טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דממה דקה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג יוני 07, 2018 5:23 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:א חוצפה פון טראמפ, ער פארדענט מענטשן וואס זענען גוט מיטעם וכד... איינער געדענקט נאך די מארק ריטש פארדאן?

די פראבלעם איז אז ער האט אזוי ווייניג חברים...

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יוני 07, 2018 9:07 pm

נאכנישט געזען דא באריכטעט די נייעסלעך:

מיק מאלוועני פון די "קאנסומער פיינענשל פראטעקשאן ביורא" האט געשיקט ליפטערן די בארד פון 25 ציווילע ראטגעבער, שפעקולאציעס אז די גאנצע בארד (וואס האט זיך געשאפן דורך די דאד פרענק ביל) גייט ווערן אויפגעלעזט.

א נייע געזעץ פארשלאג צו געבן פארן ענערגיע מיניסטער רעכט וועגן עפעס א אטאמישע וואפן. (איינער מיט מער פרטים?)

נאך א פרישע געזעץ פארשלאג צו פארלאנגען פון פאליטישע קאמפיינס צו באריכטן אויב דרויסענדיגע לענדער ווילן זיי ארויסהעלפן אין די קאמפיין (קאלוזשן, וואס איז דערווייל נישטא קיין שום געזעץ דערויף)

Issues of Oversight: Mick Mulvaney, the head of the Consumer Financial Protection Bureau, has dismantled one of the agency’s advisory boards, effectively ousting its 25 members and raising new concerns that Mulvaney is reducing consumer protections. A new draft of the National Defense Authorization Act could give Energy Secretary Rick Perry the unilateral power to authorize development of a new, low-yield nuclear weapon. And a member of the House Intelligence Committee is introducing a bill that would legally require campaigns to tell the FBI when representatives of a foreign power offer to help them beat their opponents.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
דער פאני מענטש
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » פרייטאג יוני 08, 2018 3:17 am

דממה דקה האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:א חוצפה פון טראמפ, ער פארדענט מענטשן וואס זענען גוט מיטעם וכד... איינער געדענקט נאך די מארק ריטש פארדאן?

די פראבלעם איז אז ער האט אזוי ווייניג חברים...


:lol: :oops: -c:o -p:a

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יוני 08, 2018 9:01 am

טראמפ בעט אז מען זאל צוריק אנשליסן רוסלאנד אין די G-7 און עס צוריק פארוואנדלען אין די G-8 אזוי ווי בעפאר רוסלאנד האט אנעקסירט קריימיע

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יוני 08, 2018 9:01 am

טראמפ גרייט זיך צו פארדאנירן נאך א פאפולערע פיגור

הכל הבל
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג יוני 08, 2018 9:56 am

טראמפ זאגט אז ער וועט בעטן פון קניענדע ספארטלער זיי זאלן אים רעקאמענדירן נעמען פון פריינט וועם ער זאל קענען פארדאנירן זינט זייער ציהל איז צו באקעמפן אומיוסטיץ

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג יוני 08, 2018 10:54 am

היינט וועט פארקומען דער יערליכער "דזשי-7 סאמיט", וואו עס וועלן זיך טרעפן די פירער פון קאנאדע, פראנקרייך, דייטשלאנד, יאפאן, ענגלאנד, אמעריקע און איטאליע פאר געשפרעכן איבער פארשידענע טעמעס אויף א גלאבאלן פארנעם.

דער סאמיט היי-יאר קומט פאר אין קוויבעק, קאנאדע, און טראץ וואס יעדעס יאר קומט כמעט נישט ארויס קיין נייעס פונעם סאמיט, וועט זיין העכסט אינטערעסאנט מיטצוהאלטן וויאזוי די פירער פון אנדערע לענדער קאמיוניקירן מיט טראמפ, וועלכער האט נארוואס באשטעטיגט שווערע האנדלס שטייערן אויף זיי.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

Breaking

תגובהדורך הצדיק » פרייטאג יוני 08, 2018 11:06 am

Trump on possible Sessions dismissal: 'We'll see what happens'

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... V6JaBG71T4

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג יוני 08, 2018 11:26 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:נאכנישט געזען דא באריכטעט די נייעסלעך:

מיק מאלוועני פון די "קאנסומער פיינענשל פראטעקשאן ביורא" האט געשיקט ליפטערן די בארד פון 25 ציווילע ראטגעבער, שפעקולאציעס אז די גאנצע בארד (וואס האט זיך געשאפן דורך די דאד פרענק ביל) גייט ווערן אויפגעלעזט.

א נייע געזעץ פארשלאג צו געבן פארן ענערגיע מיניסטער רעכט וועגן עפעס א אטאמישע וואפן. (איינער מיט מער פרטים?)

נאך א פרישע געזעץ פארשלאג צו פארלאנגען פון פאליטישע קאמפיינס צו באריכטן אויב דרויסענדיגע לענדער ווילן זיי ארויסהעלפן אין די קאמפיין (קאלוזשן, וואס איז דערווייל נישטא קיין שום געזעץ דערויף)

Issues of Oversight: Mick Mulvaney, the head of the Consumer Financial Protection Bureau, has dismantled one of the agency’s advisory boards, effectively ousting its 25 members and raising new concerns that Mulvaney is reducing consumer protections. A new draft of the National Defense Authorization Act could give Energy Secretary Rick Perry the unilateral power to authorize development of a new, low-yield nuclear weapon. And a member of the House Intelligence Committee is introducing a bill that would legally require campaigns to tell the FBI when representatives of a foreign power offer to help them beat their opponents.

בקיצור, די FBI וויל מער פאוער. זיי זענען נישט צופרידען מיט וואס זיי האבען שוין, וואס איז שוין אויך צו פיל. עס האט נישט אויס געפעלט ביז איצט און עס פעלט נישט אויס ווייטער.

זיי האבען נישט די מען-פאוער אויף צו נעמען אלע אינפארמעשאן און זיכער נישט נאכצוגיין די אינפארמאציע; איז אלזא אויב די גייסט גארנישט טוהן דערמיט "ווען די באקומסט עס" (in real time) איז וואסישע דארפסטו דאס? דער תירוץ איז אז זיי ווילען עס האבען אז ווען זיי וועלען באשליסען איינעם צו באגראבען וועלען זיי האבען דאס אויך אויף אים. זיי מיינען נישט די טובה פון אמעריקע נאר קאנטראל און אבסעלוט קאנטראל.

ווער וואלט געקלערט אז אמעריקע וואס איז דער סימבאל פון דעמאקרעסי פון פרייהייט; וועט קומען אמאל א טאג וואס זיי ווייסען ממש אלעס איבער אונז (פארשטייט זיך נאר ווען זיי נעמען דיר אויפען צימבעל און טשעקען זייערע אלע רעקארדס אויף דיר); און זיי זענען נאך נישט זאט; נאר ווילען נאך! זיי ווילען זאלסט זיי אויך זאגען וויפיל ציין האסט אין מויל, מיט וועם די רעדסט, ווער האט אינפלוענס איבער דיר, און ווער שטיצט דיר פיזיש און מאראליש אין דיינע דעות און אין דיין פאליטיק.

וועט נאך קומען א טאג ווען זיי וועלען אויף הערען מינטען געלט און אלע טרענסעקשען'ס וועט זיין נאר עלעקטראניק; ווייל אזוי ארום וועלען זיי פינקטליך קענען וויסען אלעס ממש אויף דיר אויך די סייז פון די גלעזער וואס די טרינקסט דערפון.

עס איז דא א אויף וואכונג אין אמעריקע וואס דא גייט פאר (בעיקר ביי די וואס פארשטייען צו די אינסייד חל'ק פון טעכנילאגישע אינפארמאציע); אבער דער המון עם זענען זייער ווייניג גענוג אינפארמירט איבער וואס גייט ריכטיג פאר; אדער טראכטען אז זיי מיינען דאך נישט מיר.

דאס פאדערט זיך א אשכול; ניין, א גאנצע פארום פאר זיך. אזוי גרויס איז דער נושא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » פרייטאג יוני 08, 2018 11:53 am

Washington - Trump Considering 3,000 Pardons, Including Boxer Muhammad Ali

ער האט געטראפן א וועג צו ווייזן אז ער איז פרעזידענט.

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג יוני 08, 2018 12:02 pm

אאפס..

מוחמד עלי'ס לויער מעלדט אז זיי זענען נישט אינטערסירט אין טראמפ'ס פארדאן, די סופרים קאורט האט אים שוין ריינגעוואשן...
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג יוני 08, 2018 12:03 pm

הצדיק האט געשריבן:Washington - Trump Considering 3,000 Pardons, Including Boxer Muhammad Ali

ער האט געטראפן א וועג צו ווייזן אז ער איז פרעזידענט.

איז ער נישט טויט אפאר יאר? וואס דארף ער א פארדאן.

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג יוני 08, 2018 12:17 pm

מען רעדט ערענסט פון הייבן די רענט שעיר פאר די וואס בעניפיטירן פון רעגירונג פראגראמען ארויסצוהעלפן מיט די רענט.

די סיבה איז דרולם זאל גיין ארבעטן, נעקסט נעמט מען זיך אויף אייוועלט...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » פרייטאג יוני 08, 2018 12:28 pm

כאפצעם האט געשריבן:פאליק קומט נאר צו שמחות



דער אייבישטער זאל העלפן מען זאל קומען ווי אפטער
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג יוני 08, 2018 1:54 pm

הצדיק האט געשריבן:Washington - Trump Considering 3,000 Pardons, Including Boxer Muhammad Ali

ער האט געטראפן א וועג צו ווייזן אז ער איז פרעזידענט.

אדער צו ווייזן אז ער נעמט זיך אהן פאר די וואס זענען באהאנדלט געווארן אומיושר'דיג
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג יוני 08, 2018 1:55 pm

טראמפ: רוסלאנד דארף צוריק אריינקומען אינעם דזשי-7 סאמיט

פרעזידענט טראמפ האט היינט געמאכט אן איבערראשנדן סטעיטמענט, זאגנדיג אז עס איז צייט צוריק אריינצוברענגען רוסלאנד אין דעם פרעסטיזשפולן דזשי-7 פאראיין, נאכדעם וואס די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, אין שפיץ פון אמעריקע, האט איר פארטריבן פון דארט אין 2014, אין ליכט פון אירע אגרעסיווע שריט קעגן אירע שכנים.

דער סאמיט איז אין דער פארגאנגענהייט, מיט רוסלאנד אינאיינעם, געווען באקאנט אלס דער דזשי-8 סאמיט, אבער נאך דעם וואס זי האט אקופירט דעם קריימיע האלב-אינזל, האבן אלע אנדערע לענדער איינשטימיג באשלאסן איר ארויסצואווארפן פון דעם פאראיין, א זאך וואס האט עקאנאמישע קאנסעקווענצן, צוליב דעם וואס ביי דעם סאמיט ווערן אונטערגעשריבן פילע אינטערנאציאנאלע האנדלס אפמאכן.

דעם פרעזידענטס סטעיטמענט אז מען דארף צוריק אריינעמען רוסלאנד, טראץ וואס זי האלט נאך אן די אקופאציע אויף קריימיע און סאבאטאזשירט אמעריקע מיט סייבער קריג, איז אויפגענומען געווארן מיט וואונדער, און טייל אנאליסטן זאגן אז ער מיינט דערמיט הויפטזעכליך זיך צו רייצן מיט די אנדערע וועלט פירער.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג יוני 08, 2018 1:55 pm

טראמפ אדמיניסטראציע פארשטייער האבן נעכטן געזאגט פאר׳ן געריכט, אז זיי וועלן מער נישט אינפארסירן פארשידענע טיילן פון אבאמא-קעיר, וואס זיי באטראכטן אלס אומקאנסטיטוציאנאל.

דאס קומט נאכדעם וואס עטליכע שטאַטן, אריינגערעכנט טעקסאס, האבן אריינגעגעבן אן אפיציעלע אנקלאגע אין געריכט, פארלאנגדיג אז אבאמא קעיר זאל ווערן אויפגעלעזט וויבאלד זי איז אומגעזעצליך, ספעציעל נאכדעם וואס קאנגרעס האט עלימינירט דעם ״אינדיווידועלן מאנדאט״, וואס איז געווען א צענטראלער טייל פונעם געזעץ.

די אנקלאגע צילט צוויי צענטראלע טיילן פונעם געזעץ, ערשטנס דער פארבאט קעגן אינשורענס פירמעס אפצוזאגן מענטשן וועלכע זענען שוין קראנק, און צווייטנס, א פארבאט ארויפצושרויפן פרייזן באזירט אויף דעם קליענט׳ס מעדיצינישע היסטאריע.

די צוויי פארבאטן זענען דירעקט פארבינדן צום אינדיווידיעולן מאנדאט, וואס פארפליכטעט יעדן איינעם צו קויפן אינשורענס, וויבאלד אויב ווייניגער יונגע און געזונטע מענטשן קויפן אינשורענס, שרויפט דאס אויטאמאטיש ארויף די פרייזן פאר די וועלכע קויפן יא.

דעריבער האבן די שטאַטן פארלאנגט פונעם געריכט צו עלימינירן דאס גאנצע געזעץ, אן דעם וואס עס זאל דארפן פריער דורכגיין א לעגיסלאטיוון פראצעדור, און די טראמפ אדמיניסטראציע האט זיך צוגעשטעלט צו דער אנקלאגע און געזאגט, אז דאס געזעץ איז מער נישט מעגליך אנצוהאלטן און זי וועט דעריבער עס מער נישט אינפארסירן.

JP Feine Neies
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4380
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג יוני 08, 2018 2:25 pm

הכל הבל האט געשריבן:טראמפ גרייט זיך צו פארדאנירן נאך א פאפולערע פיגור

קום אריין קלאר ביטע
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג יוני 08, 2018 2:56 pm

אמעריקא 2018.
צוגעלייגטע
20180608_142342.jpg
20180608_142342.jpg (138.63 KiB) געזעהן 776 מאל
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג יוני 08, 2018 2:59 pm

זעהט אויס אז דאס איז וואס ער גיבט רוסלאנד פאר זיך נישט מישען אין נארט קאריע.

כ'שטעל זיך פאר אז פאר כינע (זאל אים נישט שטערען) גייט ער אויך געבען א פיין צוקערל. (למשל זיי צורוה לאזען אין דער סאוט טשיינע סי)
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג יוני 08, 2018 3:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג יוני 08, 2018 3:02 pm

אדער פארן אים געבן די פרעזידענטשאפט.
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג יוני 08, 2018 3:04 pm

כאפצעם האט געשריבן:אדער פארן אים געבן די פרעזידענטשאפט.

ער גיבט נאר פאר וואס מען "גייט" אים געבען; נישט פאר וואס מען האט אים "שוין" געגעבען. (פארשטייט זיך לשיטתך אז רוסלאנד האט אים געגעבען די פרעזידענטשאפט)

אין די נעקסטע עלעקשען דארף ער שוין נישט רוסלאנד (אפילו לשיטתך) און קען האבען פוטין אויפען בוידעם, נאכדעם וואס אמעריקע וועט האבען געזעהן וואספארע גוטע דזאב ער האט געטוהן אין זיין ערשטע טערמין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג יוני 08, 2018 3:07 pm

כאפצעם האט געשריבן:אדער פארן אים געבן די פרעזידענטשאפט.

און וואס איז מיט זיין שטייפע ליניע וואס ער האט גענומען מיט רוסלאנד לגבי סיריא, איראן ועוד..?

אהה.. דאס איז ווייל ער האט פארלוירן די פאפאלער וואוטס. כ׳פארשטיי.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג יוני 08, 2018 3:15 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:אדער פארן אים געבן די פרעזידענטשאפט.

און וואס איז מיט זיין שטייפע ליניע וואס ער האט גענומען מיט רוסלאנד לגבי סיריא, איראן ועוד..?

אהה.. דאס איז ווייל ער האט פארלוירן די פאפאלער וואוטס. כ׳פארשטיי.

ווען ער איז מילד צו רוסלאנד איז עס ווייל זיי האבען אים געגעבען די פרעזידענטשאפט און איז זיי מכיר טובה; ווען ער איז שטייף צו זיי איז עס צו ווייזען אז ער איז זיי נישט מכיר טובה.

בקיצור אלעס דרייט זיך איבער קאלוזען צו האלטען עס אויפען פייער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג יוני 08, 2018 3:20 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:Washington - Trump Considering 3,000 Pardons, Including Boxer Muhammad Ali

ער האט געטראפן א וועג צו ווייזן אז ער איז פרעזידענט.

אדער צו ווייזן אז ער נעמט זיך אהן פאר די וואס זענען באהאנדלט געווארן אומיושר'דיג

פרעזידענט טראמפ האט היינט געזאגט פאר ריפארטערס אז ער האט א בעסערע איידיע וויאוזי צו פארעכטען די "אומיושר'ידעגע יוסטיץ סיסטעם איבער וועלכע די ספארטס שפילער פראטעסטירען דורכן קניען". נעמליך: זיי זאלן אים געבן א ליסטע פון פארשוינען וועלכע זיי האלטן אדער ווייסן אז די מענטשען זענען אומשילדיג, אדער אז די מענטשען זענען באשטראפט געווארן מער ווי ס'קומט זיי און ער - אלס פרעזידענט - וועט פארדאנען, אדער זיי ארויסשיקן פריי פון תפיסה...

דער פרעזידענט האט צוגעלייגט: "איך מיין אז דאס איז דאך וואס זיי ווילן, ניין?" 
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: sholom88, איצל פיצל, אסדר לסעודתא, ברוך, גוט זאגער, יצחק ברוך, ממה נפשך, קליינקעפיק, ראגעלעך און 40 געסט