איז טאקע דא מידיע בייעס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז דא א מידיע בייעס גענויגט צו די דעמאקראטן

נישטא קיין שום בייעס, סתם א קאנספיראציע פון די ריפאבליקענס
23
5%
אפשר א שטיל בייעס איז דא אבער די ריפאבליקענס בלאזן עס אויף פילפאכיג
53
12%
די מידיע איז גענויגט צו די דעמאקראטן אויף א שרעקליכע פארנעם
333
75%
די מידיע איז גענויגט צו די ריפאבליקענס
12
3%
איך ווייס נישט אבער איך וויל אויף עפעס שטימען...
21
5%
 
סך הכול שטימען: 442

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 19, 2020 7:09 pm

איך מיין גראדע אז טראמפ איז שוואכער דא, ווי ער האט בערך 2 דריטל, קעגן די היימישע גאס, ווי ער האט אסאך מער.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » זונטאג ינואר 19, 2020 7:15 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:לאמיר דא זיין קלאר.
נאך דיינע אלע תירוצים פון יארגאנג, ארבעטס סטאטוס, איי קיו, וכו' וכו'...

אפענע וואלן האבן ביי דיר נישט קיין שויות, איא?
הוא אשר דברתי!!


שיעלע, דו מיינסט טאקע אז די מיינונג פון א חכם האט נישט מער שויות ווי די פון א שוטה?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג ינואר 19, 2020 7:36 pm

אייוועלט איז פראו טראמפ?

אייוועלט האט געמאכט ליצי ליצנות פון דעם קלאון ווען ער האט געמאלדען אז ער לויפט, עס איז געוועהן דא א פיעלד דעי, ווען איך האב זיך נאר דערוואגט צו שרייבען אז ער לויפט נישט טאמער ער האט נישט קיין שאנס און אז ער האט גוטע לידערשיפ קוואלעטיס האט מען געהאלטען אז איך בין טאטעל נאנסענס.

דער צווייפעל האט מיט ליצנות גרינג געמאכט די געמיטער אז מען האט געקענט אביסעל רעדן פון טראמפ, אייוועלט האט פיינט געהאט טראמפ, אין מיין אפיניען האט די פאלשע און איבערגעטריבענע היסטעריע אויף ווי משוגע טראמפ איז געמאכט מענטשען צולייגען קאפ צו וואס ער זאגט און נישט וויאזוי ער זאגט עס און דאס האט אים געברענגט א אבנארמאלע צאל שטיצער.

און פארשטייט זיך די שוואכע קלינטאן מעסעדזש האט אויך גאר א סך געהאלפען פאר טראמפ.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג ינואר 19, 2020 7:37 pm

הוא מותיב לה והוא מפרק לה
אייוועלט 'איז' בהווה פרא טראמפ, און אייוועלט 'האט' בעבר פיינט געהאט טראמפ
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג ינואר 19, 2020 7:49 pm

מטעמים, קודם דיין קשיא איז ווי @לכאורה זאגט.


נאכדעם דיין עצם תגובה, יא! יעדער האט טאקע געהאלטן טראמפ איז טויט משוגע. ווייל יעדער האט געוואוסט אז דער קוקו טיווי סטאר איז נישט מיט אונז.
און אסאך האבן מיט א פארשטאפטע נאז געמוזט וואטן פאר אים, ווייל די פארהאסטע קלינטאן האט געלאפן אקעגן אים.
(און אסאך האבן פארלאזט די פאליטישע אשכולות דא, נאכן זען אז ס'גייט ווערן טראמפאניזירט)
קלאצקאפ פאר ראש הקהל, טוטס ענק דא אריינסיינען, און ווערטס א חלק פונעם אייוועלט פאר קלאצי קאמפיין.

-------------
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4715
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג ינואר 19, 2020 7:54 pm

און אגב, זיין ערשטע שטיצע איז נישט געקומען פון אלטסגעזעסענע רעפוליקאנער, נאר פון נייע צוגעקומענע יונגע.
און קוק טאקע וועלכע פאליטישנס זענען געווען אנטקעגן אים! און וועלכע זענען יעצט פאר אים.

יא "אבער מעקעין און ראמני און קארקער, זענען פאררעטערס".
ר' איד', זיי זענען געווען אינ'ם רעפובליקאנער פארטיי סאאך פאר טראמפ...
קלאצקאפ פאר ראש הקהל, טוטס ענק דא אריינסיינען, און ווערטס א חלק פונעם אייוועלט פאר קלאצי קאמפיין.

-------------
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2234
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג ינואר 19, 2020 8:02 pm

רבונו של עולם.

אייוועלט איז געווען פרא ניצען דעם קאפ און וועט אייביג זיין.
דא זענען געווען פון ביידע זייטען פונעם פאליטישע ספעקטרום מיינונגען און עס איז נאך אלץ דא.

דער מערהייט פונעם חסידישן עולם האט פאר סאם פאני ריזאן און דער לעצטער פיר יאר לויט געוויסע צייטווייליג פארלוירן דאס שכל. איך האלט אז נישט אלע זענען ווייטער ביים שכל און סאמהאוי האבן אסאך מיט די שכל מחליט געווען אז זיי זענען פרא טראמפ און אַנדערע נישט.

#אייוועלט איז פרא אייגענע שכל

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

תגובהדורך אביסל טיפער » זונטאג ינואר 19, 2020 8:09 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:און אגב, זיין ערשטע שטיצע איז נישט געקומען פון אלטסגעזעסענע רעפוליקאנער, נאר פון נייע צוגעקומענע יונגע.
און קוק טאקע וועלכע פאליטישנס זענען געווען אנטקעגן אים! און וועלכע זענען יעצט פאר אים.

יא "אבער מעקעין און ראמני און קארקער, זענען פאררעטערס".
ר' איד', זיי זענען געווען אינ'ם רעפובליקאנער פארטיי סאאך פאר טראמפ...

אזוי לאמיר זעהן, מקעין איז געלאפן אין פארלוירן. ראמני אויך. קארקער איז געווען א סענאטאר. טראמפ איז געלאפן אין געווינען די פריימעריס אין די דזשענערעל אילעקשאנס אין האט שטיצע פון איבער 80% אין די פארטיי
איז ווער פארטרעט די רעפאבליקאנער פארטיי טראמפ אדער די אנדערע?
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

תגובהדורך אביסל טיפער » זונטאג ינואר 19, 2020 8:25 pm

איז דעס א פלאץ ווי מענטשן זאגן זייער מיינונגען אדער די מנהלים שטייען אינטער די אלע ניק נעמען?
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג ינואר 19, 2020 8:53 pm

דא איז פשוט די מידיע בייעס אשכול סאו אין ארדער אייוועלט זאל ארויפגיין אויף די מידיע מאפע מיז מען זאגען אז זיי זענען בייעסד.

די הנהלה איז אנטי טראמפ די שרייבערס זענען פראו טראמפ און די רעשט קענט איר טרעפן אין אלע אשכולות, אויב איר האט הנאה זענט איר אויף די ריכטיגע פלאץ און אויב נישט דאן האט איר געדריקט א אומריכטיג קנעפל.

אויב איר דארפט הילף מיטען קנעפל, זיכטס אויף רבי וויכטיג מאכער (רעדט אייביג שטיל מיט געמאסטענע ווערטער) ער דרייט זיך אלעמאל ארום מיט איבריגע קנעפלעך, אמאל אמאל לויפט ער אויס דערפון ווען ער שטופט זיי אריין אין די קיעבאורד.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג ינואר 19, 2020 8:55 pm

אויב אייוועלט איז פרא טראמפ, באדייט דאס אז רוב עולם איז פרא טראמפ. עס איז נישט דא דא קיין רעגיסטראציע פארומס אויסצופילן בעפאר מען קומט דא אריין און אז נאר פרא טראמפער נעמט מען גרינג אריין.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג ינואר 19, 2020 9:09 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:לאמיר דא זיין קלאר.
נאך דיינע אלע תירוצים פון יארגאנג, ארבעטס סטאטוס, איי קיו, וכו' וכו'...

אפענע וואלן האבן ביי דיר נישט קיין שויות, איא?
הוא אשר דברתי!!


שיעלע, דו מיינסט טאקע אז די מיינונג פון א חכם האט נישט מער שויות ווי די פון א שוטה?

ני ני מסכים,
האב איך דען געזאגט אז היטלער און סטאלין זענען נישט גערעכט געווען?
ווער זאגט אזוי? די היינטיגע רוב עולם גולם...

למעשה אבער זענען נאך טאקע דא היינט געציילטע קליגע.......
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » זונטאג ינואר 19, 2020 9:21 pm

אגעין,
לאמיר קלאר מאכן מיין פוינט, די חילוק צווישן א קלוגער עקספערט און א דיקטאטור איז גאר א דינע ליניע..

און ע"פ רוב הייבן זיך זאכן אן אלס אן אויפטו, און ענדיגן זיך אלס א מיטל צו פארדינען מאכט און מאניפולאציע (ובתוכם איז אריינגערעכנט, פארטייען, צייטונגען, פאליטיקאנטן, מידיע סטאנציעס, פארומס.. וכו')....

מען טאר נישט צילאזן אז אין פאליטיק זאל זיין אזא באגריף ווי אן עקספערט וואס איז העכער סאסייעטי, היסטאריע איז נישט היינט געבוירן געווארן!!

יעצט בנוגע אייוועלט, היות דאס איז די איינציגסטע עכט היימישע פארום דארף מען זיין היבש סענסעטיוו מיטן דיקטירן אבי אין די וועלט אריין.. ודי בזה
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג ינואר 20, 2020 3:54 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:רעטאריק, רעטאריק, רעטאריק, וואו אנטלויפט מען פון רעטאריק.. איי איי איי.....

בקיצור סאיז מער אין די בחינה פון אויבן אראפ.... אקעי,

#דאס איז טאקע וואס איך ברענג דא ארויס...
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום מאנטאג ינואר 20, 2020 5:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג ינואר 20, 2020 5:41 pm

אה. היינט געפאלט אויס גענוי דריי חדשים פון דריי חדשים צוריק.

לויט מיין חשבון ווערט די נושא פון אייוועלט פרא/אנטי טראמפ ארויפגעברענגט יעדע 90 טאג, און מיט עפעס א מורא׳דיגע פרישקייט.
בלעק לייווס מערדער.

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך עציץ נקוב » מאנטאג יוני 22, 2020 1:36 am

דאס איז שוין מער פון מידיע בייעס דאס איז שוין א ליגנט כדי אוועק צו מאכן די ערענסטע סקאנדאל דאס שרייבט היינט אויף די הורוביץ ריפארט וואס חוץ עס איז א ליגנט ווייל אין די ריפארט זאגט ער אז ער האט דיטערמענט נאר אז ער זעט נישט האט ער אין סענעט קלאר געזאגט אז עס זעט יא עס ווי פאליטיקעל בייעס נאר ער האט נישט קיין קלארע עווידענס
But the report also determined the FBI’s decision to investigate the campaign was not motivated by political bias.
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יוני 28, 2020 7:30 pm

כאפצעם האט געשריבן:און וואס איז פאקס ניוז'ס מאסט?

דאס טוויט דאך שוין גרעסלי, אז הענעטי'ס נישט גענוג גוט דרייען טראמפ צום גוטן תירוץ איבער זיינע פלענער אויב ער געווינט, איז פשט אז פאקס ניוז וויל נישט גענוג שטארק אז טראמפ זאל געווינען.

ובלשונו
Does FOXNews want Trump Re-elected?Watched Hannity/Trump interview/KEY QUESTION”What goals in next term?Trump starts answer/gets off point and Hannity helps digress and that’s end of the most important Q to get FOUR MORE YEARS OF DRAINING THE SWAMP &Justices

שטעלט אייך פאר, אימעדזשענט אייך, ווען "א דעמאקראטישער סענאטאר" וואלט ווען געהאט אזאנע טענות אויף די אלגעמיינע פרעסע פארקערט, א שטייגער ווי ווען דער טיימס האט געבראכן די אימעיל סקאנדאל, אדער ווען מעגין קעלי האט אויפגעפראפט טערע ריעד, וואס פאר א שטורעם עס וואלט געווען, און מיט רעכט.

דו פארלאנגט פון פאקס צו ארבעטן פאר דיר בעסער ווי דו אליינס, און ווען די מעינסטריעם מידיע קאווערט סך הכל אפשר אביסל מער דיינע סאך שמוץ וועש, ווי יענעמ'ס ווייניגער שמוץ וועש, איז מען אפ אין ארמס.

נעמט א שפיגל און קוקט אריין
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יולי 01, 2020 4:27 pm

טאקער קארלסאן רייסט זיך אויף, אויף יעדעם...

https://www.dropbox.com/s/75cqa02txsy8a ... e.mp4?dl=0

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך shalsheles » זונטאג יולי 05, 2020 3:34 pm

עפעס טוויט טראמפ ווייטער וועגן CNN בייעס.
וואס איז די מעשה?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יולי 05, 2020 3:44 pm

דאס
IMG_20200705_115022.jpg
IMG_20200705_115022.jpg (224.35 KiB) געזעהן 207 מאל


דאס הייסט אז סי ען ען האט גאר פארראכטן די וואס האבן נישט גוט געזעצט די ווערטער, און וועגן דעם געמיינט אז טראמפ האט בטעות געזאגט אז אפעראציע דעזערט שטורעם איז גאר געווען אין וויעטנאם.

אנשטאט מכיר טובה זיין, איז עס ווי פאר א שטיר א שמאטע.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יולי 05, 2020 6:30 pm

יואלי ענבים וישבחו..

סארי, וירא הקהל וישפוט.
צוגעלייגטע
56BD4D44-DA94-4FA3-ABF4-E12CCFD2A87C.jpeg
56BD4D44-DA94-4FA3-ABF4-E12CCFD2A87C.jpeg (47.12 KiB) געזעהן 148 מאל
בלעק לייווס מערדער.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2500
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג יולי 05, 2020 6:31 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:יואלי ענבים וישבחו..

סארי, וירא הקהל וישפוט.

איך כאפ נישט דער פראבלעם, זיי מאכן נישט קיין סטאדי'ס, זיי באריכטן סך הכול די נייעס, איימאל איז דא א סטאדי אזוי, א טאג דערויף אזי.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יולי 05, 2020 6:33 pm

כ׳ווייס נישט. דעמאלטס האבן ליטרעלי צענדליגער דוקטורים געשריגן אז ס׳העלפט, די מידיע, ובראשם CNN האבן עס ניטאמאל מרמז אינערגעץ נישט. מ׳האט זיי פארשטאפט ס׳מויל.

איך ווייס פארוואס.

און דו אויך.

יא יא, ס׳איז שוין טויזענטער יארן באקאנט אז סטאדי׳ס קומט ארויס הערשט וואכן, חדשים אדער יארן לאחר המעשה.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום זונטאג יולי 05, 2020 6:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
בלעק לייווס מערדער.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2876
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יולי 05, 2020 6:35 pm

אה מידיע בייעס, אפשר אייוועלט בייעס.

איך האב נישט געזען קיינעם באריכטן איבער די פאלטשע בילדער פון טשאז אויף פאקס ניוז.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יולי 05, 2020 6:36 pm

קום אריין קלאר.. דאס איז א מידיע בייעס אשכול. האסט עפעס צו פארקויפן? פאק עס אויס.
בלעק לייווס מערדער.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חיים אשר, יאנקי און 23 געסט