע מאל איך האב א בלוטיגע פאסיק
(נאר א וויץ)
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 1:10 pm

Think and Thank האט געשריבן:די קאליפארניער עקאנאמיע באשטייט ווייט נישט נאר פון סיליקאן וועלי. 95% פון די פרוכט וואס וואקסן אין אמעריקע וואקסן אין קאליפארניע!

נישט פון אויל און נישט פון מאנופעקטורערס, חוץ די עלעקטערישע טעסלע אדער טאקע סיליקאן טשיפס...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, דממה דקה, מאניש בנבנשתי, מה שמו, נאר נייעס, שטיל, שכל'דיג און 40 געסט