פעטיציע צום פרעזידענט לטובת מוה"ר מרדכי יצחק סאמעט שליט"א שיצא מאפילה לאור גדול

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 7:14 pm

איינער זאל דא ארויף לייגען אימעיל אדרעסן פון אונזער הויך געשפריצטע פאליטישענס למיניהם אידישע און להבדיל גוי'שע, לשונות וואס מע שיקן וועט נישט שאטן
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 8:00 pm

מ'דארף נאר פארשטיין דעם חילוק צווישן אן "עסקן" (לש"ש), און א "פאליטישאן", און אלעס ווערט גאנץ פשוט און פאשטענדליך...
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 8:14 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:טשאלענט - די שייכות איז ווייל מיר פארלירן אונזער פראפארציעס, דארטן וואו מ'דארף איבערדרייען וועלטן באגניגן זיך מיר מיט פארמאליטעטן, און דארטן וואו מ'קען יוצא זיין מיט א פארמאליטעט גייען מיר זיך מוסר נפש זיין.
הויך צייט אויפצורייסן די גארבעדזש בעגס המכונים "פאליטישענס" עם כל עוזריהם ומלחכיהם.

אַבּערוואַס האט געשריבן:מ'דארף נאר פארשטיין דעם חילוק צווישן אן "עסקן" (לש"ש), און א "פאליטישאן", און אלעס ווערט גאנץ פשוט און פאשטענדליך...

דו ברויכסט פארשטיין אז קיינער איז דיר גארנישט שולדיג, טאמער האט איינער דיר געטון א טובה טארסטו אים נישט בלעימען פארוואס ער האט דיר נישט געטון א אנדערע טובה אויך!

יעצט לענינינו האט אבערוואס זייער גוט ארויסגעברענגט די חילוק, א עסקן איז נישט קיין פאלאטישאן, און א פאלאטישאן איז (געווענליך) נישט קיין עסקן, דו קענסט נישט בלעימען די עסקנים ווייל זיי האבן נישט די קאנעקשאןס, דו קענסט אויך נישט בלעימען די פאלאטישאןס ווייל זיי קומען דיר נישט גארנישט...
אזוי ווי דו פארשטייסט אז דו קענסט מיר נישט בלעימען אויף דעם וואס איך הייב זיך נישט אויף און פאר אריבער צום פרעזידענט פערזענליך אים בעטן....
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 9:00 pm

טשאלענט האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:טשאלענט - די שייכות איז ווייל מיר פארלירן אונזער פראפארציעס, דארטן וואו מ'דארף איבערדרייען וועלטן באגניגן זיך מיר מיט פארמאליטעטן, און דארטן וואו מ'קען יוצא זיין מיט א פארמאליטעט גייען מיר זיך מוסר נפש זיין.
הויך צייט אויפצורייסן די גארבעדזש בעגס המכונים "פאליטישענס" עם כל עוזריהם ומלחכיהם.

אַבּערוואַס האט געשריבן:מ'דארף נאר פארשטיין דעם חילוק צווישן אן "עסקן" (לש"ש), און א "פאליטישאן", און אלעס ווערט גאנץ פשוט און פאשטענדליך...

דו ברויכסט פארשטיין אז קיינער איז דיר גארנישט שולדיג, טאמער האט איינער דיר געטון א טובה טארסטו אים נישט בלעימען פארוואס ער האט דיר נישט געטון א אנדערע טובה אויך!

יעצט לענינינו האט אבערוואס זייער גוט ארויסגעברענגט די חילוק, א עסקן איז נישט קיין פאלאטישאן, און א פאלאטישאן איז (געווענליך) נישט קיין עסקן, דו קענסט נישט בלעימען די עסקנים ווייל זיי האבן נישט די קאנעקשאןס, דו קענסט אויך נישט בלעימען די פאלאטישאןס ווייל זיי קומען דיר נישט גארנישט...
אזוי ווי דו פארשטייסט אז דו קענסט מיר נישט בלעימען אויף דעם וואס איך הייב זיך נישט אויף און פאר אריבער צום פרעזידענט פערזענליך אים בעטן....

קיינער קומט מיר גארנישט, קיינער קומט דיר גארנישט.
קיינער איז גארנישט געקומען פאר דיינע/מיינע זיידעס אין אוישוויץ און אין די אנדערע לאגערן.
אבער ווען דיין טאטע זאל זיין אין תפיסה וואלסטו געשריגן אויף די אלע צוציקלעך וואס פרעסן לאנטש מיט די פאליטישענס, הלמאי זיי טוען גארנישט פאר דיין קרוב.
ווען דיין מאמע איז א העפטלינג אין א לאגער וואלסטו געלאפן קיין מאנהעטן און קיין וואשינגטאן דעמאנסטרירן.
וואלסט נישט דאן געווען אזא שיינע ייד.
וואלסט נישט דן געווען צו ס'איז שיין צו שרייבן ימ"ש אויף דעם אקופירער פון ווייסן-הויז.
רבותי אז עס טוט ויי שרייט מען.
יא, מיר פארתכלה'ווען כחות אויף צווייט-ראנגיקע מצוות.
ליבערשט לאמיר ארויספירן א באס פון יינגעלייט זיך צו טרעפן מיט שמחה פעלדער, מיט הייקינד, מיט שוממער, מיט די-בלאזיא אאז"וו.
לאמיר שרייען.
לאמיר וויינען.
לאמיר קלאפן אויפן טיש.
לאמיר אפשטעלן א גאס צוויי.
האט פעלדער געשריבן א בריוו?
האט הייקינד געשריבן?
האבן די אנדערע "יידן ליבהאבער" פאליטישענס אונטערגעשריבן?
פארוואס נישט?
ווייל מיר פאדערן נישט!
לאמיר ענדיגן מיט גלייכגילטיגקייט!!!
אבאמא וועט אנדערש אנקוקן דעם פארלאנג ווען א סענאטער שטעלט זיך צו.
שולדיג זענען מיר.
זיי טוען נישט וואס איז ריכטיג. זיי טוען וואס זיי מוזן טוהן כדי צו באפרידיגן זייער באפעלקערונג.
אויב זיי טוהן נישט וואס מיר ערווארטן פון זיי, איז א ראיה אז זיי פארשטייען אז מיר זענען באפרידיגט אן זייער אנטיילנעמען אין די השתדלות צו באפרייען רובאשקין און סאמעט.
אויב זיי טוהן נישט וואס מיר ערווארטן פון זיי, איז א ראיה אז "אונזערע" קעמארע-ליבהאבער עסקנים פאדערן נישט פון זיי זייער אנטיילנעמען אין די השתדלות צו באפרייען רובאשקין און סאמעט.
ווער איז שולדיג?
אונז!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 9:47 pm

שואלכענין האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וואו זענען אונזערע פאליטישענס?
פארוואס נעמען מיר זיך נישט צוזאם, אלס א בלאק-וואוט און זענען מודיע אונזערע קאנגרעסלייט און סענאטארן אז אויב העלפן זיי אונז נישט מיט קענען זיי פארגעסן פון די יידישע געמיינדע'ס שטיצע.
לאמיר אויך מודיע זיין פאר די אלע "היימישע" פאליטיש פארבונדענע עסקנים, די פריעדלענדערס און די געשטעטנערס וכדומה אז זיי זאלן זיך אויך צושטעלן.


ווילאנג די רעדע איז פון מענטשן וועלכע זענען לויטן (סדום) געזעץ "פארברעכער", איז נישט שייך צו גיין בתוקף, קיינער איז נישט גארנישט שולדיג פאר אזא איינעם, און מען קען נישט קומען סטראשען וכדומה.

די איינציגסטע זאך איז "בעטן רחמים", תחנונים ידבר רש, נישט מיט א קול ענות גבורה, נאר פארקערט, והמבין יבין.

קען זײן לגבי גײן בתוקף האסטו א נקודה,

אבער װאס די שרײבסט לגבי וועלכע זענען לויטן (סדום) געזעץ "פארברעכער",

איז װיכטיג צו געדענקען אז די אלע מעשיות פון פדיון שבוײם, און בכלל די הלכות פון פדיון שבוײם
איז נישט קײן נפק״מ צו מען איז געװען שולדיג צו נישט,

איז אפילו אײנער איז באגאנגען א פארברעכן, דארף מען טוהן כל טצדקי שבעולם אים צו באפרײען,
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 10:15 pm

טשאלנט, מיט עסקנים האב איך געמיינט מער "שתדלנים", איך רעד דוקא פין אזעלכע וואס קענען באיזה אופן עפעס אויפטון, נישט סתם עסקנים וואס קענען אנפירן א מסיבה, און איך האב געמיינט אויסצוקלארן די פוינט, וואס מ'האט ארום גערעדט, פ"וו געוויסע וועלן נוצן זייערע קשרים אויף א "פאליטישן" אופן, און שוקל זיין יעדעס מאל אויב "ס'איז ווערט" איינצושטעלן אין בעטן די (אין אונזער פאל 'נישט פאפולערע') טובה, ווס. די וואס נוצן אויס זייערע קשרים לויט די כללים פין די תורה מיט א בליק פין "מצוה הבא לידך", און אפטמאל איז דאס אפי' א חיוב צו טון יעצט, און מ'האט נישט קיין רעכט צו מאכן א חשבון אז "סלוינט זיך נישט" ווייל דעמאלטס וועל איך מארגן מער נישט האבן קיין השפעה וכדו'.

דער אויבערשטער וויל מיר זאלן טון וואס מיר דארפן, און נישט פירן זיינע חשבונות פאר מארגן (וואס ווי די מעשה מיט מהרנ"צ מ'באבוב זצ"ל ברענגט גוט ארויס, איז בכלל נישט מוכרח אז דו וועסט בכלל נאך עפעס קענען אויפטון מארגן).

נאך א נקודה, בעת וואס א פאליטישען, קען (וויל) נישט טון געוויסע זאכן ווייל זיינע מעשים זענען פאבליק, און לויט זיין סטאטוס וועט דאס באמת זיין א "פאליטיקלי אינקאררעקט" (איי, לייג דיין פאליטיק אין א זייט, זיי גרייט צו פארלירן דיין פאליטישן סטאטוס און זיי א איד, אבער שוין...), משא"כ אן "עסקן/שתדלן" קען (וועט) יא אסאך מער טון אין אזעלכע פעלער, וד"ל.

און אנדערע ווערטער, גראב גערעדט, ס'ווענצעך וואס ביים באטרעפנדן איז פריער, א הארץ וואס ברענט צו העלפן א צווייטן איד, אדער א וויזשען פאר א קאריערע.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 10:28 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:טשאלנט, מיט עסקנים האב איך געמיינט מער "שתדלנים", איך רעד דוקא פין אזעלכע וואס קענען באיזה אופן עפעס אויפטון, נישט סתם עסקנים וואס קענען אנפירן א מסיבה, און איך האב געמיינט אויסצוקלארן די פוינט, וואס מ'האט ארום גערעדט, פ"וו געוויסע וועלן נוצן זייערע קשרים אויף א "פאליטישן" אופן, און שוקל זיין יעדעס מאל אויב "ס'איז ווערט" איינצושטעלן אין בעטן די (אין אונזער פאל 'נישט פאפולערע') טובה, ווס. די וואס נוצן אויס זייערע קשרים לויט די כללים פין די תורה מיט א בליק פין "מצוה הבא לידך", און אפטמאל איז דאס אפי' א חיוב צו טון יעצט, און מ'האט נישט קיין רעכט צו מאכן א חשבון אז "סלוינט זיך נישט" ווייל דעמאלטס וועל איך מארגן מער נישט האבן קיין השפעה וכדו'.

דער אויבערשטער וויל מיר זאלן טון וואס מיר דארפן, און נישט פירן זיינע חשבונות פאר מארגן (וואס ווי די מעשה מיט מהרנ"צ מ'באבוב זצ"ל ברענגט גוט ארויס, איז בכלל נישט מוכרח אז דו וועסט בכלל נאך עפעס קענען אויפטון מארגן).

נאך א נקודה, בעת וואס א פאליטישען, קען (וויל) נישט טון געוויסע זאכן ווייל זיינע מעשים זענען פאבליק, און לויט זיין סטאטוס וועט דאס באמת זיין א "פאליטיקלי אינקאררעקט" (איי, לייג דיין פאליטיק אין א זייט, זיי גרייט צו פארלירן דיין פאליטישן סטאטוס און זיי א איד, אבער שוין...), משא"כ אן "עסקן/שתדלן" קען (וועט) יא אסאך מער טון אין אזעלכע פעלער, וד"ל.

און אנדערע ווערטער, גראב גערעדט, ס'ווענצעך וואס ביים באטרעפנדן איז פריער, א הארץ וואס ברענט צו העלפן א צווייטן איד, אדער א וויזשען פאר א קאריערע.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » פרייטאג דעצמבער 23, 2016 12:23 am

הרב יידישע קהילות, איר זענט 100% גערעכט מיט אייער טענה, אבער איר דארפט פארשטיין אז יעדער עסקן איז אינוואלווד אין זאכן וואס ער האט א געפיל דערצו אדער איז עס נוגע זיין קהילה/מוסד, און ווי איך זעה האט איר א שטארקע געפיל צי דעם ענין וואלט איך פארגעשלאגן אז אנשטאט אנצופילן גאנצעטע בלעטער דא אויפן וועלטל מיט ימ"ש׳ס אדער אנדערע קללות, זאלט איר אין די צייט טאקע אנהייבן צו טון אין דעם ענין און דער אייבישטער זאל העלפן איר זאלט האבן גרויס הצלחה!
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » פרייטאג דעצמבער 23, 2016 4:05 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:טשאלנט, מיט עסקנים האב איך געמיינט מער "שתדלנים", איך רעד דוקא פין אזעלכע וואס קענען באיזה אופן עפעס אויפטון, נישט סתם עסקנים וואס קענען אנפירן א מסיבה, און איך האב געמיינט אויסצוקלארן די פוינט, וואס מ'האט ארום גערעדט, פ"וו געוויסע וועלן נוצן זייערע קשרים אויף א "פאליטישן" אופן, און שוקל זיין יעדעס מאל אויב "ס'איז ווערט" איינצושטעלן אין בעטן די (אין אונזער פאל 'נישט פאפולערע') טובה, ווס. די וואס נוצן אויס זייערע קשרים לויט די כללים פין די תורה מיט א בליק פין "מצוה הבא לידך", און אפטמאל איז דאס אפי' א חיוב צו טון יעצט, און מ'האט נישט קיין רעכט צו מאכן א חשבון אז "סלוינט זיך נישט" ווייל דעמאלטס וועל איך מארגן מער נישט האבן קיין השפעה וכדו'.

דער אויבערשטער וויל מיר זאלן טון וואס מיר דארפן, און נישט פירן זיינע חשבונות פאר מארגן (וואס ווי די מעשה מיט מהרנ"צ מ'באבוב זצ"ל ברענגט גוט ארויס, איז בכלל נישט מוכרח אז דו וועסט בכלל נאך עפעס קענען אויפטון מארגן).

נאך א נקודה, בעת וואס א פאליטישען, קען (וויל) נישט טון געוויסע זאכן ווייל זיינע מעשים זענען פאבליק, און לויט זיין סטאטוס וועט דאס באמת זיין א "פאליטיקלי אינקאררעקט" (איי, לייג דיין פאליטיק אין א זייט, זיי גרייט צו פארלירן דיין פאליטישן סטאטוס און זיי א איד, אבער שוין...), משא"כ אן "עסקן/שתדלן" קען (וועט) יא אסאך מער טון אין אזעלכע פעלער, וד"ל.

און אנדערע ווערטער, גראב גערעדט, ס'ווענצעך וואס ביים באטרעפנדן איז פריער, א הארץ וואס ברענט צו העלפן א צווייטן איד, אדער א וויזשען פאר א קאריערע.


;l;p-
דאס איז הארץ שפראך

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 12:54 pm

חברים האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:דאס רעדט זיך פונעם קאמפיין פאר בריוון, כ'האב נאך געקלערט צו שיקן עפעס א פערזענליכן בריוו צו אבאמא. איז דער קאמפיין נאך פעליג, ביטע מעלדן?


איך האב היינט גערעדט מיט איינע פון די אנפירערס פון די קאמפיין
זאגט ער מיר אז די דינייעל איז נישט פון אבאמא נאר פון די דיפארטמענט אף דשאסטיס,
די קאמפיין איז צו בעטן פונעם פרעזידענט זאל אים באפרייען, וואס עס איז נאך מעגליך מיטן אייבערשטענס הילף,
מען קוקט נאך שטארק ארויס אז די בריווען וועלן אויפטוהן,

רבותי שיקט היינט ארויס א בריוו

מען קען נאך שיקן? (איך וואין אין קאנאדע און איך וויל נישט שיקן פאר גארנישט).

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 1:28 pm

אוודאי קען מען נאך שיקן. פארוואס נישט. די פאסט פון קאנאדא קיין ניו יארק נעמט נישט לאנג
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 1:30 pm

מען קען אפשר שרייבן אין אידיש אויך. ווייל לצורך סעקיוריטי וועלן זיי דאס מיזן איבערטייטשן און אזוי ארום וועסטו זיין זיכער אז דאס ווערט געליינט
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » דינסטאג ינואר 03, 2017 4:37 pm

Please click https://wh.gov/itv3I to be mekayim Pidyon Sheveim with just s click of a botton.

Have you signed already before?

Please sign again, this is a new petition and requires 100,000.00 in just 17 days.
Please take part in this mitzvah by signing and forwarding this to your friends.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג ינואר 03, 2017 6:58 pm

signed

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג ינואר 03, 2017 7:08 pm

איין שאלה פאר די בארא פארקע אידנטום: וואס פאר א טובה האט איר שוין געהאט אין די לעצטע הונדערט אכציג יאר פון : עזרא פרידלענדער, שמחה פעלדער אז זיי זאלן זיין אונזערע "עסקנים" אויסער וואוטן פאר העכערע ריעל עסטעיט טעקס, אדער משוגע מאכן דעם עולם צו וואוטן פאר אלע מנוולים ומנוולת ווייל זיי געבן אונז (סאפאוסעדלי) געלט.
הייקינד איז א טוער בדרך כלל דארף מען וויסן צו ער קען טון מער אדער נישט איי וואד גיוו הים דהי בענעפיט אף די דאובט.
גרינפעלד איז א קאמפליצירע נושא
סאררי איך האב פארגעסן אז "ווי אלל ניד שמחה" האט געוואוט פאר די פורים לאו און עזרא האט ריליעסד א סטעיטענט אז ער האט זיך שוין געזען פנים אל פנים מט זשעף סעשנס און אויך אז ער האט אפילו א פיקטשער מיט אבאמא ביי א האנאקאה פארטיץ
עווריבאדי. קלעפ טהיר הענדס.

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » דינסטאג ינואר 03, 2017 7:25 pm

רייס נישט ביטע אראפ קיינעם פערזענליך

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג ינואר 03, 2017 8:09 pm

דאס מיינט נישט פערזענליך.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג ינואר 03, 2017 8:15 pm

אדיר איום האט געשריבן:Please click https://wh.gov/itv3I to be mekayim Pidyon Sheveim with just s click of a botton.

Have you signed already before?

Please sign again, this is a new petition and requires 100,000.00 in just 17 days.
Please take part in this mitzvah by signing and forwarding this to your friends.


ס'ריקט זיך גאנץ שנעל ארויף.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג ינואר 03, 2017 8:44 pm

איך און ווייב געסיינט.

וואו האלט עס?,

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג ינואר 03, 2017 9:09 pm

איז עס עפעס בעסער ווי די שוין אמאל געמאכטע ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

עצל פוילשטריק
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 7:23 pm

תגובהדורך עצל פוילשטריק » דינסטאג ינואר 03, 2017 10:02 pm

יאצמעך האט געשריבן:
אדיר איום האט געשריבן:Please click https://wh.gov/itv3I to be mekayim Pidyon Sheveim with just s click of a botton.

Have you signed already before?

Please sign again, this is a new petition and requires 100,000.00 in just 17 days.
Please take part in this mitzvah by signing and forwarding this to your friends.


ס'ריקט זיך גאנץ שנעל ארויף.

ווי איך פארשטיי, אפילו ווען ס'קומט אן צו 100,000 "מוז" נאך דער פרעזידענט נישט באפרייען... נאר ער דארף געבן אן ענטפער אויף דעם, און מיר האבן שוין געזעהן וואספארא ענטפער ער האט געגעבן ביי שלום מרדכי רובאשקין, אדער קען ער איבערלאזן אז טראמפ יר"ה זאל ענטפערן, איך וויל נישט קאלט מאכן, השתדלות איז עס זיכער, איך פרוביר נאר צו זיין רעאליסטיש, איך מיט מיין ווייב האבן שוין אינטערגעשריבן

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מיטוואך ינואר 04, 2017 2:05 am

מען מוז שרייבן אמת?
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך ינואר 04, 2017 7:00 am

איי עם ביאנד מייסעלף. מען שיקט א בקשת תחנונים צו די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן לטובת פדיון שבויים, און מען לייגט נישט אריין קיין שום עפפארט אז די שפראך זאל זיין אביסל מענטשליך. וואט א שעים.

He is a dear member of our community that already serviced over half of his sentence and has paid in full for whatever he was charged. Mordechai is awaiting his second chance as per President Obamas statement of giving a second chance for those who are eligible. Mr. Sameth is awaiting the Pardon sentence and is looking forward to make America proud upon his release!

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך ינואר 04, 2017 7:11 am

נאך וויפיל טעג איז דא ביז ווען עס קען נאך צושטאנד קומען א אקעי פון אבאמא פאר די באפרייאונג?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך ינואר 04, 2017 7:46 am

מונאוויטש האט געשריבן:איי עם ביאנד מייסעלף. מען שיקט א בקשת תחנונים צו די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן לטובת פדיון שבויים, און מען לייגט נישט אריין קיין שום עפפארט אז די שפראך זאל זיין אביסל מענטשליך. וואט א שעים.

He is a dear member of our community that already serviced over half of his sentence and has paid in full for whatever he was charged. Mordechai is awaiting his second chance as per President Obamas statement of giving a second chance for those who are eligible. Mr. Sameth is awaiting the Pardon sentence and is looking forward to make America proud upon his release!

ווער מיינסטו שטייט אונטער דעם? סתם א יונגערמאן וואס האט א קאמפיוטער, ס'קומט נישט פון משפחה, עסקנים וכדו'.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: New Jersey, police, אלי' מקוה יוד, בינוני, גראף פאטאצקי, טשיינע רב, כאפצעם, פארקלאצט, פריעדמאן פון ב.פ., קאץ און מויז און 45 געסט