נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג ינואר 19, 2020 5:11 pm

דער ספעיס עקס (SpaceX) פירמע האט היינט אינדערפרי אדורכגעפירט און אייגענטליך סוקסעספול אדורכגעמאכט א גאר דראמאטישע טעסט, די לעצטע אין די סעריע צו באקומען אפציעלע לייסענס ארויפצושיקן אסטראנאטן צום ספעיס!

ספעיס עקס, וועלכע איז א ציווילע אמעריקאנע קאמפעני אינטער די אייגענטום פום אילאן מאסק, אנדערש ווי נאסא וועלכע איז אפציעל אינטער דער רעגירונג, האט דורכאויס די לעצטע פאר יאר געהאט גאר גרויסע סוקסעסן מיט פארשידענע דורכברוכן אין די פעלד פון ספעיס פלייט מיסיעס, איבערהויפט מיט זייער גאר פארגעשריטענע ראקעט סיסטעם וועלכע מ'קען איבערניצן מערער מאל, אנדערש ווי ביז דעמאלטס ווען ביי יעדע פלייט צום ספעיס איז דער ראקעט בטל געווארן. און מיט דעם וואס א ראקעט קען איבערגעניצט ווערן, ווערט איינגעשפארט צענדליגער מילאנען דאלערן פאר יעדע ספעיס פלייט באזונדער.

ספעיס עקס האט צום ערשטן מאל געמאכט היסטארי עטליכע יאר צוריק ביים אדורכפירן דעם ערשטע טעסט ארויפצושיקן קארגאו אין ספעיס, ווען מ'האט אינעם מעין קאפסול אריינגעשטעלט אילאן מאסק'ס - דער ספעיס עקס'ס גרינדער'ס טעסלע קאר.. און איז ארויפגעשאסן געווארן צום מארס [מאדים] אטמאספער, ווי עס געפונט זיך נאך ביז היינט. ביי יענע מיסיע האט מען צום ערשטן מאל געניצט דעם פאלקן 9 העווי ראקעט. די מיסיע איז געלונגען מיט א וואנדערבארע סוקסעס, סיי דער ארויפשיס און סיי די נאכפאלגענדע ראקעט לאנדונגען.. און זינט דעמאלטס האט שוין ספעיס עקס אדורכגעפירט מערערע קארגאו עקספארטן צום ספעיס, אריינגעכענט סופלייס פאר אויסלענדישע רעגירונגען.

די היינטיגע מיסיע איז ווי געזאגט געווען פאר זייער "נעקסט שטאפל", ארויפצושיקן לעבעדיגע אסטראנאטן! די מיסיע האט געהייסט דער "מיד-פלייט עבארשן טעסט", מיטן ציל אויסצופראבירן וואס און וויזוי דער ראקעט וועט טאן אין פאל עס מאכט זיך חלילה א פראבלעם דורכאויס איר וועג ארויף, און טאקע ביי די האקעלסטע חלק פון די רייזע, און אויב דער קאפסול, דער ספעיס שיף אין וואס די אסטראנאטן וועלן זיך געפונען, קען באווייזן צוריק אראפצוקומען לעלמא הדין אנדעם וואס די אסטרענאטן דערינען זאלן געשעדיגט ווערן.

פאר די מיסיע איז געניצט געווארן דער פאלקן 9 ראקעט [9 העווי, מיט די ס"ה 27 מאטארן איז נאר ביי שווערע קארגאו], ס'איז געווען דער סאמע פערטע מאל וואס דער זעלבע ראקעט ווערט ארויפגעשאסן, דאס מאל האט עס אבער נישט צוריק געלאנדעט אויף דער ערד, נאר איז בכוונה עקספלאדירט געווארן אין די לופטן אנדערהאלב מינוט אריין אין די פלייט. ביי א הויעכקייט פון 10 מייל, וואס איז איבער 50 טויזענט פיס. בעת וואס דער קאפסול האט זיך אפגעטיילט פונעם ראקעט און אנגעהויבן זיין באו בשלום טאנץ אויפן וועג אראפ מיט די כח פון גרעוואטי.

כדי דער טעסט זאל באצייכענט ווערן אלטס סוקסעס האט דער גאנצע מיסיע, אנגעהויבן פון ליפט אףף ביז ווען רעטונגס לייט ריקאווערן דעם קאפסול נישט געטארט נעמען מער ווי 60 מינוט. לענגער ווי דעם וואטס עס געווען א דורכפאל. דער פלאן האט זיך אבער אויסעגארבעט גענוי ווי געפלאנט, ווען דער קאפסול האט סוקסעספולי "אנטלאפן" פונעם "פראבלאמאטישן ראקעט".. און מיט די הילף פון אירע פערישאטן געמיטלעך געלאנדעט אין וואסער אריין, ווי די ריקאווערי שיפעלעך האב איר אפגעווארט.. און אנגעקומען דערצו אינטער 15 מינוט נאכן ארויפשיס!

ביי א פרעס קאנפרענס צו יובלען דעם סוקסעס האט אילאן מאסק, שטייענדיג נעבן דער NASA פירער באצייכענט די טעסט ריזאלטאטן אלטס "פיקטשער פערפעקט", און געמאלדן אז דער ערשטע און פאקטישער מיסיע דורך ספעיס עקס ארויפצושיקן אסטראנאטן וועט פארקומען נאך דעם למספ' יאר, ערגעץ צווישן עיפריל און יוני!

א ווידיאו פונעם קאפסול, דער היינטיגער חתן, ביים אדורכגיין פארשידענע פראובעס דורכאויס די לעצטערע חדשים.

דראפבאקסגוגל דרייוו

דער פולן ווידיאו פונעם היינטיגן טעסט!

דראפבאקסגוגל דרייוו
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג ינואר 19, 2020 5:25 pm

Wow
טענקס שטאדי.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג ינואר 19, 2020 5:30 pm

באדעלע, א דאנק פארן ברענגען, צולייגען, באשפרענקלען און באקליפטשען די נייעס.
דער איז מאור טא אייוועלט.
א תגובה מער.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 19, 2020 6:52 pm

WOW טשאדי, נישט געוואוסט אז דאס קענסטו אויך.

ישר כח.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 19, 2020 7:30 pm

הערליך טשאדי!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג ינואר 19, 2020 10:52 pm

ש'כח זאכ- כ'מיין טשאדי, איך שטיי און קוק און קוק איבער פארגאפט!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

תגובהדורך קלאץ קשיא » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:25 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:צום מארס [מאדים] אטמאספער

מסתמא א טעות. צ״ל אָרביט.

יישר כח פאר די ארטיקל.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:36 am

גערעכט. און יישר כח פארן פארעכטן.

אגב, מאסק האט אויך געזאגט נעכטן אז ביז 2050 וויל ער האבן ארויפגעשיקט צום מארס אזויפיל ווי א מילאן מענטשן! ער וויל מאכן א בארא פארק באס וואס זאל אהין ארויפפארן טעגליך, 3 מאל א טאג זאל א סטארשיפ זיך הייבן פון דער ערד.

כ׳הער אז סנעקזיט ארבעט שוין אויף א וועלעראו אינטערוועגענס, חסידים אויף א היטש פלאץ, און עסקנים אויף א מנחה עריע..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11561
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג ינואר 21, 2020 4:12 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:גערעכט. און יישר כח פארן פארעכטן.

אגב, מאסק האט אויך געזאגט נעכטן אז ביז 2050 וויל ער האבן ארויפגעשיקט צום מארס אזויפיל ווי א מילאן מענטשן! ער וויל מאכן א בארא פארק באס וואס זאל אהין ארויפפארן טעגליך, 3 מאל א טאג זאל א סטארשיפ זיך הייבן פון דער ערד.

כ׳הער אז סנעקזיט ארבעט שוין אויף א וועלעראו אינטערוועגענס, חסידים אויף א היטש פלאץ, און עסקנים אויף א מנחה עריע..

דער מיינט עס ערענסט?
ביז 2050 האב איך סאך גרעסערע חלומות...

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג ינואר 21, 2020 4:22 pm

שכח טשאדי, מיר האבן שטארק הנאה געהאט פון די קליפים.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 9:16 pm

הללוהו שמש וירח.

א ווינדערליכע קורצע קליפ פון דער זון, דאס ערשטע מאל וואס מ׳זעהט אזא קלאר בילד דערפון. אפגעכאפט דורך א טעלעסקאופ.

בילד

מער איבער דעם דא
[קרעדיט טינק ענד טענק]
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג ינואר 31, 2020 12:02 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:הללוהו שמש וירח.

א ווינדערליכע קורצע קליפ פון דער זון, דאס ערשטע מאל וואס מ׳זעהט אזא קלאר בילד דערפון. אפגעכאפט דורך א טעלעסקאופ.

בילד

מער איבער דעם דא
[קרעדיט טינק ענד טענק]


Wow!

זיי זאגן אז יעדע שטיקל אין דעם בילד איז בערך אזוי גרויס ווי די סטעיט טעקסאס.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24485
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג פאברואר 02, 2020 10:44 am

אמרו לאלקים מה נורא מעשיך!
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג פאברואר 02, 2020 2:12 pm

איינער קען אפשר מסביר'ן וואסע פשט פון די געבאבלעכטס אויפן זון, וואס מיינט די שטיקלעך וואס רוקען זיך איינס אינעם צווייטן? וואסערע מאטריאל איז דאס...
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג פאברואר 02, 2020 7:14 pm

דאכצעך דאס רופט זיך "פייער".
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2020 4:05 pm

תגובהדורך טוב לב » זונטאג פאברואר 02, 2020 7:48 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר'ן וואסע פשט פון די געבאבלעכטס אויפן זון, וואס מיינט די שטיקלעך וואס רוקען זיך איינס אינעם צווייטן? וואסערע מאטריאל איז דאס...


מאסיווע אטאמישע אויפרייסען.

אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג פאברואר 03, 2020 4:17 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר'ן וואסע פשט פון די געבאבלעכטס אויפן זון, וואס מיינט די שטיקלעך וואס רוקען זיך איינס אינעם צווייטן? וואסערע מאטריאל איז דאס...

די זון באשטייט בעיקר פון פלאזמא, און די עפעקטס ווערן פון פארשידענע אויפרייסן.

מען דארף געדענקן אז די זון געבט באמת ארויס ווייסע ליכטיקייט (אלע קאלירן), און ווען מען זעט רויט אדער עני אנדערע קאליר, זענען פילטערס גענוצט געווארן צו געבן א בליק אויף די ספעציפישע חלק פונעם ספעקטרום.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג פאברואר 03, 2020 10:56 am

רואיג! האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר'ן וואסע פשט פון די געבאבלעכטס אויפן זון, וואס מיינט די שטיקלעך וואס רוקען זיך איינס אינעם צווייטן? וואסערע מאטריאל איז דאס...

די זון באשטייט בעיקר פון פלאזמא, און די עפעקטס ווערן פון פארשידענע אויפרייסן.

מען דארף געדענקן אז די זון געבט באמת ארויס ווייסע ליכטיקייט (אלע קאלירן), און ווען מען זעט רויט אדער עני אנדערע קאליר, זענען פילטערס גענוצט געווארן צו געבן א בליק אויף די ספעציפישע חלק פונעם ספעקטרום.


Wow! אזוי קלאר אין געציילטע ווערטער...
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

מאניש בנבנשתי
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

תגובהדורך מאניש בנבנשתי » מוצ"ש מארטש 07, 2020 7:51 pm

לעצטנס האב איך באמערקט ביינאכט אויפן הימל א שטארק שיינענדיגע אביעקט וואס זעהט קלאר נישט אויס ווי א שטערן צוליב עטליכע סיבות
1) די שטארקייט פונעם שיין איז׳ פילפאכיג שטערקער.
2) עס זעהט אויס צו האבן א וויידל.
3) די גרויסקייט דערפון זעהט זיך אויס גרעסער און נענטער צו אונז..

איך וויל נאר אנפרעגן, איז דאס אפשר א קאמעט? אדער איינע פון די כוכבי לכת וואס מאכן איצטערט א באזוך?
המגיד מקיטוב

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » זונטאג מארטש 08, 2020 1:20 am

איינע פון די כוכבי לכת

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג מארטש 08, 2020 9:17 am

וועלכע כוכב לכת האט א וויידל?

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » זונטאג מארטש 08, 2020 12:02 pm

דאס איז די כוכב נוגע וועלכע ווערט אנגערופן Venues,
בייגעלייגט אפאר בילדער, מאפעס.
ס'האט זיך געפונען אויף מערב זייט דאס מיינט גייענדיג אין גאס האסטו עס געזעהן אויף מערב.
צוגעלייגטע
Screenshot_2020-03-08-11-35-15.png
Screenshot_2020-03-08-11-35-15.png (119.27 KiB) געזעהן 1901 מאל
Screenshot_2020-03-08-11-35-47.png
Screenshot_2020-03-08-11-35-47.png (258.21 KiB) געזעהן 1901 מאל
Screenshot_2020-03-08-11-36-18.png
Screenshot_2020-03-08-11-36-18.png (73 KiB) געזעהן 1901 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9757
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:03 pm

ברעיקינג

נאסא האט געמאלדן אז ספעיס עקס וועט ארויפפירן צוויי אמעריקאנער אסטראנאטן צום אינטערנאציאנאלן ספעיס צענטער דעם קומענדיגן מאי 27.

דאס וועט זיין די ערשטע מאל אין באלד צען יאר, וואס א אסטראנאט וועט ארויפפליען פון אמעריקע.
צוגעלייגטע
EV0kc7BWoAQQ4OR.jpeg
EV0kc7BWoAQQ4OR.jpeg (252.48 KiB) געזעהן 1699 מאל

אוועטאר
ישיבה בחור
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2011 10:28 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ישיבה בחור » דאנארשטאג מאי 07, 2020 6:34 pm

ספעיס פארס לייגט ארויס רעקרוטינג רעקלאמע:
Maybe your purpose on this planet isn't on this planet
:?
https://t.co/oHLgwcY2eq
https://www.spaceforce.mil/Career-Redirect
ס'אינטערעסירט מיך נישט, איך רוף עס ווייטער די טריי-בארא און די טאפפען-זי.

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re:

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג מאי 07, 2020 7:06 pm


איינער מיט נאך ווידאס פון געלעקסי'ס זין לבנה ערד וכדומה
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט