טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מענדל
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 26, 2016 7:26 pm

תגובהדורך מענדל » דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:05 am

בדרך אפשר האט געשריבן:
מענדל האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ווען האט קענעדע פארברענט די ווייטהאוס?

in the war of 1812

דאכטזיך אז ס׳איז געווען די בריטען נישט קענעדא

they were involved

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:06 am

קאנאדא האט נאך לכאורה באלאנגט דעלמאטס פאר ענגלאנד.
?I DON'T CARE, DO YOU

דממה דקה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:19 am

גערעכט, אמעריקע האט אויסגעהרגעט די קדושים אין יארק.

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

ווער האט פארברענט דאס ווייסע הויז?

תגובהדורך גאפל » דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:27 am

וואשינגטאן – ביי א טעלעפאנישן געשפרעך עטליכע וואכן צוריק מיט'ן קאנאדישן פרעמיער מיניסטער, דזשאסטין טרודא, האט פרעזידענט טראמפ באשולדיגט אז קאנאדע האט אונטערגעצונדן און פארברענט דאס ווייסע הויז. דער געשפרעך איז געווען א היציגע, לויט באריכטן נעכטן, און טרודא האט זיך באקלאגט אויף דעם וואס טראמפ וויל ארויפשטעלן האנדלס שטייער שטראפן אויף קאנאדע. טראמפ האט געזאגט אז קאנאדע האט זיך גארנישט וואס צו באקלאגן, ווייל "האט איר חברה נישט פארברענט דאס ווייסע הויז?"

אין רעאליטעט האבן די בריטישע פארברענט דאס ווייסע הויז ביים יאר 1812 קריג, און ווען טרודא איז אנגעפרעגט געווארן, צי ער האט גענומען טראמפ'ס ווערטער אלס וויץ אדער ערנסט, האט ער בלויז געענטפערט, אז וואס ס'קומט פאר איבער האנדל, איז ווייט פון א וויץ.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:29 am

א טיפיקיל טראמפ סטעיטמענט...

אזוי קוקט מען אויס ווען מען ווארפט א טענטרים (נישט די מאכל טענדשערין...) ביי ענגליש (בריטיש?!...) היסטארי קלעס...

די בריטישע און אמעריקאנע האבן געהאט א מלחמה, די 1812 מלחמה. נאך וואס אמעריקא האט אטאקירט די בריטישע אין קאנאדע צוליב "טרעיד" (הערט זיך ענדליך???)

די בריטישע האבן דאן באוויזן צו אריינקומען אין אמעריקא און גרייכענדיג וואשינגטאן די.סי. האבן זיי פארברענט די ווייסע הויז.

אונזער פרעזידענט, האבענדיג א שארף צינג און א לויז מח, האט געוואלט אריינפליקן דעם קאנאדישען שנוקי פארן זיך אפילו דינגן מיט אים איבער די נייע טעריפ'ס. האט ער אים אריינגעפליקט בבחינות ;/, אויף וועלכע דער קאנאדער האט אים גענטפערט =k?%0
לעצט פאראכטן דורך שמאטע אום דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:30 am

דממה דקה האט געשריבן:גערעכט, אמעריקע האט אויסגעהרגעט די קדושים אין יארק.

אמעריקע און קאנאדא האבן באלאגנט פארן ענגלאנד , נישט ענגלאנד פאר אמעריקע

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:33 am

יא יא ווייל א שמאטע בלייבט א שמאטע.....

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:51 am

איבערקוקענדיג די נייעס זעה איך אז די "וויכטיגסטע" חלק פון די נייעס, דהיינו, די "קאנטעקסט" אין וועלכע דער פרעזידענט האט געזאגט די סטעיטמענט - וואס אגב, זאגט נאך קיינער נישט אויב עס איז געווען א וויץ אדער א כעס - איז עפעס 'באהאלטן' אין די באריכטען.

לדעתי, אויב ווייסט מען די קאנטעקסט פון די פאון קאל און מען ליינט די אויסטויש, איז די גאנצע "נייעס" אין א אנדערע ליכט.

והנה, דער פרעזידענט האט געהאט א פאון קאל מיט די קאנאדישער פריים מיניסטער איבער די טרעיד אישו, און די נייע טעריפ'ס וועלכע פרעזידענט טראמפ וויל ארויפלייגן.

די פאון קאל איז דעווען צוליב וואס דער פרעזידענט טענה'ט אז די נייע טרעיד טוישונגען איז אין די אינטערעסן פון "נעשאנעל סעקיורעטי".
דער קאנאדישער פריים מיניסטער טענה'ט אבער אז דאס איז נישט אמת, און לויט אים וועט די נייע טעריפס גאר מאכן א ריס אין די פאמיליע'דיגע באציאונגען צווישן אמעריקא און קאנאדע.

ערגעץ וואו אינמיטען די פאון קאול האט דער פרעזידענט זיך אנגערופן צום קאנאדישע פריים מיניסטער "האט איר נישט פארברענט די ווייסע הויז?!..."

אויב וויל מען - דאס איז אפשענעל... - קען מען פארשטיין אז דער פרעזידענט האט זיך באצויגן צום פאקט אז צוליב די וועג וויאזוי די בריטישע האבן באהאנדלט די אמעריקאנע טרעיד, וועלכע האט געפירט צו די "1812 מלחמה" מיט די בריטישע וועלכע האבן דאן געהערשט איבער קאנאדע, איז די ווייסע הויז פארברענט געווארן.

דאס הייסט, דער פרעזידענט האט געוואלט מאכן די פוינט אז ווען א לאנד ווערט בא'עולה'ט איבער טרעיד פירט עס צו מלחמה, און טאקע א שטייגער ווי די 1812 מלחמה, און דעריבער איז לויט טראמפ זיין עקשנות אויף טרעיט יא א נעשאנעל סעקיורעטי אישו!
לעצט פאראכטן דורך שמאטע אום דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:55 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:53 am

גאפל האט געשריבן:וואשינגטאן – ביי א טעלעפאנישן געשפרעך עטליכע וואכן צוריק מיט'ן קאנאדישן פרעמיער מיניסטער, דזשאסטין טרודא, האט פרעזידענט טראמפ באשולדיגט אז קאנאדע האט אונטערגעצונדן און פארברענט דאס ווייסע הויז. דער געשפרעך איז געווען א היציגע, לויט באריכטן נעכטן, און טרודא האט זיך באקלאגט אויף דעם וואס טראמפ וויל ארויפשטעלן האנדלס שטייער שטראפן אויף קאנאדע. טראמפ האט געזאגט אז קאנאדע האט זיך גארנישט וואס צו באקלאגן, ווייל "האט איר חברה נישט פארברענט דאס ווייסע הויז?"

אין רעאליטעט האבן די בריטישע פארברענט דאס ווייסע הויז ביים יאר 1812 קריג, און ווען טרודא איז אנגעפרעגט געווארן, צי ער האט גענומען טראמפ'ס ווערטער אלס וויץ אדער ערנסט, האט ער בלויז געענטפערט, אז וואס ס'קומט פאר איבער האנדל, איז ווייט פון א וויץ.

פאר מער פרטים אין וויקיפעדיע
https://en.wikipedia.org/wiki/Burning_o ... hite_House
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » דאנארשטאג יוני 07, 2018 12:13 pm

בוידעם האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:ווען האט קענעדע פארברענט די ווייטהאוס?


א ריכטיגע סעמפל פון א אנטי טראמפ אין וואנט אריין.

וואו זעהסטו אז טראמפ זאלן האבן "געזאגט" אז קאנאדא האט פארברענט די ווייסע הויז? סך הכל האט ער "געפרעגט".

דאס טאקע איז די מעלה פון טראמפ, ער שעמט זיך נישט צו פרעגן וואס ער ווייסט נישט. אנדערע פאליטיקלי קאראקעטע פאלאטישאנס בלייבן מיט מער פראגעס ווי ענטפערס.

:lol: :lol: :lol:

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 07, 2018 12:53 pm

דממה דקה האט געשריבן:גערעכט, אמעריקע האט אויסגעהרגעט די קדושים אין יארק.

אפשר וועגען דעם האבען זיי זיך א נאמען געגעבען "ניו" יארק, זיך אפצושאקעלען פון דער אלטער יארק.

עס דערמאנט מיר א מעשה.

א כינעזער מיט א איד האבען זיך צאם געטראפען. דער איד לאזט אראפ א פראסק פאר די כינעזער. פרעגט אים דער כינעזער, וואס איז דאס? ענטפערט ער אים "דאס איז פאר פורל הארבאר". פראטעסטירט דער כינעזער "אבער דאס האבען דאך די יאפאנעזער געטוהן!" ענטעפער אים דער איד: "כינעזער, יאפאנעזער, וואטס דע דיפערענס.

א שטיק צייט שפעטער טרעפען זיי זיך נאכאמאל צאם, און דאס מאל לאזט דער כינעזער אראפ א פראסק פאר דער איד. פרעגט אים דער איד, וואס איז דאס? ענטפערט ער אים, דאס איז פאר זינקען די טיטאניק. פראטעסטירט דער איד "אבער דאס איז דאך געווען א אייזבערג!" ענטפערט אים דער כינעזער: אייזבערג, גאלדבערג, וואטס דע דיפערענס.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג יוני 07, 2018 12:57 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דאנארשטאג יוני 07, 2018 12:57 pm

:lol:
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:26 pm

א צווייטע מעשה [יעצט באשאפען לכבוד המאורע].
(אז מען רעדט שוין פון יארק, לאמער אויך רעדען פון קענט [נישט קענט עוועניו אדער קענט סיגערעטס, נאר קענט ענגלאנד, לעבען [אלט] יארק)

מיר זאגען אין די הגדה אז זכר למקדש כהלל. כן עשה הלל בזמן שבית המקדש היה קיים היה כורך פסח מצה ומרור ואוכלן ביחד. קומט אויס אז א סענדוויטש האט מען שוין געמאכט אין די צייטען פון בית המקדש.

האט איינער (מסתמא מיט אזוי פיל היסטארישע קענטעניש ווי טראמפ, קלינטאן, אבאמא וכו') געפרעגט אז ער פארשטייט נישט. מיר ווייסען דאך אז דער ערל פון סענדוויטש איז געווען דער ערפינדער פון דער סענדוויטש (און נקראת על שמו), איז טא, ווי האט מען שוין פריער געוויסט פון דער סענדוויטש?

און נאך שווערער איז, אז עס שטייט דאך בפירוש אין פסוק כל בן נכר לא יאכל בו (כל ערל לא יאכל בו), אז א ערל טאר נישט עסען פונעם קרבן פסח (און רבי יהודה בן בתירה האט גוט צו געפיקסט דער גוי אין נציבין - את בנציבין ומצודתך פרוסה בירושלים), און דא קומט גאר, נישט א פסח נאר א פורים ווי דער ערל פון סענדוויטש (מסתמא געהייסען דזאן און רייך ווי קרח) און עסט כורך!
https://en.wikipedia.org/wiki/Earl_of_Sandwich

#איך האב ענק שוין לאנג געזאגט אז די פאליטישען'ס (אלע פאלטיטשיען'ס) קענען א קרענק. געדענקט נאך איינער פאטעטא קאפ דאן (נישט דזאן) קוועיל ווי ער האט נישט געוויסט ווי אזוי מען ספעלט פאטעטא!
https://en.wikipedia.org/wiki/Dan_Quayle#"Potatoe"
(קוק אראפציר אינטער די קעפל פאטעטא)

##ועל הכלל כולו יצא
--
מיסעס קלינטאן האט געזאגט אז איר מאמע האט איר א נאמען געגעבען "הילארי", נאך דער בארימטער בארג קריכער סיר עדמאנד הילארי וואס איז געווען דער ערשטע צו גרייכען דער שפיץ פון מאונט עווערעסט אין די הרי החושך (הימילעיס).

דער פראבלעם איז נאר אז ער האט עס געגרייכט אין 1953, און זי איז געבוירען אין 1947!
https://en.wikipedia.org/wiki/Edmund_Hillary
https://www.snopes.com/fact-check/hillary-vs-hillary/
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5670
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:22 pm

יש ברירה האט געשריבן:שוין, טראמפ האט איצטער געפארדענט א נאנ-ווייעלענט דראג אפענדער וועלכע איז געזיצן פאר לייף.

העפי?...



פארוואס האטער אים געפארדענט? צו שטרענגע סענטענסינג?
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:28 pm

יא, איין צו זעצען א מענטש פאר לייף פאר דער ערשטע עבירה; און נאך דערצו אז זי האט נישט פיזיש געהארגעט מענטשען.

לצים זאגען אז עס איז צו דערמאנען דער עולם אז ער האט דער פאוער פון פארדאנען; און עס וועט אזוי זיין פארדאן'ס יעדער שטיק צייט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:44 pm

איך ווייס נישט פונקטליך איר קריים אזויפיל האב איך געזען אז זי איז געווען פארמישט אין א דראג רינג און געהאלפן פארשפרייט עטליכע טויזנט קילאוס קאקעין.

געדענקן מיר נאך ווען מען האט זיך דא געטענעט צו טראמפ איז גערעכט פארן אימפלייען אז מען ברויך געבן טויט שטראף פאר דראג דילערס...

די סיבה פאר די פארדאן איז ווייל די רביצין פון "קאניע וועסט", וועלכע איז זעלבסט א גאר גרויסע סעלעברעטי, האט אים געבעטן.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:57 pm

President Obama commuted the prison sentences of more than 1,700 individuals (including Chelsea Manning), 330 of them on his final day in offices

הונדערטער דערפון דראג סענטענסעס. האבען אלע קלארע הסבירים?

פערזענליך האלט איך נישט אז פאר א דראג דילער קומט טויט שטראף.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:59 pm

יש ברירה האט געשריבן:די סיבה פאר די פארדאן איז ווייל די רביצין פון "קאניע וועסט", וועלכע איז זעלבסט א גאר גרויסע סעלעברעטי, האט אים געבעטן.

קוקט אויס ווי עס לוינט צו בלייבן אין גוטן מיט ירום הודו... :wink:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

לייף אין פריזאן

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:00 pm

נאך איבער לייף אין פריזאן.
With his final offer of clemency, Obama brought his total number of commutations granted to 1,715, more than any other president in U.S. history, the White House said. During his presidency Obama ordered free 568 inmates who had been sentenced to life in prison
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:05 pm

שמאטע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:די סיבה פאר די פארדאן איז ווייל די רביצין פון "קאניע וועסט", וועלכע איז זעלבסט א גאר גרויסע סעלעברעטי, האט אים געבעטן.

קוקט אויס ווי עס לוינט צו בלייבן אין גוטן מיט ירום הודו... :wink:

ניין, מען ברויך נאר האבן חבירים וועלכע זענען גוט מיט אים...

@פאליק?! ביז דא? איך האף אז די וועסט נישט פארגעסן פון אונז אין צייט פון נויט...

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:17 pm

פאליק קומט נאר צו שמחות
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19641
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:41 pm

א חוצפה פון טראמפ, ער פארדענט מענטשן וואס זענען גוט מיטעם וכד... איינער געדענקט נאך די מארק ריטש פארדאן?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8564
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:50 pm

יוני 14 וועט ארויסקומען די IG רעפארט איבער די זשאסטעס דעפראטמענט.
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 07, 2018 4:56 pm

שוין געבוקט דער צוועלעפטער און דער פערצענטער; וואס קומט אויף דער זעכצענטער?

no dull moment
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג יוני 07, 2018 5:03 pm

יש ברירה האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטליך איר קריים אזויפיל האב איך געזען אז זי איז געווען פארמישט אין א דראג רינג און געהאלפן פארשפרייט עטליכע טויזנט קילאוס קאקעין.

געדענקן מיר נאך ווען מען האט זיך דא געטענעט צו טראמפ איז גערעכט פארן אימפלייען אז מען ברויך געבן טויט שטראף פאר דראג דילערס...

די סיבה פאר די פארדאן איז ווייל די רביצין פון "קאניע וועסט", וועלכע איז זעלבסט א גאר גרויסע סעלעברעטי, האט אים געבעטן.


זי האט קיינמאל נישט דירעקט געדיעלט מיטן פאקויפן דראגס סאו דיין ארגיומענט איז אי-רעלעוואנט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: sholom88, איצל פיצל, אנטווערפן, ברוך, גוט זאגער, דממה דקה, יצחק ברוך, ממה נפשך, קליינקעפיק און 41 געסט