נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מאנטאג מארטש 19, 2018 12:13 pm

איינער קען אפשר מסביר זיין אין אידיש וואס סטיפען האוקינג (געשטארבן פאריגע וואך, 55 יאר נאכדעם וואס דאקטורים האבן אים געגעבן 3 יאר צו לעבן צוליב די ALS מחלה) האט בייגעשטייערט צו די וויסנשאפט פון ספעיס?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג מארטש 19, 2018 12:37 pm

ער האט מחדש געווען אסאך זאכן.

אבער זיין גרעסטע חידוש און לעגעסי איז די "האקינג ראדיאציע" וואס ער האט מחדש געווען, נעמליך אז בלעק האולס גיבן ארויס א געוויסע ראדיאציע.

אין קורצן (גאר אין קורצן) 2 פארקניפטע פארטיקעלס וואס געפינען זיך ביים עק פון די בלעק האול, וועלן זיך אפטיילן, איינס וועט אריינפאלן אין די בלעקהאול, און די צווייטע וועט אוועקפליען. וויבאלד זיי זענען געווען פארקניפט, מיינט עס אז די פארטיקל וואס פליעט אוועק נעמט מיט אביסל ענערגיע פון די בלעקהאול, און ענעריגע איז דאך מעסס (e=mc^2).

און צוליב די ברעקלעך מעסס וואס ס'פארלירט האט סטיווען האקינג מחדש געווען וועט די בלעקהאול צום סוף פארלירן אלע מעסס און צוגיין.

די חידוש פון די אויפטרעף איז אז ס'שטעלט צוזאמען איינשטיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט מיט קוואנטום מעקעניקס אז ביידע זאלן שטימען (אויף דעם ספעציפישן פאל).
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:04 am

די כינעזע ספעיס סטאנציע פארלירט ספיד מיט יעדע פארבייגייענדיגע סקונדע, אין די צייט וואס מ'שאצט פאר אז ס'גייט אראפטראסקענען פון ארביט דערנענטערט זיך שוין.

לויט די יעצטיגע שאצונגן גייט עס אריינפאלן אין די אטמאספערע אום פסח. ווי נענטער ס'וועט ווערן אלס בעסער וועלן זיין די פאראויס שאצונגן.

די שאנס אז ברוכווארג זאל דורכלעבן די היץ און אנקומען ביז די ערד איז גאר קליין, אבער ס'איז נאכאלץ בעסער צו זיין אויף די זיכערער זייט.

דאס מיינט נישט אז מ'דארף זיין אין בונקער אגאנץ פסח, נאר מ'זאל זיך צוהערן צו די אפדעיטס, און אויב הערט מען אז ס'גייט פאלן אין די געגנט ווי איר וואוינט, האט איר כאטשיג א האלבע שעה צייט צו זיכן שוץ.

TG-1_Coverage_Plot_Annotated-768x403.png
TG-1_Coverage_Plot_Annotated-768x403.png (302.56 KiB) געזעהן 1783 מאל


דא קען מען זעהן די מהלך וויאזוי ס'פליט איבער די וועלט. די וואס זענען אין די בלויע זאנע קענען זיין רואיג אז ס'גייט נישט אנקומען דארט. די גרינע האט א נידעריגערע שאנס און די געלע האט א העכערער שאנס צו באקומען אביסל ברוכווארג.

אבער ווי מ'קען זעהן, פליט עס נישט אריבער די זעלבע פלאץ יעדע מאל ס'מאכט אן ארביט, נאר יעדע 90 מינוט ווען ס'פארענדיגט אן ארביט איז ער אביסל מער צו מערב ווי פאריגעס מאל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:10 am

זאכליך האט געשריבן:די כינעזע ספעיס סטאנציע פארלירט ספיד מיט יעדע פארבייגייענדיגע סקונדע, אין די צייט וואס מ'שאצט פאר אז ס'גייט אראפטראסקענען פון ארביט דערנענטערט זיך שוין.

לויט די יעצטיגע שאצונגן גייט עס אריינפאלן אין די אטמאספערע אום פסח. ווי נענטער ס'וועט ווערן אלס בעסער וועלן זיין די פאראויס שאצונגן.

די שאנס אז ברוכווארג זאל דורכלעבן די היץ און אנקומען ביז די ערד איז גאר קליין, אבער ס'איז נאכאלץ בעסער צו זיין אויף די זיכערער זייט.

דאס מיינט נישט אז מ'דארף זיין אין בונקער אגאנץ פסח, נאר מ'זאל זיך צוהערן צו די אפדעיטס, און אויב הערט מען אז ס'גייט פאלן אין די געגנט ווי איר וואוינט, האט איר כאטשיג א האלבע שעה צייט צו זיכן שוץ.

TG-1_Coverage_Plot_Annotated-768x403.png


דא קען מען זעהן די מהלך וויאזוי ס'פליט איבער די וועלט. די וואס זענען אין די בלויע זאנע קענען זיין רואיג אז ס'גייט נישט אנקומען דארט. די גרינע האט א נידעריגערע שאנס און די געלע האט א העכערער שאנס צו באקומען אביסל ברוכווארג.

אבער ווי מ'קען זעהן, פליט עס נישט אריבער די זעלבע פלאץ יעדע מאל ס'מאכט אן ארביט, נאר יעדע 90 מינוט ווען ס'פארענדיגט אן ארביט איז ער אביסל מער צו מערב ווי פאריגעס מאל.

אוי וויי איך בין אינעם געלע זאנע, מזאל מיך לאזן וויסן צייטליך איך זאל קענען אריינעמען די פסח'דיגע באקסעס פון די פארטש..

שכוח זאכליך פארן אפדעיטן די אשכול מיט אינטערעסאנטע זאכן

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:16 am

:lol: :lol:

געדענק מיטצונעמען א שירעם ווען די גייסט כאלעמויד האלטן... מ'קען קיינמאל נישט וויסן...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:19 am

יו... איך ציטער...

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » דינסטאג מארטש 20, 2018 11:46 am

זאכליך האט געשריבן:ער האט מחדש געווען אסאך זאכן.

אבער זיין גרעסטע חידוש און לעגעסי איז די "האקינג ראדיאציע" וואס ער האט מחדש געווען, נעמליך אז בלעק האולס גיבן ארויס א געוויסע ראדיאציע.

אין קורצן (גאר אין קורצן) 2 פארקניפטע פארטיקעלס וואס געפינען זיך ביים עק פון די בלעק האול, וועלן זיך אפטיילן, איינס וועט אריינפאלן אין די בלעקהאול, און די צווייטע וועט אוועקפליען. וויבאלד זיי זענען געווען פארקניפט, מיינט עס אז די פארטיקל וואס פליעט אוועק נעמט מיט אביסל ענערגיע פון די בלעקהאול, און ענעריגע איז דאך מעסס (e=mc^2).

און צוליב די ברעקלעך מעסס וואס ס'פארלירט האט סטיווען האקינג מחדש געווען וועט די בלעקהאול צום סוף פארלירן אלע מעסס און צוגיין.

די חידוש פון די אויפטרעף איז אז ס'שטעלט צוזאמען איינשטיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט מיט קוואנטום מעקעניקס אז ביידע זאלן שטימען (אויף דעם ספעציפישן פאל).

איך זוך א חברותא איבערצוגיין דעם 'קורצן' שיעור...

ביטע הרב זאכליך, ווען איר האט אביסל איבעריג צייט, זייט מער מאריך און באשרייב עס מיט מער ביאור פאר די שוואכערע קעפ.
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 25, 2018 12:39 am

לויט די לעצטע שאצונגן גייט די כינעזע ספעיס סטאנציע אראפקראכן דעם ערשטן טאג חול המועד.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג מארטש 25, 2018 1:01 am

יישר כח פאר אונזער ספעיס קאפיטאן מר זאכליך פאר די עקסקלוסיוו באריכטן פאר אונזער קרעטשמע.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » זונטאג מארטש 25, 2018 1:06 am

וואו אין די וועלט וועט עס פאלן?
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » זונטאג מארטש 25, 2018 2:17 am

איז די סיבה פארוואס די געלע זאנע האט א העכערע שאנס איז נאר וויל דארט מאכט ער דארט דעם דריי? דאס מיינט אז 'סאטיסטעקלי' קען עס דארט ענדערש געשען?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 25, 2018 9:14 am

פערדס מיניסטער האט געשריבן:וואו אין די וועלט וועט עס פאלן?

דאס קען מען נישט וויסן ביז געציילטע שעות פאר ס'הייבט אן פאלן, זינט ס'פליט ארום די וועלט 16 מאל א טאג, ממילא אויב הייבט עס פאלן א האלבע שעה שפעטער ווי פארגעשאצט וועט עס פאלן די אנדערע עק וועלט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 25, 2018 9:15 am

בילדער האט געשריבן:איז די סיבה פארוואס די געלע זאנע האט א העכערע שאנס איז נאר וויל דארט מאכט ער דארט דעם דריי? דאס מיינט אז 'סאטיסטעקלי' קען עס דארט ענדערש געשען?

ריכטיג.

אין אנדערע ווערטער, ווייל ס'פליט מער צייט העכער יענע געגענטער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג מארטש 26, 2018 11:00 am

די כינעזער ספעיס סטאנציע פארלירט ספיד שנעלער ווי געראכטן, לויט די לעצטערע שאצונגען וועט עס אראפפאלן די ערשטע טאג יו"ט נאכמיטאג.

DZNxur2WkAAa8RV.jpeg
DZNxur2WkAAa8RV.jpeg (139.06 KiB) געזעהן 1464 מאל


א פרישע מאפע טוט אנצייגן אלע מעגליכקייטן ווי ס'קען פאלן, אויב וואוינט איר נישט אינטער א רויטע ליניע, קענט איר זיין רואיג.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3794
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מארטש 26, 2018 11:44 am

וויזוי פארלירט עס בכלל ספיד, אויב זיין מאטאר ארבעט נישט? לכאורה ברויך ער אנהאלטן זיין ספיד, נאר ווערן צוגעשלעפט צום ערד, און ווערן פארברענט, ניין?
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » מאנטאג מארטש 26, 2018 2:00 pm

גייט כאטש טשיינע דארפן צאלן א טאריף אויב פאלט עס אריין אין אמעריקע?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג מארטש 26, 2018 2:34 pm

פסח׳דיג מאכן די שירעמעס, חברה...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג מארטש 26, 2018 4:14 pm

האט איר שוין געהערט פון דעם קאליפארניער איינוואוינער מייק היוס? ער איז א פארשוין וואס האט זיך באקאנט געמאכט מיט אינטערעסאנטע און ווילדע טעאריעס און קאנספיראציעס איבער דער וועלט און אנדערע פלאנעטן.

דאסמאל האט ער באשלאסן צו זיין עכט איינער וואס "קומט פון די לבנה" אדער כאטש "אויפן קאפ געפאלן"... דער חכם עתיק יומין פון די מאנישטאנא, האט זיך צאמגעשטעלט א ראקעט, און באשלאסן צו ארויפפליען אין די הויכע ספערן. פארוואס? ווייל דער האט א שיטה, אז די וועלט איז פלאך, אזויווי פארשער האבן געגלייבט אנהייב פון די וועלט באשאף (זיי האבן נישט געגלייבט אין די באשאף זעלבסט, אבער אין זיינע שטותים זענען זיי געווען פארגלייבט ווי משוגע).

איי, די פארשער זאגן אז די וועלט איז ווי א באלל, ווי קען ער עס לייקענען? אה, די פארשער זאגן אזוי ווייל זיי ווילן אונז איינרעדן, ער וועט זיך נישט לאזן פון זיי... דער מייק האט באשלאסן ארויפצופליען, און ווייזן איינמאל פאר אלעמאל אז די וועלט איז פלאך, כאטש אזויווי זיין קעפעלע.

למעשה איז אים געלונגען די ארויפשיס, ווען דער שוטה האט זיך סוקסעספול ארויפגעשאסן 1,875 פיס אין דער לופטן, אין א ראקעט וואס ער האט אליין צוזאמגעשטעלט, אינעם מוהאווי מדבר אין קאליפארניע, האבנדיג דערויף אויפגעשריבן די ווערטער "פארשט די פלאכע ערד".

זיין ראקעט איז טאקע סוקסעספול ארויפגעשאסן געווארן, אבער ביים לאנדן איז ער געווען געצוואונגען צו נוצן אן עמורדזשענסי פאראשוט, און געלאנדעט מיט א שטארקן זעץ צוריק אויף דער ערד, פון וועלכע ער האט געליטן וואונדן אויפ'ן רוקן און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל.

בלוט וועט זיך גיסן, אבער דער וועלט איז פלאך!

נו, פרעג איך דיר...
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (84.78 KiB) געזעהן 1327 מאל

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מאנטאג מארטש 26, 2018 4:24 pm

זאכליך האט געשריבן:די כינעזער ספעיס סטאנציע פארלירט ספיד שנעלער ווי געראכטן, לויט די לעצטערע שאצונגען וועט עס אראפפאלן די ערשטע טאג יו"ט נאכמיטאג.

DZNxur2WkAAa8RV.jpeg


א פרישע מאפע טוט אנצייגן אלע מעגליכקייטן ווי ס'קען פאלן, אויב וואוינט איר נישט אינטער א רויטע ליניע, קענט איר זיין רואיג.


ניו יארק איז אונטער די רויטע ליניע (אנטשולדיגט אויב עס איז א דאמב קשיא, איך קען נישט די מעפ אן ווערטער)
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג מארטש 27, 2018 11:12 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:וויזוי פארלירט עס בכלל ספיד, אויב זיין מאטאר ארבעט נישט? לכאורה ברויך ער אנהאלטן זיין ספיד, נאר ווערן צוגעשלעפט צום ערד, און ווערן פארברענט, ניין?


די אטמאספערע שלעפט אים צוריק

וויבאלד ס'פליט אזוי נידעריג/ נאנט צו די אטמאספערע, געפינט זיך דארט אביסל ברעקלעך פון די אטמאספערע. און ווען ס'פליט אזוי שנעל קלאפט עס אריין אין די ברעקלעך לופט וואס פארשטייטערט אים.

ווי מער ס'פארשטייטערט זיך אלס נידעריגער פליט עס, און ווי נידעריגער ס'פליט אלס מער לופט ברעקלעך איז דא, פארשטייטערט ער זיך נאך מער... ביז... ס'פאלט אראפ.

DZSnAo9XcAEsb4b.jpeg
DZSnAo9XcAEsb4b.jpeg (47.1 KiB) געזעהן 1235 מאל


דא קען מען זעהן יעדן טאג וויפל ספיד ס'פארלירט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג מארטש 27, 2018 11:22 am

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:די כינעזער ספעיס סטאנציע פארלירט ספיד שנעלער ווי געראכטן, לויט די לעצטערע שאצונגען וועט עס אראפפאלן די ערשטע טאג יו"ט נאכמיטאג.

DZNxur2WkAAa8RV.jpeg


א פרישע מאפע טוט אנצייגן אלע מעגליכקייטן ווי ס'קען פאלן, אויב וואוינט איר נישט אינטער א רויטע ליניע, קענט איר זיין רואיג.


ניו יארק איז אונטער די רויטע ליניע (אנטשולדיגט אויב עס איז א דאמב קשיא, איך קען נישט די מעפ אן ווערטער)


יא, פערדס מיניסטער. ניו יארק איז אין די העכערע ריסק זאנע.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג מארטש 30, 2018 2:08 pm

לעצטע שאצונגען שטעלט עס יא און חול המועד!
צוגעלייגטע
DZY6A7VWAAIynt_.jpeg
DZY6A7VWAAIynt_.jpeg (132.78 KiB) געזעהן 1136 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג מארטש 30, 2018 2:14 pm

@שמעלקא, וואס ווייזן זיינע בילדער איבער די פלאכקייט פונעם ערד?..
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג מארטש 30, 2018 5:43 pm

עס ווייזט די פלאכקייט פון יענעמס מח
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » פרייטאג מארטש 30, 2018 5:47 pm

;l;p-
בוידעם האט געשריבן:עס ווייזט די פלאכקייט פון יענעמס מח
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 29 געסט