פעטיציע צום פרעזידענט לטובת מוה"ר מרדכי יצחק סאמעט שליט"א שיצא מאפילה לאור גדול

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

רוח מצויה
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 4:43 pm

תגובהדורך רוח מצויה » מאנטאג ינואר 23, 2017 4:51 pm

כ'פארשטיי נישט אייער שאלה (ס'מאכט מיר נישט קיין סענס..)

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » מאנטאג ינואר 23, 2017 4:55 pm

רוח מצויה האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט אייער שאלה (ס'מאכט מיר נישט קיין סענס..)

ווי עטליכע האבן געשריבן האט די ספעציעלע קאמיסע אים יא באשטעטיגט. נאר בלויז אבאמא האט אליינס געזאגט אז ער וויל נישט.
מאכט שוין מער סענס?

רוח מצויה
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 4:43 pm

תגובהדורך רוח מצויה » מאנטאג ינואר 23, 2017 5:04 pm

מאכט סענס? האט געשריבן:
רוח מצויה האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט אייער שאלה (ס'מאכט מיר נישט קיין סענס..)

ווי עטליכע האבן געשריבן האט די ספעציעלע קאמיסע אים יא באשטעטיגט. נאר בלויז אבאמא האט אליינס געזאגט אז ער וויל נישט.
מאכט שוין מער סענס?

איבערגעליינט יעצט די לעצטע פאר בלעטער, און אויסער וואס @מצלמה שרייבט אז ער ווייסט קראנט אפי' פונקטלעך וויאזוי אבאמא האט זיך אפי' אויסגעדריקט, (און ס'קוקט מיר נישט אויס קראנט, אדרבא אויב ס'איז יא אזוי זאל ער ביטע ברענגן פראוו דערצו און אויב ס'איז אמת איז כל דברי בטלים ומבוטלים) האט קיינער נישט נישט געשריבן אז זיי האבן רעקאמענדירט צו שניידן, און אויך מאכט עס נישט קיין סענס עס נישט אז זיי זאלן רעקאמענדירן צו שניידן אזא סארט קעיס מיט אזא קלארע שולד אורטייל.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג ינואר 23, 2017 5:08 pm

אידיש.טייפינג האט געשריבן:ווייניג פאליטישאנס טוען אזעלכע זאכן צוליב אהבת ישראל אדער אָן קיין חשבונות.
בפרט וועו די טורמע באאמטע רעקאמענדירן דערקעגן.

דער פאקט בלייבט, אז אויב וואלט מען קאמפיינט ביים חרדי'שן ציבור צו גיין שטימען פאר קלינטאן, וואלט עס אסאך צוגעהאלפן אז אבאמא זאל פילן אז ער מוז עס טאן צוליב פארטיי, און זעענדיג אז מען רעכנט זיך מיט זיין ווילן.

פאקטיש איז די מידיא געווען פארנומען אז די ארטאדאקסישע אידן האבן געשטימט אין גרויסן פאר טראמפ, וואס איז געווען לכאורה א שטארקן פראסק פאר אבאמא פערזענליך וועלכער האט איינגעלייגט וועלטן אז קלינטאן זאל געווינען. נאך אלעם איז ער א פאליטישאן פונקט ווי אנדערע פאליטישאנס, און ווען מען האט פארלאנגט א וויזיט נאך די וואלן, האט ער זיך געמאכט א פשוט'ן חשבון: איר זענט דאך סיי–ווי קעגן מיר, טא וואס ווילט איר יעצט א טןבה פון מיר?
און ווי פריער געזאגט, אפילו אין ניו יאק מאכט עס סיי–ווי נישט אויס ביי א פרעזידענט וואלן פאר וועמען די אידן שטימען, איז עס אבער א סימבאלישע זאך ווען מען ווייזט פאר'ן פרעזידענט אז מען רעכנט זיך מיט אים.

איך זאג נישט אז דאס איז א זיכערע זאך. אבער למיחש מיהו בעי, און קיין שאדן וואלט זיכער נישט ארויסגעקומען פאר'ן ציבור אויב מען וואלט געשטימט פאר איר.

סאיז אזוי שיין צו זעהן ווי אזוי מ' פאלאטאזירט יעדע זאך, הלא, אלע חרדישע צייטונגען האבען אינדארסירט פרוי קלינטאן, לשיטתך איז דאס נישט גענוג אז אבאמא זאל אונז אויפנעמען, נאר וואס דען??? פיר אליינס אויס,, ברוך שפטרנו
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » מאנטאג ינואר 23, 2017 5:18 pm

רוח מצויה האט געשריבן:
מאכט סענס? האט געשריבן:
רוח מצויה האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט אייער שאלה (ס'מאכט מיר נישט קיין סענס..)

ווי עטליכע האבן געשריבן האט די ספעציעלע קאמיסע אים יא באשטעטיגט. נאר בלויז אבאמא האט אליינס געזאגט אז ער וויל נישט.
מאכט שוין מער סענס?

איבערגעליינט יעצט די לעצטע פאר בלעטער, און אויסער וואס @מצלמה שרייבט אז ער ווייסט קראנט אפי' פונקטלעך וויאזוי אבאמא האט זיך אפי' אויסגעדריקט, (און ס'קוקט מיר נישט אויס קראנט, אדרבא אויב ס'איז יא אזוי זאל ער ביטע ברענגן פראוו דערצו און אויב ס'איז אמת איז כל דברי בטלים ומבוטלים) האט קיינער נישט נישט געשריבן אז זיי האבן רעקאמענדירט צו שניידן, און אויך מאכט עס נישט קיין סענס עס נישט אז זיי זאלן רעקאמענדירן צו שניידן אזא סארט קעיס מיט אזא קלארע שולד אורטייל.

איר זענט גערעכט מיט דעם אז נאר @מצלמה שרייבט דאס. און מיין תגובה איז טאקע געווען אויף דיין און מצלמה'ס תגובות. מיט די אנדערע ווערטער בין איך טאקע נישט גערעכט. אבער אנדערע האבן געשריבן אז זיי האבן געהערט פון רבנים אז ס'איז נישט געווען צו וועם צו רעדן. קיק צום ביישפיל אויף די תגובה
so now what האט געשריבן:I heard from one of the kj village employees the the village had an appointment with Obama's Jewish relation secretary (I forget the name) about samet, and the answer was from him "my job is to relay any message the administration has to say, and not to listen to your "concern

עניוויע איך מיין נישט אראפצורייסן אבאמא, וואס אגב איז ער אין מיינע אויגן בכלל נישט קיין אנטיסעמיט. כ'האב בלויז געווילט אויסקלארן פאקטן.
לעצט פאראכטן דורך מאכט סענס? אום מאנטאג ינואר 23, 2017 5:31 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » מאנטאג ינואר 23, 2017 5:27 pm

רוח מצויה האט געשריבן:א פרעזידענט באקומט שווערע טויזענטער פארלאנגען.................................................................................................................. טערמינען, (ס'וואלט געווען זייער אינטערעסאנט אויב ס'איז מעגליך אויף עפעס א וועג צוצוברענגן דא יענע ארטיקעל)

זייער קלאר ארויסגעברענגט.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג ינואר 23, 2017 5:39 pm

רוח מצויה האט געשריבן:א פרעזידענט באקומט שווערע טויזענטער פארלאנגען פון כל מיני פארברעכערס און פאראורטיילטע און פון זייערע קאמיוניטיס ער זאל זאל באפרייען און שניידן אורטיילן פון זייערע באקאנטע/מעמבערס אין קאמיוניטיס וכדומה, אך און וויי וועט זיין אויב דער פרעזידענט וועט אננעמען אפי' נאר א צענטל פון אלע פארלאנגען, ער וועט קענען פארשפארען די גאנצע פעדעראלע תפיסה סיסטעם. הייב נאר אן צו גוגלען וועסטו טרעפן הונדערטער פאראורטיילטע וואו זיי ברענגן ארויס קליפ און קלאר פארוואס זייער אורטייל איז כנגד היושר און פארוואס זיי מוזן שוין באפרייט ווערן און וויפיל אומריכטיקייט און עוולות ס'איז געטוהן געווארן דורך די פראסיקיוטערס און די ריכטערס, (און אסאך מאל זענען זיי ביטער גערעכט, עי' ערך טשארלס היינס)

א ודאי מיר אחב"י קענען ר' יצחק מרדכי פאר א טייערע און חשובער יוד מיט א גרויסע משפחה און אונז פארשטיי מיר אז ער האט שוין גענוג געליטן און ס'איז שוין העכסט צייט אז ער זאל באפרייט ווערן, ער איז צו הארב באשטראפט געווארן, וכו', אבער ביים פרעזידענט איז דעס נאך א קעיס צווישן אנדערע טויזענטער קעיסעס וואס ווערן אריינגעשיקט צו עים, און ס'ארבעט נישט אז דער פרעזידענט זאל באפרייען יעדן וואס האלט אז ער/זי איז שוין צו לאנג געזיצן, און אויב דעי מעשה איז אמת דא אז ער האט צוריקגעוויזן די קעיס אז ער האלט עים נישט ביים באפרייען, האט ער נישט געטראכט איין מינוט וועלכע ראסע איז דער סאמעט? א אזיאנער? א שווארצער? לאז מיך עים באפרייען, אהה וואס ער איז א יוד, ניין איך באפריי עים נישט... און ער איז אויך נישט געקומען דא אויף אויף איי-וועלט זוכן ווער אינפארמעישן דער יוד איז, אדער געטשעקט אין די היימישע צייטונגען וואס זיי זאגן איבער עים, און ער איז אויך נישט קיין לאיער אדער האט אזויפיל איבעריג צייט אריינצוקוקן אין יעדע קעיס און דורכגיין די פונקטליכע דעטאלן און מונדליכע טענות פון יעדע קעיס, וויפיל איך פארשטייי ארבעט עס אז ס'קומט אן צום פרעזידענט אינאיינעם מיט א רעקאמענדאציע פון א ספעשל בארד (כ'געדענק שוין נישט די נאמען פון די באורד) וואס רעקאמענד אויב יא שניידן אדער נישט, און ס'לאזט זיך זייער שטארק גלייבן אז אזא קעיס ווי דעיס איז אנגעקומען מיט א שטארקע רעקאמענדאציע קעגן שניידן זיין טערמין.

בעסער געזאגט, ס'איז באמת בכלל נישט בדרך הטבע אז א פרעזידענט זאל שניידן אדער פארדאנען איינעם מיט אזא קעיס (נישט קיין חילוק צו די יארן וואס דער ריכטער האט צוגעטיילט איז איבערגעטריבן צו נישט) אויב וואלט יא געקומען א פארדאן וואלט עס געווען א נס גלוי און א פשוטע אפטייטש פון לב מלכים ושרים ביד ה', אבער ליידער האבן מיר נישט זוכה געווען דערווייל צו דעם, באט איך זעה בכלל נישט אינדעם בכלל א 'שטיינערנע הארץ פון אבאמא'. אדער די מינדענסטע אנדייט אויף א שנאת ישראל (דערווייל האט ער נאך געלאזט די פעדעראלע תפיסה סיסטעם פול אויך מיט שווארצע און מוסלמעינער)

(דאס נישט וועלן געבן קיין פולע פארדאן פאר סקוטער ליבי ווען טשעיני האט זיך איינגעבעטן בייי בוש, וואס ער איז לכל הדיעות געווארן אנגעקלאגט אויף גאר שוואכע און נארישע קלאגעס, אין דעם וואלט איך ענדערש געזעהן א שטיינענע הארץ, כאטש דעס קען מען אויך פארשטיין אז בוש האט עס גענומען מורא'דיג ערענסט און ווייל ער האט נישט געזעהן קיין עכטע חרטה ביי ליבי האט ער באמת געהאלטן אז ס'קומט עים נישט קיין פארדאן, כאטש צו שניידן זיין תפיסה טערמין האט ער יא פארשטאנען אז ער דארף)

אגב, כ'האב לעצטענס איבערגעלייענט א אלטע 'שטערן' וואו ער באשרייבט באריכות קלינטאן'ס פארדאנען (נישט געפארדענט נאר געשניטן) די סקווערע פאראורטיילטע צו 30 חדשים, ס'איז א מייסטער-פיעס פון אן ארטיקעל, וואס איז אבער אינטערעסאנט צוצוצייכענען אהער איז אז ער באשרייבט דארט די אויסטערלישע שוועריקייטן וואס די סקווערע רבי געהאט צו קענען באקומען א א אפוינטמענט און וואס דעס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין די גרעסטע סייעתא דשמיא אז די גאנצע פארלאנג פון פארדאנען איז נישט דורך די געהעריגע וועג וואס ס'דארף נארמאל דורכגיין ווייל זיי האבן שטארק רעקאמענדירט אז קלינטאן זאל בשו"א נישט שניידן זייערע טערמינען, (ס'וואלט געווען זייער אינטערעסאנט אויב ס'איז מעגליך אויף עפעס א וועג צוצוברענגן דא יענע ארטיקעל)

זאגסט דברים של טעם, אבער ביזט נישט גערעכט.

א פרעזידענט באקומט טאקע שווערע טויזענטער פארלאנגען פון כל מיני פארברעכערס און פאראורטיילטע, אבער עס קומט אן צו אים אויף אלע מיני אופנים. ער קען טאקע נישט אן קומען צו אלע פון זיי, און שטודירען זיי אלע קען ער זיכער נישט, אבער די וויכטיגערע פון די רעקוועסטען (וואס איז נאר א גאר קליינע פרוצענט פון אלע בקשות) קומט יא אן צו אים, איבערהויפט אויב עס קומט פון א וויכטיגען מקור ווי פון מיסעס קלינטאן וכדומה, ווערט עס נישט דזאסט אזוי איגנארירט.

אז ער האט אים נישט באגנאדיגט, אז ער האט נישט געוואלט הערען דערפון; האט ער זיכער געוויסט פון וואס און וועם און פון וועליכע פאלק עס האנדעלט זיך (כאטש ער האט אפשר נישט געוויסט אלע פרטים), און אז ער האט אים נישט באגנאדיגט און אפילו נישט געווען אינטרעסירט זיך צו טרעפען מיט אונזערע שתדלנים, מיינט עס קלאר אז ער האט א שטיינערנע הארץ צו אונז אידען, פינטעל.

דאס איז חוץ דער הלכה ידוע, האבען מיר דא א אינו דומה שמועה לראיה, מיא זעהען דא קלאר באשיינפערלעך אז קיין אידען פריינט איז ער נישט.

ווייז מיר איין זאך וואס ער האט געטוהן אין זיין לעבען וואס ווייזט די פארקערטע.

סאמעט איז נישט געווען ביי אים א קעיס צווישן אנדערע טויזענטער קעיסעס, נאר א אידישער קעיס (וואס ער קוקט "יא" אויף דעם) און דזאסט דאזענט קעיר. זאלען מיר יא קעירען פאר אים? צו וואס? פאר וואס?

דער קעיס איז נישט געקומען צו אים רעקאמענדירט דורך א בארד פאר אדער קעגען (ווי די אנדערע טויזענטער); עס איז געקומען צו אים דורך טשענעלס וואס אידען האבען (זייערע פאליטישען'ס וכו') און ויכבד את לבו; הי דזאסט דאזענט קעיר.
--
סתם פאר נייגעריגקייט; בעיסד אויף דיין גאנצע דרשה; האלסטו מען זאל אפילו נישט פראבירען מיט טראמפ, ווייל עס קומט צו אים טויזענטער רעקוועסטען?!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מאנטאג ינואר 23, 2017 6:26 pm

מיר מוזן נישט זאגן אז אבאמא איז א שונא ישראל (מער פון דעם עשו שונא ליעקב). ניין.

דער מציאות איז קלאר איז מדינת ישראל / ביבי נתניהו רעגירונג האט געמאכט אש און פארעך פון אבאמא, זיך גערייצט מיט אים און אים צעשמירט און אראפגעריסן טאג טעגליך.

אבאמא מוז נישט וויסן אז סאמעט איז א ״אינו מכיר אין מדינת ישראל / אנטי ציוני / סאטמאר / תולדות אהרן חסיד.

ער ווייסט בלויז אז מרדכי יצחק סאמעט איז א איד, און די ״מרדו בי יהודאי״... קענטליך?

יעצט שנייד ווייטער קרעפליך!

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מאנטאג ינואר 23, 2017 7:10 pm

מצלמה,

לויט אייער לאנגע היסטאריע/היסטעריע דא אויף אייוועלט אקעגן דעם געוועזענעם פרעזידענט, איז באמת זינלאז צו דיסקאסירן אויף א מעשה וואס איר האט אליין דערציילט.

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מאנטאג ינואר 23, 2017 7:12 pm

מצלמה האט געשריבן:מיר מוזן נישט זאגן אז אבאמא איז א שונא ישראל (מער פון דעם עשו שונא ליעקב). ניין.

דער מציאות איז קלאר איז מדינת ישראל / ביבי נתניהו רעגירונג האט געמאכט אש און פארעך פון אבאמא, זיך גערייצט מיט אים און אים צעשמירט און אראפגעריסן טאג טעגליך.

אבאמא מוז נישט וויסן אז סאמעט איז א ״אינו מכיר אין מדינת ישראל / אנטי ציוני / סאטמאר / תולדות אהרן חסיד.

ער ווייסט בלויז אז מרדכי יצחק סאמעט איז א איד, און די ״מרדו בי יהודאי״... קענטליך?

יעצט שנייד ווייטער קרעפליך!

100% גערעכט

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מאנטאג ינואר 23, 2017 7:14 pm

סארקאזי האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:ווייניג פאליטישאנס טוען אזעלכע זאכן צוליב אהבת ישראל אדער אָן קיין חשבונות.
בפרט וועו די טורמע באאמטע רעקאמענדירן דערקעגן.

דער פאקט בלייבט, אז אויב וואלט מען קאמפיינט ביים חרדי'שן ציבור צו גיין שטימען פאר קלינטאן, וואלט עס אסאך צוגעהאלפן אז אבאמא זאל פילן אז ער מוז עס טאן צוליב פארטיי, און זעענדיג אז מען רעכנט זיך מיט זיין ווילן.

פאקטיש איז די מידיא געווען פארנומען אז די ארטאדאקסישע אידן האבן געשטימט אין גרויסן פאר טראמפ, וואס איז געווען לכאורה א שטארקן פראסק פאר אבאמא פערזענליך וועלכער האט איינגעלייגט וועלטן אז קלינטאן זאל געווינען. נאך אלעם איז ער א פאליטישאן פונקט ווי אנדערע פאליטישאנס, און ווען מען האט פארלאנגט א וויזיט נאך די וואלן, האט ער זיך געמאכט א פשוט'ן חשבון: איר זענט דאך סיי–ווי קעגן מיר, טא וואס ווילט איר יעצט א טןבה פון מיר?
און ווי פריער געזאגט, אפילו אין ניו יאק מאכט עס סיי–ווי נישט אויס ביי א פרעזידענט וואלן פאר וועמען די אידן שטימען, איז עס אבער א סימבאלישע זאך ווען מען ווייזט פאר'ן פרעזידענט אז מען רעכנט זיך מיט אים.

איך זאג נישט אז דאס איז א זיכערע זאך. אבער למיחש מיהו בעי, און קיין שאדן וואלט זיכער נישט ארויסגעקומען פאר'ן ציבור אויב מען וואלט געשטימט פאר איר.

סאיז אזוי שיין צו זעהן ווי אזוי מ' פאלאטאזירט יעדע זאך, הלא, אלע חרדישע צייטונגען האבען אינדארסירט פרוי קלינטאן, לשיטתך איז דאס נישט גענוג אז אבאמא זאל אונז אויפנעמען, נאר וואס דען??? פיר אליינס אויס,, ברוך שפטרנו

1) מען האט אינדארסירט אבער נישט געארבעט דערויף!

2) אויסער סאטמאר האבן אלע ארטאדאקסישע קרייזן "אינדארסירט" טראמפּ (אויסער סקווירא)

רוח מצויה
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 4:43 pm

תגובהדורך רוח מצויה » מאנטאג ינואר 23, 2017 8:56 pm

הרב ספוסמאן, כ'קען בכלל נישט די פרטי הדברים ביי דעם קעיס, איר שרייבט אז עס געווארן אויפגעברענגט דורך מיס. קלינטאן? פון וואו נעמט איר עס?

האט ער זיך געטראפן מיט אנדערע דעלעגאציעס וואס האבן פארלאנגט א פארדאן פאר זייערע באקאנטע אדער האט ער זיך נישט געטראפן מיט קיין שום דעלעגאציע איבער דעם נושא? אדער פון גאנץ אמעריקע האט עס קיינער נישט פארלאנגט א זיצונג איבער דעם נושא נאר אונז אחב"י?

איז שוין געווען א אמעריקאנער פרעזידענט וואס האט זיך געטראפן מיט יודישע עסקנים בנוגע פארדאנען פארברעכערס? (ענטפער נישט אז קלינטאן, ווייל דעי וואס שרייבן די פרטי הדברים דערציילן אז קלינטאן איז געווארן געכאפט אין שאק ווען סקווערע רבי האט ארויסגענומען זיין בריוו ביי די זיצונג עכ"פ אזוי גייט די עמטליכע גירסא)

האט ענדערש באפרייט אזא גאטונג פארברעכערס ביי אנדערע ראסעס ענדערש וואו ביי אחב"י?

אוועטאר
דער וואוילער
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:30 pm

תגובהדורך דער וואוילער » דינסטאג ינואר 24, 2017 11:34 am

יעצט לאמיר האפען אז אינזער נייע טראמפ וואס זעט דערווייל אויס ווי א ידען פריינד וועט אים יא ארויס לאזען
אין לאמיר נישט פארגעסן אז פרעזעדנט קען אייביג א רויס לאזען אין נישט נאר אין זיין לעצטע חודש

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 24, 2017 11:43 am

אזוי ווי מיר ווייסען נישט ווי לאנג טראמפ וועט לעסטען, און עס איז נישט מסתבר אז פענס וועט זיין מער צוגעלאזט צו אונז ווי ער, וואלט לכאורה געווען ראטזאם אז מען זאל פראבירען וואס פריער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 24, 2017 11:57 am

רוח מצויה האט געשריבן:הרב ספוסמאן, כ'קען בכלל נישט די פרטי הדברים ביי דעם קעיס, איר שרייבט אז עס געווארן אויפגעברענגט דורך מיס. קלינטאן? פון וואו נעמט איר עס?

האט ער זיך געטראפן מיט אנדערע דעלעגאציעס וואס האבן פארלאנגט א פארדאן פאר זייערע באקאנטע אדער האט ער זיך נישט געטראפן מיט קיין שום דעלעגאציע איבער דעם נושא? אדער פון גאנץ אמעריקע האט עס קיינער נישט פארלאנגט א זיצונג איבער דעם נושא נאר אונז אחב"י?

איז שוין געווען א אמעריקאנער פרעזידענט וואס האט זיך געטראפן מיט יודישע עסקנים בנוגע פארדאנען פארברעכערס? (ענטפער נישט אז קלינטאן, ווייל דעי וואס שרייבן די פרטי הדברים דערציילן אז קלינטאן איז געווארן געכאפט אין שאק ווען סקווערע רבי האט ארויסגענומען זיין בריוו ביי די זיצונג עכ"פ אזוי גייט די עמטליכע גירסא)

האט ענדערש באפרייט אזא גאטונג פארברעכערס ביי אנדערע ראסעס ענדערש וואו ביי אחב"י?

מצלמה האט געשריבן:מורי ורבותי,

ר׳ מרדכי יצחק איז באשטעטיגט געווארן דורך אלע קאמיטיס און רעקאמענדאציע מיניסטארן, ביז געוועזענער פרעזידענט קלינטאן, און סעקרעטערי אף סטעיט מרת קלינטאן. אלע האבן געזאגט יא!!!

חוץ.....
באראק אבאמא בכבודו ובעצמו האט געזאגט: ניין!!!

נישט נאר דאס, ער האט געזאגט: זאל ער ראטן אין דזשעיל. ער איז א טיהף!

ער האט געהאט גוטע טשאנסן, אבער וואס זאל מען טאן אז זיין שנאה צו כלל (מדינת) ישראל, בכלל ובפרט, האט אים נישט געלאזט א טובה טאן פאר א איד.

מצלמה האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:ר' מצלמה פון וואו קומט אייער אינפארמאציע? איז עס קראנט?

Direct knowledge of an insider to Senator Schumer

so now what האט געשריבן:I heard from one of the kj village employees the the village had an appointment with Obama's Jewish relation secretary (I forget the name) about samet, and the answer was from him "my job is to relay any message the administration has to say, and not to listen to your "concern

מצלמה האט געשריבן:דער מציאות איז אז עטליכע רבנים האבן געדארפט אראפ-פארן צום ווייסן הויז - אנהויב יאנואר - און האבן אן אודיענץ ביי פרעזידענט אבאמא. איבער סאמעט׳ס פארדאן.
אבאמא האט אבער געזאגט אז ער גייט אים נישט פארדאנירן און וויל גארנישט טאן. זאל ער זיצן האט ער געזאגט!

דערפאר איז די וויזיט נישט צושטאנד געקומען.

קיין נפקמ האט געשריבן:

איך האב אויך געהערט פין איינע פין די רבנים וואס האט געדארפט פארן. איינער האט אים געפרעגט צי עס איז אמת אז ער גייט פארן, האט ער גענטפערט "אז עס וועט זיין פארוואס"....

באטאם ליין די אלע וואס האבן אראפגעלייגט אבאמא פאר דער גרויסער אוהב ישרא' זאלן דאס וויסן. ער האט אבסאלאוט נישט געהאט קיין שום גיט געפיל צי יודן (איך וויל נישט זיין קיין רעסיסט וועל איך חלילה נישט זאגן אז ער איז א שו..... יש.......)

נאטרוליסט האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:

אבאמא האט ביי דער געלעגנהייט צוגעלייגט: דער פארפולכטעטער יודע דארף ווען בעצם פארגאזט ווערן אינאיינעם מיט די אלע אידישע שוויינען, זאל ער זיך פרייען איך לאז אים ראטן אין דזשעיל.

#Direct knowledge

דאס נישט וויסן פון עטליכע ניקים דא, מאכט נאך נישט אבאמא'ס רעפיוסעל פאלש.
ר' מרדכי יצחק'ס אפליקאציע איז אנגעקומען ביז'ן פרעזידענט וואס האט עס קאטעגאריש צוריקגעוויזן און געהייסן מער נישט אויפברענגען.

יעצט פרעגט זיך דער קשיא; אויב זאגען דא אלע ליגענט, און מען האט נישט עפראוטשד אבאמא דורך אונזערע פאליטישען'ס ווי שומער און קלינטאן וואס האט געהאט דאס גרעסטע כח עס אויס צו פירען ווייל זי גייט זיין פרעזידענט; וואלט דא געדארפט זיי א גרויסע ויצעקו, היתכן פארוואס טאקע נישט???

שוין נישטא קיין קרעפליך צו שניידען; אדער האט קלינטאן געשתדל'ט אדער האבען די עסקנים נישט; טעיק יור טשויס.

איך פרעפער צו טראכטען גוט אויף אידען, ענדערש ווי אויפען גוי.

#דינט ווייטער דער געטשקע אבאמא
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג ינואר 24, 2017 12:28 pm

כדאי צו באטאנען וואס פרעזידענט אבאמא האט געהאט אין קאפ פאר זייער וויכטיג, אין די לעצטע מינוטן פון זיין קאדענץ
נעכטן האט ק"מ געמאלדן אז דער אבאמא האט געמוזט וויכטיג די לעצטע מינוטן פון זיין פרעזידענציע אינטערשרייבן צו אויפלאזן א שיינע פאר מעלאנעס פאר די פאלעסטינער אויטאריטעט, דאס איז עם געווען 'זייער וויכטיג'......
בד"וו, איך נעם גראדע יא אן מצלמה'ס ווערסיע, היות כ'ווייס קלאר פון ניק וואס שרייבן דא, און זענען בקי בשבילי פון דע סאמעט קעיס, אלץ קרובים אל החלל

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » דינסטאג ינואר 24, 2017 12:34 pm

SPUSMN האט געשריבן:
רוח מצויה האט געשריבן:הרב ספוסמאן, כ'קען בכלל נישט די פרטי הדברים ביי דעם קעיס, איר שרייבט אז עס געווארן אויפגעברענגט דורך מיס. קלינטאן? פון וואו נעמט איר עס?

האט ער זיך געטראפן מיט אנדערע דעלעגאציעס וואס האבן פארלאנגט א פארדאן פאר זייערע באקאנטע אדער האט ער זיך נישט געטראפן מיט קיין שום דעלעגאציע איבער דעם נושא? אדער פון גאנץ אמעריקע האט עס קיינער נישט פארלאנגט א זיצונג איבער דעם נושא נאר אונז אחב"י?

איז שוין געווען א אמעריקאנער פרעזידענט וואס האט זיך געטראפן מיט יודישע עסקנים בנוגע פארדאנען פארברעכערס? (ענטפער נישט אז קלינטאן, ווייל דעי וואס שרייבן די פרטי הדברים דערציילן אז קלינטאן איז געווארן געכאפט אין שאק ווען סקווערע רבי האט ארויסגענומען זיין בריוו ביי די זיצונג עכ"פ אזוי גייט די עמטליכע גירסא)

האט ענדערש באפרייט אזא גאטונג פארברעכערס ביי אנדערע ראסעס ענדערש וואו ביי אחב"י?

מצלמה האט געשריבן:מורי ורבותי,

ר׳ מרדכי יצחק איז באשטעטיגט געווארן דורך אלע קאמיטיס און רעקאמענדאציע מיניסטארן, ביז געוועזענער פרעזידענט קלינטאן, און סעקרעטערי אף סטעיט מרת קלינטאן. אלע האבן געזאגט יא!!!

חוץ.....
באראק אבאמא בכבודו ובעצמו האט געזאגט: ניין!!!

נישט נאר דאס, ער האט געזאגט: זאל ער ראטן אין דזשעיל. ער איז א טיהף!

ער האט געהאט גוטע טשאנסן, אבער וואס זאל מען טאן אז זיין שנאה צו כלל (מדינת) ישראל, בכלל ובפרט, האט אים נישט געלאזט א טובה טאן פאר א איד.

מצלמה האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:ר' מצלמה פון וואו קומט אייער אינפארמאציע? איז עס קראנט?

Direct knowledge of an insider to Senator Schumer

so now what האט געשריבן:I heard from one of the kj village employees the the village had an appointment with Obama's Jewish relation secretary (I forget the name) about samet, and the answer was from him "my job is to relay any message the administration has to say, and not to listen to your "concern

מצלמה האט געשריבן:דער מציאות איז אז עטליכע רבנים האבן געדארפט אראפ-פארן צום ווייסן הויז - אנהויב יאנואר - און האבן אן אודיענץ ביי פרעזידענט אבאמא. איבער סאמעט׳ס פארדאן.
אבאמא האט אבער געזאגט אז ער גייט אים נישט פארדאנירן און וויל גארנישט טאן. זאל ער זיצן האט ער געזאגט!

דערפאר איז די וויזיט נישט צושטאנד געקומען.

קיין נפקמ האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:דער מציאות איז אז עטליכע רבנים האבן געדארפט אראפ-פארן צום ווייסן הויז - אנהויב יאנואר - און האבן אן אודיענץ ביי פרעזידענט אבאמא. איבער סאמעט׳ס פארדאן.

אבאמא האט אבער געזאגט אז ער גייט אים נישט פארדאנירן און וויל גארנישט טאן. זאל ער זיצן האט ער געזאגט!

דערפאר איז די וויזיט נישט צושטאנד געקומען.

איך האב אויך געהערט פין איינע פין די רבנים וואס האט געדארפט פארן. איינער האט אים געפרעגט צי עס איז אמת אז ער גייט פארן, האט ער גענטפערט "אז עס וועט זיין פארוואס"....

באטאם ליין די אלע וואס האבן אראפגעלייגט אבאמא פאר דער גרויסער אוהב ישרא' זאלן דאס וויסן. ער האט אבסאלאוט נישט געהאט קיין שום גיט געפיל צי יודן (איך וויל נישט זיין קיין רעסיסט וועל איך חלילה נישט זאגן אז ער איז א שו..... יש.......)

נאטרוליסט האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:מורי ורבותי,

ר׳ מרדכי יצחק איז באשטעטיגט געווארן דורך אלע קאמיטיס און רעקאמענדאציע מיניסטארן, ביז געוועזענער פרעזידענט קלינטאן, און סעקרעטערי אף סטעיט מרת קלינטאן. אלע האבן געזאגט יא!!!

חוץ.....
באראק אבאמא בכבודו ובעצמו האט געזאגט: ניין!!!

נישט נאר דאס, ער האט געזאגט: זאל ער ראטן אין דזשעיל. ער איז א טיהף!

אבאמא האט ביי דער געלעגנהייט צוגעלייגט: דער פארפולכטעטער יודע דארף ווען בעצם פארגאזט ווערן אינאיינעם מיט די אלע אידישע שוויינען, זאל ער זיך פרייען איך לאז אים ראטן אין דזשעיל.

#Direct knowledge

דאס נישט וויסן פון עטליכע ניקים דא, מאכט נאך נישט אבאמא'ס רעפיוסעל פאלש.
ר' מרדכי יצחק'ס אפליקאציע איז אנגעקומען ביז'ן פרעזידענט וואס האט עס קאטעגאריש צוריקגעוויזן און געהייסן מער נישט אויפברענגען.

יעצט פרעגט זיך דער קשיא; אויב זאגען דא אלע ליגענט, און מען האט נישט עפראוטשד אבאמא דורך אונזערע פאליטישען'ס ווי שומער און קלינטאן וואס האט געהאט דאס גרעסטע כח עס אויס צו פירען ווייל זי גייט זיין פרעזידענט; וואלט דא געדארפט זיי א גרויסע ויצעקו, היתכן פארוואס טאקע נישט???

שוין נישטא קיין קרעפליך צו שניידען; אדער האט קלינטאן געשתדל'ט אדער האבען די עסקנים נישט; טעיק יור טשויס.

איך פרעפער צו טראכטען גוט אויף אידען, ענדערש ווי אויפען גוי.

#דינט ווייטער דער געטשקע אבאמא

גיט ארויסגעברענגט. ער מאכט אוועק אלע ניקס דא פאר ליגנערס אלעס ווייל מצלמה איז אנטי אבאמא. אז יעדער זאגט די זעלבע און עס איז שטארק מסתבר אויך, קריך אראפ פין דיין קאקלויזשען און פארטיג.

עס איז נישט דא קיין שום הוכחה אויף אבאמא אז ער האט זיך אפילו געדרייט אין א אידישע ליב האבענדע געזעלשאפט. און עס איז יא א קלארע פאקט אין וועלעכע קירכע ער האט געפרעפעלט פאר יארן.

קענסט ווייטער דיך האלטן ביי דיינס, אבער פאקטן קענסטו נישט פארדרייען

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 24, 2017 12:51 pm

דעס האביך טאקע געזאגט אין א פריערדיגע תגובה:

אז ער האט אים נישט באגנאדיגט, אז ער האט נישט געוואלט הערען דערפון; האט ער זיכער געוויסט פון וואס און וועם און פון וועליכע פאלק עס האנדעלט זיך (כאטש ער האט אפשר נישט געוויסט אלע פרטים), און אז ער האט אים נישט באגנאדיגט און אפילו נישט געווען אינטרעסירט זיך צו טרעפען מיט אונזערע שתדלנים, מיינט עס קלאר אז ער האט א שטיינערנע הארץ צו אונז אידען, פינטעל.

דאס איז חוץ דער הלכה ידוע, האבען מיר דא א אינו דומה שמועה לראיה, מיא זעהען דא קלאר באשיינפערלעך אז קיין אידען פריינט איז ער נישט.

ווייז מיר איין זאך וואס ער האט געטוהן אין זיין לעבען וואס ווייזט די פארקערטע.

קומט מען אונז זאגען; איינער פון טויזענטער,
האט ער א צווייטען יא געפארדאנט?
פון ווי זאל ער וויסען?

ניין! א איד פונעם עם הנבחר, וואס שטייגט ארויס פון די טויזענטער (נישט סתם איינער פון טויזענטער דזאני'ס)
אידען רחמנים בני רחמנים וואס בליטיגען יעדען טאג וואס א צווייטע איד זיצט, און האבען נישט איבער געלאזט איין שטיין נישט איבערגעדרייט, (וואס די טויזענטער גוים האבען נישט ווער עס זאל זיך אן נעמען פאר זיי במסירות נפש און ניצען אלע מיטלען ממש)
אידישע פאליטישע כח לרחצה (מען האט די אויער פון אלע פאליטישען'ס ביזען פרעזידענט)

און עס האט אלעס נישט געהאלפען; פארוואס? פירטס אליין אויס.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג ינואר 24, 2017 12:56 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג ינואר 24, 2017 12:54 pm

און איך תם האב געמיינט אז וויבאלד עד קוואליפצירט פאר די קלעמענסי קאטעגארי וועט ער אים אויטאמאטיש באפרייען,
אין הכי נמי ער איז א טהיף, אבער אלמלא ער מאכט ווען א פליע בארגעין יארען צוריק וואלט ער דאך אפגעקימען מיט ווינציגער, ס"ה ליידט ער דא נישט צוליב גניבה נאר צוליב וואס ער האט נישט געסעטעלט, זאגט די סברא אז ער איז שוין אפגעקימען זיין חטא און מעג שוין ווערן פארדאנירט

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » דינסטאג ינואר 24, 2017 1:03 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:און איך תם האב געמיינט אז וויבאלד עד קוואליפצירט פאר די קלעמענסי קאטעגארי וועט ער אים אויטאמאטיש באפרייען,
אין הכי נמי ער איז א טהיף, אבער אלמלא ער מאכט ווען א פליע בארגעין יארען צוריק וואלט ער דאך אפגעקימען מיט ווינציגער, ס"ה ליידט ער דא נישט צוליב גניבה נאר צוליב וואס ער האט נישט געסעטעלט, זאגט די סברא אז ער איז שוין אפגעקימען זיין חטא און מעג שוין ווערן פארדאנירט

אל תדין את חבירך. און דער מציאות איז אז ער האט שוין באצאלט יעדער דאלער און זיצט שוין 16 יאר כמעט

רוח מצויה
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 4:43 pm

תגובהדורך רוח מצויה » דינסטאג ינואר 24, 2017 1:42 pm

איך וויל דא נישט פירן קיין וויכוחים און ח"ו קיינעם נישט אראפרייסן, איך קען נישט 'מצלמה' בכלל סאו איך קען דיר נישט זאגן מיט א זיכערקייט אז ער זאגט ליגענט, אבער לייענדיג זיינע אלע תגובות וויאזוי און וואס ער האלט אויף אבאמא האב איך אלע רעכטן חושד צו זיין אז ער האט סתם געפירקעלט דא אן קיין שום דעקונג עכ"פ ביז ווילאנג ער ברענגט דעקונג צו זיינע ווערטער. סתם זאגן פון א אינסייד שומער סאורס מאכט עס נישט מער באגלייבט,

לגופו של דבר האב איך געפרעגט א לעגיטימע שאלה און נישט באקומען דערווייל א ענטפער, איז נאר מצלמה דער מקור אז מרת אדער ביל קלינטאן האבן פרעזענליך גע'שתדל'ט לטובת סאמעט אדער איינער ווייסט עס קראנט פון נאך ערגעץ?

קיין סענס מאכט עס נישט אז א דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט זאל זיך אריינלייגן אין אזא זאך פרעזענליך און קער נעמען פון אזא זאך וואס ס'קען זייער גרינג ארויסליעקן צו די גאס און איר ברענגן עכט שלעכטע קאנסיווענצן אז זי האט עס געטוהן פארן באקומען וואוטס וכדומה, ווען זי האט בכלל נישט געדארפט אזוי קריטיש די נוא יארקע יודישע שטומעס, סאו פארוואס זאל זי זיך אריינלייגן פרעזענליך אין אזא זאך? ס'מאכט נישט קיין סענס.

איך האב געפרעגט אפאר שאלות פריער אונם אשכול איך קאפי עס דא איבער און אויב דו ווייסט א ענטפער אויף עני שאלה ביטע ענטפער און אויב נישט זענט איר פטור...

הרב ספוסמאן, כ'קען בכלל נישט די פרטי הדברים ביי דעם קעיס, איר שרייבט אז עס געווארן אויפגעברענגט דורך מיס. קלינטאן? פון וואו נעמט איר עס?

האט ער זיך געטראפן מיט אנדערע דעלעגאציעס וואס האבן פארלאנגט א פארדאן פאר זייערע באקאנטע אדער האט ער זיך נישט געטראפן מיט קיין שום דעלעגאציע איבער דעם נושא? אדער פון גאנץ אמעריקע האט עס קיינער נישט פארלאנגט א זיצונג איבער דעם נושא נאר אונז אחב"י?

איז שוין געווען א אמעריקאנער פרעזידענט וואס האט זיך געטראפן מיט יודישע עסקנים בנוגע פארדאנען פארברעכערס? (ענטפער נישט אז קלינטאן, ווייל דעי וואס שרייבן די פרטי הדברים דערציילן אז קלינטאן איז געווארן געכאפט אין שאק ווען סקווערע רבי האט ארויסגענומען זיין בריוו ביי די זיצונג עכ"פ אזוי גייט די עמטליכע גירסא)

האט ענדערש באפרייט אזא גאטונג פארברעכערס ביי אנדערע ראסעס ענדערש וואו ביי אחב"י?

ס'איז נישט אז ס'איז איינס פון די צוויי אדער איז אבאמא א שונא ישראל וואס האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אלע פארלאנגען פון די קלעמענסי באורד פון די קלינטאן'ס און אלע גרויסע קעפ אדער איז א קושיא אויף די עסקנים פארוואס האבן זיי נישט געהייסן שומער מיט קלינטאן עס בעטן פון אבאמא, און איך מוז יעצט אננעמען א לימוד זכות אויף די עסקניןם אויב אזוי בין איך געבליבן מיט די מסקנא אז אבאמא האט זיכער פיינט יודן און דאס איז די זיכערע סיבה, ער איז דאך געווען אין זשערמיע רייטס קלויסטער.. אגב די שווארצע און מוסלמעינע געמיינדע פארברעכער האט ער ענדערש באפרייט?? (איך למשל בין צוגעקומען צו א אנדערע מסקנא אז ע"כ ספוסמאן האט טויט פיינט דעם אבאמא, און מיט איין סירטש אויף ספוסמאן'ס אלטע תגובות האב איך געזעהן אז מיין מסקנא האט היבש אויף וואס צו זיין באגרינדעט.. לול)

א נארמאלער פאליטישאן וואלט זיך אפגעזאגט פון זיך בכללל אריינלייגן אין אזא קעיס פון בעטן א פרעזידענט צו באפרייען איינעם וואס האט דורכגעפירט אזוינע ערענסטע שווינדלערייען ווי אין דעם קעיס, ס'איז א הייסע קארטאפל וואס ברענגט עים נישט קיין שום כבוד נאר פראבלעימן קען עס זיי ברענגן, אז זיי שטיצן דעם פארברעכער, וואספארא טובות האט ער באקומען אין אויסטויש וכדומה, אויב עפעס איז די מהלך צו ברענגן פון פראסיקיוטערס און געוועזענע ריכטער אז זיי זאלן אריינשיקן צו די קלעמענסי באורד אז זיי האלטן אויך אז ס'קומט זיך אז מ'זאל יענעם שניידן די טערמין, די באורד קוקט דעס דורך, זיי קוקן דורך אלע רעקאמענדעישן'ס זיי קוקן זייער שטארק וויפיל דער באטרעפענדער איז שוין געזיצן, צו ער האט אויסגעדריקט אמת'ע חרטה און בעיסד אויף דעם שיקן זיי עס צום פרעזידענט מיט זייער רעקאמענדעישן.

ווען אבאמא זאל עים וועגן פארדאנען וואלט עס אין מיינע אויגן געווען ווי געוואונען די לאטערי, א נס גלוי מן השמים, נישט אז ס'איז בדרך הטבע אז א פרעזידענט וואס האט אביסל ליב יודן פארדאנט אנגעקלאגטע פון א נעישן וואס ער גלייכט.. (סאו אויף דיין קושיא צו מ'זאל בעטן אויך ביי פרעזידענט טראמפ א פארדאן, איז די תירוץ זיכער יא! והא ראי' איך קויף נאך אלטס לאטעריס אפי' איך האב נאך קיינמאל נישט געווינען..) באט זיין נישט פארדאנען מאכט עים בכלל נישט פאר קיין שטיינערנע הארץ, חוץ אויב ס'איז אמת מצלמה'ס ווערסיע אז ער האט זיך אויסגעדרוקט מוראדיג מיאוס אז ער זאל שמאכטן ווייטער און ראטן אין זשעיל, וואס איך נעם עס דערווייל בכלל נישט אן.

און ניין אבאמא איז בכלל נישט מיין געטשקעלע, איך דין עים נישט, און איך גלייך נישט אסאך פון זיינע פאליסיס, איך האלט נאר נישט אז ער איז דער מאסן משוגענער וואס האט פשוט פיינט אמעריקע און כלל ישראל, און האט נאר ליב די שווארצע און מוסלמעינער און אויף דעם האט ער געבויעט זיינע אלע פאליסיס די לעצטע 8 יאר, ער איז א פשוטער ליבעראלער פאליטישאן פון די לינקע חדר, און זיך אזוי האט ער געבעיסט זיינע פאליסיס, און געהאט אסאך הצלחות און אויך אסאך דורכפעלער במשך זיינע יארן. ודי בזה.

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:46 pm

תגובהדורך חזרה » דינסטאג ינואר 24, 2017 1:52 pm

די שאלה איז פשוט צו אנדערע פרעזענליכקייטן האט ער יא אויפגענומען ? צו דוקא נאר נישט אידן ?
צו אנדערע אזאנע סארט פארברעכערס האט ער יא נאכגעגיבן ? צו דוקא נאר מ"י האט ער נישט אויסגעלייזט

אלנפאלס ברויכן מיר מתפלל זיין צו השי" דער פודה ומציל זאל פרדנען ר' מרדכי יצחק בן פיגא יהודית ווי שנעלער אמן

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג ינואר 24, 2017 3:31 pm

שאלת תם:

קען מיר עמיצער זאגן וועלכע ערפארענע עסקנים עס זענען בכלל געשטאנען ביהיינד די פארדאנינג קעיס? לפנים האט זיך בלויז ארויס געשטעלט א אינגערמאנטשיק עמיצער 'טויב' און מצד רבנים דער חוסט'ער רבי. מ'האט דורכאויס נישט געהערט סיי וועלכע פראמינענטער רב אדער עסקן וואס האט געזאגט אז ער שטייט דערונטער. וממילא ווער איז געווען פארבינדן מיט סענעאטארן און אנדערער פאליטיקאנטן?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דינסטאג ינואר 24, 2017 3:47 pm

איך רעקאמאנדיר אפצושפארען די אשכול, חוץ לופט און שטותים און מעגליך רקידה על הדם איז נישט דאס וואס צו דעבאטירען דא.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 24, 2017 4:01 pm

רוח מצויה האט געשריבן:לגופו של דבר האב איך געפרעגט א לעגיטימע שאלה און נישט באקומען דערווייל א ענטפער, איז נאר מצלמה דער מקור אז מרת אדער ביל קלינטאן האבן פרעזענליך גע'שתדל'ט לטובת סאמעט אדער איינער ווייסט עס קראנט פון נאך ערגעץ?

וועגען דעם האב איך געברענגט אויך די ווערטער פון אנדערע ניקס ווי:
so now what,
קיין נפקמ, און
נאטרוליסט

און אויך מסביר געווען פארוואס איך גלייב זיי (חוץ ווייל זיי האבען א חזקת כשרות), אויך מסברא; אז דער שכל זאגט אויך אזוי; און ווי איך האב אנגעהויבען נעכטען אז "מיינע אינסטינקטען זענען געווען גערעכט".
--
רוח מצויה האט געשריבן:קיין סענס מאכט עס נישט אז א דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט זאל זיך אריינלייגן אין אזא זאך פרעזענליך און קער נעמען פון אזא זאך וואס ס'קען זייער גרינג ארויסליעקן צו די גאס און איר ברענגן עכט שלעכטע קאנסיווענצן אז זי האט עס געטוהן פארן באקומען וואוטס וכדומה, ווען זי האט בכלל נישט געדארפט אזוי קריטיש די נוא יארקע יודישע שטומעס, סאו פארוואס זאל זי זיך אריינלייגן פרעזענליך אין אזא זאך? ס'מאכט נישט קיין סענס.

איר האט א פוינט; אבער עס מאכט יא סענס; ווייל זי מ'צידה, זענט איר גערעכט אז זי האט זיך עס נישט געזיכט; אבער מיר אידען וואס בליטיגען פאר יעדען איד וואלטען נישט געטראכט פון איר, נאר פון אונז; און אויב ס'נאר דא א הוה אמינא אז זי קען דעליווערען, מאכט עס שוין די וועלט פון סענס אזוי צו טוהן.

גייט מען נישט טרייען ביי טראמפ?
--
רוח מצויה האט געשריבן:איך האב געפרעגט אפאר שאלות פריער אונם אשכול איך קאפי עס דא איבער און אויב דו ווייסט א ענטפער אויף עני שאלה ביטע ענטפער און אויב נישט זענט איר פטור...

הרב ספוסמאן, כ'קען בכלל נישט די פרטי הדברים ביי דעם קעיס, איר שרייבט אז עס געווארן אויפגעברענגט דורך מיס. קלינטאן? פון וואו נעמט איר עס?

האט ער זיך געטראפן מיט אנדערע דעלעגאציעס וואס האבן פארלאנגט א פארדאן פאר זייערע באקאנטע אדער האט ער זיך נישט געטראפן מיט קיין שום דעלעגאציע איבער דעם נושא? אדער פון גאנץ אמעריקע האט עס קיינער נישט פארלאנגט א זיצונג איבער דעם נושא נאר אונז אחב"י?

איז שוין געווען א אמעריקאנער פרעזידענט וואס האט זיך געטראפן מיט יודישע עסקנים בנוגע פארדאנען פארברעכערס? (ענטפער נישט אז קלינטאן, ווייל דעי וואס שרייבן די פרטי הדברים דערציילן אז קלינטאן איז געווארן געכאפט אין שאק ווען סקווערע רבי האט ארויסגענומען זיין בריוו ביי די זיצונג עכ"פ אזוי גייט די עמטליכע גירסא)

האט ענדערש באפרייט אזא גאטונג פארברעכערס ביי אנדערע ראסעס ענדערש וואו ביי אחב"י?

איר האט געפרעגט א פאר שאלות און איך האב אייך גע'ענטפערט אויבען אין צוויי תגובות א פאר תירוצים; אדער בעסער געזאגט מסביר געווען פארוואס זיי זענען נישט קיין שאלות. עס איז א גרויסע חילוק צווישען אחב"י און די גוים.
--
אויף מיינע ווערטער אז "אדער האט קלינטאן געשתדל'ט אדער האבען די עסקנים נישט; טעיק יור טשויס"; האט איר אויף דעם גע'ענטפערט אז ס'דא א דריטע אפשען, זאגענדיג:
רוח מצויה האט געשריבן:ס'איז נישט אז ס'איז איינס פון די צוויי אדער איז אבאמא א שונא ישראל וואס האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אלע פארלאנגען פון די קלעמענסי באורד פון די קלינטאן'ס און אלע גרויסע קעפ אדער איז א קושיא אויף די עסקנים פארוואס האבן זיי נישט געהייסן שומער מיט קלינטאן עס בעטן פון אבאמא, און איך מוז יעצט אננעמען א לימוד זכות אויף די עסקניןם אויב אזוי בין איך געבליבן מיט די מסקנא אז אבאמא האט זיכער פיינט יודן און דאס איז די זיכערע סיבה, ער איז דאך געווען אין זשערמיע רייטס קלויסטער.. אגב די שווארצע און מוסלמעינע געמיינדע פארברעכער האט ער ענדערש באפרייט?? (איך למשל בין צוגעקומען צו א אנדערע מסקנא אז ע"כ ספוסמאן האט טויט פיינט דעם אבאמא, און מיט איין סירטש אויף ספוסמאן'ס אלטע תגובות האב איך געזעהן אז מיין מסקנא האט היבש אויף וואס צו זיין באגרינדעט.. לול)

א נארמאלער פאליטישאן וואלט זיך אפגעזאגט פון זיך בכללל אריינלייגן אין אזא קעיס פון בעטן א פרעזידענט צו באפרייען איינעם וואס האט דורכגעפירט אזוינע ערענסטע שווינדלערייען ווי אין דעם קעיס, ס'איז א הייסע קארטאפל וואס ברענגט עים נישט קיין שום כבוד נאר פראבלעימן קען עס זיי ברענגן, אז זיי שטיצן דעם פארברעכער, וואספארא טובות האט ער באקומען אין אויסטויש וכדומה, אויב עפעס איז די מהלך צו ברענגן פון פראסיקיוטערס און געוועזענע ריכטער אז זיי זאלן אריינשיקן צו די קלעמענסי באורד אז זיי האלטן אויך אז ס'קומט זיך אז מ'זאל יענעם שניידן די טערמין, די באורד קוקט דעס דורך, זיי קוקן דורך אלע רעקאמענדעישן'ס זיי קוקן זייער שטארק וויפיל דער באטרעפענדער איז שוין געזיצן, צו ער האט אויסגעדריקט אמת'ע חרטה און בעיסד אויף דעם שיקן זיי עס צום פרעזידענט מיט זייער רעקאמענדעישן.

ווען אבאמא זאל עים וועגן פארדאנען וואלט עס אין מיינע אויגן געווען ווי געוואונען די לאטערי, א נס גלוי מן השמים, נישט אז ס'איז בדרך הטבע אז א פרעזידענט וואס האט אביסל ליב יודן פארדאנט אנגעקלאגטע פון א נעישן וואס ער גלייכט.. (סאו אויף דיין קושיא צו מ'זאל בעטן אויך ביי פרעזידענט טראמפ א פארדאן, איז די תירוץ זיכער יא! והא ראי' איך קויף נאך אלטס לאטעריס אפי' איך האב נאך קיינמאל נישט געווינען..) באט זיין נישט פארדאנען מאכט עים בכלל נישט פאר קיין שטיינערנע הארץ, חוץ אויב ס'איז אמת מצלמה'ס ווערסיע אז ער האט זיך אויסגעדרוקט מוראדיג מיאוס אז ער זאל שמאכטן ווייטער און ראטן אין זשעיל, וואס איך נעם עס דערווייל בכלל נישט אן.

בקיצור, דער דריטע אפשען איז אז ספוסמאן האט טויט פיינט דעם אבאמא, און אז מצלמה האט עס אויס געזויגען פון פינגער ווייל ער איז אויך אנטי אבאמא, און אז די עסקנים האבען "יא" גארנישט געטוהן, און נישט ווייל זיי בליטיגען נישט פאר א צווייטע איד, נאר ווייל זיי האבען "געוויסט" (דער מלאך האט זיי דערציילט), אז מען קען "דא" גארנישט טוהן, און ס'איז ממש ווי שפילען דער לאטערי, ווייל בדרך הטבע איז נישט דא וואס צו טוהן.

איך גלייב ענדערש אז די עסקנים האבען יא געטוהן (חזקת כשרות פון די ניקס דא און דער שכל זאגט אזוי), און אויב זיי האבען נישט געשתדל'ט ווי איר גלייבט, איז עס ווייל זיי האבען געוויסט אז בדרך הטבע וועלען זיי גארנישט מאכען מיט דער אבאמא וואס האט גארנישט קיין געפילען פאר א איד.

און לעצט אויב שוין שיסען דער מעסענדזער ווייל דער מעסענדזער איז בייעסד קעגען אבאמא, מוז מען דאך זאגען דער זעלבע אויך אז די וואס האלטען פארקערט און די וואס שטיצען אייער שרייבען און געדאנקען גאנג האבען נישט ווייניגער דער פארקערטע בייעס פון זיין פרא אבאמא און אנטי טראמפ. אז זייער גאנצע אפיניען דא איבער דער סאמעט פארדאן, האט גארנישט מיט סאמעט נאר מיט זייער פאליטיק וועגען אבאמא און טראמפ.
--
רוח מצויה האט געשריבן:און ניין אבאמא איז בכלל נישט מיין געטשקעלע, איך דין עים נישט, און איך גלייך נישט אסאך פון זיינע פאליסיס.

מיינע ווערטער זענען נישט געווען געוואנדען צו אייך פאר וועם איך האב דאס גרעסטע רעספעקט. מען קען זעהן פון אייער שרייבען און פון צווישען די שורות אז איך זענט א רוח שאינה מצוייה (אין דער גוטע סענס), א באזעצענע מענטש וואס ווייסט וויאזוי אפ צו לערענען א תוספות כדבעי, האסט די כח הבנה און די כח הסברה אין איינעם. איז נישט פאר אייך האביך עס געשריבען, נאר פאר די אלע וואס נעמען אזא עפראוטש, צוליב דעם וואס זיי דינען יא דעם געטשקע אבאמא. וויפיל טרערען זיי האבען דא פארגאסען איבער זייער איידול, זייער אפגאט; און ממלא מקום פון זייער אפגאט קלינטאן.
--
רוח מצויה האט געשריבן:איך האלט נאר נישט אז ער איז דער מאסן משוגענער וואס האט פשוט פיינט אמעריקע און כלל ישראל, און האט נאר ליב די שווארצע און מוסלמעינער און אויף דעם האט ער געבויעט זיינע אלע פאליסיס די לעצטע 8 יאר, ער איז א פשוטער ליבעראלער פאליטישאן פון די לינקע חדר, און זיך אזוי האט ער געבעיסט זיינע פאליסיס, און געהאט אסאך הצלחות און אויך אסאך דורכפעלער במשך זיינע יארן. ודי בזה.

גערעכט אז מען קען נישט צוהען דער מסקנא אז ער האט פיינט אמעריקע, נאר ווי איר זאגט אז זייענדיג א ליבעראלער (אולטרו ליבעראלער) פאליטישען פון די לינקע (אולטרו לינקע) חדר, האט ער אויף דעם געבעיסט זיינע פאליסיס, און געוואלט איבערמאכען אמעריקע אין his own ultra left image. אבער כלפי כלל ישראל קען מען שוין נישט דאס זאגען, און דעריבער מיטען צוויטען חלק בין איך שטארק מחולק מיט אייך. קען זיין אז ער איז נישט דער "גרויסער" שונא ישראל (און וועגען דעם האביך זיך אכטינג געגעבען און אים קיינמאל נישט אנגרופען א אנטעסעמיט אדער שונאי ישראל אין די בלעטער), און קען אפילו זיין אז ער איז בכלל נישט קיין שונא ישראל (איי וואס טוהט מען הרב רוח מצוייה מיטען גמרא מפורשת אז הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב? איז ער דען מצדיקי אומות העולם? איז אויך דא א קאטאגאריע אין בעטווין?); אבער קיין אידען ליב האבער איז ער זיכער נישט; און אלעס וואס ער האט געטוהן זיין "גאנץ" לעבען וואס אנבאלאנגט צו אידען, ווייזט אז קיין אידען פריינט איז ער נישט. און אז מען איז נישט קיין אידען פריינט, מיינט אז ער האט א שטיינערנע הארץ צו אידען, ענד קאדענט קעיר לעס צו א איד טוהט וויי אדער נישט.
--
יעצט וועט מען נאך דער גאנצע שקלא וטריא, אויך זאגען די זעלבע סברות, און גארנישט טוהן ביים נעקסטען פרעזידענט, ווייל עס איז נישט מער ווי א לאטערי טיקעט, ס'האט קאנסיקווענסעס פאר די פאליטישען'ס, און די אלע סברות וואס מען האט ארויס געריקט פארוואס עס קען נישט זיין אמת אז מען האט געשתדל'ט פאר סאמעט ביי קלינטאן, און פארוואס אבאמא קען מען ח"ו נישט בלעמען פאר אים נישט פארדענען וממילא כבודו במקומו עומדת; וועט מען אן נעמען די סברות גויאינג פארווערד?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט