טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך זעהער » דינסטאג יוני 30, 2020 2:14 pm

הייסט די דירעקטאר איז נישט געווען אנטשידן ביז יעצט?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10627
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יוני 30, 2020 5:18 pm

עס איז הימל און ערד און באונטי איבער די באריכט אז די רוסן האבן באצאלט צו מארדן אמעריקאנע זעלנער

איבער די פאליטיק פון טראמפ'ס יא אדער נישט וויסן און זיין האנדלונג איז שוין אסאך געשריבן געווארן אבער איינע פון די זאכן וואס די ווייסע הויז ברענגט ארויס איז דאס אז עס זענען געווען אומאיינשטימיגקייטן אינערהאלב די שפיאנאזש געמיינדע ווען עס איז געקומען צו באשטעטיגן די באריכטן

ווער עס וויל זיך ווייטער פראסקענען איבער די טעמע איז העפליך פארבעטן עס צו טוהן אין די אשכול ספעציעל דעזיגנירט פאר אט די צוועק אבער דא זענען מיר איצט געקומען בלויז צו פרובירן אביסעלע אויסצוקלארן איבער וואס די אומאיינשטיגקייטן האנדלען זיך

אלעס איז דערווייל בלויז באריכטן אבער דאס איז וואס זיי פארציילן
די סי איי עי איז פעסט ביי זיך אז די רוסן האבן ווירקליך טאקע געגעבן געלט פאר די טאליבאן אומצוברענגן אמעריקאנער אבער די ען עס עי איז סקעפטיש דערוועגן
פארוואס? זיי זאגן אז זיי האבן נישט באוויזן צו באשטעטיגן די שפיאנאזש פון די סי איי עי דורך זייער אייגענע סיגנאל זאמלונג סיסטעם וואס באדייט אז אמעריקא מאנגלט אין א דירעקטע באווייז אז די אפעראציע איז פארבונדן צו די קרעמלין
לויט די ען עס עי וואלט אן אפעראציע פון אזא סענסיטיווע קאליבער געמוזט ווערן קאמיוניקירט מיט מאסקווע דורך אמווייניגסטנס טייל פון די ליניעס איבער וועלכע זיי קענען אויפכאפן
ען עס עי איינגעשטעלט אנטזאגן זיך צו ערקלערן די אונטערלאגע צו זייער קעגנערשאפט צו באשטעטיגן די סי איי עי שפיאנאזש געפינסן אבער אנאליסטן צייגן אן אויף צוויי פונקטן וועלכע העלפט פארשטיין די שטעלונג פון די אגענטור
1) די ען עס עי אפגאניסטאן אפטיילונג האט נישט באוויזן אויפצוכאפן סיי וועלכע קאמיוניקאציע צווישן GRU אפיצירן דיסקוסירן אזא פלאן און טראץ וואס די GRU אפיצירן אנגעבליך פארוויקלט אינעם פלאן האבן אפערירט אפגעזונדערט פון די GRU אפטיילונג אין קאבול וואלט פארט נאטורליך פארבליבן עפעס ברעקלעך פון שפורן פון אזעלכע דיסקוסיעס לויט ווי די ען עס עי גלויבט און דערווייל האבן זיי אזאנס נישט אויפגעכאפט
2) די ען עס עי וועלכע אונטערזוכט טעלעפאן רופן, טעקסט מעסעדזשעס און אימעילס האט נישט אויפגעכאפט קיין קאמיוניקאציע צווישן די GRU סטאנציאנירט אין קאבול און די GRU הויפטקווארטירן אין מאסקווע
זיי צייגן אן אז געוויס איז פוטין זעלבסט געווענליך אויסגעהיטן פון לאזן שפורן אז ער פערזענליך איז פארמישט אין אזעלכע אקטיוויטעטן אבער אזא סענסיטיווע פראיעקט איז זיכער איין וועלכע מוז ווערן אויטאריזירט און רעגלמעסיג באגלייט פון די העכסטע פענסטער און וואלט זיכער אויפגעטריבן עפעס דאטא פון נאכאנאנדע פארבינדונגען פון קאבול קיין מאסקווע
הגם, מען קען צווייפלען אויף די באהויפטונג און שפעקולירן אז דאסמאל זענען די רוסן געווען ספעציעלע פארזיכטיג נישט איבערצולאזן קיין פינגער אפדרוקן און מעגליך זיך באנוצט אויסשליסליך מיט רויע קאמיוניקאציע מעטאדן ווי מענטשליכע שלוחים און מעסעדזשעס צו פארמיידן דאס ווערן אויפגעכאפט אויף סיי וועלכע פלאטפארמע אפן צו די ען עס עי און טאקע דערפאר איז עס בלויז געלונגען פאר די סי איי עי צו דערגיין און טאקע דורך מענטשליכע שפיאנאזש

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10627
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 01, 2020 9:38 am

ווייסע הויז נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל זאגט אז טראמפ איז גרייט צו נעמען שריט אויב די שפיאנאזש באריכטן איבער רוסישע פרואוון אומצוברעגן אמעריקאנער ווערט באשטעטיגט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10627
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 01, 2020 11:25 am

הכל הבל האט געשריבן:עס איז הימל און ערד און באונטי איבער די באריכט אז די רוסן האבן באצאלט צו מארדן אמעריקאנע זעלנער

איבער די פאליטיק פון טראמפ'ס יא אדער נישט וויסן און זיין האנדלונג איז שוין אסאך געשריבן געווארן אבער איינע פון די זאכן וואס די ווייסע הויז ברענגט ארויס איז דאס אז עס זענען געווען אומאיינשטימיגקייטן אינערהאלב די שפיאנאזש געמיינדע ווען עס איז געקומען צו באשטעטיגן די באריכטן

ווער עס וויל זיך ווייטער פראסקענען איבער די טעמע איז העפליך פארבעטן עס צו טוהן אין די אשכול ספעציעל דעזיגנירט פאר אט די צוועק אבער דא זענען מיר איצט געקומען בלויז צו פרובירן אביסעלע אויסצוקלארן איבער וואס די אומאיינשטיגקייטן האנדלען זיך

אלעס איז דערווייל בלויז באריכטן אבער דאס איז וואס זיי פארציילן
די סי איי עי איז פעסט ביי זיך אז די רוסן האבן ווירקליך טאקע געגעבן געלט פאר די טאליבאן אומצוברענגן אמעריקאנער אבער די ען עס עי איז סקעפטיש דערוועגן
פארוואס? זיי זאגן אז זיי האבן נישט באוויזן צו באשטעטיגן די שפיאנאזש פון די סי איי עי דורך זייער אייגענע סיגנאל זאמלונג סיסטעם וואס באדייט אז אמעריקא מאנגלט אין א דירעקטע באווייז אז די אפעראציע איז פארבונדן צו די קרעמלין
לויט די ען עס עי וואלט אן אפעראציע פון אזא סענסיטיווע קאליבער געמוזט ווערן קאמיוניקירט מיט מאסקווע דורך אמווייניגסטנס טייל פון די ליניעס איבער וועלכע זיי קענען אויפכאפן
ען עס עי איינגעשטעלט אנטזאגן זיך צו ערקלערן די אונטערלאגע צו זייער קעגנערשאפט צו באשטעטיגן די סי איי עי שפיאנאזש געפינסן אבער אנאליסטן צייגן אן אויף צוויי פונקטן וועלכע העלפט פארשטיין די שטעלונג פון די אגענטור
1) די ען עס עי אפגאניסטאן אפטיילונג האט נישט באוויזן אויפצוכאפן סיי וועלכע קאמיוניקאציע צווישן GRU אפיצירן דיסקוסירן אזא פלאן און טראץ וואס די GRU אפיצירן אנגעבליך פארוויקלט אינעם פלאן האבן אפערירט אפגעזונדערט פון די GRU אפטיילונג אין קאבול וואלט פארט נאטורליך פארבליבן עפעס ברעקלעך פון שפורן פון אזעלכע דיסקוסיעס לויט ווי די ען עס עי גלויבט און דערווייל האבן זיי אזאנס נישט אויפגעכאפט
2) די ען עס עי וועלכע אונטערזוכט טעלעפאן רופן, טעקסט מעסעדזשעס און אימעילס האט נישט אויפגעכאפט קיין קאמיוניקאציע צווישן די GRU סטאנציאנירט אין קאבול און די GRU הויפטקווארטירן אין מאסקווע
זיי צייגן אן אז געוויס איז פוטין זעלבסט געווענליך אויסגעהיטן פון לאזן שפורן אז ער פערזענליך איז פארמישט אין אזעלכע אקטיוויטעטן אבער אזא סענסיטיווע פראיעקט איז זיכער איין וועלכע מוז ווערן אויטאריזירט און רעגלמעסיג באגלייט פון די העכסטע פענסטער און וואלט זיכער אויפגעטריבן עפעס דאטא פון נאכאנאנדע פארבינדונגען פון קאבול קיין מאסקווע
הגם, מען קען צווייפלען אויף די באהויפטונג און שפעקולירן אז דאסמאל זענען די רוסן געווען ספעציעלע פארזיכטיג נישט איבערצולאזן קיין פינגער אפדרוקן און מעגליך זיך באנוצט אויסשליסליך מיט רויע קאמיוניקאציע מעטאדן ווי מענטשליכע שלוחים און מעסעדזשעס צו פארמיידן דאס ווערן אויפגעכאפט אויף סיי וועלכע פלאטפארמע אפן צו די ען עס עי און טאקע דערפאר איז עס בלויז געלונגען פאר די סי איי עי צו דערגיין און טאקע דורך מענטשליכע שפיאנאזש

עס ווערט באריכטעט אז די שפיאנאזש געמיינדע האט איז אנדעקט ריזיגע געלט טראזאקציעס פון באנק אקאונטס קאנטראלירט דורך די רוסישע שפיאנזש צו אקואטנס פארבונדן מיט די טאליבאן
לויט די טיימס זענען 3 אמעריקאנע מארינען אומגעברענגט געווארן א דאנק די אפעראציע

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יולי 01, 2020 12:28 pm

פון וועלכע יאר איז די רעדע איז די רעדע ווען דאס איז געשען?
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10627
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 01, 2020 3:54 pm

פרעזידענט טראמפ וועט האבן צוגאסט מעקסיקאס פרעזידענט קומענדיגע וואך אפצוצייכענען די USMCA דיעל וועלכע גייט אריין אין אפעקט אין די טעג
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך יולי 01, 2020 4:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך יולי 01, 2020 4:12 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ וועט האבן צוגאסט ????? קומענדיגע וואך אפצוצייכענען די USMCA דיעל וועלכע גייט אריין אין אפעקט אין די טעג

וועם?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10627
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 01, 2020 4:14 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ וועט האבן צוגאסט ????? קומענדיגע וואך אפצוצייכענען די USMCA דיעל וועלכע גייט אריין אין אפעקט אין די טעג

וועם?

שוין פארראכטן

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יולי 01, 2020 4:23 pm

@הכל הבל, עפעס זעה איך אז למעשה איז אפשר די ען עס עי יא מסכים צו די סי איי עי?

זעה די חילוק וואס מען האט געטוישט צווישן די בלויע צו די געלע.

20200701_162216.jpg
1
20200701_162216.jpg (174.48 KiB) געזעהן 1644 מאל
20200701_162204.jpg
2
20200701_162204.jpg (158.34 KiB) געזעהן 1644 מאל


ביטע אויסקלארן די זאך.

און ישר כח פאר דיין קלארע נעכטיגע באריכט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10627
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 02, 2020 9:45 am

עליאט בראודי איז א פראמינענטע פאנדרעיזער און פינאנציר פון רעפובליקאנע צוועקן און האט אריינגעברענגט גרויסע סומעס פארן טראמפ קאמפיין
ווען דאקומענטן פון די אפיס פון מייקל קאהן זענען פארעפנטליכט געווארן האבן זיי געצייגט אז בראודי האט זיך געלאזט קאסטן 1.6 מיליאן דאלער שטיל צו מאכן עימיצער וועלכע האט געסטראשעט ארויסצוקומען מיט פערזענליכע באשולדיגונגען אקעגן פרעזידענט טראמפ
די אויפדעקונג האט זעלבסטפארשטענדליך געעפנט די אפעטיט פאר נייגעריגע איבער די טראמפ האנדלונגען צו דערשנאפן מער אינפארמאציע איבער יענע פארהאנדלונגען אבער נאכמער אזוי ביי אזעלכע וועלכע האבן געהאט אינטערעסן אקעגן בראודי זעלבסט
נו, אין וועמענס אויגן איז בראודי געשטאנען ווי א דארן?
לויט בראודי איז עס קאטאר
א העקעריי וועלכע איז דורכגעפירט געווארן אויף זיין אימעיל האט אנדעקט אז בראודי וועלכע האט געמאכט גרויסע קאנטראקטן מיט די פאראיינגטע אראבישע עמיראטן אין די פארטיידיגונג אינדוסטריע האט גענוצט זיין צוטריט צום ווייסן הויז צו אדוואקאטירן אין שטימע פון פירער פון די עמיראטן
א גרונטליכע זוך איבער ווער נאך עס זענען געהעקט געווארן דורך די באטרעפנדע העקער גרופע האט געפירט בראודי'ס אדוואקאטן צום אויספיר אז אלע ציען אייניגע שטריכן און אלע זענען געווען אזלעכע וועלכע זענען געשטאנען אין וועג פאר קאטאר
קאטאר און די עמיראטן זענען שוין פון לאנג אויף מעסער שטעך און בראודי זייענדיג פארבונדן מיט די עמיראטן איז געווען אן אויסגעשפראכענע מויל מאכער אקעגן קאטאר און אצינד האט ער אריינגעטראגן א קלאגע אין געריכט אקעגן קאטאר מיט די באשולדיגונג אז זיי האבן געהעקט זיין אקאונט און גערויבט אימעילס
לויט די אנקלאגע האט קאטאר אויפגענומען א גרופע פון געוועזענע סי איי עי און מיליטערישע עקספערטן אנצופירן מיט די העקעריי

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 02, 2020 4:44 pm

קול מבשר האט געשריבן:אפעלאט געריכט: 'סיימאן ענד שוסטער' קען פאראויס גיין מיט ארויס געבן א בוך געשריבן דורך א ניס פון פרעזידענט טראמפ
ה' חק"ב פ'
די אפעלאט געריכט האט אפגעלייגט א צענטראלע פראגע אין די קעיס אויב די ניס טוט דערמיט פארלעצן א משפחה אפמאכך געשאפן כמעט 20 יאר צוריק נאך א געראנגל איבער די צוואה פון פרעזידענט טראמפ'ס טאטע פרעד טראמפ, נאר זאגט, אז אפגעזען אויב זי פארלעצט עס אדער נישט, איז די פובלישינג הויז נישט א חלק פון די אפמאך און האט רעכט עס ארויס צו געבן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג יולי 03, 2020 9:40 am

ווייסעך נישט אוואו עס געהערט

לויט די טעלעוויזיע רעיטינגס פאר די צווייטע קווארטל, איז טאקער קארלסאן איבערגעשטיגן זיין קאלעגע אויף פאקס ניוז שאהן העניטי.

די נאציאנאליסטישע סעמי-טראמפיסטישע קארלסאן, האט יעצט מער ציקוקער אויף זיין פראגראם ווי סיי וועלכע טיווי פראגראם אין היסטאריע.

אט איז אן ארטיקל פון פאליטיקא איבער זיין סטאטוס אין די רעפאבליקאנער פארטיי.
https://www.politico.com/news/2020/07/0 ... ans-348334
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יולי 03, 2020 11:28 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:ווייסעך נישט אוואו עס געהערט

לויט די טעלעוויזיע רעיטינגס פאר די צווייטע קווארטל, איז טאקער קארלסאן איבערגעשטיגן זיין קאלעגע אויף פאקס ניוז שאהן העניטי.

די נאציאנאליסטישע סעמי-טראמפיסטישע קארלסאן, האט יעצט מער ציקוקער אויף זיין פראגראם ווי סיי וועלכע טיווי פראגראם אין היסטאריע.

אט איז אן ארטיקל פון פאליטיקא איבער זיין סטאטוס אין די רעפאבליקאנער פארטיי.
https://www.politico.com/news/2020/07/0 ... ans-348334

מן הסתם דא... גלייך נאך די קליפ...

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » פרייטאג יולי 03, 2020 12:13 pm

יש ברירה האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:ווייסעך נישט אוואו עס געהערט

לויט די טעלעוויזיע רעיטינגס פאר די צווייטע קווארטל, איז טאקער קארלסאן איבערגעשטיגן זיין קאלעגע אויף פאקס ניוז שאהן העניטי.

די נאציאנאליסטישע סעמי-טראמפיסטישע קארלסאן, האט יעצט מער ציקוקער אויף זיין פראגראם ווי סיי וועלכע טיווי פראגראם אין היסטאריע.

אט איז אן ארטיקל פון פאליטיקא איבער זיין סטאטוס אין די רעפאבליקאנער פארטיי.
https://www.politico.com/news/2020/07/0 ... ans-348334

מן הסתם דא... גלייך נאך די קליפ...


ער איז דער עיקר צווייפלער אין די אנגענומענע מיינונג אז קאראנע איז א סכנה וכו'

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יולי 03, 2020 4:22 pm

מען גרייט זיך פאר די גרויסארטיגע 'יולי פיר' פייערונג ביי מאונט ראשמאר, וואו טראמפ וועט זיך באטייליגן.
צוגעלייגטע
IMG_20200703_164301_755.jpg
IMG_20200703_164301_755.jpg (352.47 KiB) געזעהן 906 מאל

מענטש צווישן מענטשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך מענטש צווישן מענטשן » פרייטאג יולי 03, 2020 6:25 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:ווייסעך נישט אוואו עס געהערט

לויט די טעלעוויזיע רעיטינגס פאר די צווייטע קווארטל, איז טאקער קארלסאן איבערגעשטיגן זיין קאלעגע אויף פאקס ניוז שאהן העניטי.

די נאציאנאליסטישע סעמי-טראמפיסטישע קארלסאן, האט יעצט מער ציקוקער אויף זיין פראגראם ווי סיי וועלכע טיווי פראגראם אין היסטאריע.

אט איז אן ארטיקל פון פאליטיקא איבער זיין סטאטוס אין די רעפאבליקאנער פארטיי.
https://www.politico.com/news/2020/07/0 ... ans-348334


איך כ׳גלייב נישט אז ער גייט לויפן פאר אפיס. מיין מיינונג..

זיין מעלה איז (אין מיין מיינונג) אז ער קען גריללן - אין ער גריללט - דעמאקראטן און ריפאבליקאנער צוגלייך, גאנץ לעצטענס האט ער געהאט מייק בראון פון אינדיענא ונוי ער האט אים שטארק אראפגעריסן.
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1845
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג יולי 03, 2020 7:30 pm

א גרופע פראטעסטירער האבן זיך פארזאמלט אויפן וועג צו מאונט ראשמאר.

לאקאלע פאליציי און נעשינאל גארד אויפן צענע

IMG_20200703_192455.jpg
IMG_20200703_192455.jpg (94.52 KiB) געזעהן 784 מאל

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אחד הרבנים » דינסטאג יולי 07, 2020 3:38 pm

פרעזידענט טראמפ האט אפיציעל ארויסגעצויגן אמעריקע פון די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע, באוואוסט אלס WHO

אוועטאר
שאשא
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך שאשא » דינסטאג יולי 07, 2020 4:11 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט אפיציעל ארויסגעצויגן אמעריקע פון די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע, באוואוסט אלס WHO

וואס טוט עס אויף ?
גייט מען זוך שפארן געלט?
אויב יא ווי סאך ?

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג יולי 07, 2020 5:42 pm

היות די דאזיגע געהענגעל איז פארפארן פון די ארגינעלע רעלסן, טוען מיר שטעלן די נייעס אט דא אהער.

פאליטיקא טוט באריכטן אז אינערהאלב די אדמיניסטרעישאן קומט פאר א גאר ערנסטע אויספארשונג איבער ווער איז דער דאזיגער פארשוין וואס האט געלאזט ארויסרינען פון זיין זשעלי דאס אז רוסלאנד צאלט די אפגאנער קעמפער פאר יעדע אמעריקאנע זעלנער וואס ווערט אומגעברענגט.

ווי עס אונז באוואוסט געווארן - עקסלוסיוו צו פאליטיקא ליינער - האט די אדמיניסטראציע שוין אפגעהאלטן אינטערוויו'ס מיט מערערע מענטשן וואס האבן צוטריט צו די קלסיפיצרטע אינפארמאציע, און די אדמיניסטרציע האט שוין א ליסטע פון געציילטע נעמען - פון צווישן די אלע מענטשן - וואס האבן עס מעגליך געטוען.

עס מוז אבער ארויסגעברענגט ווערן אז אין די פארגאנגענהייט האט די אדמיניסטאציע זיך שוין מערערע מל ארויסגעלאזט אויפן יאגד זוכענדיג צו טרעפן די וואס האבן געשריבן - ארויסגעגעבן - ארויסגעליעקט - בכל שם וחניכא דאית לי' - קעגן די אדמיניסטראציע, א שטייגער ווי ד אפ-עד אינעם ניו יארק טיימס, די פרעזידענט'ס פערזענליכע סקעזשועל און נאך, און אין די מערהייט פעלער האט זיך די יאגד אויסגעלאזט מיט א זייפן בלאז.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג יולי 07, 2020 8:13 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט אפיציעל ארויסגעצויגן אמעריקע פון די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע, באוואוסט אלס WHO

מער דיטעילס ביטע, פארוואס? וואסי פשט פון דעם?
סתם זיך צו רייצן?
וואטס, טראמפ ווס. דעמס היי יאר און פיר יאר צוריק
---------------
קארטאפל רעפטלעך, אנקעטע

---------------
שמחי!! בלייב מיט אונז!!
--------------
INM! אייוועלט ניקס מעטטער!
#בארואיג דיין נייגער, און לאז ניקס ווייטער שרייבען דא.

אוועטאר
הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג יולי 07, 2020 9:57 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט אפיציעל ארויסגעצויגן אמעריקע פון די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע, באוואוסט אלס WHO

מער דיטעילס ביטע, פארוואס? וואסי פשט פון דעם?
סתם זיך צו רייצן?

ביי קאראנע האט אויסגעקוקט אז זיי האבן מיטגעארבעט מיט טשיינע צו פארדרייען א קאפ און באהאלטן דעם אמת

נישט פארדעם באצאלט מען זיי

גיימער געוואויר ווערן צי ס'איז אמת
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישקשה און 5 געסט