איז טאקע דא מידיע בייעס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז דא א מידיע בייעס גענויגט צו די דעמאקראטן

נישטא קיין שום בייעס, סתם א קאנספיראציע פון די ריפאבליקענס
20
5%
אפשר א שטיל בייעס איז דא אבער די ריפאבליקענס בלאזן עס אויף פילפאכיג
51
13%
די מידיע איז גענויגט צו די דעמאקראטן אויף א שרעקליכע פארנעם
301
75%
די מידיע איז גענויגט צו די ריפאבליקענס
10
2%
איך ווייס נישט אבער איך וויל אויף עפעס שטימען...
20
5%
 
סך הכול שטימען: 402

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 7:52 am

נישט סתם א פסיכילאג נאר א פסיכיאטאר און פראפעסער וואס איז געווען טשערמען יארן פון די פסיכיאטערן דיפארטמענט פון דוק יוניווערסיטי און ער האט אנגעפירט איינער פון די ווערזשענס פון די מעניועל צו דייעגנאזען מענטעל דיסארדערס בקיצור פון די שפיץ פון מומחיות און פראפשענליזים

נעקסט טיים איינער ברענגט א ראיה פון א סייענטיסט און ענדליכס ווען עס איז נוגע אויף פאליטיק (למעשה קליימעט טשעינטש וכל שם וחניכא דאית ליה איז אויך פאליטיק) דארף מען אים נישט מער ווי ווייזען ווי דאס און זעהן ווי ווייט פארדרייט א סייענטיסט קען ווערן ווען עס קומט צו פאליטיק אדער שונאה

אוועטאר
Yang2020
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 8:41 am

נישט אריינגייענדיג אינעם שמועס, איז סייענס נישט איין זאך. פסיכאלאגיע איז פון די "ווייעכסטע" סייענסעס, און אנדערע זענען הארטער און נישט אזוי גרינג צו מאניפולעיטן.

חוץ פון דעם, איז א חילוק פון א סייענטיסט וואס רעדט פון זיין מומחיות און איינער וואס רעדט אריין אין אנדערע זאכן. וויפיל לעבנס טראמפ און די אנדערע האבן פארשניטן האט מער מיט א היסטאריקער.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:49 am

חוץ מזה וואס דער ערשטער כלל אין פסיכאלאגיע איז אז איינער וואס גיבט אן אפשאצונג אן האבן גערעדט מיט'ן באטרעפנדן זעלבסט איז א פראודסטער.

אבער ביי סיענען שלינגט מען זיינע ווערטער מיט דורשט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 7:16 pm

אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט דערמאנט די ניו יארק טיימס - קעווענאו סומאטוכע

אלזא אין קורצן:

צום יארטאג פון קעווענאו'ס קאנפירמעישן האט די ניט געלאזט לויפן אן ארטיקל (וואס איז אייגנטליך אן אויסצוג פון א פרישע אנטי-קעווענאו בוך) וואס ברענגט ארויף פרישע באשילדיגונגען איבער קעווענאו'ס אויפפירונג אין זיינע שולע יארן.

די ארטיקל האט געברענגט א כוואליע פון רופן אויף די דעמאקראטישע זייט אז מען דארף זאפארט אימפיטשן קעווענאו פון די סופרים קאורט, אויך די פרעזידענט קאנדידאטן ווארען, העריס, בוקער, ארורק, קאסטראו, און נאך, האבן זיך געשטעלט אין די רייע צו פאדערן פון קאנגרעס צו ארפזעצן קעווענאו פון באנק.

גייט נישט דורך א טאג צוויי, און עס איז ארויסגעקומען אז די פרוי מיט וועם די געשיכטע איז אנגעבליך פארגעקומען לייקנט שטיין און ביין אז זי אליין האט נישט קיין אהנונג פון וואס מען רעדט, און נישט נאר אז זי לייקנט עס, נאר די טיימס זעלבסט האט דאס געוואוסט בשעת'ן פובליצירן די ארטיקל און האט דאך נישט געטראפן פאר וויכטיג דאס צו דערמאנען אין די ארטיקל. (אין די ארגינעלע בוך ווערט דאס יא פארציילט)

האט זיך אנגעהויבן א שטיקל שטורעם, האט די ניט נישט געהאט קיין ברירה און ארויסגעלייגט א קארעקשן איבער די געשיכטע, די שרייבער זענען ארויסגעקומען זאגן אז די עדיטאר'ס האבן דאס בטעות ארויסגענומען צוזאמען מיטן נאמען פונעם באטרעפנדן.... בקיצור א מעשה.

טוט זיך נאכאלץ אביסל א גערודער, ווייל נאך א "דעטאל" וואס פעלט אינעם ארטיקל איז, אז די פערזאן וואס אויף זיינע ווערטער שטייט די גאנצע מעשה ווערט באצייכנט דורך די טיימס אלס א "רעספעקטירטע לאיער אין וואשינגטאן" פארפעלנדיג צו דערמאנען אז ער איז א לעבנסלענגליכע פאליטישע אקטיוויסט וועלכע האט נאך געארבעט פאר ביל קלינטאן ביי זיינע אימפיטשמענט צייטן (ווען קעווענאו איז געווען זיין צד שכנגד ארבעטנדיג פאר ספעשל פראסקיוטער קען סטאר).


אה אה, נאך איין זאך, קאמאלע העריס זאגט, אז ווייל א געשיכטע איז נישט געווארן אויפגעוויזן מיינט נישט אז עס איז פאלש.... וואטעווער.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 10:51 am

ס'נישט קיין בייעס - ס'פשוט אז די מידיא זענען געהייערטע סטראטעגיסטן און מארקעטינגיסטן ביי די דעמאקראטישע פארטיי.
Annotation 2019-09-23 104851.jpg
Annotation 2019-09-23 104851.jpg (22.22 KiB) געזעהן 202 מאל
געווענליך די ווילדע און אגרעסיווע נאטורן, טוען אויף אסאך אויף דער וועלט. אבער דו ווילדער, ערווארט נישט אז מען וועט דיר ליב האבן און פארצוקערן, אויב ביסטו ווילד וועט מען דיר אויסטרונקען דאס בלוט, נישט קיין חילוק וויפיל דו טוסט אויף.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט