נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יולי 12, 2017 3:23 pm

זאכליך האט געשריבן:נאך די יעצטיגע מיסיע גייט ספעיס-x איבערמאכן די ארויפשיס פלאטפארמע 39a עס צו מאכן גרייט פאר די לאנג ערווארטעטע פאלקאן-העווי ראקעט. פאלקאן-העווי ראקעט איז א צוזאמשטעל פון 3 סטעידזש-1 פאלקאן-9 ראקעטעס, און ס'גייט זיין די מאכטפולסטע ראקעט וואס איז יעצט אין באנוץ.


די אפגרעידס אויף פעד 39a גייט מיטן פולן טעמפא, צו קענען ארויפשיסן די מאכטפולע פאלקאן-העווי ראקעט.

צו פארשטיין די מאכט דארף מען וויסן וויפל יעדע ראקעט קען טראגן. (אלע נומערן פון וואג זענען אין פונט צו LEO נידעריגע ערד ארביט, ווי העכער מ'גייט אלס מער ברענשטאף ווערט פארנוצט ממילא בלייבט ווייניגער פלאץ פאר קארגא.)

די פאלקאן-9 קען טראגן א מאקסימום פון 22,800 פונט
די דעלטא 4 ראקעט פון ULA קען טראגן 14 טויזנט פונט, און די דעלטא 4 העווי קען טראגן דאפעלט.
די אטלאס 5 ראקעט אויך פון ULA קען טראגן 20 טויזנט פונט.
די אייראפעישע אריאן 5 ראקעט קען טראגן 21 טויזנט פונט
די כינעזע מארטש 5 ראקעט קען טראגן 25 טויזנט פונט (די לעצטע מיסיע איז דורכגעפאלן )
די רוסישע סויאז ראקעט קען טראגן 9 טויזנט פונט.

די פאלקאן-העווי אנטשפרעכט צו קענען טראגן 63,800 פונט.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 5:25 pm

תגובהדורך בן מהללאל » מיטוואך יולי 12, 2017 3:27 pm

חלהדעקל האט געשריבן:שכח זאכליך פאר דיינע הערליכע באריכטן.

סתם פאר אינטערעסאנטקייט אויב דו האסט געדולד מסביר צו זיין, פון ווי נעמען זיי אז די ציקלאן גייט שוין אן 187 יאר? וויפיל יאר האלטן שוין סייענטיסטן די אויג אויף דעם שטורעם?

זאכליך האט געשריבן:מן הסתם האט מען עס די ערשטע מאל באמערקט 187 יאר צוריק.


פארשער פאר 350 יאר צוריק רעדן שוין ארום פון א שטורעם אויף יופיטער (צדק!!!), אבער פון די דיסקריפציע זעהט אויס אז זיי רעדן פון א צווייטע שטורעם אויף דרום זייט פונעם פלאנעט. דער ערשטער וואס רעדט בפירוש פון דעם באקאנטן שטורעם (וועלכער רופט זיך אין אידיש "גרויסן רויטן פלעק"!!!) איז געווען פאר 187 יאר צוריק.

זעה https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7 ... 7.99.D7.9D

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מיטוואך יולי 12, 2017 3:37 pm

שכח הרב מהללאל! זייער אינטערעסאנט,
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג יולי 13, 2017 8:26 pm

זאכליך האט געשריבן:כינע האט געליטן א דורכפאל. זיי האבן ארויפגעשאסן א קאמוניקאציע סעטעלייט אבער ס'איז נישט אנגעקומען צו די ריכטיגע ארביט.

ס' האט געדארפט זיין ביי 22 טויזנט מייל הויעך, אבער ס'איז נאר אנגעקומען צו 16 טויזנט מייל. מ' זיכט וואלונטירן צו גיין שטיפן די סעטעלייט די איבעריגע 6 טויזנט מייל.

ווי ס'איז יעצט איז עס גארנישט ווערט ווייל ס' דרייט זיך ארום די וועלט צו שנעל.

די כינעזער געבן איבער אז די סעטעלייט איז ענדליך אנגעקומען צו איר באשטימטע ארביט.

אין אנדערע נייעס גרייטן זיך די רוסן ארויפצושיסן א סויאז ראקעט מארגן פארטאגס מיט אזויפל ווי 73! סעטעלייטס דערויף.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג יולי 27, 2017 9:46 pm

נאך א וואקאציע פון 3 וואכן אן קיין ארויפשיס, גרייטן זיך די רוסן ארויפצושיקן א סויאז ראקעט מיט אסטראנאטן און קאסמאונאטן צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע מארגן אינדערפרי.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יולי 28, 2017 9:24 am

די 3 פאסאדזשירן.
Paolo Nespoli, Sergey Ryazanskiy and Randy Bresnik
צוגעלייגטע
1501207196439616.jpg
1501207196439616.jpg (62.83 KiB) געזעהן 878 מאל
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יולי 28, 2017 9:25 am

The Russian state commission gave the go earlier today for fueling of the Soyuz rocket with its supply of liquid oxygen and kerosene propellants. Liftoff remains set for 1141:12 GMT (11:41:12 a.m. EDT).
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
בילדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » פרייטאג יולי 28, 2017 1:47 pm

נו? זיי זענען נאך אויף דעם וועלט?

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יולי 28, 2017 2:05 pm

ניין, זיי זענען שוין נישט בעלמא הדין...

פונקטליך 11:41:12 איז די ראקעט ארויפגעפלויגן און געציילטע מינוטן שפעטער זענען זיי שוין געווען אין ארביט.

יעצט זענען זיי אויף א 6 שעה'איגע וועג זיך צוזאמען צוטרעפן מיט די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע, דאס דארף ווערן געמאכט מיט א מורא'דיגע פונקטליכקייט, ווייל די דארפסט צוזאמען שטעלן 2 זאכן וואס פליען אויף א משונהדיגע ספיד.

ווען זיי קומען אן בערך 100 פיס פון די סטאנציע, שטרעקט מען אויס די ראבאטישע ארעם און ס'כאפט אן די ספעיס שיף, דערנאך שלעפט די ארעם די שיף צום סטאנציע ווי ס'ווערט באהאפטן צו א טיר ווי די אסטראנאטן קענען אריינקומען אין די סטאנציע.

די ספעיס שיף בלייבט דארט א גאנצן צייט כדי אין פאל פון נויט זאלן זיי האבן א וועג אהיים.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג יולי 28, 2017 2:36 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:Wowow

אגב, די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע ווערט לעצטענס געזעהן מער אפט אין מאנראו.

וואס הייסט?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג יולי 28, 2017 4:22 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:Wowow

אגב, די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע ווערט לעצטענס געזעהן מער אפט אין מאנראו.

וואס הייסט?

האט עס שייכות צום נייעם Town of Palm tree ?

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:53 pm

נאך 6 וואכן וואקאציע שיקט ספעיס-עקס ארויף מארגן מיטאג א סופליי מיסיע צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע.

צווישן די ליסטע פון די זאכן וואס ס'טראגט ארויף איז א נייע סופער קומפיוטער וואס קען מאכן א טריליאן קאלקולעישאנס אין איין סעקונדע, אפאר הונדערט מאל שנעלער ווי די עוורידזש קאמפיוטער.

אויך גייט עס ארויפטראגן א נייע גאר סאפיטיקירטע קאזמיק כוואליע אבזערווירער. קאזמיק כוואליעס זענען סוב-אטאמיק ברעקלעך וואס פליען כמעט אזוי שנעל ווי די ספיד אף לייט, זיי קומען צופליען פון אזוי ווייט ווי די אנדערע עק ספעיס, און זענען זייער שעדליך.

סייענטיסטן ווילן פארשטיין פון ווי ס'קומט אין וויאזוי ס'ווערט באשאפן, זיי גלייבן אז ווען א שטערן שיסט אויף, ווי זיי רופן דאס "סופערנאווע" פליט ברעקלעך פון די שטערן אויף אלע זייטן און דאס ברענגט די קאזמיק כוואליעס.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:57 pm

שכח פאר די כסדר'דיגע באריכטן.

וואס הייסט שעדליך?

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:00 pm

ס'איז ראדיאקטיוו, אזוי ווי נוקלעארע ברוכווארק.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:03 pm

Thanks

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:43 pm

אין געציילטע טעג ווערט אפגעצייכנט אן היסטארישע טאג, גאנצע 40 יאר פון ווען מ'האט ארויפגעשיקט די Voyager ספעיס שיפן!

די וואויעדזשאר טראגן א גרויסע באדייט ווייל זיי זענען די ווייטסטע מענטשליכע געמאכטע אבדזשעקט פון די ערד, און זיי ווערן ווייטער און ווייטער מיט יעדע סקונדע וואס גייט פארביי, און די עיקר חידוש איז אז נאך גאנצע 40 יאר זענען נאך ביידע אין דינסט אין שיקן צוריק וויכטיגע סייענטיפישע אינפארמאציע צו די ערד.

Voyager 2 איז געווארן ארויסגעשאסן די ערשטע אום אויגוסט 20 1977, נאס"א האט זיך צוגעיאגט מיט די Voyager מיסיעס ווייל די פלאנעטן זענען געווען אויסגעלייגט אויף ספעציעלע וועג וואס האט געגעבן א שאנס פאר די שיפן צו באזוכן א גרויסע צאל פון זיי.

Voyager 1 איז געווארן ארויסגעשאסן אפאר וואכן שפעטער אין סעפטעמבער, אבער האט גענומען א שנעלערע וועג ארויס און איז שוין יעצט כמעט 13 ביליאן מייל פון אונז, און ס'נעמט איבער 19 שעה פון מ'שיקט ארויס א מעסעדזש פון אונז ביז די כוואליע וואס פליט אויף די ספיד אף לייט קומט אן צו די ספעיס שיף.

אין 1979 איז Voyager 1 אריבערגעפלויגן דזשופיטער און אביסל שפעטער איז זיין צווילינג Voyager 2 אויך אריבערגעפלויגן דזשופיטער. אין 1981 זענען זיי אריבערגעפלויגן סעטוראן, פון דארט איז Voyager 1 גלייך געגאנגען אויף א וועג ארויסצופליען פון די סאולער סיסטעם, אבער Voyager 2 איז ווייטער געגאנגען צו די פלאנעטן אורעיניוס און נעפֿטון, און פון דארט האט ער אויך גענומען דעם וועג צו פארלאזן די סאולער סיסטעם.

אויפן וועג ארויס האט Voyager 1 גענומען א "פעמעלי בילד" פון אלע פלאנעטן, דאס איז געווען די לעצטע בילדער וואס ער האט געכאפט מיט זיין קאמערע, דערנאך איז די קאמערע געווארן פארלאשן צו שפארן עלעקטרישע פאוער.

400px-Family_portrait_(Voyager_1).png
400px-Family_portrait_(Voyager_1).png (25.97 KiB) געזעהן 562 מאל


אין 2012 איז געווארן קאנפירמד אז די Voyager 1 האט פארלאזט די סאולער סיסטעם, און איז געווען די ערשטע מענטשליכע געבוי צו פארלאזן די סאולער סיסטעם און זיך געפינען אין אינטער-סטעלער ספעיס, דאס הייסט ספעיס צווישן די שטערנס.

154735main_voyager-20060815b-browse.jpg
154735main_voyager-20060815b-browse.jpg (21.38 KiB) געזעהן 554 מאל


אויף ביידע פון די שיפן ליגט א גאלדענע דיסק אזויווי א סידי מיט אינפארמאציע פון די מענטשן אויף די ערד, מיטן חשבון אז אויב וועט די שיף אמאל אנקומען צו אן אנדערע פלאנעט מיט מענטשן זאלן זיי וויסן ווער ס'האט עס געשיקט און מ'זאל זיך קענען פארשטענדיגן. אויף די סידי ליגט באגריסונגען פאר די אומבאוויסטע פלאנעט איז "מיר מענטשן פון די ערד, זיכן די פרידן פון אנדערע פלאנעטן" וכו, אין 55 שפראכן, און אויך די קול פון חיות, נאטור און נאך.

voyagers_golden_record_1977.jpg
voyagers_golden_record_1977.jpg (327.88 KiB) געזעהן 554 מאל
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:50 pm

זאכליך עס אלוועיס, מיר באלעקן זעך מיט דיינע באריכטן.

און אויפן לעצטן פאראגראף, קעניך זאגן איין ווארט, נעבעך!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:09 pm

א פעמעלי בילד... זאכליך זיס עס אלוועיס

ווער זאגט די מענטשן אויף די אנדערע פלאנעטן האבן שוין סידיס? אפשר האלטן זיי נאך ביי טעיפס?..

#מעטארע

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:33 pm

לויט ווי טייל מענטשן האבן השערות, אז די יו.עף.אוי.'ס קומען מיט מענטשן פון אנדערע פלאנעטן, דאן זענען זיי פילפאכיג מער פארגעשריטן פון אונז.
די פראגע בלייבט נאך אלס, ווער זאגט אז זיי האבן סי.די.'ס? אפשר נוצן זיי די פארגעשריטענע כלעזטשינקאלאטקעס...?
גיי ווייס, מיט א נאר טענה'ט מען זיך נישט...

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:44 pm

13 ביליאן מייל איז זייער ווייט,

ווי ווייט זענען די ביליאנען שטערנס לאקעטעד?

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:18 pm

מצב כללי האט געשריבן:13 ביליאן מייל איז זייער ווייט,

ווי ווייט זענען די ביליאנען שטערנס לאקעטעד?

די נענטסטע שטערן איז 26 טריליאן מייל ווייט פון אונז!
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

קיסריה
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:20 pm

מצב כללי האט געשריבן:13 ביליאן מייל איז זייער ווייט,

ווי ווייט זענען די ביליאנען שטערנס לאקעטעד?


האלאו.
די נאענטסטע שטערן צו אונזער וועלט'ל איז אומגעפער 4 ליכט-יאר נאענט צו אונז. דאס איז א קיימא לן פון בערך 21 טריליאן מייל. (איר האט גוט געליינט). דאס איז די נענסטע שטערן. וואס איז אין אונזער בעק-יארד.

יעדע ליכט-יאר איז בערך 5.8 טריליאן מייל.

די ווייסטע שטערן איז איבער 13 ביליאן ליכט-יאר. 5.8 טריליאן X דרייצן ביליאן. דאס איז נאר וואס מיר זעעהן מיט די היינטיגע ווייסטע טעלעסקאפן. וואס ווייטער קען מען נישט זעהן. אבער ס'גייט עד אין שיעור וערך.





הגה:
זיי זעהן נאר א קליין חלק, נאר וויפיל מ'לאזט זיי פון הימל זעהן ודו"ק.

הר גריזים
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:33 pm

מה רבו מעשיך ה'! אזא מייסטערהאפטיגע בריאה.

כולם בחכמה עשית! ספעציעל אונזער @זאכליך מיט וויפיל חכמה און קלוגשאפט ער צולייגט אונז דא אלעס אזוי קלאר!

ישר כח!

הר גריזים
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:41 pm

אויב מעגליך אביסל צו באשרייבן איבער די סאולער סיסטעם, וואס איז אלץ אינקלודעט אין די סאולער סיסטעם? ווי ענדיגט זיך עס? וויאזוי מאכט מען אפ די גרעניצן פון א סיסטעם? פון וויפיל סיסטעם'ס ווייסט מען/קען מען זעהן?

@קיסרי', ווי ווייט זענען די ווייטסטע פלאנעטן, אוירעניוס און נעפטון? און אויסער איז די 9 פלאנעטן מיט זייערע לבנות איז נישטא קיין שום ערענסטע שטערענס / גושיים ביז טריליאנען מיילן אוועק?

קיסריה
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:58 pm

הר גריזים האט געשריבן:אויב מעגליך אביסל צו באשרייבן איבער די סאולער סיסטעם, וואס איז אלץ אינקלודעט אין די סאולער סיסטעם? ווי ענדיגט זיך עס? וויאזוי מאכט מען אפ די גרעניצן פון א סיסטעם? פון וויפיל סיסטעם'ס ווייסט מען/קען מען זעהן?

@קיסרי', ווי ווייט זענען די ווייטסטע פלאנעטן, אוירעניוס און נעפטון? און אויסער איז די 9 פלאנעטן מיט זייערע לבנות איז נישטא קיין שום ערענסטע שטערענס / גושיים ביז טריליאנען מיילן אוועק?


1) די פלאנעטן רעכנט מען אין AU (אסטראנאמיקל יוניטיס) יעדע AU איז 93 מיליאן מייל.
2) די שטערנס, גאלעקסיען און די מאנסטער קוועיסערס רעכנט מען אין LY (ליכט יאר).
3) דער סאלאר סיסטעם וואס אנהאלט די זון און די 9 פלאנעטן פארנעמען גאר א קליין שטח פון די מילקי-וועי גאלאקסיע - אפשר א ברעקל.
4) ווייטער פון די 9 פלאנעטן ביז די נענסטע שטערן אין אונזער מילקי-וועי גאלאקסיע זענען פאראן ביליאנען אנדערע פלאנעטן, וועלכע ארביטן נישט די זון, און זענען נישט אינעם סאלאר סיסטעם.
5) פון אונזער מילקי-וועי גאלאקסיע ביז די נענסטע אנדראמידע גאלאקסיע, איז פאראן א שטח אזוי גרויס ווי 2.5 מיליאן LY.
6) אונזער זון SUN, איז א ריזיגער שטערן אין פראפורץ צו די ערד. אבער פיצל ווי א שטויב קעגן אונזער מילקי וועי גאלאקסיע. ניטאמאל א שטויב.
7) אונזער ריזיגע מילקי וועי, וואס אטהאלט די זון, מיט ביליאנען שטערנס און פלאנעטן איז גאר קליינטשיגע גאלאקסיע פון בלויז 100 אלפים LY.
8) ס'זענען פאראן אנדערע גאלאקסיעס גאר גאר ווייט אוועק, וועלכע זענען מיליאנען LY גרויס. קומט אויס אז אונזער מילקי-וועי איז א שטויב קעגן די אנדערע.

מיר וועלן איבערגעבן דאס ווארט פאר הרב זאכליך. ער קען בעסער און מער פון מיר.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד, שמערעל און 21 געסט