גליקליכע ברודער האט געשריבן:יישר כח טשאדי סיי פארן קליפשע און סיי פארן באשרייבונג
נאכן פרעגן האב איך געטראפן תשובה צו מיין לעצטע שאלה דא: viewtopic.php?f=6&t=30752&start=25
ווי איך האב פארשטאנען טיילט זיך אפ פונעם קעפסול 2 שטיקלעך, אויב אזוי, פ"ו קומט נאר צוריק איין שטיקל און ווי לאזט מען די קלענרע ענדשין?
ווילאנג גייען די אסטראנאטן בלייבן אויבן?
ווען איז די אמעריקאנע אסטראנאט (וואס האט מקבל פנים געוועהן די פריש ארויפגעקומענע) ארויפגעפלויגען, 9 יאר צוריק?? און ווען זענען די רוסישע ארויף?
קיינער איז נישט מער ווי 6 חדשים אין א צוה דארט.
די אמעריקאנע אסטראנאטן פליען שוין ארויף צו ספעיס דורך רוסישע ראקעטן, די לעצטע 9 יאר.
די אמעריקאנער פלעגן צאלן די רוסן פאר א זיץ אויף זייער ראקעט.
די דריי וואס זענען געווען דארט און האבן מקבל פנים געווען די נייע, זענען ארויפגעפלויגן א צוויי חדשים צוריק.