איז טאקע דא מידיע בייעס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז דא א מידיע בייעס גענויגט צו די דעמאקראטן

נישטא קיין שום בייעס, סתם א קאנספיראציע פון די ריפאבליקענס
25
5%
אפשר א שטיל בייעס איז דא אבער די ריפאבליקענס בלאזן עס אויף פילפאכיג
55
12%
די מידיע איז גענויגט צו די דעמאקראטן אויף א שרעקליכע פארנעם
358
76%
די מידיע איז גענויגט צו די ריפאבליקענס
12
3%
איך ווייס נישט אבער איך וויל אויף עפעס שטימען...
21
4%
 
סך הכול שטימען: 471

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 23, 2020 3:28 pm

בוידעם האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:כ'קען אויך לייגן גרינע הענטלעך, קאסטעך קיין געלט. כ'בין נאר נייגעריג וועלעכע פאנדיט האסט געזעהן אויף א נייעס קאנאל מיט גרינע האר.

ער האט זיך באצויגן צו דעם וואס דו האסט געשריבן אז די דעמאקראטן אין אלגעמיין זענען מער עדיוקעטעט.

האסט נישט גוט פארשטאנען. נישט אז רוב דעמאקראטן זענען קאלעדזש גראדואירטע, נאר אז רוב קאלעדזש גראדואירטע זענען דעמאקראטן. הענס די גרעסערע סלייס פון דעמאקראטן אין די מידיע אינדוסטריה, וועלעכע פארלאנגט דעם טאלאנט.

Kollel
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג יולי 23, 2020 3:32 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:קוק אריין אין צייטונג וועסטו זעהן גאר אסאך מאל ווי טראמפ שטיצער שיקן ארין זייערע בריוון און ער ענטפערט

די לעצטערע צייטן גיט ער נישט קיין תשובות פון אנאנימע אריינשיקער. ס'גוט, דער פורים שפיל זיינער איז זייער געזונט, די אייז קריעם עסט זיך בעסער, און דער שינה בשבת תענוג, - איבערהויפט אין די בערג - איז געשמאקער בשעת'ן ליינען דעם צירקוס!
כה לחי מיט דעם ליגנט שפיל!

ער ענטפערט וואך איין וואך אויס פאר אנאנימע שרייבער, ווארשיינליך האסטו אים נישט געליינט לעיטלי
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

יש לו מנה
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm

און פארוואס זאל ער יא געבן פאר אנאנימע אריינשיקער?

האסט א פראבלעם ער זאל וויסן דיין עכטע נאמען?
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1257
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג יולי 23, 2020 3:35 pm

יש לו מנה האט געשריבן:און פארוואס זאל ער יא געבן פאר אנאנימע אריינשיקער?

האסט א פראבלעם ער זאל וויסן דיין עכטע נאמען?

ער שרייבט אויך נישט די נעמען פון די שרייבער'ס.

יש לו מנה
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך יש לו מנה » דאנארשטאג יולי 23, 2020 3:40 pm

קענסט ווערן א שרייבער...

אבער איך פארשטיי וואס מאכט אים נערוועז פון אנאנימע שרייבערס.

אלנפאלנס ער האט שוין זייער אסאך גענטפערט אויף בריוו.
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

Kollel
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג יולי 23, 2020 3:45 pm

ער פובליצירט ממש אלע בריוו וואס ווערן אריינגעשיקט צו אים און ער ענטפערט ווי אז זיידע'לע

ער פרעגט בסך בכל דיין נאמען, וואס איז די פראבלעם? ער געט עס איבער פאר די דיפ סטעיט?
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

Kollel
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג יולי 23, 2020 3:45 pm

.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג יולי 23, 2020 3:58 pm

כאפצעם האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:כ'קען אויך לייגן גרינע הענטלעך, קאסטעך קיין געלט. כ'בין נאר נייגעריג וועלעכע פאנדיט האסט געזעהן אויף א נייעס קאנאל מיט גרינע האר.

ער האט זיך באצויגן צו דעם וואס דו האסט געשריבן אז די דעמאקראטן אין אלגעמיין זענען מער עדיוקעטעט.

האסט נישט גוט פארשטאנען. נישט אז רוב דעמאקראטן זענען קאלעדזש גראדואירטע, נאר אז רוב קאלעדזש גראדואירטע זענען דעמאקראטן. הענס די גרעסערע סלייס פון דעמאקראטן אין די מידיע אינדוסטריה, וועלעכע פארלאנגט דעם טאלאנט.

נו, אויף דעם האט ער געפרעגט.
רצונינו לעשות רצוניך.

איפכא מיסתבר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך איפכא מיסתבר » דאנארשטאג יולי 23, 2020 5:40 pm

Kollel האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:קוק אריין אין צייטונג וועסטו זעהן גאר אסאך מאל ווי טראמפ שטיצער שיקן ארין זייערע בריוון און ער ענטפערט

די לעצטערע צייטן גיט ער נישט קיין תשובות פון אנאנימע אריינשיקער. ס'גוט, דער פורים שפיל זיינער איז זייער געזונט, די אייז קריעם עסט זיך בעסער, און דער שינה בשבת תענוג, - איבערהויפט אין די בערג - איז געשמאקער בשעת'ן ליינען דעם צירקוס!
כה לחי מיט דעם ליגנט שפיל!

ער ענטפערט וואך איין וואך אויס פאר אנאנימע שרייבער, ווארשיינליך האסטו אים נישט געליינט לעיטלי

האסט אויך געליינט די ענטפער? קוקט נישט אויס... ווייל ער מאלט דארט וואסער... קוקט אויס ווי כצפיחת בדבש, ווי ער פאנגט אן ווי די אידן זענען ארויס פון מצרים....
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך להגדיל שמו » פרייטאג יולי 24, 2020 11:17 am

לחיים
וועל מיר ציווארטען אז די מידיע זאל אים אראפרייסן פארן נישט האבען די מאסק אויף די פנים, ווי זיי האבען געטין פאר קרוז.
צוגעלייגטע
20200724_111433.jpg
20200724_111433.jpg (477.22 KiB) געזעהן 640 מאל
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7335
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג יולי 24, 2020 11:58 am

דער יונגער סטודענט ניק סענדמאן האט געשלאסן זיין $250M לא סוט קעגן די וואשינגטאן פאוסט מיט א סעטעלמענט.

דאס איז בלויז איינס פון מערערע לא סוט׳ס קעגן נאציאנאלע מידיע נעצן און צייטונגען וועלכע האבן מיט זייער האסע צו טראמפ, און קאלידזש געקריגענע דזשורנאליזם סקילס גרייט געווען צו דעסטרויען איינעמס לעבן מיט זייער פעיק נוז.

די געשיכטע פון ניק סענדמאן איז בלויז איינס פון טויזענטער ביישפילן, דאס איז אבער געווען איינס א גוטס, ער האט פשוט באשלאסן צו גיין עד הסוף און איבערקערן די וועלט.

פאר מער איבער דעם ליינט פון אמביציע׳ס תגובה און ווייטער.

viewtopic.php?p=1855412#p1855412
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום פרייטאג יולי 24, 2020 12:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הכו"ח טשאדל הלוי באדעלע.
צוקומפטיגער ראה"ק דקהלתינו הק'.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1257
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך אהער און אהין » פרייטאג יולי 24, 2020 12:06 pm

א סעטעלמענט אויף 3.5 מיליאן דאללער, לויט באריכטן

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג יולי 24, 2020 12:16 pm

On 2/19/19, I filed $250M defamation lawsuit against Washington Post. Today, I turned 18 & WaPo settled my lawsuit. Thanks to @ToddMcMurtry & @LLinWood for their advocacy. Thanks to my family & millions of you who have stood your ground by supporting me. I still have more to do.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך שאשא » פרייטאג יולי 24, 2020 12:24 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:לחיים
וועל מיר ציווארטען אז די מידיע זאל אים אראפרייסן פארן נישט האבען די מאסק אויף די פנים, ווי זיי האבען געטין פאר קרוז.

ווער איז דאס ?
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re:

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג יולי 26, 2020 12:50 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:ניק סאנדמאן האט געסעטלט מיט cnn פאר 275 מיליאן דאלער (!)

זיין לאוסוט אויף די וואשינגטאן פאוסט און אנדערע אוטלעטס גייען דערווייל פאראויס...

פון דער איד דעילי

מיט איינס און א האלב יאר צוריק האט פּאסירט אז א גרופּע קאנסערוואטיווע סטודענטן זענען אראפּגעריסן געווארן אין די מידיא נאכדעם וואס ווידעא האט געצייגט אז זיי האבן געטשעפּעט אן עלטערן "אינדיאנער-אמעריקאנער" ביי א ראלי.

דער "וואשינגטאן פּאוסט", "סי-ען-ען" און אנדערע האבן באריכטעט איבער דעם און באשמוצט דעם סטודענט ניקאלעס סענדמען פאר די קאנפראנטאציע מיט'ן עלטערן. למעשה זענען שפּעטער געווען באווייזן אז דער עלטערער מאן האט גאר געטשעפּעט סענדמען און די אנדערע סטודענטן.

זינט דאן האט סענדמען געקלאגט עטליכע נייעס אגענטורן, און יעצט האט די וואשינגטאן פּאוסט געשליכטעט מיט אים א 250 מיליאן דאלערדיגע אנקלאגע.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג יולי 26, 2020 4:25 pm

ער קען שוין באלט זיין אויף די פארבס ליסט.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יולי 28, 2020 1:25 pm

ער האט ווייט נישט געסעטלט אויף די ציפערן, און נישט עפעס גרויס בכלל, ער האט געסעטלט אויף אנקלאגעס פון די ציפערן.

---------

א סעמפל פון סובקאנטשעס אנטי דעמאקרעט בייעס אין די מידיע, וואס זיי זענען פול מיט דעם.

די קוואויט איז א טרעפליכע רעאקציע צו א אנקעטע אז טראמפ איז פאראויס 5-6 פוינטס אין מאנטענע און אלאסקע.
Real talk: If Clinton was running for reelection and was up only 5 in WA and RI there would be a constant media drumbeat about how Dems MUST drop her from the ticket. The fact that there's very little pressure on replacing Trump is a real sign of a media double standard.

וואשינגטאן און ראוד איילענד זענען בערך אזוי בלוי ווי מאנטענע און אלאסקע זענען רויט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
הענדימען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג יולי 28, 2020 2:26 pm

צל עובר האט געשריבן:א סעמפל פון סובקאנטשעס אנטי דעמאקרעט בייעס אין די מידיע, וואס זיי זענען פול מיט דעם.

ביסט נישט סיריעס. רייט?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יולי 28, 2020 2:35 pm

אודאי בין איך סיריעס.

און עס איז דא פלעצער ווי די סובקאנטשעס מידיע בייעס קומט אויס קעגן די רעפאבליקאנער אויך, אבער גענוג און נאך מאל איז פארקערט, און א גרויסער עולם פון די לינקע זייט רעגט זיך פונקט אזוי אויף די מידיע ווי די רעכטע (איך רעד די נאטירלעכע האס, נישט די עקסטרע טראמפ דזשענערעיטעד האס קעגן די מידיע.) און דאס האב איך געוואלט ארויסברענגן.

די מידיע, בעפארציגט נישט בכונה קיין איין פארטיי. (אודאי דעספייזן רוב דזשורנאליסטן דעם יעצטיגן אינקאמבענט.)
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג יולי 28, 2020 3:43 pm

צל עובר האט געשריבן:
די מידיע, בעפארציגט נישט בכונה קיין איין פארטיי.

:lol: :lol: :lol:

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך אביסל טיפער » דינסטאג יולי 28, 2020 4:58 pm

קענטאקי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
די מידיע, בעפארציגט נישט בכונה קיין איין פארטיי.

:lol: :lol: :lol:

וועם דארף מען פארהאלטן? קענטאקי פארן לאכן אדער צל פארן מאכן אזא גוטע וויץ, אזוי צו אזוי, עס איז די ניין טעג. מען דארף זיך איינהאלטן,
ספענט 30$ און באקומט צוריק 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך קארן » מיטוואך יולי 29, 2020 4:30 pm

US to withdraw nearly 12,000 troops from Germany in move that will cost billions and take years

קרעדיט: CNN.

האב איך געעפענט די פולע נייעס, און זיי שרייבן, אז די צוועלף טויזנט טרופן וואס מנעמט ארויס פון דייטשלאנד, אויב מגייט זיי פלאצירן ערגעץ אנדערש, גייט עס אפקאסטן ביליאנען דאלארן ווייל מגייט דארפן בויען פרישע מיליטערישע באזעס וכדומה, און דעמאלטס קען זיין אז סגייט קאסטן ביליאנען דאלארן. נישט דא קיין שום מידיע בייעס, פלעינע גראבע שקרנים מיט פארפירישע העדליינס. אונטערסאנט ווען אבאמא האט ארויסגעצויגן די טרופן פון איראק, האט מען נישט געזעהן אזעלכע העדליינס...

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3011
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג יולי 30, 2020 1:12 pm

קארן האט געשריבן:US to withdraw nearly 12,000 troops from Germany in move that will cost billions and take years

קרעדיט: CNN.

האב איך געעפענט די פולע נייעס, און זיי שרייבן, אז די צוועלף טויזנט טרופן וואס מנעמט ארויס פון דייטשלאנד, אויב מגייט זיי פלאצירן ערגעץ אנדערש, גייט עס אפקאסטן ביליאנען דאלארן ווייל מגייט דארפן בויען פרישע מיליטערישע באזעס וכדומה, און דעמאלטס קען זיין אז סגייט קאסטן ביליאנען דאלארן. נישט דא קיין שום מידיע בייעס, פלעינע גראבע שקרנים מיט פארפירישע העדליינס. אונטערסאנט ווען אבאמא האט ארויסגעצויגן די טרופן פון איראק, האט מען נישט געזעהן אזעלכע העדליינס...

איר קענט נישט ליינען א פשוט שטיקל נייעס, און איר שרייט מידיע בייעס...
מען רעדט נישט פון קיין "אויב מען גייט זיי פלאצירן" נאר מען גייט זיי טאקע פלאצירן אין אנדערע פלעצער, האלב אין אנדערע מדינות אין יוראפ, און האלב אין אמעריקאנער מיליטערישע באזעס דאהי, און די גזירה שוה צו איראק לאז איבער פאר די לוח הציבור...
person-man-woman-camera-tv = genius

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך קארן » דאנארשטאג יולי 30, 2020 2:16 pm

Of the troops leaving Germany some 5,400 will be "staying in Europe," the official said. The remaining 6,400 forces and their families will be returned to the US and will in time redeploy to Europe.

Defense officials said this will cost billions of dollars as new military construction will likely be required both in Europe and the US to house the additional troops.

א חלק גייען בלייבן און יוראפ וואו מגייט זיי שיקן צו אנדערע באזעס, און א חלק קומען אהיים צו אמעריקע, און פשוט סגייט קאסטן ביליאנען דאלארן פאר נייע באזעס סיי און אייראפע אין אמעריקע, און אויף דערווייל גייען זיי זיין היימלאז.....

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”