טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 12:18 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:נארישע ספינס. צו לאזן אוטסיידערס אן בעקגראונד טשעקס, אן לעגאלע אויפנאמע פירן די רעגירונג איז א רעצעפט פאר קארופציע, פוטין סטייל



אן עדווייזערי באורד איז נישט קיין נייע זאך...

אבער לשטתך, וואסי פשט פון בלומענטאל?

ליינענדיג די גאנצע פראו פאבליקאו ארטיקל זעה איך דערווייל נאר פאזעטיוו אז די דרויסענדיג ביזנעס חברה האבן געארבייט ביטער שווער צו אויפקומען מיט פרישע איידיעס און טעכנעלאגיע וויאזוי צו אויסגראדן די קרומסטע אגענטור פון די פעדעראלע רעגירונג און געבן די בעסטע סערוויסעס פאר פארוואונדעטע וועטעראנען. און וויאזוי די פארשטינקענע ביוראקראטיע און די אלטגעזעצענע שטייען אין וועג פאר יעדע פרישע איידיע.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3046
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 12:18 pm

כ׳בין נישט באקאנט און די דיטעיל׳ס, עספעשעלי און די געזעצן. אבער לויט וויזוי סיי @כאפצעם און סיי @שמאטע לייגן עס אראפ. קען זיין אז געזעצן זענען אפשר געבראכן געווארן, קלאר איז אבער (עגען, לויט די באריכטן) אז קיינער האט קיין ״שלעכטס״ נישט געמיינט, די ציל דא איז געווען בלויז גוטע זאכן.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 12:20 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כ׳בין נישט באקאנט און די דיטעיל׳ס, עספעשעלי און די געזעצן. אבער לויט וויזוי סיי @כאפצעם און סיי @שמאטע לייגן עס אראפ. קען זיין אז "בלויז PR" געזעצן זענען אפשר געבראכן געווארן, קלאר איז אבער (עגען, לויט די באריכטן) אז קיינער האט קיין ״שלעכטס״ נישט געמיינט, די ציל דא איז געווען בלויז גוטע זאכן.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 12:34 pm

קאנגרעטשיולעשיאן מיסטער פרעזידענט פארען טרעפן א וועג ארום ביוראקרעסי.

איך האב א גרעסערע פראבלעם מיט די יעצטיגע גאווערמענט ווי מיט די עדווייזערס.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
א נייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:06 pm

Goodmorning האט געשריבן:נארישע ספינס. צו לאזן אוטסיידערס אן בעקגראונד טשעקס, אן לעגאלע אויפנאמע פירן די רעגירונג איז א רעצעפט פאר קארופציע, פוטין סטייל

קען זיין אז מען דארף האבן בעקגראונד טשעקס
אבער איך מיין אז דו קוקסט אויף יעדע אמעריקנע בזנעס און אויף די רעגירונג
די לעצטע פאר יאר איז זייער א פשוטע זאך פארוואס ער האט זיי אריין געברענגט
און איך מיין אז עס איז איינע פון די זאכן וואס ער האט געהאמערט ביים קאמפיין
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:09 pm

מטעמים האט געשריבן:קאנגרעטשיולעשיאן מיסטער פרעזידענט פארען טרעפן א וועג ארום ביוראקרעסי.

איך האב א גרעסערע פראבלעם מיט די יעצטיגע גאווערמענט ווי מיט די עדווייזערס.

קען זיין. אבער וואו איז די לימיט? עס עפענט די טיר פאר אסאך פראבלעמען.
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:25 pm

הכל הבל האט געשריבן:אין די צייט וואס פרעזידענט געפונט זיך אויף וואקאציע אין ניו דזשערסי גייט די ווייסע הויז אריבער א טיילווייזע רענאוואציע
צווישן אנדערן ווערן איבערגעמאכט די מערב פליגל פריוואטע צימערן, די קיך וואסער לייטונג סיסטעם, די מזרח פליגל אריינגאנג, די טירן פון די טעראסע אויף דרום זייט, די דאך אינעם מזרח צימער , מארבל אויף די פאדלאגע אין די רעזידענט אפטיילונג, געוויסע סטרוקטורן אין די קענעדי גארטן און נאך

די אינטעהער מאשינען זענען שוין אין פלאץ?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:27 pm

שכל'דיג האט געשריבן:רוחאני: גרייט שוין פאר פארהאנדלונגען

פרעזיעדנט טראמפ האט געזאגט אז ער זוכט מיט די סאנקציעס צו ברענגען איראן צום פארהאנדלונגס טיש און ברענגען ״גלאבאלע שלום״ אויף וועלכער דער איראנער פרעזידענט רוחאני האט רעאגירט זאגנדיג אז איראן האט קיינמאל נישט פארשלאסן דעם טיר און אז ער רופט פרעזידענט טראמפ זיך צו אראפזעצן ״באלדיג״ צום טיש מיט אים פאר פארהאנדלונגען.

אבער דער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער זשאן באלטאן האט אוועקגעמאכט דעם אנבאט פון איראן אלס הוילע פראפאגאנדע, אנווייזנדיג אז אינעם זעלבן רעדע האט רוחאני אראפגעריסן דעם פרעזידענט אז ער איז נישט פארטרויבאר און אז ער האלט נישט קיין ווארט.

וואס איז געשעהן? ער איז שוין יא גרייט צו קומען מיטן מעסער אין רוקן?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:29 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:רוחאני: גרייט שוין פאר פארהאנדלונגען

פרעזיעדנט טראמפ האט געזאגט אז ער זוכט מיט די סאנקציעס צו ברענגען איראן צום פארהאנדלונגס טיש און ברענגען ״גלאבאלע שלום״ אויף וועלכער דער איראנער פרעזידענט רוחאני האט רעאגירט זאגנדיג אז איראן האט קיינמאל נישט פארשלאסן דעם טיר און אז ער רופט פרעזידענט טראמפ זיך צו אראפזעצן ״באלדיג״ צום טיש מיט אים פאר פארהאנדלונגען.

אבער דער נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער זשאן באלטאן האט אוועקגעמאכט דעם אנבאט פון איראן אלס הוילע פראפאגאנדע, אנווייזנדיג אז אינעם זעלבן רעדע האט רוחאני אראפגעריסן דעם פרעזידענט אז ער איז נישט פארטרויבאר און אז ער האלט נישט קיין ווארט.

וואס איז געשעהן? ער איז שוין יא גרייט צו קומען מיטן מעסער אין רוקן?

זעט שוין אויס ווי איזרעאליס און פאלעסטינער פארהאנדלונגען. דו ווילסט נישט. ניין דו!
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:32 pm

SPUSMN האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:אין די צייט וואס פרעזידענט געפונט זיך אויף וואקאציע אין ניו דזשערסי גייט די ווייסע הויז אריבער א טיילווייזע רענאוואציע
צווישן אנדערן ווערן איבערגעמאכט די מערב פליגל פריוואטע צימערן, די קיך וואסער לייטונג סיסטעם, די מזרח פליגל אריינגאנג, די טירן פון די טעראסע אויף דרום זייט, די דאך אינעם מזרח צימער , מארבל אויף די פאדלאגע אין די רעזידענט אפטיילונג, געוויסע סטרוקטורן אין די קענעדי גארטן און נאך

די אינטעהער מאשינען זענען שוין אין פלאץ?

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:32 pm

יש ברירה האט געשריבן:פארוואס נישט לייענען די ארטיקל פארן קאמענטירן?

עניוועיס די רעפארט וועלכע איז געווארן ארויסגעגבן דורך די אינטערנעל גאווערמענט וואטשדאג (גערופן "United States Government Accountability Office") זאגט בקיצור, אז די גאווערמענט האט נישט פולשטענדיג שטודירט די מצב ביים גרעניץ, און דאס קען פירן אז זיי זאלן זיך שטעלן אויף איין ארט און אויסגעבן גאר אסאך געלט דארט, ווי איידער קוקן אויב מען קען מיט די זעלבע געלט אויפטון מער ערגעץ אנדערש.

פון די באריכט
Without assessing costs as part of the prioritization process, CBP does not have complete information to know whether it is prioritizing locations that will use its limited resources in the most cost-effective manner


"However, by proceeding without key information on cost, acquisition baselines, and the contributions of previous barrier and technology deployments, DHS faces an increased risk that the Border Wall System Program will cost more than projected, take longer than planned, or not fully perform as expected."

דאס איז א נארמאלע זאך אז עס קאסט מער ווי פראדזעקטעד; א סאך מאל 10 מאל און מער ווי פראדזעקטעד.

א נארמאלע זאך אז עס נעמט לענגער ווי פלאנירט; א סאך מאל 5 מאל אזוי לאנג און נאך מער.

און ליידער א נארמארלע זאך אז עס ארבעט נשיט ווי פלאנירט; ווייל ספעשיל אינטערעסטס מישען זיך געווענליך אריין.

אבער מיינט דאס אז מען זאלך נישט אנהויבען?

BT, אין מיין אפיניען איז נישט דער וואנט דער עיקר סעלושען, נאר די אומוויליגקייט פון די לינקע צו האבען קאנטראל איבער דער בארדער.

א בארדער וואנט, אן קיין היטערס צו היעטען אז מען זאל נישט אריבער דער וואנט אדער אינטערקריכען דער וואנט וועט גארנישט ווערט זיין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:44 pm

Goodmorning האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:קאנגרעטשיולעשיאן מיסטער פרעזידענט פארען טרעפן א וועג ארום ביוראקרעסי.

איך האב א גרעסערע פראבלעם מיט די יעצטיגע גאווערמענט ווי מיט די עדווייזערס.

קען זיין. אבער וואו איז די לימיט? עס עפענט די טיר פאר אסאך פראבלעמען.

די גאווערמענט האט שוין באוויזען דאס ארגסטע פון נישט האבען א לימיט פון ספענדען געלט און נישט האבען קיין לימיט פון סטופיד דעסיזשענס און איבערגעטריבענע ביוראקרעסי.

מיט פריוואטע סיטיזענס קען נאר קומען די ישועה.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 2:31 pm

מטעמים האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:קאנגרעטשיולעשיאן מיסטער פרעזידענט פארען טרעפן א וועג ארום ביוראקרעסי.

איך האב א גרעסערע פראבלעם מיט די יעצטיגע גאווערמענט ווי מיט די עדווייזערס.

קען זיין. אבער וואו איז די לימיט? עס עפענט די טיר פאר אסאך פראבלעמען.

די גאווערמענט האט שוין באוויזען דאס ארגסטע פון נישט האבען א לימיט פון ספענדען געלט און נישט האבען קיין לימיט פון סטופיד דעסיזשענס און איבערגעטריבענע ביוראקרעסי.

מיט פריוואטע סיטיזענס קען נאר קומען די ישועה.

אויסדרוקליך נישט. עס מיינט אז די רעגירונג קען ווערן סתם א שוי שפיל און נישט ערוויילטע און געשטעלטע מענטשן באקומען כח. עס קען זיך ענדיגן ווי איו רוסלאנד.
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 2:37 pm

עס איז נישט די ערשטע מאל וואס די גאווערמענט נעמט פריוואטע מענטשען, די אבאמא אדמיניסטראציע האט געהייערט ״צאר׳ס״ וואס ווערן נישט ערוועלט דירעקט פון פאלק און ארבייטען פאר די גאווערמענט. וואס איז עס אנדערשט די מאל חוץ אז טראמפ איז פרעזידענט?
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

הכל הבל
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 3:07 pm

טראמפ אדמיניסטראציע שטעלט ארויף פרישע סאנקציעס אויף די רוסישע רעגירונג צוליב זייער ראלע אין פארגיפטן א געוועזענע שפיאן אין ענגלאנד

abeg
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 3:19 pm

הכל הבל האט געשריבן:טראמפ אדמיניסטראציע שטעלט ארויף פרישע סאנקציעס אויף די רוסישע רעגירונג צוליב זייער ראלע אין פארגיפטן א געוועזענע שפיאן אין ענגלאנד

יעצט ברױכט מען נאר די אטמאטישע סטעיטמענטס פין פעלאסי אין מעקעין אז די סאנקציעס װײזט אז טראמפ אין פוטין׳ס טאש

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 3:22 pm

מען האט דאך שוין ארויסגעווארפן פאליטישן'ס פארדעם, ניין?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 3:48 pm

שמאטע האט געשריבן:אין א פרישע פאזעטיווע מאוו פון די טראמפ אדמיניסטראציע האט די אדמיניסטראציע אנגעהויבן ערלויבן "אוטסיידערס" צו זאגן מיינונגען און געבן עצות פאר די עקזעקעטיוו ברענטש אגענטורען, אנשטאט בלויז לאזן די ביוראקראטיע שלעפן צייט און אויפקומען מיט געלט-פארשווענדערישע געדאנקען וועלכע ברענגען גארנישט חוץ צייט שטיפעריי.

א פרישע באריכט פון "פראו פאבליקאו" זאגט אז די וועטעראנען אגענטור - די ווי.עי. - באקומט (אדער פלעגט באקומען) רעגעלמעסיג געדאנקען און עצות פון א גרופע פון 3 אנשים חשובים (העפענס טו בי אז זיי זענען אויך מיטגלידער אינעם פרעזידענטס מאר-או-לאגא רעזארט) וועלכע האןב וואלענטירט זייער צייט צו מטכיס עצה זיין איבער וויזאוי מען קען פארבעסערן די צופראסקעטע אגענטור וועלכע ראנגעלט זיך מיט סקאנדאלן פאר די לעצטע ווייסעך-וויפיל-יאר.

עס איז צום האפן אז די נייע מהלך פון ערלויבן אוטסיידערס צו עדווייזן די אגענטורען - וועט ברענגען בעסערע רעזולטאטען פאר די גאווערמענט און שניידן די נארישע און געלט פארשווענדענישע אויסגאבן מיט וועלכע אלע גאווערמענט אגענטורען זענען ברייט באקאנט.

https://www.propublica.org/article/ike- ... 1533681163

------
אופס... יעצט זיי איך אז כאפצעם מעלדט א "סקאנדאל"....

;l;p-
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 3:51 pm

Goodmorning האט געשריבן:נארישע ספינס. צו לאזן אוטסיידערס אן בעקגראונד טשעקס, אן לעגאלע אויפנאמע פירן די רעגירונג איז א רעצעפט פאר קארופציע, פוטין סטייל

איז מעדעצין קעגען קאראפציע, אמעריקען סטייל.

#די ענגלישע שפיאנען וואס די FBI ניצט זענען אוטסיידערס
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 3:53 pm

Goodmorning האט געשריבן:עס קען אפילו זיין אז זיי טויגן. אבער א שאטן רעגירונג איז א גליטשיגע וועג אראפ.
(איז עס נישט זעלבסטפארשטענדליך פאר יעדן דא?)

וואס רעגירונג.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 3:53 pm

מטעמים האט געשריבן:עס איז נישט די ערשטע מאל וואס די גאווערמענט נעמט פריוואטע מענטשען, די אבאמא אדמיניסטראציע האט געהייערט ״צאר׳ס״ וואס ווערן נישט ערוועלט דירעקט פון פאלק און ארבייטען פאר די גאווערמענט. וואס איז עס אנדערשט די מאל חוץ אז טראמפ איז פרעזידענט?

אז עס איז אפיציעל און נישט באהאלטן. א צאר איז א געהעריגע רעגירונג איינגעשטעלטער. למען האמת האב איך נישט געליינט די פראפובליקא ארטיקל איך רעד פונעם קאנסעפט.
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5287
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 5:34 pm

Goodmorning האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:עס איז נישט די ערשטע מאל וואס די גאווערמענט נעמט פריוואטע מענטשען, די אבאמא אדמיניסטראציע האט געהייערט ״צאר׳ס״ וואס ווערן נישט ערוועלט דירעקט פון פאלק און ארבייטען פאר די גאווערמענט. וואס איז עס אנדערשט די מאל חוץ אז טראמפ איז פרעזידענט?

אז עס איז אפיציעל און נישט באהאלטן. א צאר איז א געהעריגע רעגירונג איינגעשטעלטער. למען האמת האב איך נישט געליינט די פראפובליקא ארטיקל איך רעד פונעם קאנסעפט.

בעלאוני, מען מיז באצאלען א סעלערי פאר א גאווערמענט אפישעל נאר דאן ביזטו רואיג? פרעזידענטס קאלען נישט ארויס פאר עדווייז אלל די טיים?


עס איז א באוגעס קלעים.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

יצחק ראזענפעלד
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

תגובהדורך יצחק ראזענפעלד » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 5:35 pm

Goodmorning האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:קאנגרעטשיולעשיאן מיסטער פרעזידענט פארען טרעפן א וועג ארום ביוראקרעסי.

איך האב א גרעסערע פראבלעם מיט די יעצטיגע גאווערמענט ווי מיט די עדווייזערס.

קען זיין. אבער וואו איז די לימיט? עס עפענט די טיר פאר אסאך פראבלעמען.

די גאווערמענט האט שוין באוויזען דאס ארגסטע פון נישט האבען א לימיט פון ספענדען געלט און נישט האבען קיין לימיט פון סטופיד דעסיזשענס און איבערגעטריבענע ביוראקרעסי.

מיט פריוואטע סיטיזענס קען נאר קומען די ישועה.

אויסדרוקליך נישט. עס מיינט אז די רעגירונג קען ווערן סתם א שוי שפיל און נישט ערוויילטע און געשטעלטע מענטשן באקומען כח. עס קען זיך ענדיגן ווי איו רוסלאנד.

ווען האט פיטער שטרויזאק געוואונען עלעקשינס?

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 5:45 pm

און ווער האט אויפגענומען עפעס א אינפארמאנט (איך געדענק שוין נישט זיין נאמען) צו שפיאנירן אויף די טראמפ קאמפיין? הייטס אז די fbi מעג טוען וואס זיי ווילן און דער פרעזידענט טאר נישט נעמען צו הילף קיין אינדרויסענדיגע מענטשן?

#פוטין סטייל
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 5:53 pm

זעסטו אז זיי האבן קאנגרעס און די יוסטיץ דעפט העכער אים, און דאך האלסטו אז ער האט געטון שרעקליכע זאכן, מה דאך ווען עס איז אן רעפארטן צו קיינעם בכלל און עס איז אינדרויסן פון פראטאקאל.

נאכאמאל, זיי קענען זיין זייער וואוילע מענטשן, אבער די וועג איז א גליטשיגע. אויב ווילסטו פארשטיין שטעל דיך פאר אז די ווי.עי. באריכט פאר אבאמא'ס אלטע פריינט און קראוניס.

איך בין זייער קלאר מיט מיר און איך מיין איך האב גענדיגט ערקלערן. אפילו א שריט איז ריכטיג לשיטתו אויפן מאמענט, דארף מען זיין א רואה את הנולד און זיך פארשטעלן ווי א וויסט ליבעראלער, קאמוניסטישער מוסלעמענער ווערט מארגן פרעזידענט און נעמט עס א טריט ווייטער....
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], אור, בלינצע, וימאןX3, נאך פונדערהיים, שאהן הענניטי און 34 געסט