נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:16 pm

עניוועס הער איך אז נאסא פלאנט אין תש25 ארויף שיקן צו די זון . . .
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:37 pm

וועלקאם @זאכליך!

דער מאסק וויל אמת'דיג אז מ'זאל גיין וואוינען אין מארס? כ'מיין, ער מיינט עכט אז ס'וועט אמאל געשען אז אויב נישט וועט עס איהם וויי טון?

איך האב פארשטאנען אז ער וויל בעצם אנדערע זאכן, נאר דאס איז א וועג צו הייבן דעם מוט און נייגער זיך צו פארשנעלערן אין ספעיס טעכנאלאגיע.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

ראגעלעך
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:51 pm

זאכליך האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:
לעצטענס האט איינער געפרעגט מאסק וויאזוי מ'קען לעבן אין אזעלכע טעמפרעטשורס, האט ער געענטפערט מיט זיין מהלך "אפשר קען מען עס אנווארעמען אביסל, אפשר קען מען ווארפן א אטאם באמבעס עס אנצואווארעמען מיט די ראדיאציע"...



נישט דאס האט ער געזאגט.

כדי צו קענען אנווארעמען א פלאנעט דארף מען האבן קארבאן דייאקסייד אין די אטמאספער וואס האלט אן די היץ פון די זון דורכאויס די נאכט. מארס האט זייער ווייניג קארבאן דייאקסייד אין די אטמאספער צוליב איר דינע אטמאספער.

אבל דא עקא, אויף די צפון און דרום שפיצן פון די מארס פלאנעט איז דא ריזיגע בערג פון פארפרוירענע קארבאן דייאקסייד, אויב קען מען עס אנווארעמען ס'זאל זיך אויפלאזן וועט עס אריינגיין אין די אטמאספער און באשוצן די פלאנעט פון די קעלט פון ספעיס.

פארדעם האט ער געזאגט (בדרך הלצה) אז מ'זאל שיסן 2 אטאם באמבעס אויף יעדע פון די 2 שפיצן, אזוי וועט די קארבאן דייאקסייד ווערן אויפגעלאזט גאר שנעל...


זאג אים אז דאס איז ניטאמאל גוט פאר א דזשואק, די עווייערמענט פאליציי דארטן אויף מארס וועלן אים ממיתן פאר אפילו טראכטן דערפון.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:57 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:יא רוכטיג! איך מיין ס'איז גרינגער צו גיין צו מאטיסעלא ווי די מארס. . .

:lol: :lol:

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 10:00 pm

מארס- מאסק מיינט עס גאר אמתדיג.

- Space x is schedulaed to send astronats to space in April 2019 with room for delays

- blue origin is scheduled to send people - for the sake of fun - in low orbit space in this year 2018

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 11:09 pm

וועלקאם זאכליך! זייער קלאר!

איך בין בכלל נישט קיין מבין, כ'ברענג נאר נאך וואס איך ליין און טראכט אז ס'קען זיין אינטערעסאנט פאר די איינוואוינער דא...

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 12:08 am

אויפגעפרישט האט געשריבן:עניוועס הער איך אז נאסא פלאנט אין תש25 ארויף שיקן צו די זון . . .

נישט קיין מענטשן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג אוגוסט 10, 2018 4:49 pm

ווייס פרעזידענט מייקל פענס האט אין א רעדע געמאלדן אז מ'גייט עפענען א פיפטע אפטיילונג פון די מיליטער, די ספעיס פארס.

ביי זיין רעדע האט ער שטארק ארום גערעדט איבער די סכנות און פראוואקאציעס וואס אמעריקע קען אויסשטיין אויב מ'האלט נישט קאנטראל אין ספעיס, און אז אמעריקא גייט דארט ווייטער אנהאלטן פירערשאפט, און די זעלבע צוזאק פון פרייהייט וואס אמעריקא שטעלט פאר אויף די ערד וועט מען מיטנעמען אין ספעיס.

ביים אויספיר פון זיין רעדע האט ער נאכגעזאגט א פסוק פון תהילים (קל"ט ט') אשא כנפי שחר אשכנה באחרית ים, אם אסק שמים, גם שם ידך תנחני ותאחזני ימינך, און מיט א וואונטש אז זיי זאלן מצליח זיין אויפן לאנגן וועג.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3778
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:27 am

זאכליך האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:עניוועס הער איך אז נאסא פלאנט אין תש25 ארויף שיקן צו די זון . . .

נישט קיין מענטשן.

תש25?.. כ׳האב יעצט געהערט אויף קולמא אז מ׳האט אפגעשטופט א היינט געפלאנטע ארויפשיס אויף מארגן..
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3778
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:34 am

@זאכליך, שקויעך פאר דיין באריכט. אגב, איינער האט שוין געווידמעט א ספעציעלער ״ספעיס פארס״ אשכול. ס׳איז דיינס!

viewtopic.php?p=1697418#p1697418
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 6:16 pm

WOW מהאמיר @זאכליך פול פורס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 2:27 pm

נאסא וויל בויען א נייע ספעיס סטאנציע נעבן די לבנה, מיטן פלאן אז מענטשען זאלן לאנדן אום תש''24 אויף די סטאנציע.

דערנאך זאל מען עס עקסטענדען אז מענטשען זאלט טראוולען פון די סטאנציע צו די לבנה, אהין און צוריק. די איצטיגע פלאן פאר מענטשען אויף די לבנה איז אום תש26

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 2:36 pm

א נאסא בילד\ רענדערינג.

די קליינע בלויע טאבע איז אינזער וועלט
צוגעלייגטע
rendering of new space station.jpg
rendering of new space station.jpg (128.1 KiB) געזעהן 921 מאל

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 2:45 pm

האט עס א מטרה?

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 3:26 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:חלומות..

אזאנע וויכטיגע מיטונגען.. כ׳האָף נאר אז ס׳גייט נישט אויפן חשבון פון שטייער צאלער.

ניין, נישט אויף דיין חשבון, אפילו אויב די צאלסט מכס געהעריג...
אין פאקט מאסק האט שוין געשפארט פאר די רעגירונג מיליאנען דאלער (מעגליך אפילו ביליאנען)

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:29 pm

קומט שוין אריין מער פרטים.

דער נאסא טשעירמאן האט געגעבן עטליכע ספיטשעס ווי ער רעדט אביסל מער דיטאלן איבער די לבנה פלענער, אצינד קוקט עס אויס ערענסטער ווי סתם ליפטיגע גראפישע פאמפלעטן, אצינד קוקט עס אויס ווי א ערענסטער "פלאן"

דער פלאן- פארט נאר א פלאן...- איז אז מען גייט צו די לבנה און מען איז "דעיר טו סטעי" שאטלען אהין און צוריק.

דער נאסא טשעירמאן זאגט אז דאס איז נאר מעגליך וויבאלד די פרייוואטע קאמפאניס האבן אהערגעשטעלט רי-יוזעבל ראקעטס, ד.ה. מען קען איבערניצן די ראקעטס, ער האט אויסגערעכנט אז אין די פארגאנגענהייט האט מען געצאלט צענדליגער ביליאנען דאללער פאר די יעדן ראקעט באזינדער, אבער די פריוואטע קאמפאניס טוען דאס אויף א דראמאטיש ביליגערע קאסט, דאס טוט ערמעגליכען די פרישע פלענער צוריק צו גיין צום לבנה.

אגב רוסלאנד האט זיך אויך ערענסט אריינגעלייגט און די איבערניצענדע ראקעט טעכנאלאגיע.

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 4:49 pm

וואס איז די אויפטו פון זיין דארט אויבן?
עס וועט דינען אנשטאט די ספעיס סטאנציע?

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 11:18 am

וואס איז מיט די שאטל צי די זין עס איז געוועין א סקסעס ?
Have it in mind don't be right be smart

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 12:07 pm

איך בין נישט אין ספעיס, איך מיין צי זאגן "דערינען", איך ליין נאר אביסל דא און דארט ווען די אינטערעסע כאפט מיר אן, אשר על כן קען איך נישט עכט ענפערען אויף שאלות, איך ענטפער יא אבער נעם עס נישט אן ווי תורת לאקשן.

"זאכליך" איז דערינען און עס קוקט אויס ווי ער איז ממש דארט ווייל מען הערט נישט פון עם, ווען ער העט צוריקקומען זאל מען עם איבערפרעגן אלע שאלות, ויתרץ קושיות ואבעיות.

----

שאטל צום זון איז נאך זייער פרי צי וויסן, די סעטעלייט פארט ווי א מעקעלע פאטעיטאס ביי בלויז ניין און דרייסיג טויזנט מיט פינעף הינדערט פיס פער שעה.

אבער זארג זיך נישט די מצב ווערט בעסער און בעסער פון טאג צי טאג, לויטן פלאן וועט די סאטילעט פארבייפליען קארגע 3.8 מילליאן מייל פון די זון ביי א שנעלקייט פון 430.000 מייל פער שעה אום יארע 2024 למס'

--
די אויפטו פון זיין נענטער צי די לבנה איז בעיקר ווייל די פארשונגען זענען העכער אין ספעיס ערלויבענדיג צי שטודירן בעסער וואס עס גייט פאר דארט אויבן, ווי אויך וועט עס ערמעגליכן צו שאטלן אהין אין צוריק צום לבנה לייכטערהייט (רעלאטיוו גערעדט- פארשטייט זיך אז דאס איז זייער קאמפליצירט)

איך האב שוין לאנג געליינט פון פלענער אויפצושטעלן א באזע אויף די לבנה אז מען זאל שיקן ראקעטס פון דארטן צו די העכערע ספערן, אויסער דעם וואס די לבנה וואלט געדינט ווי א סטעפ העכער די ערד ארויפצוגיין צום נעקסטן שטאפל, איז אויך דא נאך א מעלה אז די גראוויטי איז פיל שוואכער ווי די גראוויטי פון די ערד, דאס וואלט געמאכט פיל גרינגער ארויפציפליען נאך העכער.

אבער איך האב נישט געזען איצטערט אז דאס זאל זיין א חלק פון די פלאן
--

דער איצטיגער ספעיס סטאנציע פראגראם איז געווען לכתחילה פלאנירט צו זיין אין דינסט ביז 2015 למס' (בערך), מען האט עס עקסטענדעד אויף ביז 2024 ' און לויטן איצטיגען פלאן וועט דער אינטערנאציאנאלער ספעיס סטאנציע זיכער אפלויפן אום תש''28.

דער נייער ספעיס סטאנציע נעבן די לבנה וועט לכאורה נישט זיין דער ערזאץ ווייל מען וויל האבן א אויג אויף די אטמאספערע נענטער צי ערד, און די נייע סטאנציע וועט לכאורה זיין צו ווייט (זע בילד ווי ווייט דער איצטיגער סטאנציע איז פון ערד און פון לבנה, פארגלייך עס צי די געמאלענע בילדער פונעם געפלאנטן סטאנציע).

אגב, ווען נאסא האט מסביר געווען די פילע אויפטוען פונעם אינערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע, האבן זיי אויסגערעכנט די אחדות וואס עס ברענגט צי די וועלט, ווייל רוסלאנד מיט אמעריקע/ יאפאן/ אייראפע וכו' ארבעטן אלע אויף איין גרויסע אחריות'דיגער פראיעקט, און דאס ברענגט אז מען מוז זיך דורכקומען ווייל יעדער שפירט אז מען קען נישט לאזן די אסטראנאטן דארט אויבן אלץ א כפרה הינדל.

אבער דער נייער סטאנציע איז א פראיעקט דורך נאסא אליין, אן קיין אינטערנאציאנאלע מיטארבעט. אדרבה נאסא זאגט אז דאס ווייזט אז זי שטייט פאראויס פון די איבריגע וועלט און ספעיס עקספלארעישאן טעכנאלאגיע.
צוגעלייגטע
earth small.jpg
earth small.jpg (145.93 KiB) געזעהן 690 מאל
moon.jpg
moon.jpg (73.91 KiB) געזעהן 690 מאל

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:07 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
שאטל צום זון איז נאך זייער פרי צי וויסן, די סעטעלייט פארט ווי א מעקעלע פאטעיטאס ביי בלויז ניין און דרייסיג טויזנט מיט פינעף הינדערט פיס פער שעה.

עפעס שטימט נישט דא, דאס קומט אויס צו ווינציגער ווי 8 מייל א שעה, קען דען זיין אז ס'פארט אזוי שטייט? כ'מיין איך וואק שוין באלד שנעלער ווי דאס...
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:16 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
שאטל צום זון איז נאך זייער פרי צי וויסן, די סעטעלייט פארט ווי א מעקעלע פאטעיטאס ביי בלויז ניין און דרייסיג טויזנט מיט פינעף הינדערט פיס פער שעה.

עפעס שטימט נישט דא, דאס קומט אויס צו ווינציגער ווי 8 מייל א שעה, קען דען זיין אז ס'פארט אזוי שטייט? כ'מיין איך וואק שוין באלד שנעלער ווי דאס...

דער גאנצער מייקראוועיוו קאנצעפט איז דאך געבוירן אין ספעיס, ווילסטו פארגלייכען ראקעטס וואס זענען פאבריצירט געווארן אויף די ערד מיט די ספיד פון דיינע שטראלן?

אקעי, עס איז א פשוטע טעות, עס דארף שטיין מייל אנטשטאט פיס

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:21 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
שאטל צום זון איז נאך זייער פרי צי וויסן, די סעטעלייט פארט ווי א מעקעלע פאטעיטאס ביי בלויז ניין און דרייסיג טויזנט מיט פינעף הינדערט פיס פער שעה.

עפעס שטימט נישט דא, דאס קומט אויס צו ווינציגער ווי 8 מייל א שעה, קען דען זיין אז ס'פארט אזוי שטייט? כ'מיין איך וואק שוין באלד שנעלער ווי דאס...

דער גאנצער מייקראוועיוו קאנצעפט איז דאך געבוירן אין ספעיס, ווילסטו פארגלייכען ראקעטס וואס זענען פאבריצירט געווארן אויף די ערד מיט די ספיד פון דיינע שטראלן?

אקעי, עס איז א פשוטע טעות, עס דארף שטיין מייל אנטשטאט פיס

וואס זאגט די GPS ווען וועט עס אנקומען?
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:30 pm

וויי-פיי האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
שאטל צום זון איז נאך זייער פרי צי וויסן, די סעטעלייט פארט ווי א מעקעלע פאטעיטאס ביי בלויז ניין און דרייסיג טויזנט מיט פינעף הינדערט פיס פער שעה.

עפעס שטימט נישט דא, דאס קומט אויס צו ווינציגער ווי 8 מייל א שעה, קען דען זיין אז ס'פארט אזוי שטייט? כ'מיין איך וואק שוין באלד שנעלער ווי דאס...

דער גאנצער מייקראוועיוו קאנצעפט איז דאך געבוירן אין ספעיס, ווילסטו פארגלייכען ראקעטס וואס זענען פאבריצירט געווארן אויף די ערד מיט די ספיד פון דיינע שטראלן?

אקעי, עס איז א פשוטע טעות, עס דארף שטיין מייל אנטשטאט פיס

וואס זאגט די GPS ווען וועט עס אנקומען?

אויב וועט נישט זיין קיין טרעפיק העט עס זיין ביים שפיץ פון די נסיעה אום 2024 למס'

- עס גייט נישט אנרירן די זון. מען וויל פארשן ארום און ארום די זון, דאכט זיך מיר אז דארט איז נאך הייסער

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:45 pm

ער האט געמוזט אראפ-סלאוען. וועיז האט געמאלדן אז ס'דא א באהאלטענע פאליס...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:11 pm

בענקעל האט געשריבן:ער האט געמוזט אראפ-סלאוען. וועיז האט געמאלדן אז ס'דא א באהאלטענע פאליס...

:lol:


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Of course, איגערקע, אלי' מקוה יוד, בשבילי נברא, דעת הקהל, חושב מחשבות..., מה אנו, ממה נפשך, נודה לך, פינחס און 60 געסט