נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 19, 2017 3:46 pm

כינע האט געליטן א דורכפאל. זיי האבן ארויפגעשאסן א קאמוניקאציע סעטעלייט אבער ס'איז נישט אנגעקומען צו די ריכטיגע ארביט.

ס' האט געדארפט זיין ביי 22 טויזנט מייל הויעך, אבער ס'איז נאר אנגעקומען צו 16 טויזנט מייל. מ' זיכט וואלונטירן צו גיין שטיפן די סעטעלייט די איבעריגע 6 טויזנט מייל.

ווי ס'איז יעצט איז עס גארנישט ווערט ווייל ס' דרייט זיך ארום די וועלט צו שנעל.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 19, 2017 3:50 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:שפיצער? היימישע זאך...

ס' ווערט גערופן שפיטצער נאך א געוויסע אסטראנאמער וואס האט געהייסן שפיטצער, גראדע איז יענער געווען א קריסט.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 19, 2017 3:59 pm

זאכליך האט געשריבן:טשיינא האט היינט ארוי זייער ערשטע ספעיס טעלעסקאופ, די טעלעסקאופ גייט שטודירן די 'שווארצע לעכער'.

די סיבה פארוואס מ'דארף א טעלעסקאופ אין ספעיס איז ווייל די אטמאספער מאכט אלעס בלורי און די בילדער קומען נישט צוריק קלאר, אויב די טעלעסקאופ איז אינדרויסן פון די אטמאספער, גיבט עס צוריק סאך קלארערע אינפארמאציע.

אמעריקא האט יעצט אין דינסט 2 ספעיס טעלעסקאופ'ס, איינס הייסט האבבל, און די צווייטע שפיטצער.


כ'האב געמאכט א שטיקל מישמאש, סארי.

די כינעזער טעלעסקאופ כאפט אויף עקס רעי כוואליעס.
די האבבל כאפט אויף וויזיבל לייט כוואליעס
און די שפיטצער כאפט אויף אינפרע רעד כוואליעס.

אמעריקא האט סאך מער ווי 2 טעלעסקאופ' ס אין ספעיס, כ'ווייס נישט פארוואס פונקט האבבל און שפיטצער זענען אזוי באקאנט.

וויזיבל לייט און אינפרע רעד קען מען אויפכאפן אויף די ערד, נאר ס'איז נישט אזוי קלאר. אבער עקס רעי כוואליעס קען מען נישט אויפכאפן נאר פון ספעיס, ווייל די אטמאספער פארשטעלט די שעדליכע עקס רעיס כוואליעס וואס קומען פון ספעיס.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יוני 21, 2017 4:20 pm

די וועטער אויסקוק אין פלארידע פאר פרייטאג קוקט אויס צוגענגלעך פאר אן ארויפשיס, ממילא ביז דערווייל גייען די פלענער פאראויס פאר די בולגאריע סעטעלייט ארויפשיס.

דאס איז די ערשטע קאמוניקאציע סעטעלייט פאר בולגאריע, ס'גייט ווערן פלאצירט אין geostationary ארביט 22 טויזנט מייל העכער די ערד, העכער בולגאריע.

די סעטעלייט איז ערווארטעט צו ארבייטן פאר 15 יאר, און ס' גייט אפקאסטן 235 מיליאן דאלער.

ספעיס-עקס גייט ניצן א ראקעט וואס איז גענוצט געווארן אין יאנואר פאר די ערשטע רונדע פון "אירידיום נעקסט" סעטעלייטס, און זיי פלאנען צו לאנדן די ראקעט צום צווייטן מאל אויף איר אייגענע פיס, אויף א שיף אין די אטלאנטיק אקעאן.

C_pPTLpVYAAju6H.jpg
C_pPTLpVYAAju6H.jpg (150.66 KiB) געזעהן 2300 מאל


----

אין די זעלבע צייט גייט פאר די לעצטע הכנות פאר נאך א ספעיס-עקס ארויפשיס פון קאליפארניע אויף זינטאג נאכמיטאג, די ציל פון די מיסיע איז ארויפצושיקן די 2טע רונדע פון 10 "אירידיום נעקסט" סעטעלייטס.

אויב גייט אלעס ווי געפלאנט איז דאס די ערשטע מאל וואס ער האט פריוואטע ספעיס פירמע שיסט ארויף 2 ראקעטעס אין א קורצע צייט אפשניט פון 48 שעה.

ספעיס-עקס פלאנט אויך צו לאנדן די ראקעט אויף א שיף אין די פאסיפיק אקעאן.

בערך א שעה נאכן ארויפשיסן גייט די ראקעט ארויסלאזן די סעטעלייטס איינס ביי איינס אפגעטיילט 90 סקונדעס צווישן יעדע, ביז אלע 10 וועלן זיין דיפלויד.

אירידיום איז א סעטעלייט קאמוניקאציע פירמע וואס אפערירט אין LEO (נידעריגע ערד ארביט), זיי האבן א פלאטע פון 72 סעטעלייטס וואס דרייען זיך ארום די וועלט יעדע 100 מינוט, און גיבן קאמוניקאציע פאר יעדע פלאץ אויף די וועלט.

זיי ריפלעיסן יעצט די ערשטע פלאטע סעטעלייטס וואס איז שוין זייער אלט, מיט א נייע אפגרעידעט ווערסיע פון די סעטעלייטס פארדעם רופן זיי עס "אירידיום נעקסט", אלס די נעקסטע גענעראציע.

אירידיום סעטעלייטס זענען אויך באקאנט צוליב די בליטשקעס וואס ס'פראדאצירט אויף די הימל, און ביי געוויסע פעלער קען עס אפילו זעהן בייטאג.

אירידיום האט צוגעטיילט פאר ספעיס-עקס אלע מיסיעס צו ארויפשיסן די נעקסטע גענעראציעס סעטעלייט, צו א טאטאל קאנטראקט פון א האלב ביליאן דאלער.
DB6A9yoUIAApo25.jpg
DB6A9yoUIAApo25.jpg (205.43 KiB) געזעהן 2300 מאל
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יוני 21, 2017 6:52 pm

Upcoming launches:
PSLV flight from India,
Soyuz from Russia,
two Falcon 9 rockets,
Ariane 5 from French Guiana.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

ממה נפשך
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג יוני 25, 2017 5:33 pm

ענטוזיאזם איז גרויס איבער דעם אז SpaceX שיקט ארויף א ראקעט אפגערוקט ווייניגער ווי 48 שעה פון די פריערדיגע.....

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג יוני 26, 2017 7:58 pm

וואס זענען די בליטשקעס וואס די אירידיום סעטעלייטס פראדוצירן?
Things aren't always #00000 and #FFFFF

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יוני 27, 2017 7:22 pm

איך האב עס נעכטן געזעהן. איך האב געליינט אז עס געשעהט ווען די זון רעפלעקט דערויף.

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יוני 28, 2017 12:05 am

יא, אזויווי די האנד זייגער מאכן אסאך מאל אזאלכע בליטשעקס אויף די וואנט ווען די זון שיינט דערויף.

די קומענדיגע flair גייט זיין אום 3:09 פארטאגס.
צוגעלייגטע
Screenshot_2017-06-28-00-01-41.png
Screenshot_2017-06-28-00-01-41.png (270.52 KiB) געזעהן 2046 מאל
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך יוני 28, 2017 12:05 pm

זאכליך האט געשריבן:יא, אזויווי די האנד זייגער מאכן אסאך מאל אזאלכע בליטשעקס אויף די וואנט ווען די זון שיינט דערויף.

די קומענדיגע flair גייט זיין אום 3:09 פארטאגס.בילד

שכח פאר דיינע שטענדיגע געשמאקע באריכטן!

קען מען זעהן די אירידיאם מיט די פשוטע אויגן?

זייטיגע נאטיץ
ביי דע וועי
איך זעה אויפן נאָטיפיקעישען בּאַר, אז איהר נוצט Lycamobile, קיינמאל נישט געהערט פון אזא מאביל נעטווארק, זענען זיי גוט?
(איך זעה אז די ריסעפשען איז גאר שוואך דארטן אין דזשערסי סיטי.!)
12 אזייגער פארטאגס האלט דיין באטערי ביי 77% !! ווי שאפט מען אזא פאון וואס האלט אזוי לאנג די באטערי??!
די אלארעם איז אנגעשטעלט געווארן, דאס איז א סימן אויף א צייטליכע מענטש...! :smile:
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4956
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך יוני 28, 2017 2:39 pm

זייטיגע נאטיץ
אויך האט ער אנגעצינדן בלוטוט, די וואליום איז ארויף געדרייט אויף די העכסטע, און בדו איז 12:01. נישט צוועלף

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יוני 28, 2017 3:03 pm

@פאראינטערסערט, יא, מ'קען עס זעהן מיט די בלויזע אויגן.
זייטיגע נאטיץ
חחחח, מ' צו לייגט מיר דא געהעריג אויפן טיש...

לייקאמאביל איז א פריפעיד פלאן פאר $23 א חודש, זיי לויפן אינטער די טי-מאביל נעטווארק. כ'בין נישט צופרידן פון די קאווערידזש.

גראדע כאפט עס גוט אין דזשערסי סיטי, כ'בין מן הסתם נישט געווען אויף די ריכטיגע ספאט.

די קונץ פון די בעטערי איז אז ס'האלט ביי 77% און ס'איז ניטאמאל איינגעפלאגט...

די אלארם איז אנגעשטעלט פאר 3:09 פארטאגס...

@וואוילע ווי זעהסטו די וואליום? (ס'איז גראדע אויף מעקס).
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יוני 28, 2017 3:59 pm

@SpaceflightNow:
German-British consortium wins deal to build eight more satellites for Europe's Galileo navigation network.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש יולי 01, 2017 11:15 pm

אין פרייליכע נייעס ווערט געמאלדן אז פרעזידענט טראמפ האט אינטערגעשריבן א באפעל צוריק צו עפענען די נאציאנאלע ספעיס קאנסול וואס איז שוין צוגעמאכט פאר קרוב צו 25 יאר.

די נאציאנאלע ספעיס קאנסול איז א קאמיטע וואס קאמוניקירט צווישן אלע אפטיילונגען פון די רעגירונג וואס האט א שייכות מיט ספעיס עקספלאראציע, און אויך מיט די אלגעמיינע באפעלקערונג צו שטעלן די צילן און פארגרינגערן די פראדעצורן.

די היסטאריע ווייסט אז די בעסטע און סוקסעספולסטע מיסיעס זענען געווארן אויסגעפירט ווען די קאמיטע איז געשטאנען.

35250462190_342f96eede_o.jpg
35250462190_342f96eede_o.jpg (163.2 KiB) געזעהן 1759 מאל


מערקט באז אלדרין אויף די רעכטע זייט, באז אלדרין איז געווען צוזאמען מיט ניעל ארמסטראנג אויף אפאללא 11, די ערשטע 2 מענטשן צו זיין אויף די לבנה.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » זונטאג יולי 02, 2017 1:41 pm

דאנקע זאכליך פאר די העכסט אינפארמאטיווע באריכטן...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג יולי 02, 2017 2:02 pm

כינע האט געליטן נאך א דורכפאל ווען די ראקעט וואס זיי האבן היינט ארויפגעשאסן איז דערקלערט געווארן אלס דורכפאל. דאס איז די 2טע דורכפאל און 2 וואכן.

אלעס האט אויסגעזען צו גיין ווי געפלאנט, די בוסטער האבן זיך אפגעטיילט אין צייט, אויך די פעילאוד באשיצער איז געווארן אראפגעווארפן אין צייט, אבער עפעס איז געגאנגען שלעכט נאכדעם.

די לייוו פיעד פון די קאמוניסטישע מידיא איז געווארן אפגעהאקט אן קיין עסקפלענעישאן, שפעטער האט די כינעזע ספעיס אגענטור ארויפגעלייגט אויף זייער וועבזייטל אז די מיסיע איז דורכגעפאלן און זיי טוהן עס אויספארשן.

געוויסע וואס האבן עס מיטגעהאלטן לייוו זאגן אז די סטעידזש-1 ראקעט האט זיך אפגעטיילט א מינוט שפעטער ווי געפלאנט, וואס קען זיין אן אנדייטער אויף די גורם צו די דורכפאל.

כינע האט געפלאנט צו שיקן א ראבאטישע ספעיס שיף צו לבנה און אהיים ברענגען סעמפלס פון די זאמד, אבער מיט די יעצטיגע דורכפאל וועט די מיסיע הויפטזעכטליך ווערן אפגעשטיפט.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יולי 03, 2017 8:31 am

@SpaceX
Good splashdown of Dragon confirmed—completing first re-flight of a commercial spacecraft to and from the @Space_Station.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » מאנטאג יולי 03, 2017 11:55 pm

זאכליך האט געשריבן:די וועטער אויסקוק אין פלארידע פאר פרייטאג קוקט אויס צוגענגלעך פאר אן ארויפשיס, ממילא ביז דערווייל גייען די פלענער פאראויס פאר די בולגאריע סעטעלייט ארויפשיס.

דאס איז די ערשטע קאמוניקאציע סעטעלייט פאר בולגאריע, ס'גייט ווערן פלאצירט אין geostationary ארביט 22 טויזנט מייל העכער די ערד, העכער בולגאריע.

די סעטעלייט איז ערווארטעט צו ארבייטן פאר 15 יאר, און ס' גייט אפקאסטן 235 מיליאן דאלער.

ספעיס-עקס גייט ניצן א ראקעט וואס איז גענוצט געווארן אין יאנואר פאר די ערשטע רונדע פון "אירידיום נעקסט" סעטעלייטס, און זיי פלאנען צו לאנדן די ראקעט צום צווייטן מאל אויף איר אייגענע פיס, אויף א שיף אין די אטלאנטיק אקעאן.

אין די זעלבע צייט גייט פאר די לעצטע הכנות פאר נאך א ספעיס-עקס ארויפשיס פון קאליפארניע אויף זינטאג נאכמיטאג, די ציל פון די מיסיע איז ארויפצושיקן די 2טע רונדע פון 10 "אירידיום נעקסט" סעטעלייטס.

אויב גייט אלעס ווי געפלאנט איז דאס די ערשטע מאל וואס ער האט פריוואטע ספעיס פירמע שיסט ארויף 2 ראקעטעס אין א קורצע צייט אפשניט פון 48 שעה.

ספעיס-עקס פלאנט אויך צו לאנדן די ראקעט אויף א שיף אין די פאסיפיק אקעאן.

בערך א שעה נאכן ארויפשיסן גייט די ראקעט ארויסלאזן די סעטעלייטס איינס ביי איינס אפגעטיילט 90 סקונדעס צווישן יעדע, ביז אלע 10 וועלן זיין דיפלויד.

אירידיום איז א סעטעלייט קאמוניקאציע פירמע וואס אפערירט אין LEO (נידעריגע ערד ארביט), זיי האבן א פלאטע פון 72 סעטעלייטס וואס דרייען זיך ארום די וועלט יעדע 100 מינוט, און גיבן קאמוניקאציע פאר יעדע פלאץ אויף די וועלט.

זיי ריפלעיסן יעצט די ערשטע פלאטע סעטעלייטס וואס איז שוין זייער אלט, מיט א נייע אפגרעידעט ווערסיע פון די סעטעלייטס פארדעם רופן זיי עס "אירידיום נעקסט", אלס די נעקסטע גענעראציע.

אירידיום סעטעלייטס זענען אויך באקאנט צוליב די בליטשקעס וואס ס'פראדאצירט אויף די הימל, און ביי געוויסע פעלער קען עס אפילו זעהן בייטאג.

אירידיום האט צוגעטיילט פאר ספעיס-עקס אלע מיסיעס צו ארויפשיסן די נעקסטע גענעראציעס סעטעלייט, צו א טאטאל קאנטראקט פון א האלב ביליאן דאלער.


אפדעיט??
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג יולי 03, 2017 11:57 pm

זאכליך האט געשריבן:ס' האט געדארפט זיין ביי 22 טויזנט מייל הויעך, אבער ס'איז נאר אנגעקומען צו 16 טויזנט מייל. מ' זיכט וואלונטירן צו גיין שטיפן די סעטעלייט די איבעריגע 6 טויזנט מייל.

:lol: :lol: :lol:

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג יולי 04, 2017 8:29 am

@צהלה. די ארידיאום מיסיע איז דורך מיט גרויס סוקסעס.

אין אנדערע ספעיס-עקס נייעס.
ספעיס-עקס האט נעכטן געקענסעלט אן ארויפשיס די 2טע טאג אין א צי ממש סקונדעס פארן זיך הייבן.
זינטאג האבן זיי געדארפט ארויפשיסן א סעטעלייט, אבער די קומפיוטערס אויטאמאטישע אבארט סיסטעם האט געקענסעלט די ארויפשיס 9 סקונדעס פארן ארויפשיסן.

די אינדזשינירן האבן פאראכטן די פראבלעם, און זיך געגרייט מאנטאג נאכמיטאג נאכאמאל ארויפצושיסן, אבער די זעלבע זאך האט נאכאמאל פאסירט, 9 סקונדעס איידערן זיך הייבן האט זיך אלעס אפגעשטעלט.

ספעיס-עקס האט פריער געמאלדן אז זיי גייען היינט מאכן א טיפע איבערזיכט אויף די ראקעט און די קומענדיגע פריוו פאר אן ארויפשיס איז נישט פאר מארגן אדער איבערמארגן.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג יולי 04, 2017 8:47 am

דעי מיסיע איז די 10טע מיסיע פאר ספעיס-x פאר היי יאר! דאס איז מער ווי סיי וועלכע אנדערע ספעיס אגענטור היי יאר.

נאך די יעצטיגע מיסיע גייט ספעיס-x איבערמאכן די ארויפשיס פלאטפארמע 39a עס צו מאכן גרייט פאר די לאנג ערווארטעטע פאלקאן-העווי ראקעט. פאלקאן-העווי ראקעט איז א צוזאמשטעל פון 3 סטעידזש-1 פאלקאן-9 ראקעטעס, און ס'גייט זיין די מאכטפולסטע ראקעט וואס איז יעצט אין באנוץ.

ספעיס-x האט נאך ארויפשיס פלאטפארמע אין קענעדי ספעיס סענטער pad 40, אבער פעד 40 איז נאכנישט גרייט ס'איז געווארן חרוב לעצטע יאר און אוגוסט ביי א ספעיס-x מיסיע עקסידענט, זיי וועלן פארטיג ווערן רענאווירן אין אוגוסט, און דעמאלטס וועלן זיי ווייטער קענען ארויפשיסן די געהעריגע פאלקאן-9 ראקעטס.
צוגעלייגטע
Pad_39_A_Falcon_Heavy_Artist_Cropped.jpg
Pad_39_A_Falcon_Heavy_Artist_Cropped.jpg (29.76 KiB) געזעהן 1398 מאל
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יולי 12, 2017 1:24 pm

די ספעיס שיף דזשונאו איז מאנטאג אריבערגעפלויגן נאנט צו דזשופיטער פארענדיגענדיג א 53 טאגיגע ארביט ארום דזשופיטער.

ס'איז אריבערגעפלויגן דירעקט העכער די גרויסע רויטע פלעק און אפגעכאפט קלארע בילדער ווי קיינמאל בעפאר. ס' איז אריבערגעפלויגן בערך 5 טויזנט מייל הויך אויף א שנעלקייט פון 130 טויזענט מייל פער שעה.

די רויטע פלעק איז א צייקעלאן שטורעם 10 טויזנט מייל ברייט וואס באזשעוועט שוין פאר צום ווייניגסטענס 187 יאר, מיט ווינטן אזוי שנעל ווי 400 מייל א שעה.

סייענטיסטן האבן אויפגעכאפט אז אין די לעצטיגע צענדליגער יארן ווערט די שטורעם מער רינדעכיגע און אביסל קלענער, ס'קען אנדייטן אז ס' קומט צו אן ענדע.

די בילד איז נאך רוי, סייענטיסטן גייען צוזאמען שטעלן די אינפארמאציע פון אלע אינסטרומענטן אויף די ספעיס שיף צו קענען האבן א בילד מיט סאך מער דעטאלן.
צוגעלייגטע
jupiter_junocam_grs1.jpeg
jupiter_junocam_grs1.jpeg (106.62 KiB) געזעהן 1214 מאל
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך יולי 12, 2017 2:24 pm

Wowow

אגב, די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע ווערט לעצטענס געזעהן מער אפט אין מאנראו.

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מיטוואך יולי 12, 2017 2:53 pm

שכח זאכליך פאר דיינע הערליכע באריכטן.

סתם פאר אינטערעסאנטקייט אויב דו האסט געדולד מסביר צו זיין, פון ווי נעמען זיי אז די ציקלאן גייט שוין אן 187 יאר? וויפיל יאר האלטן שוין סייענטיסטן די אויג אויף דעם שטורעם?
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יולי 12, 2017 3:06 pm

מן הסתם האט מען עס די ערשטע מאל באמערקט 187 יאר צוריק.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 14 געסט