איז טאקע דא מידיע בייעס?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז דא א מידיע בייעס גענויגט צו די דעמאקראטן

נישטא קיין שום בייעס, סתם א קאנספיראציע פון די ריפאבליקענס
13
4%
אפשר א שטיל בייעס איז דא אבער די ריפאבליקענס בלאזן עס אויף פילפאכיג
43
14%
די מידיע איז גענויגט צו די דעמאקראטן אויף א שרעקליכע פארנעם
236
76%
די מידיע איז גענויגט צו די ריפאבליקענס
6
2%
איך ווייס נישט אבער איך וויל אויף עפעס שטימען...
14
4%
 
סך הכול שטימען: 312

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:39 pm

סי.ען.ען איז די טעג פארזונקען אין א טייכל פון נעגאטיווע דדעקונג ביי א פאראייניגטע פראנט פון ריפארטעס און צייטונגען, נייעס סטאנציעס. פון די וואל סטריט דשורנאל ביז די וואשינגטאן פאוסט.

די נושא איז איבער די סי.ען.ען "עקסקלוסיוו באריכט" אז 'סארסער' נאנט צו מייקל קאהאן, פרעזידענט טראמפס געוועזענע לויער, האבן איבערגעגעבען פאר סי.ען.ען אז מייקל קאהען איז גרייט צו זאגן פאר די ספעשיל קאונסיל אז (דאן) קאנדידאט טראמפ האט געואוסט פון פאראויס איבער די באקאנטע 'טראמפ טורעם צוזאמקום'.

די באריכט, אויב וואלט זיך עס דא אפגעשטעלט וואלט געווען - און עס איז טאקע אזוי געווען פאר א טאג צוויי - א 'באמבע שעל'. ווייל דאס טוט דירעקט אפ-פרעגן פרעזידענט טראמפס לאנג-געהאלטענע פאזיציע אז קאנדיטאט טראמפ האט נישט געוואוסט פונעם מיטונג ביז ווען די ניו יארק טיימס האט עס פארעפענטליכט. און אזוי אויך טוט דאס אפלייקענען די טעסטימאוני פאר קאנגרעס אין וועלכע דאנעלד הקטן האט געזאגט אונטער שבועה אז זיין פאטער האט נישט געוואוסט פון די מיטונג.

לעני דעוויס, די 'מידיע פערסאנעלעטי' לויער פון מייקל קאהעןמ האט אויך אנגעהויבן ארומגיין אויף די טעלעוויזיע און פארגעשטעלט פאר ווער עס האט אים נאר געוואלט אויסהערן און אראפגעשפילט וויאזוי טראמפ גייט יעצט כמעט גיין אין תפיסה צוליב וואס קאהען גייט און פאר'מסר'ן פאר מולער... ס'האט זיך געטוען אויף טישן און בענק... די נייעס קוואלן האבן געקוועלט מיט עקסטאז און אפענע אינטערעסע אין א מעכטיגע פאליטישע פארשטעלונג מיטן נאמען "טראמפס אימפיטשמענט!".... אזש, פאקס נוז האט כמעט געברויכט אפירקראצען עפעס מינדערוויכטיגע נייעס און מאכן דערפון א מצב...

נאך א חלק פון די שראפנעל פונעם באמבע איז געוען דאס אז איינער פון די באקאנטע "וואטער-געיט" ריפארטערס וועלכע האבן בשעתו אנגעדרייט און - מען קען זאגן מיט רעכט - צוגעהאלפן אינטערברענגן פרעזידענט ניקסאן, האט יעצט גענומען א שותפו"'דיגע ראלע אין שרייבען די עקסקלוסיוו ריפארט איבער 'קאהענס האבן אינפארמעישאן איבער טראמפס זיין באוואוסטזיניג פונעם טראמפ טאוער מיטונג'.

למעשה, אין די טעג נאכן "ברעכן די נייעס" האט זיך אנגעהויבן א מהפכה ווען 'לעני דעוויס', מייקל קאהענס לויער האט אנגעהויבן ארומגיין אויף די מידיע נעצן און "צוריקציען" איינמאל און נאכאמאל אז ער זאל האבן אינפארמאציע איבער קאהענס אינפארמאציע איבער טראמפס אינפארמאציע.....

און דאן האט עס געקראכט, ווען לעני דעוויס האט פארעפענטליכט אז ער איז געווען פון די סארסעס פאר די סי.ען.ען ארטיקעל!! ... מער האט נישט אויסגעפעלט... פון אלע זייטן האט מען אנגעהויבן הערן שארפע שאלות אין ריכטונג פון סי.ען.ען צו זיי קענען קאנפירמען די "עקסקלוסיוו ריפארט" נאך וואס דער הויפט סארס פאר די מעשה "ציט צוריק" און זאגט אז ער ווייסט למעשה נישט אז קאהען זאל טאקע וויסן אויב טראמפ זאל האבן געוואוסט .איבער די טראמפ טאוער מיטונג...

אבער סי.ען.ען האט זיך געהאלטן - און האלט זיך נאכאלס - בתקפם... זיי שרייבן אז "מיר שטייען אונטער די ווארהייט פון אונזער באריכט!"....

אויפדעם האבן חז"ל שוין געזאגט "הם בתקפם מתחלתם ועד סופם" - ועד בכלל...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:44 pm

אז דעוויס זאל גיין ארבייטען פאר קאהען האט ארויסגעריפען ביי מאנכע א גרויסע פראגע צייכען, זיין סטעיטמענט ״נאך״ זיין דיעל אז קאהען האט נאך א סך צו זאגען איבער טראמפ האט אויסגעזעהן זייער שעדי און איצט ווערט אלעס קלאר, דער האט געמיינט אז ער קען טוהן וואס ער וויל אן א אפשטעל.

העמיר זיפ ען ווילאנג סי ען ען וועט זיך האלטען מיט די ליגענט ווען די בעל המעשה לייקענט עס.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:09 pm

ביי מאנכע ווערן פאקטן אוועקגעשטעלט בעיסד אויף וואס די נייעס האט צו פארקויפן, אויב די מצואות (אפילו ס׳איז דער בעל המעשה אליינס..) שלאגט אפ דאס וואס די נייעס פארציילט גייט דאס קעגן ״פרידאם אוו פרעס״. לויט די מאנכע׳ם טוישט זיך גארנישט מיט די איצטיגע קאהען/דעיוויס סומעטוכע.

#בעק טא ע לייוו טשעיס און לאסאנגעלעס
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 9:11 pm

פריער האב איך געברענגט א לינק פון טוויטער, יעצט זעה איך די ני"ט האט אויפגעדעקט אז ביי פעיסבוק איז בכלל נישט בעסער...

https://www.nytimes.com/2018/08/28/tech ... -bias.html

זיי שרייבן אז א גרופע ארבייטער פון פעיסבוק האבן באשלאסן צו ריוואלטן קעגן די ליבעראלע בייעס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 7:09 pm

שמאטע האט געשריבן:סי.ען.ען איז די טעג פארזונקען אין א טייכל פון נעגאטיווע דדעקונג ביי א פאראייניגטע פראנט פון ריפארטעס און צייטונגען, נייעס סטאנציעס. פון די וואל סטריט דשורנאל ביז די וואשינגטאן פאוסט.


F43A4917-A336-488D-B830-BEADF0BAAFC5.jpeg
F43A4917-A336-488D-B830-BEADF0BAAFC5.jpeg (88.43 KiB) געזעהן 1341 מאל
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 7:52 pm

א פרישע אפ עד אין די וואשינגטאן פאוסט האט געטראפן דאם שילדיגער אין די אנקומענדע האריקעין, און ווער דען אויב נישט טראמפ, הלמאי ער נעמט נישט קעיר פון גלאבעל ווארמינג...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:52 pm

CNN רעיטינגס זענען געפאלן 42% אין דעיטיים, און 36% אין פריים טיים, אין פארגלייך צו פארגאנגענע יאר אזא צייט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 9:20 am

מעשה שטן הצליח, די פעיק ניוז בוממט ליידער.

MSNBC Rachel Maddow posts highst ratings ever, earning #1 spot in cable TV and across all TV for the week
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 9:30 am

געווארן א סומאטוכע, ווען ענדערסאן קאאפער האט שארף ארונטערגעריסן דאן דזשוניער 10 מינוט אין א צו פארן ארויסלייגן די בילד פון 10 יאר צוריק ווי מען זעט ענדערסאן איינגעזינקען אין וואסער וועלנדיג מאכן די האריקעין מער ווי עס איז, שרייבענדיג אז עס איז פון די יעצטיגע האריקעין פלארענס.
למעשה שטעלט זיך ארןיס אז דאן האט דאס יינמאל ניטשט געזאגט אדער געשריבן, נאר האט בלויז ארויסגעשיקט די בילד אלס ליצנות פון סננ.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 9:54 am

געווארן א סעמוטאכע אז ענדערסאן קופפער האט געטשעפעט בעבי טראמפ (דאן זשוניער) און געזאגט ליגענט אז בעבי טראמפ האט געטוויט אז ער איז געווען אין פלאורענס.

למעשה שטעלט זיך ארויס אז קופפער האט קיינמאל נישט געזאגט אז דאני האט אזאנס געזאגט.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 11:00 am

האו עבאוט ער האט דאס יא געזאגט?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 12:31 am

כאפצעם האט געשריבן:מעשה שטן הצליח, די פעיק ניוז בוממט ליידער.

MSNBC Rachel Maddow posts highst ratings ever, earning #1 spot in cable TV and across all TV for the week

איך ווייס נישט ווער די רחל איז, אבער איך געדענק אז איך האב אמאל געזעהן איינעם איר באטיטלען אלס העניטיס עקוויוועלענט אויף די לינקע זייט.
אויב איז עס אמת איז פשט אז פעיק ניוז בומט טאקע.... אויף ביידע זייטן.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:22 am

א פרישע פאקס פאול צייגט אז 68% פון די באפעלקערונג האלטן אז די מידיע איז גענויגט צו איין זייט.
די זעלבע פאול ווייזט אז בלויז 21% זאגן אז זיי טראסטן די מידיע.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:30 am

אן ארטיקל פאבלישט אין פאליטיקא פארענפענפערט די ערשטע ווערסיע פון די ניט ארטיקל ארום ניקי העיליס קעירטענס, הערטס אייך איין:
דהנה היות די טראמפ אדמיניסטראציע האט דאך געשניטן אסאך געלטער פון די סטעיט דעפארטמענט אין וויכטיגע אויסגאבעס ווי סטעף וכדו׳, וואלט זי דאך אוודאי און אוודאי געדארפט קענסלען אויך די פירהענגען...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

Not Just Bias But LIARS

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 8:28 pm

אין 2016 איז געווען א נייעס אז פרעזידענט טראמפ האט געזאגט מען זאל ארויסווארפן א פראטעסטירער פון זיין ראלי און אז מען זאל יענעם נישט איבערלאזן אפילו מיטן מאנטל. א סי ען ען קאמענטאטאר האט אין רעקאציע געשריבן אויף טוויטער "זיג הייל," די נאצישע סאלוט

די וואך מאנטאג נח האט איינער פריש אפירגעזוכט דעם טוויט. ווען די קאמענטאטאר האט באמערקט ווי מען מאכט צימעס פון די טוויט, האט זי געשריבן אז 'מענטשן ווילן מיך אראפלייגן אלס א נאצי באזירט אויף א טוויט וואס איז געווארן געהעקט און ניטאמאל גוט געספעלט.' אין אנדערע ווערטער יענער זאגט אז זי האט עס נישט נישט געשריבן. אזוי ווי איך זאל זאגן אז די אימעיל האב איך נישט געשיקט נאר איינער האט געהעקט מיין אקאונט. ווען מען האט אנגעפרעגט ביי די סי ען ען פובליק רילעישאנס ארעם וועגן דעם טוויט האבן זיי געצייגט אויף די אויסרייד ווי צו זאגן אז זיי נעמען אן דאס וואס יענער ענטפערט און זיי גייען מיט מיט דעם

אבער די אויסרייד איז א פאלנער ליגנט ווייל א האלבע יאר נאך די אריגינעלע נאצי סאלוט טוויט האט די זעלבע שרייבער נאכאמאל גענוצט די זעלבע נאצי סאלוט אויף טוויטער וואס איינער האט טאקע ארויף געברענגט גלייך נאכדעם וואס דער סי ען ען שרייבער האט גענוצט דעם העק ליגענט. נאכמער, געווענליך אויב איינער ווערט ארויסגעשפארט פון זיין אקאונט די ערשטע זאך וואס מען טוט ביים צוריק באקומען קאנטראל איז אז מען מעקט אויס אלע טוויטס וואס די העקערס האבן געשיקט אין דיין נאמען די לעצטע טאג צוויי, אבער ביי דעם פאל איז דאס נישט געטוהן געווארן, ווייל יענע אקאונט איז קיינמאל נישט געווארן געהעקט, און אויב עס וואלט געהעקט געווארן אין יאנואר פון 2016 אין עס איז געשריבן געווארן זיג הייל, וויאזוי איז פונקט דער זעלבער נאכאמאל געהעקט געווארן א האלבע יאר שפעטער און זיג הייל איז ווידעראמאל געשריבן געווארן? און אין ביידע פעלער האט דער שרייבער נישט אפגעמעקט די טוויטס? לייגט זיך נישט אויף די שכל

אינטערסאנט איז אז צוויי יאר צוריק האט סי ען ען ארויסגעווארפן א קאנסערוועטיווע קאמענטאטאר דזשעפערי לארד פאר'ן שרייבן די זעלבע זאך, דא אבער זעט נישט אויס ווי זיי פלאנען ארויסצואווארפן דעם שרייבער פארן נוצן די זעלבע שפראך. נאכמער איז אז די פראפעגאנדע ארעם פון סי ען ען איז גרייט מיטצוגיין מיט די ליגנט אז עס איז געווען א געהעקטע טוויט

דאס ווייזט אז זייער אסאך מענטשן ביי סי ען ען זענען נישט נאר אייז זייטיג. זיי זענען שקרנים, און נישט סתם עפעס א שרייבער געבט א זאג א ליגנט, נאר די קארפארעישען ארעם,
gestetnerlist@gmail.com

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 10:15 am

שווארצער קאמענטירער אויף סננ, דאן לעמאן, זאגט נעכטן פאר קריס קואמא (אחי האדמור מניו יארק):

מיר דארפן רילייזן אז די גרעסטע טעראר שרעק פארן לאנד איז די ווייסע מענער, רוב פון זיי זענען ראדיקאליזירט אויף רעכטס, מיר דארפן אנהייבן טון עפעס דערוועגן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 10:25 am

דאס איז לכאורה אויך טראמפ'ס שולד - ער האט אויפגערעגט לעמאן.
Innocent until proven Republican

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 10:46 am

בד״וו
פאקס האט געענדיגט אקטאבער מיט העכערע רעטינגס פון סננ און מסנבס ביינעזאם, טאטעל צוהערער ארויף מיט 25% זינט פאריאר אקטאבער.

די פינף פראגרעמס מיט די מערסטע צוקוקער אויף קעיבל ניוז:
העניטי 3.5 מיליאן
טאקער קארלסאן 3.2
אינגרעהעם ענגל 2.9
די פייוו 2.8
ברעט בעיער 2.6
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 4:54 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:שווארצער קאמענטירער אויף סננ, דאן לעמאן, זאגט נעכטן פאר קריס קואמא (אחי האדמור מניו יארק):

מיר דארפן רילייזן אז די גרעסטע טעראר שרעק פארן לאנד איז די ווייסע מענער, רוב פון זיי זענען ראדיקאליזירט אויף רעכטס, מיר דארפן אנהייבן טון עפעס דערוועגן.

האבעך הנאה פון די אחי האדמו"ר אויסדרוק.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 8:43 am

סננ האט זיך אנטזאגט צו קאמענטירן אויף לעמאנס ווערטער.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:32 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:שווארצער קאמענטירער אויף סננ, דאן לעמאן, זאגט נעכטן פאר קריס קואמא (אחי האדמור מניו יארק):

מיר דארפן רילייזן אז די גרעסטע טעראר שרעק פארן לאנד איז די ווייסע מענער, רוב פון זיי זענען ראדיקאליזירט אויף רעכטס, מיר דארפן אנהייבן טון עפעס דערוועגן.

https://drive.google.com/file/d/1kF-hvu ... sp=sharing

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג נובעמבער 04, 2018 2:49 pm

א רעפארטער פון NBC'ס saturday night live האט נעכטן חוזק געמאכט פון א רעפובליקאנער קאנגרעס קאנדידאט וועמען עס פעלט אן אויג רח"ל. די דיסעביליטי האט יענער באקומען דינענדיג אין די אמעריקאנער מיליטער אין אפגאניסטאן, ווען אן IED האט אויפגעריסן הארט נעבן אים.

שטייצעך אז עס איז גלייך געווארן אן איבערקערעניש אין לאנד, און פון אלע זייטן האט מען אים אראפ געריסן און פארלאנגט זיין רעזיגנא... אופס, סארי. ס'איז שא שטיל.

#אבער_טראמפ
Innocent until proven Republican

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג נובעמבער 04, 2018 3:20 pm

צל עובר האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:שווארצער קאמענטירער אויף סננ, דאן לעמאן, זאגט נעכטן פאר קריס קואמא (אחי האדמור מניו יארק):

מיר דארפן רילייזן אז די גרעסטע טעראר שרעק פארן לאנד איז די ווייסע מענער, רוב פון זיי זענען ראדיקאליזירט אויף רעכטס, מיר דארפן אנהייבן טון עפעס דערוועגן.

האבעך הנאה פון די אחי האדמו"ר אויסדרוק.


האסט אויך הנאה פון א #ווייסע מענער בען ?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג נובעמבער 04, 2018 3:25 pm

צל עובר האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:שווארצער קאמענטירער אויף סננ, דאן לעמאן, זאגט נעכטן פאר קריס קואמא (אחי האדמור מניו יארק):

מיר דארפן רילייזן אז די גרעסטע טעראר שרעק פארן לאנד איז די ווייסע מענער, רוב פון זיי זענען ראדיקאליזירט אויף רעכטס, מיר דארפן אנהייבן טון עפעס דערוועגן.

האבעך הנאה פון די אחי האדמו"ר אויסדרוק.

יא, אבער פון דאס וואס קריס האט געכאפט פונעם פיטסבורג ראביי וואלטסטע נישט אזוי הנאה געהאט..

דער האט אים אזוי אריינגעגעבן מנה אחת אפיים, אים בא׳שגץ׳ט אלטס ״העיטער״ און פון די וואס זיכן צן ״צוטיילן דעם פאלק״.. קריס האצעך שיעור לייוו באגראבן.

#מאמאמיא.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
איצל פיצל
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מאנטאג נובעמבער 05, 2018 9:18 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:יא, אבער פון דאס וואס קריס האט געכאפט פונעם פיטסבורג ראביי וואלטסטע נישט אזוי הנאה געהאט..

דער האט אים אזוי אריינגעגעבן מנה אחת אפיים, אים בא׳שגץ׳ט אלטס ״העיטער״ און פון די וואס זיכן צן ״צוטיילן דעם פאלק״.. קריס האצעך שיעור לייוו באגראבן.

#מאמאמיא.

נו זיי זוי גיט און ברענג עס אהער.

נ. ב. ישר כח פאר אלעס וואס די ברענגסט. בכלל דיין שפראך... #מאמאמיא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט