איז טאקע דא מידיע בייעס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז דא א מידיע בייעס גענויגט צו די דעמאקראטן

נישטא קיין שום בייעס, סתם א קאנספיראציע פון די ריפאבליקענס
13
4%
אפשר א שטיל בייעס איז דא אבער די ריפאבליקענס בלאזן עס אויף פילפאכיג
41
13%
די מידיע איז גענויגט צו די דעמאקראטן אויף א שרעקליכע פארנעם
234
76%
די מידיע איז גענויגט צו די ריפאבליקענס
6
2%
איך ווייס נישט אבער איך וויל אויף עפעס שטימען...
14
5%
 
סך הכול שטימען: 308

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

איז טאקע דא מידיע בייעס?

תגובהדורך נגיד » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:32 pm

ווי באוויסט זענען דא אסאך פאליטישע אבוויזירער און קאמיטאטארן וואס רעדן זיך אפ און האבן טענות אויף די שטארקע מידיע בייעס וואס איז דא -לדעתם- אין די 'מעין סטריעם' מידיע וואס נויגן צו די דאמאקראטן און באריכטן נייעס אויף א פארנעם וואס טויגט פאר די דאמאקראטישע שישקעס און זיכן ווי אימער צו אונטערגראבן די ריפאבליקאנער.

עס איז -לויט זיי- געקומען גאר שטארק צום אויבערפלאך ביי די נארוואס פארלאפענע ערשטע פרעזידענטליכע דיבאטע צווישן די דעמאקראטישע פרעזידענטליכע קאנדידאט העלערי קלינטאן און דער רעפאבליקאנער קאנדידאט דאנעלד טראמפ ווי דער מאדערעטאר איז געווען -לויט זייערע טענות- שטארק גענויגט לטובת קלינטאן און איר פראבירט צו העלפן ווען אימער, און אזוי אויך ביי די וויצע פרעזידענט דיבאטע ווען די מאדירעטארשע האט -לדעתם- גאר שטארק געשטיפט די דעבאטע אז עס זאל ארויסקומען גוט פאר דער דעמאקראטישער קאנדידאט טים קעין.

איז וואס איז אייער מיינונג, איז טאקע דא א מידיע בייעס גענויגט צו די דעמאקראטן?
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:39 pm

וואלט איך געמאכט די אנקעטע וואלט איך עס געמאכט אזוי:

איז די מידיא בייעסד?

10 - שטארק בייעסד פאר די דעמאקראטן
9 -
8 -
7 -
6 -
- - אייניג/געוויסע אזוי און געוויסע אזוי
5 -
4 -
3 -
2 -
1 - זייער שטארק בייעסד פאר די ריפאבליקענס

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:41 pm

די האסט שוין געהערט א ערנסטע פאליטישע אבוויזירער טענה'ן אז די מידיע איז בייעס צו די ריפאבליקענס? (געלייגט אין די אנקעטע אז מען זאל נישט זאגן אז די אנקעטע איז בייעס...)
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:43 pm

וויאזוי קען מען מאכן וואלן ?
יעדע פאר מינוט עפענט זיך אויף א פרישע וואלן אשכול....
ווי קען איינער בכלל זאגן אז עס איז נישט בייעס צו די דעמעקראטן ??
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4534
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:48 pm

1000 % בייעס אנטקעגן די רופובליקאנער אויף א שוידערליכע אומיושרדיגע פארנעם.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9483
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 3:11 pm

א שטיקל בייעס איז דא אבער די ריפאבליקענס בלאזן עס אויף פילפאכיג.

די וואס האלטן אז די מידיע איז "שרעקליך" בייעס, ווייסן אדער נישט וואס "בייעס" מיינט אדער וואס "מידיע" מיינט..

די מאדערעטאר ביים וויצע דעבאטע איז געווען בייעס קעגן פענס? קען זיין. אבער איז מעט לאער נישט געווען בייעס קעגן הילערי ביים פרעזידענטליכע פארום?

האט לעסטער האולט געפרעגט שווערע פראגן פון טראמפ? יא. אבער האבן קריס וואלעס און מעיגען קעלי דען נישט נישט גיפרעגט נאך שווערערע פראגן פון אים? קלאר אז יא.

באטאם ליין, די רעפובליקאנער גלייכן צו טשערי פיקן און אזוי שטיפן דעם נערעטיוו...
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 3:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 3:14 pm

שטארקע בייעס קעגן די ריפאב'ס, קיין טענות קען איך נישט האבן ביז זיי זאגן אז זיי זענען אופארטייאיש
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 3:21 pm

כאפצעם האט געשריבן:א שטיקל בייעס איז דא אבער די ריפאבליקענס בלאזן עס אויף פילפאכיג.

די וואס האלטן אז די מידיע איז "שרעקליך" בייעס, ווייסן אדער נישט וואס "בייעס" מיינט אדער וואס "מידיע" מיינט..

כ'מיין אז די ווייסט נישט וואס "שרעקליך" מיינט. :?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 3:25 pm

בייעס מיינט אז ווען הילערי האט א ראלי פּון 150 מענטשׁען אין איין צימער אין ס'איז פּיל אזאש אז מ'בּרויך עפענען נאך א צימער אז די אבּריגע 25 מענטשׁען זאלן האבּן ווי צי שׁטין אין הילערי איז אריין אין יענע צימער זיך צו אנטשילדיגן אז ס'איז נישׁטא קיין פּלאץ האט די מידיע ממשׁ איבּערגעדרייט א וועלט אז די enthusiasm ביי אירע שׁטיצער איז עפּעס אויסגעווענליך!!!!sad

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 3:27 pm

יש ברירה האט געשריבן:וואלט איך געמאכט די אנקעטע וואלט איך עס געמאכט אזוי:

איז די מידיא בייעסד?

10 - שטארק בייעסד פאר די דעמאקראטן
9 -
8 -
7 -
6 -
- - אייניג/געוויסע אזוי און געוויסע אזוי
5 -
4 -
3 -
2 -
1 - זייער שטארק בייעסד פאר די ריפאבליקענס

נאך גוט אז די האסט נישט געמאכט די אנקעטע. :wink:

אבער יעצט איז מיר שוין פארענטפערט געווארען די קשיא פארוואס 26 (שוין 30) האבען געשטימט אז טים קעין האט געווינען די דעבאטע; ווייל אויב מען קען האלטען אז די מידיע איז שטארק בייעסד פאר די ריפאבליקאנער, קען מען אוודאי האלטען אז קעין האט געווינען די דעבאטע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 3:38 pm

יהודי האט געשריבן:וויאזוי קען מען מאכן וואלן ?
יעדע פאר מינוט עפענט זיך אויף א פרישע וואלן אשכול....
ווי קען איינער בכלל זאגן אז עס איז נישט בייעס צו די דעמעקראטן ??

איך פרעג דער זעלבע קשיא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 3:43 pm

[i[/i]
SPUSMN האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:וואלט איך געמאכט די אנקעטע וואלט איך עס געמאכט אזוי:

איז די מידיא בייעסד?

10 - שטארק בייעסד פאר די דעמאקראטן
9 -
8 -
7 -
6 -
- - אייניג/געוויסע אזוי און געוויסע אזוי
5 -
4 -
3 -
2 -
1 - זייער שטארק בייעסד פאר די ריפאבליקענס

נאך גוט אז די האסט נישט געמאכט די אנקעטע. :wink:

אבער יעצט איז מיר שוין פארענטפערט געווארען די קשיא פארוואס 26 (שוין 30) האבען געשטימט אז טים קעין האט געווינען די דעבאטע; ווייל אויב מען קען האלטען אז די מידיע איז שטארק בייעסד פאר די ריפאבליקאנער, קען מען אוודאי האלטען אז קעין האט געווינען די דעבאטע.

איך האב ס"ה געוואלט מאכן א סקעיל עס זאל זיין יעדע מיינונג אוועילבעל צו שטימען וואס ביזסטו געווארן אזוי עקסייטעד?!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 3:44 pm

ס'דא מיינונגען וואס גייט נישט אריין אין גדר פון מיינונגען; אזוי מיין איך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 3:46 pm

SPUSMN האט געשריבן:ס'דא מיינונגען וואס גייט נישט אריין אין גדר פון מיינונגען; אזוי מיין איך.

דאס איז דיין מיינונג....

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 3:48 pm

פארשטייט זיך...
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 3:56 pm

ס'איז זיכער דא בייעס, זיי זענען ס''ה מענטשן און כמעט יעדער האט א צד און אפי' אן אגענדע אין די פארמעסט (אפי' די אנדיסיידעד זענען נוטה צו א צד ביז ווי לאנג מ'קלערט זיי אויף),
אבער לדעתי איז עס ''בייעסד שקול'', ביידע האבן מידיע בייעס אויף זייער זייט

ריפאבליקען'ס:
פאקס (וואס האט מער צוהערער ווי msnbc cnn צוזאמען)
פאקס ענד פרענדס
פאקס ביזנעס
ברייטבארט
שאהן העננעטי
און נאך


דעמאקרעט'ס:
Cnn
Nbc
msnbc
nbc
Abc
טעפער

און נאך

כ'בין בכלל נישט באהאווענט אין די מידיע וועלט, כ'זאג נאר נאך וואס כ'האב געזעהן אויף אייוועלט
נעכטן » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 9:37 pm האט געשריבן:ס'דא דריי עסטעבלישט קעבעל 24/7 נייעס סטאנציעס. פאקס איז די גרעסטע, זיי האבן מער ווי ביידע אנדערע צוזאמען. סי ען ען איז א ווייטע צווייטע אין דורכשניט. מסנבס איז ווייט דריט. יעצט ביים עלעקשאן סיזען איז מסנבס אביסעלע שטארקער פון סי ען ען וויבאלד זיי האבן זיך אהערגשטעלט ווי די לינקע ווערסיע פון פאקס מילא פאר אן עלעקשאן איז נארמאל אז זיי זאלן זיך הייבן אביסל. און אפילו יעצט ווען זיי האבן אביסל מער וואטשערס ווי סי ען ען איז עס אויך מער ווייניגער נאר אין טאטאל וויוערס, נישט אין די וויכטיגע יארן דעמאס אויף וואס אדווערטייזער'ס קוקן ($$). אויך האט מסתמא ברייען וויליאמס צוגעברענגט עפעס רעספעקט צו מסנבס, ער האט דארט איבערגענומען די ביינאכט נייעס נאכן פליען פון נבס ווען ער האט געמוזט רעזינגנירן צוליב ליגענט זאגן אין זיינע באריכטן איבער זיך
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 4:04 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:שטארקע בייעס קעגן די ריפאב'ס, קיין טענות קען איך נישט האבן ביז זיי זאגן אז זיי זענען אופארטייאיש

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 4:05 pm

דעפענעטלי דא שטארקע מידיע בייעס, יעצט די איינמאל איז עס אבער פאר מיין בענעפיט....
?I DON'T CARE, DO YOU

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 4:08 pm

בוידעם האט געשריבן:דעפענעטלי דא שטארקע מידיע בייעס, יעצט די איינמאל איז עס אבער פאר מיין בענעפיט....

רט ביי מיר האט עס אבער נאר געארבייט אין די פריימעריס. חבל
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 4:08 pm

חחח.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 5:04 pm

א ליבעראלע וואטשדאג גרופע האט געמאכט א שטודיע איבער וויפיל צייט די נעטווארקס האבן געגעבן פאר לייוו ראליס פאר די קאנדידאטן אין סעפטעמבער

די רעזולטאטן:

פאקס
טראמפ 7:23
קלינטאן 3:25

סננ
טראמפ 5:18
קלינטאן 5:04

מסנבס
טראמפ 5:48
קלינטאן 5:14

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 5:13 pm

א וואטשדאג אדער א אטאקדאג?

ווען ליבעראלע מאכען א שטודיע איז עס א ליבעראלע שטודיע.

נעגעטיווע צייט איז נישט קיין צייט, און וואלט געדארפט פארעכטענט ווערען ווי צייט פאר די צד שכנגד.

יעצט לאמער איבער מאכען די נומערען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 5:14 pm

SPUSMN האט געשריבן:א וואטשדאג אדער א אטאקדאג?

ווען ליבעראלע מאכען א שטודיע איז עס א ליבעראלע שטודיע.

נעגעטיווע צייט איז נישט קיין צייט, און וואלט געדארפט פארעכטענט ווערען ווי צייט פאר די צד שכנגד.

יעצט לאמיר איבער מאכען די נומערען.

איך האב ספעציעל געשריבן אז דאס איז א ליבעראלע גרופע איר זאל קענען אפמאכן אויב איר ווילט זיי גלייבן

דא רעדט מען פון דעקן לייוו ראליס נישט שייך נעגעטיווע אדער פאזעטיוו

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 5:16 pm

OK
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9483
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 5:26 pm

יש ברירה האט געשריבן:דא רעדט מען פון דעקן לייוו ראליס נישט שייך נעגעטיווע אדער פאזעטיוו

זיכער אזוי, א טראמפ ראלי? קען נישט זיין מער נעגעטיוו פאר אים
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, Wow a1, גימפעל, הרב_שלום, טובי' מאיר ניימאנן, שמואל יאקאבאוויטש און 61 געסט