טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » זונטאג ינואר 14, 2018 11:10 pm

דאס איז דאך די פאני חלק!
טראמפ זוכט קריג. און דא חלומ'ט ער אז ער האט א גוטע רילעישענשיפ מיט קום יאן אן...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג ינואר 14, 2018 11:12 pm

שמאטע האט געשריבן:דאס איז דאך די פאני חלק!
טראמפ זוכט קריג. און דא חלומ'ט ער אז ער האט א גוטע רילעישענשיפ מיט קום יאן אן...

אלא מאי..
!...Jobs Jobs Jobs

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג ינואר 14, 2018 11:29 pm

משה כספי האט געשריבן:איי געס אז דאס איז ער... דשאסט איי דאונט קעיר עז לאָנג ער טוט ווייטער וואס איך גלייך

יאפ, דאס איז וואס די אנטי טראמפ כאפט נישט וואס ס'ליגט אינטער זיינע שטיצער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18779
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 14, 2018 11:56 pm

סארקאזי האט געשריבן:אויף קיין איינס הערט מען נישט דעם D
אבער זיין טאן מיט די פראבעבלי זאגט אלעס,
ער רעדט ווי א באבע, ער רומט זוך אויס, וואסארא גיטע קאמיוניקעיטער און דילל מעיקער ער איז, ווי גיט ער קומט זוך אדורעך מיט יעדעם, אזוי וואלט ער זיך לכאורה אויך דורעך געקומען מיט קים,
ער זאגט נישט אז ער האט, ווען יא קומט נישט אריין דאס ווארט ''לכאורה''

עקזעקטלי! סיז די טאאן, און די ווערטער, און מ'הערט ווי ער ענדיגט צו נאכאמאל איי וואד, און ער פארקריכט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » מאנטאג ינואר 15, 2018 12:26 am

זאכליך האט געשריבן:
משה כספי האט געשריבן:איי געס אז דאס איז ער... דשאסט איי דאונט קעיר עז לאָנג ער טוט ווייטער וואס איך גלייך

יאפ, דאס איז וואס די אנטי טראמפ כאפט נישט וואס ס'ליגט אינטער זיינע שטיצער.

אויב זיינע שטיצער וואלטן טאקע דאס געהאלטן, וואלטן זיי נישט אנגעשריבן צוויי בלעטער אויף אייוועלט אין מדייק געווען אין זיינע ווערטער ווי א ראשון, מ׳וואלט געשריבן, יא ער איז א ליגענער, דשאסט איי דאונט קעיר עז לאָנג ער טוט ווייטער וואס איך גלייך...
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
shimon7323
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג ינואר 15, 2018 12:35 am

ס'רוב וואלטן נישט צירוק געשריבן ווען נישט עס איז דא אפאר אנטי טראמפערס וואס האקן שטרוי מיט פיטער. זאל דער שמועס זיין נארמאל וואלט עס געווען שיין און געשמאק פאר יעדעם
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 15, 2018 12:59 am

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:נאט אייך:

ווייסע הויז
וואל סטריט דזשורנאל

קרעדיט: ראביי יעז.

שכח פארן ברענגן
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 15, 2018 1:13 am

איך הער קלאר די D. אין ביידע רעקארדינגס.

ער האט אבער נישט וואס צו שרייען פעיק ניוז, ווען ער זאגט כמעט דאס, און נאר ווען מאיז גוט מדייק קען מען הערן אז ער וואלט געהאט.

בד"וו ווער עס האלט אז ער וואלט געהאט קען ביטע אויפהייבן די האנט?

לאמיר אייך פרעגן פארוואס טאקע האט ער נישט? סוואלט דאך ווען געווען מסודר די גאנצע פראבלעם מיט נארט קאריע?

אויב איז ער אזוי גוט מיט דעם יאפאנעזער פירער, פארוואס האבן ער געשטימט קעגן אים אין די יוען?

אויב איז ער אזוי גוט מיטן כינעזען פירער פארוואס שמוגעלט ער אויל קיין נארט קאריע?

עניוועי טראמפ רעדט דארט ווי דער וואס עקט שוטה אויף די פלעי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 15, 2018 1:19 am

צווייפעל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:א קלאץ קשיא
וואסי די עוולה פון זאגן אז ער "האט" לכאורה א זייער גוטע רילעישענשיפ מיט צפון קארעא???

א גוטער טראמפיסט פארשטייט אז מר. טראמפ ירום הודו'ס כבוד איז קיין האר נישט גערירט געווארן, נישט אויף גוטס און נישט אויף שלעכטס, סיי צו ער האט געזאגט אז ער איז יעצט גוט מיט קים יאנג אן, סיי צו ער האט געזאגט אז ער וואלט געווען גוט מיט אים, סיי צו זיין לייקענען איז אמת, סיי צו נישט, עס מאכט קיין האר נישט אויס, רייד וועלן אים שוין לכאורה נישט אפעקטירן אין דעם גלגול.

די מידיא האט עס דערווייל נאכנישט געכאפט.

דא שטייט בעסיקלי צוויי זאכן,

איינס, אני מאמין באמונה שלימה אז וואס טראמפ טוט איז גוט.

צוויי, איך בין א פארברענטער טראמפיסט און איך הער נישט וואס דו רעדסט.

דאס וואס דו שרייבסט איז געוואלדיג פאר א אנטי טראמפיסטן חתימה.

בד"וו די מידיא רעדט צו די איבעריגע רוב פון לאנד, און אפילו ביי רוב טראמפיסטן דא, איז יא עטליעסט א שטיקל חילוק, צו טראמפ ווייסט בכלל וואס אמת מיינט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

יואל שרייבער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג ינואר 15, 2018 1:48 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:אגב, פון וואו האט די ווייסע הויז די ארגינעלע ריקארדינג?
האט עס די WSJ מיטגעטיילט לאחר המעשה. אדער נעמט די ווייסע הויז אייביג א קאפי פון יעדע ריקארדינג (דאסט אין קעיס)?

יעדער גאר הויכער פאליטישאן זאגט נישט ארויס קיין ווארט פון מויל אן וואס זיין טיעם זאל עס אפכאפן, כדי אויב די צווייטע צד וועט מאכן א מעשה וואס ער האט יא אדער נישט געזאגט זאלן זיי עס קענען פראוון פאלש.

עטליכע יאר צוריק איז געווען אען די זמן אן אינטערוויו מיט דער דאן-הויז מאיאריטעט פירער עריק קענטאר (א איד), און זיי האבן אראפגעלייגט ווי פאר דעם אינטערוויו האט זיינס א געהילף אראפגעלייגט א רעקארדער און מסביר געווען כנ''ל.

לשיטתך דארף באמת יא צו זיין א רעקארדינג פון די דאקא מיטינג אבער טראמפ וויל עס נישט ארויסגעבן .
מסתמא, ווייל ער וועל נישט אזוי שטארק פארשעמען דעם סענאטאר וואס האט געזאגט אז ער האט יא אזוי גערעדט.

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 15, 2018 1:50 am

;l;p-
יואל שרייבער האט געשריבן:

;l;p- ;l;p-
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג ינואר 15, 2018 8:21 am

צל עובר האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:א קלאץ קשיא
ט" לכאורה א זייער גוטע רילעישענשיפ מיט צפון קארעא???

א גוטער טראמפיסט פארשטייט אז מר. טראמפ ירום הודו'ס כבוד איז קיין האר נישט גערירט געווארן, נישט אויף גוטס און נישט אויף שלעכטס, סיי צו ער האט געזאגט אז ער איז יעצט גוט מיט קים יאנג אן, סיי צו ער האט געזאגט אז ער וואלט געווען גוט מיט אים, סיי צו זיין לייקענען איז אמת, סיי צו נישט, עס מאכט קיין האר נישט אויס, רייד וועלן אים שוין לכאורה נישט אפעקטירן אין דעם גלגול.

...........אכנישט געכאפט.

דא שטייט בעסיקלי צוויי זאכן,

איינס, אני מאמין באמונה שלימה אז וואס טראמפ טוט איז גוט.

צוויי, איך בין א פארברענטער טראמפיסט און איך הער נישט וואס דו רעדסט.

דאס וואס דו שרייבסט איז געוואלדיג פאר א אנטי טראמפיסטן חתימה.

בד"וו די מידיא רעדט צו די איבעריגע רוב פון לאנד, און אפילו ביי רוב טראמפיסטן דא, איז יא עטליעסט א שטיקל חילוק, צו טראמפ ווייסט בכלל וואס אמת מיינט.

ניין, דא שטייט גאר עפעס אנדערש.

טראמפ איז נישט דער געלערנטער דיפלאמאט וואס טראכט פאר ער רעדט ווי זוי די ווערטער גייען אים אפעקטירן אויפן לאנגן טערמין, טראמפ זאגט וואס סליגט אים אויפן צינג, וואס סזעט אים אויס א גוטס אויף די מינוט, און אויב איז דא א פראבלעם דערמיט דרייט ער שפעטער דערמיט, אויך נישט ווי א דיפלאמאט, און בכלל רעדט ער ווי א פלוידער זאק, און דאס ווייסט מען שוין נאך פון פאר ער איז געלאפן, נאו סופרייז העיר.

טראמפ פערזענליך קען מען נישט דזשאדזשן פון איין אינטערוויו, ער זאגט נישט אלעמאל וואס ער מיינט, און מיינט נישט אלעמאל וואס ער זאגט, מדארף אים באטראכטן א לענגערע צייט און מאכן א עוורידש.

און אגב, איך זע נישט קיין פראבלעם מיט א פרעזידענט א ליגענער (כרעד אזעלכע קינדערישע ליגנטס) מקען זיין א פיינער פרעזידענט.

איך גלייב אז דאב וועט בקרוב אויפהערן צו מאכן העדליינס.

דאנט געט מי ראנג, טראמפ איז א אומבא'טעמ'טע פעסאנאלעטי, און מיר האבן אהין געשיקט טאקע אזא איינעם קיין וואשינגטאן, ער זאל מאכן סדר, זיך ארום רייסן מיט די פאלשע דיפלאמאטישע וואשינגטאן בלאף, און ארבעטן פאר אמעריקאנע אינטערעסן, ער פראבירט.

קרייסלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג ינואר 15, 2018 8:31 am

ער לאזט זיך די גאנצע וועלט איבער דרייען איבער זיינע ווילדע קאמענטס אזוי שיילט זיך ארויס ווער זענען זיינע אמתדיגע גוטע פריינט און נאכדעם גייט ער ארויסלייגן די רעקארדירונג ווי מהערט אז סאיז נישט געשטויגן די גאנצע זאך

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1295
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג ינואר 15, 2018 9:27 am

Trump earns 'high marks' from UBS for his economic policies

https://www.cnbc.com/2018/01/15/ubs-on- ... eform.html
קום אריין קלאר

abeg
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג ינואר 15, 2018 9:29 am

װען קימט סטיװ בעננאן ארױס מיט זײן ביך?

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4956
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג ינואר 15, 2018 10:06 am

צל עובר האט געשריבן:איך הער קלאר די D. אין ביידע רעקארדינגס.

ער האט אבער נישט וואס צו שרייען פעיק ניוז, ווען ער זאגט כמעט דאס, און נאר ווען מאיז גוט מדייק קען מען הערן אז ער וואלט געהאט.

בד"וו ווער עס האלט אז ער וואלט געהאט קען ביטע אויפהייבן די האנט?

לאמיר אייך פרעגן פארוואס טאקע האט ער נישט? סוואלט דאך ווען געווען מסודר די גאנצע פראבלעם מיט נארט קאריע?

אויב איז ער אזוי גוט מיט דעם יאפאנעזער פירער, פארוואס האבן ער געשטימט קעגן אים אין די יוען?

אויב איז ער אזוי גוט מיטן כינעזען פירער פארוואס שמוגעלט ער אויל קיין נארט קאריע?

עניוועי טראמפ רעדט דארט ווי דער וואס עקט שוטה אויף די פלעי.

אויב וואוטן אין די יו ען קעגן אמעריקע מיינט נישט האבן גוטע באציאונגען, האט אבאמא נישט געהאט קיין גוטע באציאונגען מיט קיין איין איינציג לאנד אויסער.... מד''י.

אבי געהאקט אין קאפ.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג ינואר 15, 2018 11:03 am

צוריק צום אודיאו.

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 15, 2018 11:07 am

געים אן..

מיט ראמני: טראמפ'ס קאמאנטארן "אומעטיש פאר אמעריקאנע ווירדן".
פיין טונד מאשין

abeg
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג ינואר 15, 2018 11:12 am

כאפצעם האט געשריבן:געים אן..

מיט ראמני: טראמפ'ס קאמאנטארן "אומעטיש פאר אמעריקאנע ווירדן".

ער לױפט אין יוטא װאס האט די װיניגסטע אימאיגראנטען אין די װיניגסטע מנארעטעטען פין גאנץ אמעריקא

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג ינואר 15, 2018 11:25 am

כאפצעם האט געשריבן:געים אן..

מיט ראמני: טראמפ'ס קאמאנטארן "אומעטיש פאר אמעריקאנע ווירדן".

וואספארא קאמענטארן?
די מעין וואס ער האט געזאגט ״געט דעם אוט״ איז למעשה באשטעטיגט געווארן אלטס פעיק נאוז. אבער איינמאל זיין סטעיטמענט איז באצייכענט געווארן אלטס ראסיסטיש, דעספייט וואס סננ מעקט שפעטער, אבער פאול רייען פארדאמט שוין.
פעיק נאוז איז וויכטיג להגדיל הטראסק. און נאכדעם גייט שוין אלעס מיט.
ווען דעי פעיק נאוז וואלט ווען נישט באריכטעט געווארן, וואלט כאפצעם לכאורה נישטאמאל געוויסט אז אזא זיצונג איז פארגעקומען
!...Jobs Jobs Jobs

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מאנטאג ינואר 15, 2018 12:15 pm

צווייפעל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:א קלאץ קשיא
ט" לכאורה א זייער גוטע רילעישענשיפ מיט צפון קארעא???

.

.

ניין, דא שטייט גאר עפעס אנדערש.

טראמפ איז נישט דער געלערנטער דיפלאמאט וואס טראכט פאר ער רעדט ווי זוי די ווערטער גייען אים אפעקטירן אויפן לאנגן טערמין, טראמפ זאגט וואס סליגט אים אויפן צינג, וואס סזעט אים אויס א גוטס אויף די מינוט, און אויב איז דא א פראבלעם דערמיט דרייט ער שפעטער דערמיט, אויך נישט ווי א דיפלאמאט, און בכלל רעדט ער ווי א פלוידער זאק, און דאס ווייסט מען שוין נאך פון פאר ער איז געלאפן, נאו סופרייז העיר.

טראמפ פערזענליך קען מען נישט דזשאדזשן פון איין אינטערוויו, ער זאגט נישט אלעמאל וואס ער מיינט, און מיינט נישט אלעמאל וואס ער זאגט, מדארף אים באטראכטן א לענגערע צייט און מאכן א עוורידש.

און אגב, איך זע נישט קיין פראבלעם מיט א פרעזידענט א ליגענער (כרעד אזעלכע קינדערישע ליגנטס) מקען זיין א פיינער פרעזידענט.

איך גלייב אז דאב וועט בקרוב אויפהערן צו מאכן העדליינס.

דאנט געט מי ראנג, טראמפ איז א אומבא'טעמ'טע פעסאנאלעטי, און מיר האבן אהין געשיקט טאקע אזא איינעם קיין וואשינגטאן, ער זאל מאכן סדר, זיך ארום רייסן מיט די פאלשע דיפלאמאטישע וואשינגטאן בלאף, און ארבעטן פאר אמעריקאנע אינטערעסן, ער פראבירט.

ווי האט איינער געזאגט, אויב פעלט אויס א משוגענער/נארסעסיסט/בעבי/וכו' צו אביסל אויפשאקלען וואשינגטאן דאן גיי איך איין דערויף
דערווייל האבן די אלע רעפובליקאנער "עקספיריענסד נארמאלע" פאליטישענס געציטערט צו אנרירן קליימעט טשעינדש, אימיגראנטן, און נאך קאנטערווערסיאלע זאכן! איין טראמפ וואס האט נישט מורא געהאט פאר די עסטאבלישמענט
נעם אבאמא קעיר פאר א משל, די רעפובליקאנע האבן גערעדט, צוגעזאגט און אפי' דורכגעפירט בילס צו ריעפיעלן! קומט אריין טראמפ און זאגט הנני, איך בין גרייט, ברענגט נאר א ביל און עס ווערט אפגעסיינט! אוי האבן די חברה ארויסגעטשיקענט... א באנדע גנבים און שקרנים, שוי שפילער און געלט פרעסער, אלעס פאר "פאליטישע קארעקטנעס" זיי ציטערן פון קאנטערווערסיע און די מעין סטריעם מידיע!

#טראמפ 2020
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 15, 2018 12:29 pm

abeg האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:געים אן..

מיט ראמני: טראמפ'ס קאמאנטארן "אומעטיש פאר אמעריקאנע ווירדן".

ער לױפט אין יוטא װאס האט די װיניגסטע אימאיגראנטען אין די װיניגסטע מנארעטעטען פין גאנץ אמעריקא

די מארמאנס האלטן זיך פאר א מינאריטעט אזוי ווי להבדיל די חסידים, סוי עס האט די מערסטע מינאריטעטן פון גאנץ אמעריקע, והיינו טעמא פארוואס טראמפ איז אזוי שוואך דארט, און פארוואס אפילו טראמפס פרענד סענעטאר העטש פון דארט האט זיך אויסגעדריקט קעגן טראמפס סטעיטמענט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

abeg
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג ינואר 15, 2018 12:38 pm

צי זײן א מינאריטעט האט צי טאהן צי מ׳האלט זיך פאר א מינאריטעט אין נישט מיט פאקטיש זײן א מינאריטעט?

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 15, 2018 12:48 pm

אלס רעליגיע פלעגט מען זיי רודפ'ן, און מ'האט זיי פארטריבן פון אמעריקע, זענען זיי געגאנגען קיין יוטא וואס איז נאך נישט געווען אויפגעבויט דעמאלטס און זיך דארט באזעצט.

ביזט גערעכט אז לעגאל הייסן זיי נישט קיין מינאריטעט, אזוי ווי להבדיל חסידים הייסן אויך נישט, אבער וויבאלד זיי האלטן זיך פאר א מינאריטעט, פילן זיי זיך פארלוירן ווען מ'רעדט קעגן מינאריטעטן, ממילא דארט דארף נאך א פאליטישען די מערסטע אראפ רייסן ראסיזם.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

abeg
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג ינואר 15, 2018 12:53 pm

צל עובר האט געשריבן:אלס רעליגיע פלעגט מען זיי רודפ'ן, און מ'האט זיי פארטריבן פון אמעריקע, זענען זיי געגאנגען קיין יוטא וואס איז נאך נישט געווען אויפגעבויט דעמאלטס און זיך דארט באזעצט.

ביזט גערעכט אז לעגאל הייסן זיי נישט קיין מינאריטעט, אזוי ווי להבדיל חסידים הייסן אויך נישט, אבער וויבאלד זיי האלטן זיך פאר א מינאריטעט, פילן זיי זיך פארלוירן ווען מ'רעדט קעגן מינאריטעטן, ממילא דארט דארף נאך א פאליטישען די מערסטע אראפ רייסן ראסיזם.

ראסע מיט מינאריטעטן איז נישט די זעלבע זאך

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט