נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:32 pm

יש ברירה האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:1) די "כדור" איז בלויז בערך 4000

2) די טיפסטע פלאץ אינעם אטלאנטיק איז קנאפע 7 מייל

3) די טיפסטע לאך אויפן וועלט געמאכט צו ווערן איז 7.6 מייל

לכאורה ביזטו נישט גערעכט,

אויב די וועלט איז רינדיג 24,000 מייל, דעמאלטס איז די טיפקייט 8,000 מייל,
אזוי ווי די גמרא זאגט (סוכה ז:) כל שיש בהיקפו שלשה טפחים יש בו רוחב טפח.

די וועלט איז א באלי

איהר ענטפערט מיר נישט גארנישט,
---
אה יעצט כאפ איך וואס איהר מיינט,

פון די ערד ביז די סענטער פוינט אין די דיקעקייט פון די וועלט איז כמעט 4,000 מייל, (פונקטליכער 3,958 מייל)
וואס מיינט אז פון איין זייט וועלט דורך און א דורך ביזן צווייטן זייט איז כמעט 8,000 מייל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 5:14 pm

יש, האסט זיך נישט גוט מסביר געווען.

אויב די דיקקייט פון די וועלט פון איין עק צום צווייטן איז אכט טויזנט מייל, מיינט אז דער טיפסטער חלק אינמיטן איז פיר טויזנט מייל. אויב גייסטו טיפער, הייבסטו שוין אן קריכן אויף ארויף - פון די אנדערע זייט וועלט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 2:17 pm

ספעיס-עקס האט ארויסגעלייגט א בילד פון זייער נייע ספעיס אנצוג וואס די אסטראנאטן וואס גייען פליען מיט די דרעגאן גייען אנטוהן.
צוגעלייגטע
aHR0cDovL3d3dy5zcGFjZS5jb20vaW1hZ2VzL2kvMDAwLzA2OS84OTIvb3JpZ2luYWwvc3BhY2V4LXNwYWNlc3VpdC1jcmV3LWRyYWdvbi5qcGc=.jpg
aHR0cDovL3d3dy5zcGFjZS5jb20vaW1hZ2VzL2kvMDAwLzA2OS84OTIvb3JpZ2luYWwvc3BhY2V4LXNwYWNlc3VpdC1jcmV3LWRyYWdvbi5qcGc=.jpg (30.39 KiB) געזעהן 1354 מאל
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 9:20 pm

אויב זעהט איר אן אסטראנאמער גייט ארום צוטראגן און טרויעריג זאלט איר וויסן פארוואס.

די לעגענדארע באליבטע ספעיס שיף קאסיני האלט פארן שטארבן.

נאך 13 אין די מערה... אפפס נאך 13 יאר זיך דרייען ארום די ווייטסטע פלאנעט פון די שבעה כוכבי לכת, נעמליך סעטוראן, גרייט זיך נאס"א וואס פארניכטן די ספעיס שיף דורך איר אריינפירן אין די סעטוראן אטמאספער מיט א משונהדיגע שנעלקייט, און ס'גייט פארברענט ווערן פון די פריקשאן.

קאסיני איז אנגעקומען צו סעטוראן אום 2004 נאך א יארן לאנגע טריפ פון ערד, זינט דעמאלטס האט עס שוין אראפגעלאזט א לאנדער אויף סעטוראן'ס לבנה טייטון, און געברענגט מוראדיגע אויפדעקונגען איבער די פלאנעט סעטוראן און אירע רינגען.

יעצט איז נאך געבליבן געציילטע שעות צו איר לעבן, און די אסטראנאמיסטן קוקן נאך אירע לעצטע אטעמען מיט בענקשאפט און טרויער.
צוגעלייגטע
maize_5.jpg
maize_5.jpg (171.57 KiB) געזעהן 1304 מאל
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
מומחה עצום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2011 2:26 pm

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:23 pm

יישר כח זאכליך פארן באריכט, ווי באקאנט האט קאסיני צוגעהאלפן באשטעטיגן די רעלאטיוועטי טעאריע פון איינשטיין.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2383
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:25 pm

פארוואס קומט איר צו ווערן פארניכטעט?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:25 pm

מומחה עצום האט געשריבן:יישר כח זאכליך פארן באריכט, ווי באקאנט האט קאסיני צוגעהאלפן באשטעטיגן די רעלאטיוועטי טעאריע פון איינשטיין.

נישט געוויסט דערפון, אדרבא פארצייל אונז.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 11:29 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:פארוואס קומט איר צו ווערן פארניכטעט?

די פאוער לויפט אויס און נאס"א וויל נישט אז ס'זאל פליען אן קאנטראל, דערפאר וועלן זיי עס ענדערש פארניכטן.

ספעציעל זענען זיי באזארגט איבער סעטוראן'ס לבנה טייטון, טייטון האט א ווארעמע טעמפעראטור מיט וואסערן, אויך האבן זיי געטראפן דארט מייקראובס, און נאס"א שאצט אז מ'קען טרעפן לייף אויף טייטון, ממילא ווילן זיי זיכער מאכן אז ס'ווערט נישט געשעדיגט.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:24 am

איז מעגליך אונז אביסל צו געבן די ידיעה, וואס אלץ מען איז געוואויר געווארן דורך דעם מאשין?
יישר כח, בכ"ף רבתי...

חנן בן עכבור
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm

תגובהדורך חנן בן עכבור » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:54 am

זאכליך האט געשריבן:אויב זעהט איר אן אסטראנאמער גייט ארום צוטראגן און טרויעריג זאלט איר וויסן פארוואס.

און די אסטראנאמיסטן קוקן נאך אירע לעצטע אטעמען מיט בענקשאפט און טרויער.

אהא, דער צובראכענער יונגערמאן היינט אינדעפרי אין ביהמ"ד ביסטו געווען? :grin:

א ריזיגן ישר כח פאר דיינע שטענדיגע אפדעיטס דא, קלאר און געשמאק באשריבן און זייער אינטערעסאנט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:02 pm

יישר כוח פאר אלע באדאנקער.

---

אי"ה מארגן פארטאגס אום 6:30 הייבט זיך אן די ספעציעלע הספדים פאר קאסיני, ווען נאס"א גייט האבן א לעבעדיגע פיד וויאזוי די ספעיס שיף טראסקעט אריין אין די שבתאי אטמאספער מיט א שנעלקייט פון 76 טויזנט מייל פער שעה.

אין די לעצטע מינוטן פון איר לעבן גייט עס שטודירן די אטמאספער פון סעטוראן אין צוריקשיקן די אינפארמאציע צו די סייענטיסטן אויף ערד, ס'נעמט איבער א שעה פאר די דאטא צו טרעוולן פון דארט ביז אונז, דאס מיינט אז די ספעיס שיף גייט שוין לאנג נישט זיין במציאות, ווען די אינפארמאציע גייט אנקומען צו אונז.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:07 pm

דאס איז וואס קאסיני גייט זעהן די לעצטע סקונדעס פון איר לעבן, די ערשטע מענטשלעכע אבדזשעקט צו זעהן די רינגען פון סעטוראן פון די אינעווייניגסטע זייט פון די רינגען.
צוגעלייגטע
SATURN_SUN_VIEW.jpg
SATURN_SUN_VIEW.jpg (112.49 KiB) געזעהן 1086 מאל
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 10:25 am

בד"ה קאסיני איז שוין מער נישטא... כליפ כליפ... :-(

אבער, מיר קענען זיך טרייסטן אז ער האט נישט אזויפל געליטן... ביזן לעצטן מינוט איז ער געווען ביי זיך... און נישט געהאט קיין צער...

וויצן אין א זייט. די מיסיע איז אפיציעל געקומען צו אן ענדע, אבער די סייענטיפישע און אסטראנאמישע ערפינדונגען וועלן בלייבן אויף אייביג אין פילן זון פון ווארט.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 10:31 am

די בילדער זענען שוין אנגעקומען?
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:05 am

DJwDEQrWsAEjrcX.jpg
DJwDEQrWsAEjrcX.jpg (109.84 KiB) געזעהן 988 מאל
צוגעלייגטע
DJsMU5zW0AEbjcr.jpg
DJsMU5zW0AEbjcr.jpg (90.52 KiB) געזעהן 988 מאל
aVMEX1K_700b.jpg
aVMEX1K_700b.jpg (38.63 KiB) געזעהן 988 מאל
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
אימפעט
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:18 am

זאכליך דו ביסט עפעס אויסערגעווענליך... שטיק הארץ און נשמה... WOW !!! ...
און יעצט לאמיר שרייען אלע צוזאמען "פעיק נוז"!!! און "הו קעירס"!!! ...

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

תגובהדורך אויבער-חכם » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:27 am

פיין געשריבן זאכליך...
קיינמאל געוויסט אז קאסיני עקזעסטירט אפילו אבער נאכן ליינען זאכליך׳ס באריכט בין איך געווארן זייער איבערגענומען ביז גאר פין קאסיני ברוטאלע פארנוכטונג... ס׳האט מיר געקאסט א טרער
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט צו דא שרייבן

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:27 am

וואס איז די פיועל סארס? (33קג) בכלל, וואס איז די ]יועל סארס אויך ספעיס שאטלן, און, צו קען מען נוצן עלעקטריק דערפאר (סאלער)?
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 12:48 pm

א דאנק אייך פאר די אלע אינפארמאציע, איך וואלט נישט געגלייבט אז איך וועל נאך אמאל האבן אזא אינטערעסע אין דעם סאבזשעקט!
דאס איז א סופער ארבעט!
אויב מעגליך, כאטש בקצרה, צו באריכטן וואס אלץ מען האט בענעפיטירט פון דעם מאשין, יישר כח רבתי.

גאפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 1:05 pm

#NASA JPL Control Center moments after losing contact with the Cassini probe as it burned up while re-entering Saturn's atmosphere, officially ending its 20 year mission to explore the 'crown jewel'.
IMG_20170915_130431.jpg
IMG_20170915_130431.jpg (79.41 KiB) געזעהן 925 מאל

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 1:52 pm

זאכליך האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:פארוואס קומט איר צו ווערן פארניכטעט?


ספעציעל זענען זיי באזארגט איבער סעטוראן'ס לבנה טייטון, טייטון האט א ווארעמע טעמפעראטור מיט וואסערן, אויך האבן זיי געטראפן דארט מייקראובס, און נאס"א שאצט אז מ'קען טרעפן לייף אויף טייטון, ממילא ווילן זיי זיכער מאכן אז ס'ווערט נישט געשעדיגט.

זייער הארצרייסענד..

מיינעך יעדער זאל זיך עפעס אונטערנעמען לעילוי נשמתה, נעבעך אזוי יונג פארשניטן געווארן אלעס צוליב א אזא גלאוביל ווארמינג טעאריע, נישט חרוב צו מאכן די מעגליכע מיקראבן וואס געפונען זיך אויף עפעס א לבנה דארט, וואס וועלן נישט קענען פארנעמען די קליימעט טשעינדש,

דארף מען זעהן טראמפ זאל אויסקלינען נאסא פון די אלע ליבעראלע סייענטיסטן..
--

ישר כח @זאכליך פאר דיינע געשמאקע שטענדיגע אפדעיטס דא!
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:45 pm

עין טובה האט געשריבן:וואס איז די פיועל סארס? (33קג) בכלל, וואס איז די ]יועל סארס אויך ספעיס שאטלן, און, צו קען מען נוצן עלעקטריק דערפאר (סאלער)?

כ'האב נישט פונקטליך פארשטאנען דיין שאלה, אבער כ'וועל פרובירן צו ענטפערן לויט וויאזוי איך ליין עס.

סאולער איז גוט צו פאוערן די קומפיוטער סיסטעם און די אינסטרומענטן, אבער מ'קען עס נישט ניצן צו דרייוון די ספעיס שיף.

צו דרייוון דעם שיף דארף מען האבן ברענשטאף, וואס פון די אויפרייס שטיפט זיך עס אוועק צו די ריכטונג ווי מ'וויל פליען (ע"ע די 3טע געזעץ פון ניוטאן).
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:51 pm

שואלכענין האט געשריבן:א דאנק אייך פאר די אלע אינפארמאציע, איך וואלט נישט געגלייבט אז איך וועל נאך אמאל האבן אזא אינטערעסע אין דעם סאבזשעקט!
דאס איז א סופער ארבעט!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

קיסריה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:01 pm

זאכליך האט געשריבן:יישר כוח פאר אלע באדאנקער.

---

אי"ה מארגן פארטאגס אום 6:30 הייבט זיך אן די ספעציעלע הספדים פאר קאסיני, ווען נאס"א גייט האבן א לעבעדיגע פיד וויאזוי די ספעיס שיף טראסקעט אריין אין די שבתאי אטמאספער מיט א שנעלקייט פון 76 טויזנט מייל פער שעה.

אין די לעצטע מינוטן פון איר לעבן גייט עס שטודירן די אטמאספער פון סעטוראן אין צוריקשיקן די אינפארמאציע צו די סייענטיסטן אויף ערד, ס'נעמט איבער א שעה פאר די דאטא צו טרעוולן פון דארט ביז אונז, דאס מיינט אז די ספעיס שיף גייט שוין לאנג נישט זיין במציאות, ווען די אינפארמאציע גייט אנקומען צו אונז.



עס האט פאסירט א מאדנע זאך מיט דעם קאסיני. זי/ער האט נאך מאריך ימים געווען גאנצע 30 סעקונדעס שפעטער ווי מ׳האט פרעשעקטעד יציאת נשמה.

זיי פארשטייען נישט וויאזוי עס האט נאך געקענט שיקן סיגנאלן נאכן אריינקראכן אין סעטורנ׳ס אטמאספערע אין גאלאפ פון 77 אלפים מפש.

אבי זיי זענען שוין מודה אז ס׳דא זאכן וואס זיי פארשטייען נישט.

אוועטאר
milech fried
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:52 pm

און איך רוף אים שוין אזוי לאנג ס'אסיני...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חושב מחשבות... און 20 געסט