טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

תן חיוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am

תגובהדורך תן חיוך » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:08 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

סטיוו בענאן רעזיגנירט פון ברייטבארט.

יעצט איז ער שוין אינגאנצן אין דר׳ערד...
געמיינט האט ער (און מסתם אסאך מענטשען) אז די קאנסערוועטיוון זענען מיט אים אויף איין פעידש...

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:13 pm

בוידעם האט געשריבן:וואס איך מיין צו זאגן, די ליבעראלן זענען (אין מיינע אויגן) אפגעריסענע משוגעים מיט פארקרומטע מיינונגען, נאו קאמאן סענס עט אלל.

אבער זיי זענען נישט באקאנט צו זיין קאנספיראציע ליב האבער.

געדענקט פרעזידענט טראמפ די ווערטער פון נאציאנאלער הימנע?

אין די לעצטע טעג האבן די דעמאקראטן און אנטי-טראמפערס געעפנט א נייעם פראנט קעגן דעם פרעזידענט, נעמליך אז ער איז פארקאלכט און ליידט פון "פארגעסן", וואס קומט ביי אסאך מענטשן אויף דער עלטער. דאס איז א טענה וואס איז אויפגעברענגט געווארן אין דעם נארוואס דערשינענעם בוך איבער׳ן פרעזידענט, און זיי טוען זיך אונטערשטיצן מיט לעצטערע נייעס באריכטן, וועלכע טוען אנגעבליך אונטערשטיצן דעם טעאריע.

נעכטן האט די קאנספיראציע באקומען פרישע שטיצע, פון א ווידיא אין וועלכע מען זעט דעם פרעזידענט פרובירן מיטצוזינגען די אמעריקאנער נאציאנאלע הימנע ביי א ספארט פארמעסט, אבער ווי עס שיינט קען ער זיך נישט קיין עצה געבן און קען זיך נישט דערמאנען די ווערטער. אינעם ווידיא זעט מען ווי ער הייבט אן מיטזינגען און דאן ווערט ער צעמישט מיט די ווערטער.

פארשטייט זיך, אז דאס איז אוועקגעמאכט געווארן דורכ׳ן ווייסן הויז אלס נארישקייטן. אנדערע האבן אנגעוויזן דערויף אלס באווייז אז דער פרעזידענט איז נישט קיין פאטריאט און געדענקט נישט די נאציאנאלע הימנע.

פיינע נייעס.

דעמאקראטן רעדן צו פסיכאלאגן

וואשינגטאן – א באריכט אין "סי-ען-ען" דעקט אויף, אז א גרופע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט און סענאטארן, און אויך איין רעפובליקאנער סענאטאר, האבן זיך פארלאפענעם דעצעמבער געטראפן מיט א פסיכאלאג פון דער יעיל אוניווערסיטעט, דאקטער בענדי לי, צו הערן פון איר אן אפשאצונג אויף פרעזידענט טראמפ'ס גייסטישן געזונט צושטאנד, און זי האט געזאגט אז לויט די געשעענישן אינערהאלב דער טראמפ אדמיניסטראציע פון זיין ערשטן יאר אין ווייסן הויז, שטעלט זיך ארויס אז ער איז זייער א געפארפולער מענטש און קען גרינג אריינפאלן אין פאניק און מאכן שלעכטע באשלוסן.

דאקטער לי איז אראפגעריסן געווארן דורך אנדערע פסיכאלאגן פאר'ן ברעכן דעם איינפיר נישט צו דיאגנאזירן פאציענטן אן דעם וואס מ'טרעפט זיך מיט זיי פערזענליך, אבער נעכטן האט זי אין א סטעיטמענט זיך פארטיידיגט, זאגנדיג אז זי האט נישט דיאגנאזירט טראמפ, נאר גערעדט איבער וואספארא געפאר ער שטעלט פאר'ן לאנד.

איד דעלי
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:19 pm

פעיק נוז האט געשריבן:

ווען גייסטו זיך אויסלערנען אז ווען קאנסערוואטיוו׳ן שרייען עפעס איז עס הוילע קאנספיראציעס אבער ווען ליבעראלן שרייען איזעס אמת ויציב און אויב דערוואגט זיך איינער ארויסצושטעלן דערקעגן ווערט ער מיד פארשריגן אלץ א פאנאטישער טראמפיסט.
ליין די נייעס וועסטע אויך אלעס וויסן.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:20 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

סטיוו בענאן רעזיגנירט פון ברייטבארט.

WOW!!

ס'געווען ערווארטיט נאכדעם וואס זיין גרעסטע געלט שטיצער וואס איז אויך ברייטבארט'ס גרעסטע שטיצער האט זיך אפגעטרייסלט פון בענאן.

אור
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:25 pm

איז נישט ברייטבארט זיינס?

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:35 pm

ניין. עס באלאנגט פאר די אלמנה פון ענדרו ברייטבארט און א שותף.

אגב איז אינטערעסאנט אז אויף אלעקסע רענקד ברייטבארט נומער 50 אען די יו עס פאר יאנואר 2018!

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:40 pm

ווען איך האב געשריבן אז אין צוויי וואכן ארום וועט מען קענען זעהן צו די בוך האט געהאלפן טראמפ האב איך נישט געוואוסט וואס איך רעד ווייל מען רעדט נ ישט פון צוויי וואכן נאר פון צוויי טעג

וועט יעדער פרעגן פון וואו איך האב טאקע געוואוסט עיין חתימתי

און איין זאך וואס איך וויל זאגן
LOT MORE TO COME

נאר די איין זאך אז בענען זאל באסטען איז ווערט געווען די גאנצע בוך
איזהו חכם הרואה את הנולד ופי' מרן החתם סופר זי"ע שרואה מה שנולד כבר

פעיק נוז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:45 pm

פאליק האט געשריבן:ווען איך האב געשריבן אז אין צוויי וואכן ארום וועט מען קענען זעהן צו די בוך האט געהאלפן טראמפ האב איך נישט געוואוסט וואס איך רעד ווייל מען רעדט נ ישט פון צוויי וואכן נאר פון צוויי טעג

וועט יעדער פרעגן פון וואו איך האב טאקע געוואוסט עיין חתימתי

און איין זאך וואס איך וויל זאגן
LOT MORE TO COME

נאר די איין זאך אז בענען זאל באסטען איז ווערט געווען די גאנצע בוך

מיט וואס העלפט בענאן'ס רעזיינען פאר טראמפ?
סאבסיטוט האט געשריבן:אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:49 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:ווען איך האב געשריבן אז אין צוויי וואכן ארום וועט מען קענען זעהן צו די בוך האט געהאלפן טראמפ האב איך נישט געוואוסט וואס איך רעד ווייל מען רעדט נ ישט פון צוויי וואכן נאר פון צוויי טעג

וועט יעדער פרעגן פון וואו איך האב טאקע געוואוסט עיין חתימתי

און איין זאך וואס איך וויל זאגן
LOT MORE TO COME

נאר די איין זאך אז בענען זאל באסטען איז ווערט געווען די גאנצע בוך

מיט וואס העלפט בענאן'ס רעזיינען פאר טראמפ?

בענען האט זיך ארויסגעשטעלט אין די לעצטע אלאבאמא פארמעסט צו זיין א מאסיווע דורכפאל מיטן סופארטן רוי מאר און דורכדעם זיכער מאכן אז די דעמראטען געווינען נאך א בענקל און יעצט האבן די רעפובליקאנער נאר א אויבערהאנט פון צוויי שטימען אנשטאטס די ביז יעצטיגע דריי

ער האט פאשפראכן צו גיין ווייטער אין '18 און דאס וואלט געקאסט אסאך קרבנות אין קאנגרעס און סענאט
איזהו חכם הרואה את הנולד ופי' מרן החתם סופר זי"ע שרואה מה שנולד כבר

הצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג ינואר 09, 2018 5:09 pm

די סטאק מארקעט איז באמינג
קום אריין קלאר

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג ינואר 09, 2018 5:11 pm

הצדיק האט געשריבן:די סטאק מארקעט איז באמינג

די DOW איז געווען היינט כמעט 200 פוינטס העכער באט העי עס איז אבאמא'ס קרעדיט
איזהו חכם הרואה את הנולד ופי' מרן החתם סופר זי"ע שרואה מה שנולד כבר

הצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג ינואר 09, 2018 5:17 pm

פאליק האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:די סטאק מארקעט איז באמינג

די DOW איז געווען היינט כמעט 200 פוינטס העכער באט העי עס איז אבאמא'ס קרעדיט

ווארט נאר ביז עס גייט זיין א קארעקשאן
קום אריין קלאר

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דינסטאג ינואר 09, 2018 5:41 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:אגב איז אינטערעסאנט אז אויף אלעקסע רענקד ברייטבארט נומער 50 אען די יו עס פאר יאנואר 2018!

טאקע א חידוש, בעסער פון פאקס ניוז.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 09, 2018 5:51 pm

דאס איז נישט ממש א חידוש ווייל פאקס לויפט אויף טיווי בעת וואס ברייטבארט איז נאר די סייט.

דער חידוש איז די עצם פאקט אז עס רענקד אזוי הויך.

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:00 pm

פאליק האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:די סטאק מארקעט איז באמינג

די DOW איז געווען היינט כמעט 200 פוינטס העכער באט העי עס איז אבאמא'ס קרעדיט

איז די סטאק מארקעט ארויף וועגן בענאן ?
פארוואס איז ער געווען אזוי שלעכט פאר זיי ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

הצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:15 pm

פאליק האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:די סטאק מארקעט איז באמינג

די DOW איז געווען היינט כמעט 200 פוינטס העכער באט העי עס איז אבאמא'ס קרעדיט

די מיינטס צו זאגן אריבער 100 פוינטס
קום אריין קלאר

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:32 pm

איך בעט דעם עולם מזאל אריינקומען אין די אלעס ארום פאליטיק אשכול ענטפערן דארט מיין שאלה צו די מידיא גייט שטיצן אדער אראפרייסן טראמפ אין 2020 .
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:36 pm

צל עובר האט געשריבן:איך בעט דעם עולם מזאל אריינקומען אין די אלעס ארום פאליטיק אשכול ענטפערן דארט מיין שאלה צו די מידיא גייט שטיצן אדער אראפרייסן טראמפ אין 2020 .

וואס איז דיין ציל
קום אריין קלאר

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 09, 2018 7:07 pm

הצדיק האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:איך בעט דעם עולם מזאל אריינקומען אין די אלעס ארום פאליטיק אשכול ענטפערן דארט מיין שאלה צו די מידיא גייט שטיצן אדער אראפרייסן טראמפ אין 2020 .

וואס איז דיין ציל

מיין ציל איז צו האבן א טאפיק וואס מקען דעבאטירן און אנאליזירן אומפרטייאיש, און אויך וויל איך פשוט וויסן וואס דער עולם האלט ווייל איך האב נישט קיין מיינונג אין דעם און איך האלט - אזוי ווי טראמפ - אז אין דעם ווענדט זיך א גרויסע חלק ווער סגייט געווינען אין 2020
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 09, 2018 7:19 pm

אין אבזערווער איז באריכטעט, אז מולער האלט אינמיטן געשפרעכן מיט די טראמפ ליגעל טיעם, און ער געט זיי צוויי אפשענס אז אדער מאכט ער א פליע דיעל, וואס דעמאלטס ברויך ער זיך דערקלערן שולדיג. אדער טרעט ער אויף פאר א גרענד דזשורי, וואס דעמאלטס אויב זאגט ער עפעס וואס שטימט נישט מיט די פאקטן קען מען אים אנקלאגן אויף פערדזשערי. פאר דעם איז אבער דא אן עצה נישט צו געדענקן עני האקעלע זאך וואס קען מאכן פראבלעמען, און אויב איז ער נישט מסכים צו קיין איין פון די צוויי אפשענס, קען ער ווערן סובפינעט אויפצוטרעטן פאר א גרענד דזשורי.

דאס אלעס מיט די הסבר שטייט אין די אבזערווער. מיט נאך זאכן וואס שטייט נאכדעם.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 09, 2018 7:22 pm

ער קען ווארשיינליך נישט ווערן סובפינעט אויפצוטרעטן.

די עצה פון פארגעסן וועט זיין איגאו נישט לאזן טון ווייל קלינטאן האו עס שוין גענוצט...

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 09, 2018 7:37 pm

נאך שטייט דארט אז מולער גייט לכאורה אויספרעגן טראמפן זיין גאנצע ביזנעס היסטאריע ווי ער קען זיך ארויפכאפן און אים אנקלאגן אויף עני זאך אדער זאכן וואס ער האט געטון קעגן די קאמפליצירטע פעדעראלע געזעצן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 09, 2018 7:38 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:ער קען ווארשיינליך נישט ווערן סובפינעט אויפצוטרעטן.

די עצה פון פארגעסן וועט זיין איגאו נישט לאזן טון ווייל קלינטאן האו עס שוין גענוצט...

דארט שטייט אז ער קען ווערן סובפינעט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 09, 2018 7:48 pm

צל עובר האט געשריבן:נאך שטייט דארט אז מולער גייט לכאורה אויספרעגן טראמפן זיין גאנצע ביזנעס היסטאריע ווי ער קען זיך ארויפכאפן און אים אנקלאגן אויף עני זאך אדער זאכן וואס ער האט געטון קעגן די קאמפליצירטע פעדעראלע געזעצן.

דאס איז פשוט מאוד. דאס איז דאך די גאנצע ציל פון שטעלן מולער'ן.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 09, 2018 7:49 pm

צל עובר האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:ער קען ווארשיינליך נישט ווערן סובפינעט אויפצוטרעטן.

די עצה פון פארגעסן וועט זיין איגאו נישט לאזן טון ווייל קלינטאן האו עס שוין גענוצט...

דארט שטייט אז ער קען ווערן סובפינעט.

ס'נישט מוכרח אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן. מעגליך אז איך בין ראנג, אבער ס'מוז נישט זיין

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], וואס עפעס?, יאנקעל פעדראטשיק, כאפצעם, ממה נפשך, נישקשה, פיצי קעפעלע, קיין נפקמ און 30 געסט