טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:24 pm

נאך איינס אין פילאדעלפיע
צוגעלייגטע
Cw1YXsfWEAEVXN4.jpg
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:27 pm

Give credit where credit is due

דעיוויד דוק (יא, יענער פון קק"ק) אויף טוויטער
צוגעלייגטע
Untitled.jpg
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:36 pm

@ירוחם

בחירתו של דולנד טראמפ לנשיא ארה"ב גררה אנחת רווחה בקרב רבנים ומקובלים שחששו מבחירתה של אישה שתשלוט במעצמה הגדולה בעולם.

הגאון רבי מרדכי גרוס, גאב"ד חניכי הישיבות, התבטא הבוקר (רביעי) לאחר תפילת שחרית בפני מקורביו, לאחר ששמע על ניצחונו של טראמפ, ואמר כי "זה נס שהיא לא נבחרה. אם הייתה נבחרת זה היה פגם בבריאה".

כזכור, ב"בחדרי חרדים" חשפנו תיעוד של המקובל, הגאון הצדיק רבי שריה דבילצקי מבני ברק, בו התבטא עוד קודם לבחירות בנושא כשאמר כי "אם יש אישה שולטת זה דינים, מיתה ועוני".

גם המקובל הצדיק הרב דב קוק מטבריה אמר הבוקר שניצלנו מהעמלקית קלינטון.

המקובל הצדיק הרב דב קוק מטבריה, כששמע על תוצאות הבחירות בארה"ב, ברך מיד ברכת שהחיינו לפני הנץ - אז הוכרז באופן סופי כי דולנד טראמפ ניצח את הבחירות.

ל'בחדרי חרדים' נודע כי חתנו של הרב, רפאל קוק, הביא הבוקר בשם חמיו שהסביר את פשר השמחה - א. שעברנו בשלום יחסית את שילטון אובמה ב. שניצלנו מהעמלקית קלינטון. ג הרב כבר אמר לי מלפני כמה חודשים שטראמפ הוא כמו כורש, שנתן רשיון לבנות את בית המקדש השני.

כזכור - רבנים גדולים חששו מבחירתה של הילארי קלינטון, כדוגמת המקובל הגאון הצדיק רבי שריה דבילצקי מבני ברק, שהתבטא לפני הבחירות כי: "תבחרו בעד האיש ולא בעד האישה. כמו שכתוב בזוהר הקדוש, אם יש אישה שולטת זה דינים מיתה ועוני, כך כתוב בזוהר"
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:40 pm

נישט קיין שום ספק ווי כ'האב געשריבן בעפאר די עלעקשאנס אז דאנעלד טראמפ'ס געווינס וועט, אפגעזען וואס טראמפ אליין איז, זיין א מאראלישע שטיצע פאר אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע גרופעס (די סיבה דערצו איז נישט מעלה ומוריד). און די דעפלארעבלס זענען טאקע יעצט אין די הימלן, און זיי פייערן זיג. זאל דער רבוש"ע האלטן די רעכטע האנט. (צום מזל לעבן [רוב פון] אונז אינעם ליבעראלן ניו יארק, ווי עס וואוינען נישט קיין סאך פון די סארט חברה)
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:44 pm

ירוחם האט געשריבן:נישט קיין שום ספק ווי כ'האב געשריבן בעפאר די עלעקשאנס אז דאנעלד טראמפ'ס געווינס וועט, אפגעזען וואס טראמפ אליין איז, זיין א מאראלישע שטיצע פאר אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע גרופעס (די סיבה דערצו איז נישט מעלה ומוריד). און די דעפלארעבלס זענען טאקע יעצט אין די הימלן, און זיי פייערן זיג. זאל דער רבוש"ע האלטן די רעכטע האנט. (צום מזל לעבן [רוב פון] אונז אינעם ליבעראלן ניו יארק, ווי עס וואוינען נישט קיין סאך פון די סארט חברה)

''ירוחם'' גלייב מיר, מ'גייט זיך גאר בקרוב כאפן וואספארא קלאפ דאס איז געווען, יעצט איז מען טאקע פארהייטערט, אבער די שטויב גייט זיך גאר בקרוב זעצן און ס'גייט זיין בושות, נישט פלעין, ס'גייט גיין א רויעך.

אזוי האלט איך, דו אויך??

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:45 pm

ירוחם האט געשריבן:נישט קיין שום ספק ווי כ'האב געשריבן בעפאר די עלעקשאנס אז דאנעלד טראמפ'ס געווינס וועט, אפגעזען וואס טראמפ אליין איז, זיין א מאראלישע שטיצע פאר אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע גרופעס (די סיבה דערצו איז נישט מעלה ומוריד). און די דעפלארעבלס זענען טאקע יעצט אין די הימלן, און זיי פייערן זיג. זאל דער רבוש"ע האלטן די רעכטע האנט. (צום מזל לעבן [רוב פון] אונז אינעם ליבעראלן ניו יארק, ווי עס וואוינען נישט קיין סאך פון די סארט חברה)


איך גיי דיר יעצט איינמאל ענפערן און חזר דיר עס איין

טראמפ איז נישט קיין אנטעסעמיט און ער האט נישט פיינט קיין אידן איי פארוואס דען האט ער די אינדארסמענט פון זיי ווייל להבדיל בין אלף אלפי הבדלות האט דער הייליגער קרח בן יצהר וואס זיין כוונה איז געווען א גוטע געהאט די הילף פון די גרעסטע רשעים פון כלל ישראל דתן און אבירם ווייל ווען עס איז דא א ווינט אנקעגן די פירעשאפט טאנצן ארויף אלע אפפאל אויף דעם וואגען

און די זעלבע זאך איז דא טראמפ איז א מאוומענט און אלע אפפאל טרייען ארויף צו טאנצען אויפן וואגען


פרעזידענט עלעקט האט ליב אידן, ער שעצט אידן, ער האט געהאלפן אידן, ער וועט אי"ה העלפן אידן, און אידן וועלן לעבן בשלום אונטער זיין מלוכה, ובימיו ובימינו יוושע יהודה וישראל עולמים

ובזה יצאתי
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:48 pm

זאכליך האט געשריבן:די ערשטער וואס האט פארגעזאגט טראמפ געווינס איז געווען טראמפ אליינס.

אויף אן אפפרע שאו אין 1988 (28 יאר צוריק!) האט זי אים געפרעגט אויב ער פלאנט צו לויפן פאר פרעזידענט.

Probably not, But I do get tired of seeing the country get ripped off… I just don’t think I have the inclination to do it. If it got so bad, I would never want to rule it out totally, because I really am tired of seeing what’s happening with this country. We’re really making other people live like kings, and we’re not.

דערנאך האט ער צוגעלייגט.

“I think I’d win,” Trump said. “I’ll tell you what: I wouldn’t go in to lose.”

זייער אינטערעסאנט, וייש"כ.

לויט דעם האבן צוויי מאדע מענטשן פאראויסגעזאגט זיין נצחון, עטליכע מקובלים ותלמידי חכמים - און להבדיל ער אליין זעלבסט. וועלכע פון די צוויי שאצונגען האט געשפילט א גרעסערע ראלע אין זאגן עתידות אדער גאר געבן הבטחות?

בייגעפאלן יעצט א (אביסעלע מאדנע) געדאנק וויאזוי מ'קען עס אויסטשעקן. מ'גייט אריין אין ביהמ"ד כאפן א בליק אויפן עולם ביי אהבה רבה, אויב דאווענט מען ערליך האט מען מן הסתם אנגענומען אויף זיכער אז די מקובלים האבן עס געמאכט, ואשר על כן וויל מען אויך קענען לערנען. אויב נעמט מען ארויס דעם סמארטפאון קומט עס מעגליך פון די מסקנא אז ער אליין איז אויך גענוג ראוי לאותה איצטלא, איז דאך דער וועג פיל גרינגער.

כ'האב אפילו געטראפן דערצו א שטיקל רמז ותנא דמסייע בלשון המשנה (ברכות לד: ע"ב): אמרו לו מנין אתה יודע, אמר להם אם שגורה תפלתי בפי יודע אני שהוא מקובל, ואם לאו יודע אני שהוא מטורף.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:50 pm

@ירוחם ימים ידברו, יעצט וועל מיר זעהן צו טראמפ וועט ווייטער רעדן אויף אזא אופן, אדער צו ער האט נאר אזוי גערעדט ווייל ער האט פארשטאנען אז אזוי האט ער בעסער שאנסן צו געווינען. וכן מיט די וואנט. וכן מיט טשיינאַ.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:02 pm

.@netanyahu says he is confident that he & @realDonaldTrump will continue to strengthen the alliance between the #UnitedStates & #Israel....
ישראל אשר בך אתפאר

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12247
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:05 pm

שלום עליכם טייערע ברודער. שוין נישט דא געווען א וואך ב"ה. (נישט געהאט די צייט ב"ה).

עס קומט א גרויסען דאנק פאר הרב פאליק, ותיק וחסיד, זאכליך, משה כספי, מטעמים, אויסגערעכנט, און אלע אנדערע (וואס כ'האב נישט אויס גערעכענט - ואתכם הסליחה) וואס האבען גענומען די אנטי קלינטאן סטענד; פאר טוהן א סופער דזאב. עטץ האט אונז זייער מהנה געווען, און געשפארט אונזער צייט, מיה, און כח.

איך רעד זיך נישט איין פאר איין מיניט אז פרעזידענט טראמפ וועט זיין א בעגעל אויף צו עסען (א ירושלים'ער אויסדריק); אבער דער שווארצען קאשמאר פון א מכשיפה קלינטאן פאר פרעזידענט איז ב"ה פאראיבער.

א דאנק אייך אלע פאר א דזאב וועל דאן. עס איז א האנאר צו האבען ענק אלע דא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:08 pm

פאליק האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:נישט קיין שום ספק ווי כ'האב געשריבן בעפאר די עלעקשאנס אז דאנעלד טראמפ'ס געווינס וועט, אפגעזען וואס טראמפ אליין איז, זיין א מאראלישע שטיצע פאר אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע גרופעס (די סיבה דערצו איז נישט מעלה ומוריד). און די דעפלארעבלס זענען טאקע יעצט אין די הימלן, און זיי פייערן זיג. זאל דער רבוש"ע האלטן די רעכטע האנט. (צום מזל לעבן [רוב פון] אונז אינעם ליבעראלן ניו יארק, ווי עס וואוינען נישט קיין סאך פון די סארט חברה)


איך גיי דיר יעצט איינמאל ענפערן און חזר דיר עס איין

טראמפ איז נישט קיין אנטעסעמיט און ער האט נישט פיינט קיין אידן איי פארוואס דען האט ער די אינדארסמענט פון זיי ווייל להבדיל בין אלף אלפי הבדלות האט דער הייליגער קרח בן יצהר וואס זיין כוונה איז געווען א גוטע געהאט די הילף פון די גרעסטע רשעים פון כלל ישראל דתן און אבירם ווייל ווען עס איז דא א ווינט אנקעגן די פירעשאפט טאנצן ארויף אלע אפפאל אויף דעם וואגען

און די זעלבע זאך איז דא טראמפ איז א מאוומענט און אלע אפפאל טרייען ארויף צו טאנצען אויפן וואגען


פרעזידענט עלעקט האט ליב אידן, ער שעצט אידן, ער האט געהאלפן אידן, ער וועט אי"ה העלפן אידן, און אידן וועלן לעבן בשלום אונטער זיין מלוכה, ובימיו ובימינו יוושע יהודה וישראל עולמים

ובזה יצאתי


כ'פארצייל איבער הודו (די נייעס אז דיפלארעבלס הייבן זיך די קעפ אין אמעריקע) און ער ענטפערט מיר מיט זכר קדשו (טראמפ איז נישט קיין אנטיסעמיט).

לאמיך איבער'חזר'ן:

ירוחם האט געשריבן:נישט קיין שום ספק ווי כ'האב געשריבן בעפאר די עלעקשאנס אז דאנעלד טראמפ'ס געווינס וועט, אפגעזען וואס טראמפ אליין איז, זיין א מאראלישע שטיצע פאר אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע גרופעס (די סיבה דערצו איז נישט מעלה ומוריד). און די דעפלארעבלס זענען טאקע יעצט אין די הימלן, און זיי פייערן זיג. זאל דער רבוש"ע האלטן די רעכטע האנט. (צום מזל לעבן [רוב פון] אונז אינעם ליבעראלן ניו יארק, ווי עס וואוינען נישט קיין סאך פון די סארט חברה)


(אגב, אינטערעסאנט אז אויף בערני סענדערס' אנטי-עסטעבלישמענט מאוומענט האבן די אלע אפפאל נישט פרובירט ארויפצוטאנצן. זעט אויס אז בערני איז נישט ווי להאא"ה קרח.)
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:10 pm

נשמה האט געשריבן:@ירוחם ימים ידברו, יעצט וועל מיר זעהן צו טראמפ וועט ווייטער רעדן אויף אזא אופן, אדער צו ער האט נאר אזוי גערעדט ווייל ער האט פארשטאנען אז אזוי האט ער בעסער שאנסן צו געווינען. וכן מיט די וואנט. וכן מיט טשיינאַ.

פון דיין מויל צו ג-ט'ס אויערן.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:10 pm

דאס קינד'ס לעבן האט זיך געטוישט, נישט צוליב א דינאסטיע אנהויב, נאר צוליב זיין ווערן א קינד פון א פרעזידענט, וואס איז בכלל נישט קיין מוציא מיט האניג.

שטעל דיך פאר, וואו דו גייסט און וואו דו קומסט, איבעראל קומען מיט סיקרעט סערוויס אגענטן, (כאטש דאס איז שוין געווען ביים לויפן פאר פרעזידענט אויך, איז עס נאר געווען צייטווייליג, און נאכדערצו, אז ער וואקסט אונטער און ווערט א טיען-עיזשער, וועלכער וויל ענדערש זיין אליין ווי א קינד.

אויסער דעם, גייסטו אריין וואוינען אינעם ווייסן הויז, וואס איז א "גאלדענע תפיסה", דער טאטע האט דעם שווערסטן דזשאב אויפן כדור הארץ, און קיין איבריג צייט און קאפ פאר דיר האט ער זיכער נישט.

דערנאך קומט די ספאט לייטס, וואו דו גייסט ווערסטו באטראכט, באפיקטשערט, און יעדע קרומע פאקס וואס דו מאכסט ווערט פאראייביגט. גארנישט קיין זיסע זאך.

דאן קומט די שידוכים סעזאן, און יעדע ריר וואס מען גיט זיך, מיט וועמען מען וויל ארויסגיין אביסל, אלעס ווערט באשמירט אויף אלע וועבזייטלעך.

און נאך און נאך. עס איז גארנישט אזוי געשמאק. "בעליוו מי"...

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:13 pm

JUST IN: Major Election Day reversal on Wall St. Stocks close higher across the board, the Dow ending up 255 points
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:14 pm

אפשר שוין געווען דא אמאל אויסגעשמועסט
אויב איינער קען מיר מסבר זיין ווי אזוי עס ארבעט די סיסטעם אז אפילו איינער געווינט די פאפילער וואוטס
וויבאלד ער געווינט נישט גענוג עלעקטארלס איז ער די פארלירער
#ריגעט סיסטעם

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12247
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:17 pm

אמביציע האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:נישט קיין שום ספק ווי כ'האב געשריבן בעפאר די עלעקשאנס אז דאנעלד טראמפ'ס געווינס וועט, אפגעזען וואס טראמפ אליין איז, זיין א מאראלישע שטיצע פאר אנטיסעמיטישע און ראסיסטישע גרופעס (די סיבה דערצו איז נישט מעלה ומוריד). און די דעפלארעבלס זענען טאקע יעצט אין די הימלן, און זיי פייערן זיג. זאל דער רבוש"ע האלטן די רעכטע האנט. (צום מזל לעבן [רוב פון] אונז אינעם ליבעראלן ניו יארק, ווי עס וואוינען נישט קיין סאך פון די סארט חברה)

''ירוחם'' גלייב מיר, מ'גייט זיך גאר בקרוב כאפן וואספארא קלאפ דאס איז געווען, יעצט איז מען טאקע פארהייטערט, אבער די שטויב גייט זיך גאר בקרוב זעצן און ס'גייט זיין בושות, נישט פלעין, ס'גייט גיין א רויעך.

אזוי האלט איך, דו אויך??

וועט זיין בושות; וועט גיין א רויעך; וועמען גייט עס אן?

דער עיקר (וואס דארף אונז אן גיין), איז ווי עס וועט זיין פאר כלל ישראל, און בתוכם אונז אידען דא אין אמעריקע); מיר דארפען ווייטער מתפלל זיין ווייל לב מלכים ושרים ביד ה'.
--

און להוי ידוע אז איך האב קיינמאל נישט מתפלל געווען אז טראמפ זאל געווינען, נאר אז עס זאל זיין גוט פאר כלל ישראל. אבער היות קיין נביא בין איך נישט, האט מען געטוהן וואס דער געוויסען האט געהייסען, און מיין גאנצע משפחה (די פון 18 און העכער, ביז די אין די נייציגער) זענען אלע (כמעט) ארויס וואוטען און טוהן אונזער השתדלות און געוואוט פאר טראמפ (כלומר, קעגען קלינטאן).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:19 pm

ניס קראכער האט געשריבן:אפשר שוין געווען דא אמאל אויסגעשמועסט
אויב איינער קען מיר מסבר זיין ווי אזוי עס ארבעט די סיסטעם אז אפילו איינער געווינט די פאפילער וואוטס
וויבאלד ער געווינט נישט גענוג עלעקטארלס איז ער די פארלירער
#ריגעט סיסטעם

די אריגינעלע ציל איז געווען כדי צו האבן א וועג ארויס אויב דאס פאלק ערוועלט א דעספאט אדער א משוגע'נעם צו אמט, זאל די פיינעל ווארט זיין אין די הענט פון עלעקטארס און נישט די מאסן.

אלעקסאנדער העמילטאן האט געשריבן:
A small number of persons, selected by their fellow-citizens from the general mass, will be most likely to possess the information and discernment requisite to such complicated [tasks]
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:20 pm

ירוחם האט געשריבן:נאך איינס אין פילאדעלפיע

פאלט דיר נישט ביי אז עס איז א הילערי שטיצער וואס וויל פארגלייכן טראמפ צו היטלער כון דערפאר מאכט ער די T פון טראמפ פאר א האקן קרייץ.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
אלעס באשערט
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

תגובהדורך אלעס באשערט » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:21 pm

נשמה האט געשריבן:@ירוחם ימים ידברו, יעצט וועל מיר זעהן צו טראמפ וועט ווייטער רעדן אויף אזא אופן, אדער צו ער האט נאר אזוי גערעדט ווייל ער האט פארשטאנען אז אזוי האט ער בעסער שאנסן צו געווינען. וכן מיט די וואנט. וכן מיט טשיינאַ.

מסכים הונדערט פראצענט .
און דאס איז געווען מיין מיינונג פון די ערשטע מינוט אז דאנאלד יר"ה איז בכלל נישט דערביי צו טאן וואס ער האט געשריגן טאג טעגליך.
(איינער פון די ראיות אז ער פלעגט אין די פארגאנגענהייט שטיצן דאמאקראטישע לויפער, כאטש ער האט זיך ארויסגעדרייט אז ער גיט פאר יעדן..ווער עס געדענקט די דיבעיטס מיט זיינע רעפאבליקאנער קעגענערס.) נאר וואס דען? ער וויל דאך געווינען, במילא האט ער פארשטאנען אז נאר באמבאסטישע סטעיטמענטס וועלן אים מאכן דעגרייכן זיין ציהל.

אבער פון די אנדערע זייט, ווען א מענטש שרייט נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע זאך, אפילו ער מיינט עס נישט ערנסט. ווערט דאס מיט די צייט אנגענומען פאר א אמת ביי אים אליין. און אפשר פאר דעם ציטערן אזוי מאנכע.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:21 pm

SPUSMN האט געשריבן:דער עיקר (וואס דארף אונז אן גיין), איז ווי עס וועט זיין פאר כלל ישראל, און בתוכם אונז אידען דא אין אמעריקע); מיר דארפען ווייטער מתפלל זיין ווייל לב מלכים ושרים ביד ה'.

דערמאנסט מיר דעם באקאנטן פאעמע

First they came for the communists, and I did not speak out - because I was not a communist;
Then they came for the socialists, and I did not speak out - because I was not a socialist;
Then they came for the trade unionists, and I did not speak out - because I was not a trade unionist;
Then they came for the Jews, and I did not speak out - because I was not a Jew;
Then they came for me - and there was no one left to speak out for me.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:22 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:נאך איינס אין פילאדעלפיע

פאלט דיר נישט ביי אז עס איז א הילערי שטיצער וואס וויל פארגלייכן טראמפ צו היטלער כון דערפאר מאכט ער די T פון טראמפ פאר א האקן קרייץ.

ניין, ווייל די זעלבע זאך האב איך געזען אויף די נאצישע אנליין פארמס, און דער האקן-קרייץ איז אויף א גלאז אין די יארצייט פון קריסטלנאכט. קאם אן.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

פרומער יוד
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 4:42 pm

תגובהדורך פרומער יוד » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:30 pm

ניס קראכער האט געשריבן:אפשר שוין געווען דא אמאל אויסגעשמועסט
אויב איינער קען מיר מסבר זיין ווי אזוי עס ארבעט די סיסטעם אז אפילו איינער געווינט די פאפילער וואוטס
וויבאלד ער געווינט נישט גענוג עלעקטארלס איז ער די פארלירער
#ריגעט סיסטעם


צו פארשטיין בפשטות אן קיין דיטעילס, די פאראייניגטע שטאטן איז נישט קיין לאנד וואס פארמאגט פופציג שטעט, נאר עס איז פופציג לענדער וואס יעדער האט זיך באזונדערע געזעצן אבער האבן זיך פאראייניגט אונטער איין פעדעראלע רעגירונג.
ממילא יעדער לאנד גיט אריין זיין וואוט אויף די עלעקשענס, אין מען האט עס אויסגעשטעלט אין עלעקטארעלס צו רעכענען וויפיל יעדע לאנד גיבט צום עלעקשען.

#זייער יושר'דיג

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:32 pm

פרומער יוד האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:אפשר שוין געווען דא אמאל אויסגעשמועסט
אויב איינער קען מיר מסבר זיין ווי אזוי עס ארבעט די סיסטעם אז אפילו איינער געווינט די פאפילער וואוטס
וויבאלד ער געווינט נישט גענוג עלעקטארלס איז ער די פארלירער
#ריגעט סיסטעם


צו פארשטיין בפשטות אן קיין דיטעילס, די פאראייניגטע שטאטן איז נישט קיין לאנד וואס פארמאגט פופציג שטעט, נאר עס איז פופציג לענדער וואס יעדער האט זיך באזונדערע געזעצן אבער האבן זיך פאראייניגט אונטער איין פעדעראלע רעגירונג.
ממילא יעדער לאנד גיט אריין זיין וואוט אויף די עלעקשענס, אין מען האט עס אויסגעשטעלט אין עלעקטארעלס צו רעכענען וויפיל יעדע לאנד גיבט צום עלעקשען.

#זייער יושר'דיג

גלייב מיר ווען טראמפ וואלט פארלוירן און ער וואלט געהאט מער פאפאלערע שטימען וואלט ער געמאכט א מצב דערפון און אלע זיינע מענטשן וואלטן צוגעשטימט דערצו...

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:33 pm

אמביציע, אין 2012 האט ער געהאט דערויף
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 4:34 pm

וואו סאך מער האט זי??


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”