איז טאקע דא מידיע בייעס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז דא א מידיע בייעס גענויגט צו די דעמאקראטן

נישטא קיין שום בייעס, סתם א קאנספיראציע פון די ריפאבליקענס
9
3%
אפשר א שטיל בייעס איז דא אבער די ריפאבליקענס בלאזן עס אויף פילפאכיג
38
14%
די מידיע איז גענויגט צו די דעמאקראטן אויף א שרעקליכע פארנעם
204
76%
די מידיע איז גענויגט צו די ריפאבליקענס
5
2%
איך ווייס נישט אבער איך וויל אויף עפעס שטימען...
12
4%
 
סך הכול שטימען: 268

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 6:05 am

ער האט געוואלט געווינען לויט די בוך, נאר זי האט געציטערט פון ווערן א פאבליק רביצין, האט ער איר צוגעזאגט אז זי זאל זיך נישט זארגן ווייל ער געווינט עניוועי נישט, און די צוזאג האט ער עכט געפלאנט צו מקיים זיין, אנדערש ווי אלע זיינע אנדערע צוזאגן, ווייל ער איז געווען זיכער אז ער גייט טאקע נישט געווינען, דאס אלעס איז פארשטייט זיך אויב די פרט פון די בוך איז פון די אמת'ע חלקים.

וואס עס שטייט דארט איז אז עס איז נישט געווען קיין פלאן וואס צו טון אויב מגעווינט יא.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 6:13 am

SPUSMN האט געשריבן:צום אנקעטע דא; איז טאקע דא 4 מענטשען וואס האלטען אז "די מידיע איז גענויגט צו די ריפאבליקענס"?

אויב יא, ביטע ערקלערען ווי איר זעהט עס?


זיי האלטן מסתמא - נישט איך, איך האב נישט געוואויט ווייל ביי מיר איז נישט שרעקליך דאס וואס די מידיא שלאגט זיך מיטן פרעזידענט - אז דאס וואס פאקס ניוז & קא העלפט פאר די רעפאבליקענס, איז מער ווי די גאנצע איבעריגע מידיא העלפט פאר די דעמאקרעטס, ממילא איז די מידיא - ביידע אינאיינעם - מער פאר די רעפאבליקענס.

אין א סייד נאוט, די וואס האלטן אז טראמפ איז א העווי פעוואריט צו געווינען ריעלעקשען, האלטן מסתמא אויך אזוי, ווייל אז נישט איז ער נישט קיין פעוואריט, כ'מיין וויזוי וועט ער כמעט זיכער געווינען אין אזא איינזייטיגע מידיא ווינט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 8:11 am

צל עובר האט געשריבן:ער האט געוואלט געווינען לויט די בוך, נאר זי האט געציטערט פון ווערן א פאבליק רביצין, האט ער איר צוגעזאגט אז זי זאל זיך נישט זארגן ווייל ער געווינט עניוועי נישט,

אקעי דאס פארשטיי איך אז פאר א ווייב מעג מען צוזאגן אויב ס'פעלט זיך אויס ווי די גמ' זאגט אויפן תרנגול (עירובין ק:).
צל עובר האט געשריבן:און די צוזאג האט ער עכט געפלאנט צו מקיים זיין, אנדערש ווי אלע זיינע אנדערע צוזאגן, ווייל ער איז געווען זיכער אז ער גייט טאקע נישט געווינען, דאס אלעס איז פארשטייט זיך אויב די פרט פון די בוך איז פון די אמת'ע חלקים.

וואס עס שטייט דארט איז אז עס איז נישט געווען קיין פלאן וואס צו טון אויב מגעווינט יא.

סאו פארוואס האט ער קאלודעט מיט רוסלאנד, אז ער איז געווען זיכער אז ער גייט נישט געווינען?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19259
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 9:54 am

ער האט שוין די וואך געזאגט אויף CBS אז ער האט נישט אינטערוויאד קיינעם פון טראמפ'ס סטעף! און מיט טראמפ אליין האטער גערעדט א טאוטעל פון בערך דריי שעה פון אנפאנג קאמפיין ביז יעצט... ווען מ' האטעם געזאגט אז די ווייסע הויז זאגט אז ער האט נישט גערעדט צום פרעזידענט זינט פברואר זאגטער סיז אמת, אבער דאס איז נאר וואס זיי ווייסן, אבער ער האט למעשה אינטערוויאד דעם פרעזידענט נאכדעם אויך אנדעם וואס דער פרעזידענט זאל בכלל וויסן אז סיז אן אינטערוויא... און אלעס איז אינקלאדעד אין די דריי שעה...

דער קוקט אויס א שטארקע בעל דמיון...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 3:21 pm

מושך חסד האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ער האט געוואלט געווינען לויט די בוך, נאר זי האט געציטערט פון ווערן א פאבליק רביצין, האט ער איר צוגעזאגט אז זי זאל זיך נישט זארגן ווייל ער געווינט עניוועי נישט,

אקעי דאס פארשטיי איך אז פאר א ווייב מעג מען צוזאגן אויב ס'פעלט זיך אויס ווי די גמ' זאגט אויפן תרנגול (עירובין ק:).
צל עובר האט געשריבן:און די צוזאג האט ער עכט געפלאנט צו מקיים זיין, אנדערש ווי אלע זיינע אנדערע צוזאגן, ווייל ער איז געווען זיכער אז ער גייט טאקע נישט געווינען, דאס אלעס איז פארשטייט זיך אויב די פרט פון די בוך איז פון די אמת'ע חלקים.

וואס עס שטייט דארט איז אז עס איז נישט געווען קיין פלאן וואס צו טון אויב מגעווינט יא.

סאו פארוואס האט ער קאלודעט מיט רוסלאנד, אז ער איז געווען זיכער אז ער גייט נישט געווינען?


וואס איז שווער? שטייצעך לויט די בוך, ער האט געוואלט געווינען און פארדעם אפשר קאלודעט, אבער ער האט געהאלטן אז ער גייט עניוועי נישט געווינען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 3:35 pm

צל עובר האט געשריבן:
מושך חסד האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ער האט געוואלט געווינען לויט די בוך, נאר זי האט געציטערט פון ווערן א פאבליק רביצין, האט ער איר צוגעזאגט אז זי זאל זיך נישט זארגן ווייל ער געווינט עניוועי נישט,

אקעי דאס פארשטיי איך אז פאר א ווייב מעג מען צוזאגן אויב ס'פעלט זיך אויס ווי די גמ' זאגט אויפן תרנגול (עירובין ק:).
צל עובר האט געשריבן:און די צוזאג האט ער עכט געפלאנט צו מקיים זיין, אנדערש ווי אלע זיינע אנדערע צוזאגן, ווייל ער איז געווען זיכער אז ער גייט טאקע נישט געווינען, דאס אלעס איז פארשטייט זיך אויב די פרט פון די בוך איז פון די אמת'ע חלקים.

וואס עס שטייט דארט איז אז עס איז נישט געווען קיין פלאן וואס צו טון אויב מגעווינט יא.

סאו פארוואס האט ער קאלודעט מיט רוסלאנד, אז ער איז געווען זיכער אז ער גייט נישט געווינען?


וואס איז שווער? שטייצעך לויט די בוך, ער האט געוואלט געווינען און פארדעם אפשר קאלודעט, אבער ער האט געהאלטן אז ער גייט עניוועי נישט געווינען.


The point is, when a person is certain that he wants to win he would sometimes do whatever it takes (legal or illegal to reach his goal, vs when someone doesnt really give it a good chance he wouldnt spend time doing illegal things or in propper things to do it.

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 3:45 pm

די בוך ברענגט זייער ארויס, אז טראמפ איז א מענטש וואס לאזט זיך נישט אראפשלעפן, קענסט אים האקן אין קאפ מיט א בעיסבאל שטעקן, און ער... גייט ווייטער אן כאילו לא היה.

פארדעם אז טראמפ האט נישט געהאלטן עכ"פ אויף רוב זיכער, אז ער גייט געווינען, דארף מען נישט די בוך, יעדער ווייסט עס שוין לאנג, און דו וועסט מודה זיין אז ער איז ארומגעלאפן די לעצטע פאר טעג ווי א יונגער בחור'ל טראץ ער האט נישט געהאלטן אז ער מאכט עס, סוי זעהט אויס אז די כללים גייען נישט אן ביי טראמפ, און נאר אזוי האט ער געקענט געווינען, אז ער האט קאמפיינט עגענסט די אדס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2879
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 4:16 pm

צל עובר האט געשריבן:די בוך ברענגט זייער ארויס, אז טראמפ איז א מענטש וואס לאזט זיך נישט אראפשלעפן, קענסט אים האקן אין קאפ מיט א בעיסבאל שטעקן, און ער... גייט ווייטער אן כאילו לא היה.

פארדעם אז טראמפ האט נישט געהאלטן עכ"פ אויף רוב זיכער, אז ער גייט געווינען, דארף מען נישט די בוך, יעדער ווייסט עס שוין לאנג, און דו וועסט מודה זיין אז ער איז ארומגעלאפן די לעצטע פאר טעג ווי א יונגער בחור'ל טראץ ער האט נישט געהאלטן אז ער מאכט עס, סוי זעהט אויס אז די כללים גייען נישט אן ביי טראמפ, און נאר אזוי האט ער געקענט געווינען, אז ער האט קאמפיינט עגענסט די אדס.

און הילערי האט געהאלטן אז זי גייט רוב זיכער געווינען.... הה"ד "What happened. Hillary Rodham Clinton"

טראמפ איז געלאפן פון די ערשטע מינוט מיטן ציל צו געווינען.

נאר ס'מעגליך אז ער האט געהאלטן אז ער האט בלויז א 50 פראצענט טשענס צו געווינען (און טאקע דורך די טאקטיק פון אויסדרייען די ראסט בעלט, מישיגען, פענסילוועיניע, וויסקאנסין). ווס. הילערי וואס האט געהאלטן אז זי האט גאר א 100 פראצעט טשענס צי געווינען...

אבער טראמפ איז קלאר געלאפן ווייל ער האט געוואלט געווינען! ער איז נישט געלאפן בלויז אויף צו לויפן.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 5:53 pm

שמאטע האט געשריבן:אבער טראמפ איז קלאר געלאפן ווייל ער האט געוואלט געווינען! ער איז נישט געלאפן בלויז אויף צו לויפן


ווי אזוי ווייסטו?

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2879
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 6:01 pm

פון זיין 1990 אינטערוויאס....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 6:46 pm

שמאטע דו האלטס טאקע אז טראמפ האט געהאט א 50% טשענס צו איבערדרייען און געווינען די דעמאקראטישע ראסט בעלט, בו בזמן ווען ער פארלירט אפאר סווינג סטעיטס, און ער פארלירט אמעריקע מיט 2.1% אין מיט קרוב צו דריי מיליאן מענטשן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2879
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 8:15 pm

יא.
איך האב געהאלטן (ליגט מיר אין קאפ אז ס'אפילו געווען אפאר ארטיקלען דערעגן) אז טראמפ ארבייט אויף א סטראטעגיע צו געווינען טאקע נאר דורך די עלעקטארעל קאלעדש סיסטעם. און זיין געמבל איז געווען די ראסט בעלט.
ער האט דארט געספענט א געוואלד מיט צייט, און ער האט גערעדט די מעסעדש וואס די רארעל חברה פון יענע שטעט האבן געוואלט הערן (אימיגרעישען, דשאבס, וכדו').

איינער פון די אינדיקעיטערס אז טראמפ האט א סטראטעגיע אין די ראסט בעלט איז געווען דאס אז ער האט געהאט ריזיגע ראליס דארט איין טאג נאכן צווייטען אין מאסן בירגער זענען ארויסגעקומען!

ווער עס האט געוואלט אוועק קוקן פון "פאולס" און קוקן די 'בילדער' האט געקענט זעהן אז "סאמטינג" איז גאואינג אן... די טראמפ טיעם נאוז סאמטינג.

און ווען איך האב מיטגעהאלטן ביי עלעקשאן נייט ווי די ריזאלטס קומען אריין, איי נו דעד הי גאט איט רייט!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 8:27 pm

אלעס איז פעיק נאז און פערטיק, זעץ זיך אריין אין באן און פאר. . .
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 9:36 pm

מיין אפיניען:

טראמפ איז געלאפן צו געווינען אן נעמען אין אכט וואס געווינען מיינט.

ווער עס קען טראמפ, ער איז נישט דער מענטש וואס רעכענט זיך מיט קאנסעקווענצן, ער האט נישט דעם הרואה את הנולד בליק בכלל, אלעס וואס ער טוט איז ספאנטעניען.

ער האט באשלאסן צו לויפן, געוואלט געווינען, אבער ער האט נישט צוגעלייגט קאפ צום פאקט אז דער געוווינער ווערט אחראי אויף די וועלט.

ווען עס איז געווארן קלאר אז ער איז דער נאמענירטער, האט אים די זאך אביסל געכאפט אזוי האלב אויבערפלעכליך, אבער דאן האט ער זיך בארוהיגט מיט׳ן אנגענומענעם מיינונג אז ער גייט ממילא פארלירן.

אלזא, דער געדאנק ״ער איז נישט געלאפן צו געווינען״ איז נישט פשט אז ער האט בעצם נישט געוואלט געווינען, ער האט פשוט נישט יורד געווען לעומקו של דבר וואס געווינען מיינט, די הבנה אינעם משמעות האט אים געפעלט.

דאס האט געמאכט אז ווען די רעזולטאטן האבן אנגעהויבן אריינקומען און דער האט זיך פלוצלינג דערזעהן די פרעזידענט אלעקט פון אמעריקע, איז די הימל ארויפגעפאלן אויף אים, אדער ווי בנו יקירו הנקרא על שמו האט זיך אויסגעדרוקט: ער קוקט אויס ווי א טויטער.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 10:09 pm

בוידעם האט געשריבן:ווען עס איז געווארן קלאר אז ער איז דער נאמענירטער, האט אים די זאך אביסל געכאפט אזוי האלב אויבערפלעכליך, אבער דאן האט ער זיך בארוהיגט מיט׳ן אנגענומענעם מיינונג אז ער גייט ממילא פארלירן.
.

אה.. און בערך דעמאלטס האט ער אנגעהויבן א מאסיוון אפאראציע מיט פוטין אים צו העלפן געווינען, שטימט? (נישט)
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:31 pm

שטימט זייער גוט. אומפאלסיוו אן טראכטן פון די קאנסעקווענצן, תרתי משמע.
בכלל, די ראשע אינוואלוומענט איז געקומען מצד רוסלאנד, די טראמפ קאמפיין האט נאר /אויב בכלל, מיט געשפילט מיט זיי.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2879
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:40 pm

חחח בוידעם.

און דו ווילסט מיר נאך זאגן אז דאס איז נישט קיין ליבעראלע קאנספירעסי?! :wink:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:42 pm

קאנספירעסי?
איך האלט אמת׳דיג אזוי, ער האט נישט אין אכט גענומען אז געווינען מיינט געווינען און ווערן די פאקטישע וועלט פירער.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:36 am

שמאטע האט געשריבן:יא.
איך האב געהאלטן (ליגט מיר אין קאפ אז ס'אפילו געווען אפאר ארטיקלען דערעגן) אז טראמפ ארבייט אויף א סטראטעגיע צו געווינען טאקע נאר דורך די עלעקטארעל קאלעדש סיסטעם. און זיין געמבל איז געווען די ראסט בעלט.
ער האט דארט געספענט א געוואלד מיט צייט, און ער האט גערעדט די מעסעדש וואס די רארעל חברה פון יענע שטעט האבן געוואלט הערן (אימיגרעישען, דשאבס, וכדו').

איינער פון די אינדיקעיטערס אז טראמפ האט א סטראטעגיע אין די ראסט בעלט איז געווען דאס אז ער האט געהאט ריזיגע ראליס דארט איין טאג נאכן צווייטען אין מאסן בירגער זענען ארויסגעקומען!

ווער עס האט געוואלט אוועק קוקן פון "פאולס" און קוקן די 'בילדער' האט געקענט זעהן אז "סאמטינג" איז גאואינג אן... די טראמפ טיעם נאוז סאמטינג.

און ווען איך האב מיטגעהאלטן ביי עלעקשאן נייט ווי די ריזאלטס קומען אריין, איי נו דעד הי גאט איט רייט!


איך עגרי אז דאס האט ער געטון און אז דאס האט ער געדארפט טון צו געווינען, איך האב נאר געפרעגט צו דו האלטס טאקע אז עס איז געווען א 50% טשענס עס זאל געלונגען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

דממה דקה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מאי 16, 2018 8:55 am

נארט קארעא איז נישט וויכטיג פאר פאקס ניוז היינט...

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך מאי 16, 2018 9:22 am

זיי בייסן די נעגל אז טראמפ זאל זיך איינהאלטן און נישט צוטוויטן איבער נארט קארעא.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך מאי 16, 2018 10:05 am

די ערשטע רעזאלט פאר וועלטליכע נייעס אויף פאקס איז דאס (געשריבן 11 שעה צוריק):
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (129.44 KiB) געזעהן 450 מאל
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

כלל וכלל
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

תגובהדורך כלל וכלל » דינסטאג יולי 10, 2018 11:12 pm

מזיצט אויפן קאוטש. ממישט אויף סי ען ען צי ליינען עפעס מהנעשה והנשמע, אין א שרעקעדיגע מעין העדליין שרייט פאר די אויגן!

ניין, נישט איבער די האנדעלס מלחמה, נישט איבער די נארוואס נאמינירטער דזאדזש. נישט איבער די נאטא מיטינג אדער די פרייז נידערונג פין די דראג פירמעס נאך דרוק פון טראמפן. ניין! נישט דאס. נאר עפעס ברעיקינג!! וואס גייט שוין פאר?

Trump slashes funding that helps people sign up for Obamacare

טאקע א מעין נייעס! סאיז דאך א שרעקליכע זאך. זעץ מיר זיך ליינען ס׳ארטיקעל. ביז מקימט אן צים דריטן פארגראף אז משניידט געלט פין איין פראגראם וואס האט געהאלפן ווינציגער ווי איין פארצענט קאסטעמערס זיך איינשרייבן אין אבאמאקעיר. יאפס. ווינציגער ווי איין פראצענט.

https://www.cnn.com/2018/07/10/politics ... index.html

כגלייב ווען דאס פאסירט ווען אינטער אבאמא וואלט די סי ען ען העדליין געווען בערך אזוי:

Obama administration successfully minimizing tex payer waste with cutting unsuccessful progrems

אדער:
No need for obamacare marketing spending. Obamacare finally becomes revenue neutral

Goodmorning
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג יולי 10, 2018 11:29 pm

דאס איז בייעס פאר די רעפובליקענס צו ווייזן אז ער וויל יא שניידן אבאמאקעיר...
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהרן הלוי, אפשר פארקערט, העפליכער, יש ברירה, צולייגער, שטיגליץ און 46 געסט