איז טאקע דא מידיע בייעס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז דא א מידיע בייעס גענויגט צו די דעמאקראטן

נישטא קיין שום בייעס, סתם א קאנספיראציע פון די ריפאבליקענס
29
5%
אפשר א שטיל בייעס איז דא אבער די ריפאבליקענס בלאזן עס אויף פילפאכיג
62
11%
די מידיע איז גענויגט צו די דעמאקראטן אויף א שרעקליכע פארנעם
424
77%
די מידיע איז גענויגט צו די ריפאבליקענס
14
3%
איך ווייס נישט אבער איך וויל אויף עפעס שטימען...
21
4%
 
סך הכול שטימען: 550

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » זונטאג אוגוסט 30, 2020 8:28 pm

איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן א אשכול מיט אזוי סאך שטימען
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג אוגוסט 30, 2020 8:32 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:טעד

:lol: :lol: :lol: :lol:
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך שאשא » זונטאג אוגוסט 30, 2020 9:56 pm

אייוועלט שרייבער האט געשריבן:איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן א אשכול מיט אזוי סאך שטימען

די יוסי געשטעטנער אשכול האט אויכעט בערך די זעלבע זאך שטימען
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:54 pm

שאשא האט געשריבן:
אייוועלט שרייבער האט געשריבן:איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן א אשכול מיט אזוי סאך שטימען

די יוסי געשטעטנער אשכול האט אויכעט בערך די זעלבע זאך שטימען

לינק
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

שטאפיק
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2020 9:13 am

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך שטאפיק » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 11:39 am

אייוועלט שרייבער האט געשריבן:איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן א אשכול מיט אזוי סאך שטימען


אבער דער רוב פון אונזערע שטימען אין ניו יארק זענען סייווי נישט ווערד א "צל עובר".

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1989
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 11:43 am

אהער און אהין האט געשריבן:אט אזוי איז דער קעפל, איבער דעם טויט פון א טראמפ שטיצער:
Annotation 2020-09-02 102559.jpg

צוויי אנדערע מעשיות
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
הענדימען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך הענדימען » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 1:55 am

Federal task force kills Portland shooting suspect at arrest
AP
ווען משיח וועט קומען וועט ער נישט ווייזן מיט די פינגער וועלכע קאנדידאט איז גערעכט אבער יא וויפיל מען האט איינגעהאלטן די פינגער פון טייפן א גוטן שטעך און איינגעהאלטן די אויגן פון מיטהאלטן אן אינטערעסאנטע פרעס קאנפערענס וכדו' וואו מ'קען געשטרויכעלט ווערן
goodmorning

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 1:57 pm

בשעת ביידען האט געהאט א רעקארד ברעיקינג חודש, און געפאנדרעיזט 364 מיליאן דאלאר, ווייסט פאקס ניוז צו זאגן אז אין אין קענאושע איז טראמפ שטארקער פון ביידען, ווייל ער האט געמאכט 80 טויזענט דאלאר, און ביידען נאר 40 טויזענט....

https://www.foxnews.com/politics/wiscon ... than-biden

---

ס'איז נישט קראנט אויך נישט, טראמפיסטן וואלטן עס גערופן פעיק ניוז, ווייל די קענאושע געלט גייט צוריק צום אנהייב, ווען טראמפ איז גלייך געווען פארזיכערט, און ביידען נאך נישט, ווי אויך האט ער נאכנישט געהאט קיין וויצע פרעזידענט, באט סא'חילוק?
I won the Election

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש.. מיין ווייב טאר נישט וויסן

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך לפנות בוקר » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 10:25 am

CNN Chief Jeff Zucker secretly gave the Trump campaign debate advice before a debate in 2016? Hard to believe, but yes he did. You’ll hear the recording and more

https://drive.google.com/file/d/1IzQAM3 ... sp=sharing
האט די רבי געזאגט: מיט א פאלטשע חסידות קען מען נישט בויען קיין אמת'ע אידישקייט!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2020 2:13 pm

דממה דקה האט געשריבן:בשעת ביידען האט געהאט א רעקארד ברעיקינג חודש, און געפאנדרעיזט 364 מיליאן דאלאר, ווייסט פאקס ניוז צו זאגן אז אין אין קענאושע איז טראמפ שטארקער פון ביידען, ווייל ער האט געמאכט 80 טויזענט דאלאר, און ביידען נאר 40 טויזענט....

https://www.foxnews.com/politics/wiscon ... than-biden

---

ס'איז נישט קראנט אויך נישט, טראמפיסטן וואלטן עס גערופן פעיק ניוז, ווייל די קענאושע געלט גייט צוריק צום אנהייב, ווען טראמפ איז גלייך געווען פארזיכערט, און ביידען נאך נישט, ווי אויך האט ער נאכנישט געהאט קיין וויצע פרעזידענט, באט סא'חילוק?



גראדע טראמפ האט אויך געהאט א רעקארד ברעיקינג חודש. דאס איז די הויפט נייעס ביי פאקס, אדער א זייטיגע קרישקעלע?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 8:39 am

Think and Thank האט געשריבן:אין די ערשטע תקופה ווען די נאצי פארטיי האט בעהערשט דייטשלאנד, האבן זיי נאך פרובירט צו ווייזן פאר די וועלט עטוואס א מענטשליכן פנים. האט זיך אמאל געמאכט אז א דייטש האט בא'גנב'עט א איד, און צו זיין שלימזל איז ער געכאפט געווארן ביי די ארבעט. נאכ'ן קאורט קעיס איז דער שופט אהיים אינגאנצן צוטראגן.
"הער אויס" זאגט זיין ווייב, "דו האסט נישט געקענט ארויסלאזן דעם אריער אן כאטש א טאג תפיסה. מיר מוזן דאך ווייזן פאר די וועלט ווי ציוויליזירט מיר זענען!"
"אמת" האט דער ריכטער געזאגט, "אבער מיר שטערט אסאך מער אז כאב נישט געקענט געבן דעם איד מער ווי פינף יאר טורמע פאר'ן אויפרייצן א ריינעם אריער צו גניבה.."


די פאלגענדע איז אן אויסצוג פון אן ארטיקל אין די יו עס עי טודעי:

When news broke that President Trump had been infected with COVID-19, Twitter announced they’d be suspending anyone who tweeted that they hoped Trump would die from the disease. A few hours later, apparently realizing they’d have to suspend half their user base, they clarified that “death wishing” tweets wouldn’t, in most cases, be punished by suspension after all.

One of the worst aspects of Donald Trump has been his ability to corrupt our national life. Not only does he suck the integrity from his supporters, he encourages those who oppose him to live down to their worst instincts. We all know that it’s wrong, even shameful, to hope someone dies from a horrible disease. The decent thing to do is what both Barack Obama and Joe Biden have done, recognize our shared humanity and express hope for the president’s recovery.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 11:04 am

דער טראמפּ קאמפּיין האט נעכטן פארשפּרייט א פרישע קאנספּיראציע ווי גלייך די דעמאקראטישע מישיגען גאווערנאר רופט פאר טראמפּ צו ווערן אומגעברענגט.

דער קאמפּיין האט פּובליצירט א בילד פונעם גאווערנאר מיט איר טישל וואס דערויף איז געליגן א טשאטשקע מיט די נומערן "86 – 45", זאגנדיג אז "86" באדייט אומברענגען און "45" מיינט טראמפּ, דער 45'סטער פּרעזידענט.

אין רעאליטעט מיינט "86" אויפזאגן עמיצן. דאס איז עטליכע וואכן נאכ'ן אויפדעקונג פון א פּרא-טראמפּ אטענטאט פארזוך אויף די מישיגען גאווערנאר.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך קענטאקי » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 11:37 am

דאס איז שוין מער ווי סתם פארפירעריש ווי זיי טוען כסדר, דאס איז פשוט און פראסט שקר.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 11:50 am

איך האב נישט געוואוסט אז 'דער איד' איז שוין אזא פאפולער צו ווערן אנגערופן אלס טייל פון די מידיע.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 11:51 am

זיי זענען פארט פון די היימישע מידיא. מען דארף נישט זיין פאפולער פאר דעם.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 11:41 pm

1) די העדליין
צוגעלייגטע
IMG_20201021_214924.jpg
IMG_20201021_214924.jpg (89.75 KiB) געזעהן 790 מאל

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 11:42 pm

2) די לענגערע העדליין
צוגעלייגטע
IMG_20201021_214922.jpg
IMG_20201021_214922.jpg (116.35 KiB) געזעהן 786 מאל

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 11:42 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:דער טראמפּ קאמפּיין האט נעכטן פארשפּרייט א פרישע קאנספּיראציע ווי גלייך די דעמאקראטישע מישיגען גאווערנאר רופט פאר טראמפּ צו ווערן אומגעברענגט.

דער קאמפּיין האט פּובליצירט א בילד פונעם גאווערנאר מיט איר טישל וואס דערויף איז געליגן א טשאטשקע מיט די נומערן "86 – 45", זאגנדיג אז "86" באדייט אומברענגען און "45" מיינט טראמפּ, דער 45'סטער פּרעזידענט.

אין רעאליטעט מיינט "86" אויפזאגן עמיצן. דאס איז עטליכע וואכן נאכ'ן אויפדעקונג פון א פּרא-טראמפּ אטענטאט פארזוך אויף די מישיגען גאווערנאר.

דעילי איד

וואס איז דער פראבלעם דא?
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 11:44 pm

3) טוויטער האט נישט קיין שום פראבלעם מיט "מיסאינפארמאציע", אפי' דאס קען ברענגען א קעגנערשאפ צו א קריטישע וואקסינאציע
צוגעלייגטע
20201021_234318.png
20201021_234318.png (305.66 KiB) געזעהן 776 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוקטובער 21, 2020 11:49 pm

צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אין רעאליטעט מיינט "86" אויפזאגן עמיצן. דאס איז עטליכע וואכן נאכ'ן אויפדעקונג פון א פּרא-טראמפּ אטענטאט פארזוך אויף די מישיגען גאווערנאר.

דעילי איד

וואס איז דער פראבלעם דא?

אז די איד דערוואגט זיך צו באריכטן די נייעס אפילו ווען סאיז אנטי טראמפ. אנדערש ווי למשל "דער בלאט" וואס האט בשעתן דעמאקראטישן קאנווענשאן וואך געהאט די פאלגענדע אלס הויפט קעפל...
צוגעלייגטע
Screenshot_20201021-234841_Gmail.jpg
Screenshot_20201021-234841_Gmail.jpg (258.87 KiB) געזעהן 755 מאל

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך קענטאקי » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 12:11 am

צל עובר האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:דער טראמפּ קאמפּיין האט נעכטן פארשפּרייט א פרישע קאנספּיראציע ווי גלייך די דעמאקראטישע מישיגען גאווערנאר רופט פאר טראמפּ צו ווערן אומגעברענגט.

דער קאמפּיין האט פּובליצירט א בילד פונעם גאווערנאר מיט איר טישל וואס דערויף איז געליגן א טשאטשקע מיט די נומערן "86 – 45", זאגנדיג אז "86" באדייט אומברענגען און "45" מיינט טראמפּ, דער 45'סטער פּרעזידענט.

אין רעאליטעט מיינט "86" אויפזאגן עמיצן. דאס איז עטליכע וואכן נאכ'ן אויפדעקונג פון א פּרא-טראמפּ אטענטאט פארזוך אויף די מישיגען גאווערנאר.

דעילי איד

וואס איז דער פראבלעם דא?


די אטענטאט פארזוכער זענען נישט פרא-טראמפ.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 12:14 am

ניין?

און אויב עס איז קלאר אז יא, עגריעט איר אז דער איד שרייבער - וועלכער האלט/מיינט זיכער יא אזוי - איז גערעכט פארן עס שרייבן?
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 11403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 11:51 am

צל עובר האט געשריבן:ניין?

ניין.
און אויב עס איז קלאר אז יא, עגריעט איר אז דער איד שרייבער - וועלכער האלט/מיינט זיכער יא אזוי - איז גערעכט פארן עס שרייבן?
וואס איז פשט פון די שאלה?


אבער אז דו פרעגסט, איך וואל געזאגט אז נישט. וואס איז א נפק"מ וועם זיי שטיצן? די אטענטאט פלאן איז געקומען פון א אנטי גאווערמענט קאנטראל גרופע, האט גארנישט מיט טראמפ איינגעשטויסן.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך שמשון הגיבור » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:28 pm

טראמפ האט היינט א דערלאנגט א קלינגעדיגן פראסק פאר CBS, אזאנס וואס זיי און אלע אנדערע נעטווארקס, צייטונגען, ריפארטער'ס און דזשורנאליסטן וועלן אייניג שפירן פאר די קימענדיגע צוואנציג יאר.

עטליכע טאג צוריק האט CBS/זעכציג מינוט געהאט א געסקעדזשולטער אינטערוויא מיטן פרעזידענט, דער פלאן איז געווען אז נאך 45 מינוט מיטן פרעזידענט וועלן זיי זיצן מיט מייק פענס. למעשה איז טראמפ ברוגז געווארן ערגעץ ביים סוף, זיך אויפגעשטעלט און פארשיקט דעם אינטערוויא'ער. דער אינהאלט פונעם אינטערוויא איז נישט געווען צופיל אנדערש ווי א געווענדליכער. נארמאלערהייט גייט עס, אז עס נעמט עטליכע טעג ביז דער פירמע "ארבעט עס אויס".. דהיינו, מ'נעמט ארויס נישט געלונגענע שטיקלעך, ווי איינער היסט, אדער אויב איז עפעס נישט געלונגען. מ'לייגט אפט מאל אריין שטיקלעך ציטירונגען, ווידיאו'ס אדער אנדערע מאטריאל צו פרעזענטירן זאכן פון וואס דער סאבדזשעקט איז, און ווען ס'איז פארטיג ווערט עס געלופט'עט.

ווי באקאנט און טראמפ קיינמאל געווען צופרידן מיט די אופן וויזוי אינטערוויא'ס ווערן געמאכט און מיט אים, סיי די שאלות וואס ווערן געפרעגט אויף א איינזייטיגע וועג, און סיי דער צענזורירטע און אפציעלע ווערסיע פונעם אינטערוויא, ווי עס ווערט ע"פ רוב נאר ארויסגעשטעלט די שוואכערע חלקים פון זיינע ענטפער'ס, און מ'ווארפט אוועק דער עיקר חלק ווי ער מאכט זיין פוינט. ובפרט די פאקט אז דאס טוט מען נאר מיט אים, משא"כ ווען מ'אינטערוויא'ט ביידען אדער עני אנדערע מידיע עליי.

כ'ווייס נישט וויזוי קול מבשר ארבעט, אבער ביי די גרויסע גויאישע מידיע קאמפעני'ס גייט עס אז דער וואס ווערט אינטערוויאט באקומט זיין גאנצע פרעפארמענס, נישט געשטיקלט. אזוי אויך ארבעט יעדע היי פראופייל אינטערוויא מיט א קאנטראקט, ס'איז נישט קיין גרויסער עסק דאס, אבער איינע פון די תנאים איז אז דער וואס ווערט אינטערוויא'ט גייט נישט ארויסלייגן דער נישט גע'עדיט'ע ווערסיע וואס ער האט באקומען.

טראמפ האט דאסמאל באשלאסן איינמאל פאר אלעמאל צו לערנען בלק מיט די משוגעים, און ארויסגעשטעלט די גאנצע מעשה.. עטליכע טאג בעפאר דער "אפציעלע ווערסיע".. האט געזאלט ארויסקומען.

און וואס עס שטעלט זיך ארויס איז, טראמפ האט געמאכט א מאסיווע דזשאב, געענטפערט יעדע שאלה אמת'דיג און נארמאל, ומצד שני יעדעס ווארט אירע שפיגלט אפ איר אויסגעשפראכענע האסע קעגן דעם פרעזידענט. קיין ספק נישט, אינעם אפציעל'ן ווערסיע וואלט דער בילד אויסגעזעהן פארקערט. טראמפ האט זיי אויסגעכאפט, און זיי שטארק פארשעמט.

איין הויפט גראבע ליגענט פון דעם אינטערוויא'ער איז דאס בנוגע ריפארטינג נאר אויף וועריפייד אינפארמאציע. זי האלט פאר טראמפ היתכן ער טשעלענדזשט ביידען אויף א קארופציע סקאנדאל בעת עס איז נאכנישט וועריפייד אינפארמאציע.. זאגט טראמפ אז ער שטופ עס ווייל זיי - די מידיע - זענען שטיל. אויף וואס זי זאגט אז טאקע וועגן דעם, וייל ס'איז אנוועריפייד. פרעגט טראמפ צוריק, און פארוואס ביסטו שטיל אויף די אישו פון שפיאנירן אויף מיין קאמפיין? איר אנטווארט איז אז יענס איז אויך נישט וועריפייד, וואס איז איין גראבע ליגענט. צווייטענס, זי און אלע אנדערע נעטווארקס זענען דריי יאר ברציפות פארנומען געווען צו שטיפן יעדע פרט ופרט פון די אנוועריפייד קאלוזשן.

דער גאנצער אינטערוויא מרישא ועד גמירה איז ווערד אויסצוהערן. קודאס מיסטער פרעזידענט!

דער פולע אינטערוויא.

https://drive.google.com/file/d/16GSlw- ... p=drivesdk
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:46 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ניין?

ניין.
און אויב עס איז קלאר אז יא, עגריעט איר אז דער איד שרייבער - וועלכער האלט/מיינט זיכער יא אזוי - איז גערעכט פארן עס שרייבן?
וואס איז פשט פון די שאלה?


אבער אז דו פרעגסט, איך וואל געזאגט אז נישט. וואס איז א נפק"מ וועם זיי שטיצן? די אטענטאט פלאן איז געקומען פון א אנטי גאווערמענט קאנטראל גרופע, האט גארנישט מיט טראמפ איינגעשטויסן.

סתם לידעתך, איך האב געזען א קליפ פון איינעם פון די וואס רעדן טראמפיזם, און ביי מיר איז קלאר אז זיי זענען טראמפ שטיצער.

דאס איז זיכער אז זיי מיט טראמפ פארלאנגן די זעלבע זאך פון די גאווערנאר.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot און 22 געסט