בלאט 5 פון 635

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 1:24 pm
דורך feketa
ווי קען מען קויפן TRUMP VODKA?

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 1:28 pm
דורך ראספשע
feketa האט געשריבן:ווי קען מען קויפן TRUMP VODKA?


EBAY

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 1:36 pm
דורך פאליק
סטעיטמענט פון בוש 43

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 1:39 pm
דורך סראלי
Congratulations President-Elect @realDonaldTrump - it's time for America to come together.

פאטאקי

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 1:41 pm
דורך סראלי
The American people have spoken and it’s time to come together. Congratulations President-elect @realDonaldTrump.

דזשאן קעיסיק

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 1:47 pm
דורך זאכליך
וואס זאגט דער עולם צו קלינטאן'ס קאנסעשאן ספיעטש?

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 1:48 pm
דורך חזרה
איך האב דאך נישט אפגעגעבן מיין קאנגערטאלאציע פאר דעם מטורף טראמפ יא ער האטעס באוויזן קיינער האט דאס ניט גערעכנט מ'האט פארזעין די ענגרי ביי די קלעסיק אלד אנמעריקאנס

עני וויי קאנגרעטולעישן מר טראמפ

פראם טאפ טו באדעם פון די ווייט האוז מיט אלע גאווערמענט עזשענסיס ביז אלע נויס נעטווארקס אלע האבן געארבעט שווער -ספעשילי האב איך א נצחון אין דעם לאו לייוו לאו קלעסס מען מר אבאמא דער גוססדיגע איצטיגע פרעזידענט נישט געהאט בעסער וואס צו טון אין זיין לעצטע צוויי חדשים אין אפיס נאר ארבעטן פאר אנדערע זיך באנוצט מיט די נידריגסטע שפראך אקעגן מר טראמפ- אלע האבן געארבעט צו דעסטרויען דאנעלד אבער די אמעריקן פיפעל זענען שטערקער
זיי האבן אפען און סימפלי געזאגט איך איגנאר און איך הער נישט זיינע ווערטער נאר זיין מעסיזש איך קוק אוועק פון זיין פייטן איך קוק אויף זיין ענערזשי און שטארקע ווילן צוריק צו ברענגען אמעריקא

האו עווער א גרויסן ריזיגן דאנק פאר @פאליק ואתו עמו כל חברי פרא טראמפ אשכול שכוח פאר ענקער וביותר פאליק פאר דיין שווערע ארבעט

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 1:49 pm
דורך נאטורליך
איך געדענק איך דערמאן זיך, נישט אזוי לאנג צוריק איז עס געווען, מ'האט זיך געגרייט און גערישט אויף א קידוש. אלעס איז געווען אין פלאן, דער מוח האט געפיבערט, די שוויגער האט אפילו געשיקט א אלטע פינקע סטרעטשי. ויקרא שמה איז געווען מונח בקופסא.
ביז יענעם פרימארגען וואס מיר האבן געהערט דעם דר. זאגן it's a boy און די רעסט איז היסטערי
מיר שטייען אויף היינט צופרי ווען מיין טאכטערל זאגט מיר דאס זעלבע, טאטי it's a boy מיר לאכן נאך אלס.

און אז מען רעדט שוין. לאנג זאל לעבן דעמאקראטיע !! good riddance Obama and Hillary זעמער פטור געווארן פון חם און (מה) יפית אויפאמאל

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 1:54 pm
דורך פאליק
די רעפובליקאנער פארטיי נעמט קרעדיט איך בין נישט אזוי זיכער עס קומט זיך זיי

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 1:58 pm
דורך חאצקל פרייליך
מומחה עצום האט געשריבן:דאס איז Barron William Trump, דער יונגסטע זון פון דאנעלד טראמפ.

שואלכענין האט געשריבן:און נאכדערצו, האט זיך זיין לעבן געטוישט אויף אייביג אין דעם טאג.

וואס, עס האט זיך אנגעהויבן א נייע דינאסטיע? וואלט מען דאך שוין אפשר געקענט בלייבן מיט די אלטע, אלכה ואשובה אל אישי הראשון כי טוב לי אז מעתה.

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:צוויי דינאסטיעס זענען געקומען צו א סוף ביי די יעצטיגע וואלן
די בוש דינאסטיע
און די קלינטאן דינאסטיע

אגב אז כ'רעד דא פון דינאסטיע, שרייבט מיר היינט איינער: איך האב געפרעגט אן אנגעזעהנער רבי'ש איינקל וואס ער זאגט צום טראמפ, זאגט ער מיר אז יעצט פילט גאנץ אמעריקא וואס מיר פילן שוין יארן. עס איז דא טייטלבוים, האלברשטאם, ראזנבוים וכו', דורות רבי'ס מיט משפיעים. קומט צו גיין א בידערמאן און כאפט די זאך.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:02 pm
דורך חזרה
פאליק האט געשריבן:די רעפובליקאנער פארטיי נעמט קרעדיט איך בין נישט אזוי זיכער עס קומט זיך זיי


זיכער נישט פארוואס דען יא ?

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:09 pm
דורך משה כספי
מזל טוב פאליק פאר דיין נייע אוועיטאר און דיין נייעם לאקאציע
אויפן וועג צום ווייסען הויז
מעיק אמעריקע גרעיט עגעין!!!

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:19 pm
דורך פאליק
דשאן קערי'ס סטעיטמענט

נפתלי בנעט פאריזצער פון מזרחי פארטיי אין מדינת ישראל זאגט

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:22 pm
דורך ירוושלמי22
תם עידן מדינה פלסטינית (פאלסטינשע מדינה איז הסטורי'ה)
נו זאל ער זיך פרייען א צייטוייליג, ער זאל נאר געדענקען אז קלינטון האט אויך גלעבט אין א זיסן חלום

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:24 pm
דורך זאכליך
די ערשטער וואס האט פארגעזאגט טראמפ געווינס איז געווען טראמפ אליינס.

אויף אן אפפרע שאו אין 1988 (28 יאר צוריק!) האט זי אים געפרעגט אויב ער פלאנט צו לויפן פאר פרעזידענט.

Probably not, But I do get tired of seeing the country get ripped off… I just don’t think I have the inclination to do it. If it got so bad, I would never want to rule it out totally, because I really am tired of seeing what’s happening with this country. We’re really making other people live like kings, and we’re not.

דערנאך האט ער צוגעלייגט.

“I think I’d win,” Trump said. “I’ll tell you what: I wouldn’t go in to lose.”

55b6934a1700002600565a36.jpeg

http://fusion.net/story/174515/donald-t ... interview/

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:25 pm
דורך קעלנער
קאנגרעטולאציעס צו אונזער צוקונפטיגער נייער פרעזידענט, דער - וועגן כבוד המלכות וועל מיר עס שרייבן אין רינגעלעך - (משוגענער) דאנעלד דזשעי טראמפ יר"ה. דער אויבערשטער זאל אריינגעבן אין זיין הארץ אז ער זאל פירן דאס לאנד אויפן בעסטן וועג וואס איז שייך, ביז מיר וועלן אויסגעלייזט ווערן פון דא בביאת משיח צדקינו.

און עקסטערע קאנגרעטולאציעס צו פאליק און זיינע חבירים פאר ענקער געווינס.

און יישר כח פאר אלע חשובע ניקס כל אחד בשמו מבורך פארן אפדעיטען די נייעס א גאנצע צייט.

ארבעט געזוכט

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:27 pm
דורך eller
א פול טיים סעקרעטערי מיט 30 יאר עקספריענעס זוכט א זשאב . מ'קען זיך קנעקטען אויף איר פריוואטע אימעיל
ולמצוה גדולה יחשב....

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:30 pm
דורך ס'שטימט
חאצקל פרייליך האט געשריבן:אגב אז כ'רעד דא פון דינאסטיע, שרייבט מיר היינט איינער: איך האב געפרעגט אן אנגעזעהנער רבי'ש איינקל וואס ער זאגט צום טראמפ, זאגט ער מיר אז יעצט פילט גאנץ אמעריקא וואס מיר פילן שוין יארן. עס איז דא טייטלבוים, האלברשטאם, ראזנבוים וכו', דורות רבי'ס מיט משפיעים. קומט צו גיין א בידערמאן און כאפט די זאך.

;l;p- ;l;p- ;l;p- האסט מיר געמאכט שמייכלען. :grin:

זאכליך האט געשריבן:אויף אן אפפרע שאו אין 1988 (28 יאר צוריק!) האט זי אים געפרעגט אויב ער פלאנט צו לויפן פאר פרעזידענט.

Probably not, But I do get tired of seeing the country get ripped off… I just don’t think I have the inclination to do it. If it got so bad, I would never want to rule it out totally, because I really am tired of seeing what’s happening with this country. We’re really making other people live like kings, and we’re not.

וואס איז דעלמסט געווען שלעכט?? דער בעסטער פרעזידענט איז דאך דעלמסט געשטאנען ביי די רודער??

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:31 pm
דורך ארך אפים
חאצקל פרייליך האט געשריבן:
מומחה עצום האט געשריבן:דאס איז Barron William Trump, דער יונגסטע זון פון דאנעלד טראמפ.

שואלכענין האט געשריבן:און נאכדערצו, האט זיך זיין לעבן געטוישט אויף אייביג אין דעם טאג.

וואס, עס האט זיך אנגעהויבן א נייע דינאסטיע? וואלט מען דאך שוין אפשר געקענט בלייבן מיט די אלטע, אלכה ואשובה אל אישי הראשון כי טוב לי אז מעתה.

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:צוויי דינאסטיעס זענען געקומען צו א סוף ביי די יעצטיגע וואלן
די בוש דינאסטיע
און די קלינטאן דינאסטיע

אגב אז כ'רעד דא פון דינאסטיע, שרייבט מיר היינט איינער: איך האב געפרעגט אן אנגעזעהנער רבי'ש איינקל וואס ער זאגט צום טראמפ, זאגט ער מיר אז יעצט פילט גאנץ אמעריקא וואס מיר פילן שוין יארן. עס איז דא טייטלבוים, האלברשטאם, ראזנבוים וכו', דורות רבי'ס מיט משפיעים. קומט צו גיין א בידערמאן און כאפט די זאך.


נישט ממש אזוי בידערמאן איז אויך שוין דורות רבי'ס מיט משפיעים, קענסט אפשר זאגן, זילבערבערג, שעכטער, וכו'

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:35 pm
דורך פאליק
בילדער

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:55 pm
דורך משהזוךמיר
חאצקל פרייליך האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:די צייטונג

ב"ה. דער פון אויבן האט רחמנות געהאט אויף ר' אברהם (אלבערט) הי"ו וויסנדיג אז ער האט נישט גענוג בילדער פון א האנט איר צו באדעקן דאס פנים און כאפן דערנאך גוטע שלעק פון די מידיע. (ווי קאמיש ס'קלינגט האט ער געכאפט פעטש פארן פארדעקן דאס פנים און די עף.בי.איי. האט געכאפט פארן עס אויפדעקן, דער הסבר דערויף שרייט געוואלד).

פארלאפענע וואך האט א וואוילער איד מיר געזאגט מיט קענטליכע זארג אז לויט ווי אלע פאולס ווייזן וועט איינער פון די צוויי ארויסגיין א געווינער (וכך הוה כידוע). כ'האב אים בארואיגט אז מ'דארף זען די האלבע גלאז וואס ס'איז פול, אלעס ווייזט אז איינער פון זיי וועט פארלירן (וכך הוה כידוע). אמאל קען מען כאפן א בליק אויפן גוטן חלק אויך, ווי האט איינער דא געברענגט פאריאר? אויב געווינט זי טאר א איד נישט קוקן די דרשות און אויב געווינט ער טאר עס א איד נישט הערן.

חלילה וחלילה איך רייץ זיך נישט מיט קיינעם, נאר פשוט מודיע צו זיין אז יעצט מעג מען שוין קוקן און לאמיר זיך עפענען די אויגעלעך. און, אז מ'קוקט שוין יא מעג דער בליק זיין אמאל פאזיטיוו. מ'עפנט אויף די אויגן אינדערפרי און מ'זאגט גלייך מודה אני לפניך, ובתפלה על העתיד בעז"ה. לויט א באשטעטיגטע באריכט איז אין די פארלאפענע נאכט פארמעקט געווארן פון אלע אימעיל'ס - אופס... טעות - פון אלע דיקשאנערי'ס דאס ווארט 'אויסגעשלאסן'.

רצון טוב האט געשריבן:די גרעסטע פארלירער ביי אינזער קאמיוניטי איז דער משפחה מאגאזין וואס האט זיך פארפאטשקעט אזוי מיאוס פאר א לוזערישער קאנדידאט.

גערערכט, ביטער גערעכט! עלינו לשבח לאדון הכל איז אויף צוויי זאכן. שלא עשנו כגויי הארצות, און ולא שמנו כ'משפחות' האדמה. אוי האט דאס בילד געשטאכן אין די אויגן.

:lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:02 pm
דורך משהזוךמיר
eller האט געשריבן:א פול טיים סעקרעטערי מיט 30 יאר עקספריענעס זוכט א זשאב . מ'קען זיך קנעקטען אויף איר פריוואטע אימעיל
ולמצוה גדולה יחשב....

אוועילעבל פאר די רייט פעי...

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:10 pm
דורך פאליק
בבוקר שאחרי ניצחונו ההיסטורי של דונלד טראמפ לנשיאות ארה"ב, נחשפים חלקים נרחבים מהקשר של הנשיא הנבחר ליהדות ולציבור החרדי. ל"בחדרי חרדים" נודע כי טראמפ נמנה על התורמים של ישיבת רוז'ין - באיאן בירושלים.

כידוע, הקשר הברור של טראמפ ליהדות נעוץ בראש ובראשונה בבתו איוונקה, שהתגיירה לאחר שנישאה לבעלה היהודי. איוונקה הופיעה במהלך מערכת הבחירות בבית כנסת של חסידות חב"ד בארה"ב ואף הגיעה לציונו של הרבי מחב"ד יחד עם בעלה.

כאמור, מתברר שלטראמפ ישנם קשרים עמוקים עם קבוצת יהודים התומכים בישיבת רוז'ין באיאן בירושלים, להם הערצה רבה וקשר אדוק עם האדמו"ר מבאיאן.

וכך, באירועים השונים שנערכים למען ישיבת רוז'ין באיאן בארה"ב על ידי אותה קבוצה, משתתף הנשיא הנבחר באותם אירועים ומעניק להם מתמיכתו, ולעיתים אף מפרסם עמודי ברכות בז'ורנאלים למיניהם.

אחד מחסידי באיאן אמר היום ל'בחדרי חרדים': "ברור שהוא מחובר לליבו של העם היהודי ואין ספק שהוא אחד מחסידי אומות העולם שיביא רק טוב על העם היושב בציון

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:11 pm
דורך ירוחם
א דיפלארעבל פייערט זיין זיג אין פילאדעלפיע אויף אן אינטערעסאנטן אופן (עס איז גראדע היינט די יארצייט פון קריסטלנאכט)

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 09, 2016 3:20 pm
דורך משהזוךמיר
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער