אויפרייס אין מאנהעטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 9:21 pm

אזוי ארבעט עס, ווען זיי זענען סוקסעספול אין אויפברעכן א טעראר צעל איידער עס אויספירן, נעמען זיי קרעדיט, און ווען זיי פארזעהן עפעס איז עס זייער דורכפאל. זייער זשאב איז נישט צו קעירנעמען פון די טעראריסטן נאכדעם וואס איך אנטדעק זיי, זייער ארבעט איז עס צו אנטדעקן באצייטענס

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 11:35 pm

ישר כח יודל פאר די שיינע באריכטן גיי ביטע אן.
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מיטוואך אוקטובער 19, 2016 10:40 am

די טעראריסט איז שוין ארויס און שפיטאל נאכן געשאסן ווערן ביים ארעסטירן
Democrats need to start getting elected by doing things right, not waiting for someone else to do something wrong.

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מיטוואך אוקטובער 19, 2016 1:22 pm

חודו ל'אללא קי-טויב
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

פעיק נוז
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: ....washingtonpost. New York times. cnn

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 3:17 pm

מאנהעטן – דער פראצעס קעגן דעם טעראריסט, אכמעד ראכימי, וועלכער האט אונטערגעשטעלט די באמבע אין דער טשעלסיע געגנט אין מאנהעטן, אין וועלכע 30 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, האט זיך נעכטן אנגעהויבן אינעם פעדעראלן געריכט אין מאנהעטן. גלייך פון אנהויב האט זיך דאס אנגעשטאלפערט אין שטערונגען, ווען דער פארברעכער ראכימי האט געמאכט טומלערייען זאגנדיג כסדר פאר'ן ריכטער אז ער וויל אים וויכטיג עפעס זאגן, און האט נישט געוואלט שטיל זיין. ער האט דאן אויסגעשריגן אז ער האט א קריוודע, נעמליך אז שוין א יאר צייט האט מען אים נישט געלאזט זען זיין ווייב און קינדער. דער ריכטער האט אים ארויסגעווארפן פון געריכט זאל, פאר א וויילע, ביז ער האט זיך בארואיגט, און האט אים דאן צוריק אריינגערופן און אויסגעשייגעצט. דער באמבע אויפרייס האט פאסירט סעפט. 17 16', ביי דער וועסט 23'טער גאס. אן אנדערע באמבע איז געפונען געווארן ביי דער וועסט 27'טער סטריט, אבער עס האט נישט אויפגעריסן. די דזשורי האט געהערט די שילדערונגען פון איינע פון די פארוואונדעטע, וועלכער האט שיער פארלוירן אן אויג, און האט אויך געזען בילדער פונעם דאמפסטער וועלכע איז געשליידערט געווארן הויך אין דער לופטן פונעם אויפרייס.

דער איד דעלי

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5916
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 7:31 pm

"געפונען" געווארן שולדיג אויף אלע קלאגעס.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 1:04 am

דאס מיינט לעבנסלענגלעכע טורמע.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רה''ק דקהל פורים און 22 געסט