נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג אפריל 01, 2018 9:35 pm

זאכליך האט געשריבן:לעצטע שאצונגען שטעלט עס יא און חול המועד!


ס'האט אראפגעקראכט היינט בערך 8:15 ביינאכט העכער די פאסיפיק אושען.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג אפריל 01, 2018 10:04 pm

בוידעם האט געשריבן:עס ווייזט די פלאכקייט פון יענעמס מח

:lol:
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » זונטאג אפריל 01, 2018 11:23 pm

ממה נפשך האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:לעצטע שאצונגען שטעלט עס יא און חול המועד!


ס'האט אראפגעקראכט היינט בערך 8:15 ביינאכט העכער די פאסיפיק אושען.


די מענטשן האבן איבערגעלעבט? (עס איז בכלל מעגליך?)
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג אפריל 02, 2018 1:08 am

נישט געווען קיין מענטשליכע שאדנס, וויבאלד ס'האט געקראכט העכערן וואסער וואו מענטשן געפונען זיך נישט

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 02, 2018 4:47 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:לעצטע שאצונגען שטעלט עס יא און חול המועד!


ס'האט אראפגעקראכט היינט בערך 8:15 ביינאכט העכער די פאסיפיק אושען.


די מענטשן האבן איבערגעלעבט? (עס איז בכלל מעגליך?)


שוין לאאנג נישט דא קיין מענטשן אין די סטאנציע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג אפריל 22, 2018 11:09 am

נאך 7.5 חדשים זיך ארומקריגן אויף קאפיטאל הילל האבן די סענעטארן ענדליך געשטימט 50-49 צו אפראוון פרעזידענט טראמפ'ס נאמעני דזשים בריידענשטיין אלס די קומענדיגע נאסא אדמיניסטראטער.

די דעמאקראטן זענען געווען שארף אקעגן בריידענשטיין צוליב דעם וואס ער האט נישט געגלייבט אינגאנצן אין גלאובעל ווארעמינג, זאגענדיג אז מ'דארף נאך פארשן צו זעהן ווי ווייט קלימאט טויש איז טאקע א מציאות, און וויפיל מענטשן זענען די גורם.

אויך האבן זיי אים נישט ליעב געהאט ווייל ער האט נישט ארויסגעוויזן גענוג שטיצע פאר די תועבה גרופעס, מיטן זאגן אז ס'איז נאך דא מענטשן אין אמעריקע וואס רעספעקטירן מאראלישע ווירדן.

ס'איז צום האפן אז ער וועט קענען ארויספירן נאסא פון פאוקעסן אויף גלאובעל ווארעמינג, און אנשטאט זיך פארלייגן אויף ספעיס עקספלארעישאן. און אזוי אויך פאוקעסן אויף פרישע אויפטרעפונגען אין סייענס, און נישט זיין פארנומען מיט פאליטישע אגענדעס ווי דייווערסיטי א.ד.ג.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

שפרינגער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 3:50 pm

תגובהדורך שפרינגער » זונטאג אפריל 22, 2018 3:27 pm

זאכליך האט געשריבן:די דעמאקראטן זענען געווען שארף אקעגן בריידענשטיין צוליב דעם וואס ער האט נישט געגלייבט אינגאנצן אין גלאובעל ווארעמינג, זאגענדיג אז מ'דארף נאך פארשן צו זעהן ווי ווייט קלימאט טויש איז טאקע א מציאות, און וויפיל מענטשן זענען די גורם.

אויך האבן זיי אים נישט ליעב געהאט ווייל ער האט נישט ארויסגעוויזן גענוג שטיצע פאר די תועבה גרופעס, מיטן זאגן אז ס'איז נאך דא מענטשן אין אמעריקע וואס רעספעקטירן מאראלישע ווירדן.

ממש אזוי? אזא פערזענליכע פאראייניגטע מערכה איז דאס? אינגאנצן צודרייט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג מאי 25, 2018 12:41 pm

האבעך נעכטן ביי קידוש לבנה זיך אזוי פארחלומט אויפן מאור הקטן, איז מיר שווער געווארן א שאלה, קען זיין ס׳האט א פשוטן הסבר וואס כ׳ווייס נישט.

ווי כ׳פארשטיי איז די לבנה צוזאמען געשטעלט פון איין מין באשטאנטייל, אנדערש ווי די וועלט וואס ווען מ׳קוקט אהן דעם ערד קוגל פון ספעיס זעעט מען פארשידענע קאלירן. ס׳דיך דא סתם ערד, מדבריות, גרינע וועלדער און בלויע ים׳ן. אא״וו. די לבנה אויב איזעס טאקע נאר פון די זעלבע מעטיריעל, פארוואס זעעט מען כסדר טינקעלע פלעקן אויפן לבנה?




(אויך פראביר איך צו זעען וויזוי צו מאכן זאכליך אריינסיינען)
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » פרייטאג מאי 25, 2018 12:51 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:האבעך נעכטן ביי קידוש לבנה זיך אזוי פארחלומט אויפן מאור הקטן, איז מיר שווער געווארן א שאלה, קען זיין ס׳האט א פשוטן הסבר וואס כ׳ווייס נישט.

ווי כ׳פארשטיי איז די לבנה צוזאמען געשטעלט פון איין מין באשטאנטייל, אנדערש ווי די וועלט וואס ווען מ׳קוקט אהן דעם ערד קוגל פון ספעיס זעעט מען פארשידענע קאלירן. ס׳דיך דא סתם ערד, מדבריות, גרינע וועלדער און בלויע ים׳ן. אא״וו. די לבנה אויב איזעס טאקע נאר פון די זעלבע מעטיריעל, פארוואס זעעט מען כסדר טינקעלע פלעקן אויפן לבנה?

די פלעקן זענען די שאטענס ווי לאווא רעפלעקטירט נישט אזוי די ליכטיגקייט ווי אנדערע באשטאנדטיילן וואס געפונט זיך דארט. דאס ענטפערט אויך אפ דיין השערה אז עס איז פארהאן נאר איין באשטאנדטייל אויף די לבנה.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דאנארשטאג יוני 07, 2018 12:44 pm

ס'פאר יעצט ארויף מענטשן פון נאסא צום ספעיס סטעשן, פון רוסלאנד
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יוני 07, 2018 12:50 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:ס'פאר יעצט ארויף מענטשן פון נאסא צום ספעיס סטעשן, פון רוסלאנד

נאסא אדער רוסלאנד?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דאנארשטאג יוני 07, 2018 12:58 pm

2 נאסא מעטשן פארן ארויס מיט רוסישע ראקעט מיט 1 רוסישע פון רוסלאנד צו אינטערנעשענעל ס/ס פאר 6 חדשים, די פלייט איז בערך 2.5 טעג, ס'גייט שוין אן א לאנגע צייט אזוי
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4371
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג יוני 10, 2018 6:23 pm

עפעס איז געווען אין די נייעס לעצטע וואך אז מ'האט געטראפן סמנים פון לעבן אויף מארס.
איינער קען אריינקומען קלאר איבער וואס די רעדע איז ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

שפרינגער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 3:50 pm

תגובהדורך שפרינגער » זונטאג יוני 10, 2018 7:24 pm

יא, רוף צוריק זאכליך, אדער יש ברירה.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג יוני 11, 2018 9:59 pm

בעיסיקלי האבן זיי געפינען פיצעלע באשטאנדטיילן וואס קען קומען פון לעבעדיגע מייקראובס, ס'קען אבער קומען פון אנדערע זאכן אויך ווי למשל פון מיטיערוידס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג יוני 11, 2018 10:28 pm

וועלקאם בעק.

העי לויף נישט אוועק, מיר האבן זייער הנאה פון אייער זאכליכער אינפארמאציע.
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג יוני 18, 2018 4:03 pm

President Trump directs Defense Department to 'immediately begin the process' of establishing 'space force' as sixth military branch

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... w8&ampcf=1

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 3:16 pm

SpaceX האט ערענסטע פלענער אנצוקומען צו מארס. זיי בויען יעצט א ספעציעלע ראקעט BFR Big Falcon Rocket וואס וועט קענען לאנדן און טראגן מענטשן צו מארס.

וואס וועט אבער זיין איינמאל מ'קומט אן צו דעם דעם רויטן פלאנעט, קען א מענטש לעבן דארט? פאר ווי לאנג קען א מענטש וואס איז נישט געבוירן דארט זיין אויסגעשטעלט צו די עקסטרעמע טשעינדזש? קען א לעבן בכלל אנגיין דארט? געזונט, פלאנצונגען, עסן, טרינקען?

און וואס וועלן די ערשטע 50 פאסאדזשירן טון דארט איינמאל מ'לאנדעט, סנישטא דארט קיין שאפינג מאללס אדער פארקס אוואו צו שטופן די צייט... (גרויסע פראבלעם...)

די אלע און נאך שוועריקייטן וועלן ווערן אויס געשמועסט היינט דינסטאג און מארגן מיטוואך ביי א קאנפערענץ וואס SpaceX האט צוזאמגערופן אויסצושמועסן זייער מיסיע צו מארס און די נאכפאלגן.

ביי די אסיפה וואו ס'וועלן זיך באטייליגן די גרעסטע קארפּן קעפ פון געוויסע גאווערמענט עידזשענסיס און פארשטייט זיך די אינדזשענירן פון נאסא און ספעיס עקס - וועט ווערן דורכגעאקערט געוויסע שוועריקייטן און טשעלענדזשעס מיט וואס מ'וועט זיך דארפן ספראווען איינמאל מלאנדעט (אויפן קאפ...) אויף מארס.

די אסיפה קומט פאר אין די University of Colorado Boulder אין קאלאראדא סטעיט

https://arstechnica.com/science/2018/08 ... s-on-mars/

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 3:29 pm

איך וואלט געטענה'ט, אז מען איז שוין געווען אויפן לבנה, וואס זאל מען קריכן אויפן מארס?
איז דא עפעס אז מען זאל ענדערש קענען וואוינען אויף מארס?
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 5:10 pm

איך ווייס טאקע נישט, לאמיר אים גיין פרעגן...

איין קלייניגקייט האבעך פארגעסן. מארס איז זייער קאלט אין א ווינטער טאג קען זיין אזוי קאלט ווי מיינוס 195 דעגרי און א זומער טאג קען ווערן אזוי הויעך ווי 70 דעגרי.

לעצטענס האט איינער געפרעגט מאסק וויאזוי מ'קען לעבן אין אזעלכע טעמפרעטשורס, האט ער געענטפערט מיט זיין מהלך "אפשר קען מען עס אנווארעמען אביסל, אפשר קען מען ווארפן א אטאם באמבעס עס אנצואווארעמען מיט די ראדיאציע"...

קאמענטארן זענען איבריג...

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 5:15 pm

יא רוכטיג! איך מיין ס'איז גרינגער צו גיין צו מאטיסעלא ווי די מארס. . .
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2663
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:05 am

חלומות..

אזאנע וויכטיגע מיטונגען.. כ׳האָף נאר אז ס׳גייט נישט אויפן חשבון פון שטייער צאלער.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:03 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:איך וואלט געטענה'ט, אז מען איז שוין געווען אויפן לבנה, וואס זאל מען קריכן אויפן מארס?
איז דא עפעס אז מען זאל ענדערש קענען וואוינען אויף מארס?

זיכער!

קודם כל מארס האט אן אטמאספער, טאקע א שיטערע אבער ס'האט. משא"כ די לבנה וואס אן אינטש העכער די לבנה איז שוין ספעיס.

די אטמאספער פון מארס האט אין זיך אקסיגען און מיט מאשינערי קען מען עס פילטערן און קאמפרעסן מ'זאל האבן לופט צו אטעמען.

די גראוועטי אויף מארס איז שטערקער ווי אויף די גראוועטי אויף די לבנה, וואס מאכט עס מער פאסיג צו וואוינען.

די זאמד אויף די לבנה איז שטעכעדיג און סכנה'דיג, משאכ די זאמד אויף מארס וואס איז סאך מער פריינטליך צו לעבעדיגע באשעפענישן.

און נאך אסאך חילוקים.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:09 pm

ממה נפשך האט געשריבן:
לעצטענס האט איינער געפרעגט מאסק וויאזוי מ'קען לעבן אין אזעלכע טעמפרעטשורס, האט ער געענטפערט מיט זיין מהלך "אפשר קען מען עס אנווארעמען אביסל, אפשר קען מען ווארפן א אטאם באמבעס עס אנצואווארעמען מיט די ראדיאציע"...



נישט דאס האט ער געזאגט.

כדי צו קענען אנווארעמען א פלאנעט דארף מען האבן קארבאן דייאקסייד אין די אטמאספער וואס האלט אן די היץ פון די זון דורכאויס די נאכט. מארס האט זייער ווייניג קארבאן דייאקסייד אין די אטמאספער צוליב איר דינע אטמאספער.

אבל דא עקא, אויף די צפון און דרום שפיצן פון די מארס פלאנעט איז דא ריזיגע בערג פון פארפרוירענע קארבאן דייאקסייד, אויב קען מען עס אנווארעמען ס'זאל זיך אויפלאזן וועט עס אריינגיין אין די אטמאספער און באשוצן די פלאנעט פון די קעלט פון ספעיס.

פארדעם האט ער געזאגט (בדרך הלצה) אז מ'זאל שיסן 2 אטאם באמבעס אויף יעדע פון די 2 שפיצן, אזוי וועט די קארבאן דייאקסייד ווערן אויפגעלאזט גאר שנעל...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

באקסער בוים
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:15 pm

זאכליך האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:איך וואלט געטענה'ט, אז מען איז שוין געווען אויפן לבנה, וואס זאל מען קריכן אויפן מארס?
איז דא עפעס אז מען זאל ענדערש קענען וואוינען אויף מארס?

זיכער!

קודם כל מארס האט אן אטמאספער, טאקע א שיטערע אבער ס'האט. משא"כ די לבנה וואס אן אינטש העכער די לבנה איז שוין ספעיס.

די אטמאספער פון מארס האט אין זיך אקסיגען און מיט מאשינערי קען מען עס פילטערן און קאמפרעסן מ'זאל האבן לופט צו אטעמען.

די גראוועטי אויף מארס איז שטערקער ווי אויף די גראוועטי אויף די לבנה, וואס מאכט עס מער פאסיג צו וואוינען.

די זאמד אויף די לבנה איז שטעכעדיג און סכנה'דיג, משאכ די זאמד אויף מארס וואס איז סאך מער פריינטליך צו לעבעדיגע באשעפענישן.

און נאך אסאך חילוקים.

וועלקאם בעק!

האף מיר ס'קומט א רייכער ארטיקעל פון אייער וואקאציע די לעצטע פאר חדשים אין ספעיס.

איז נישט די פראבלעם פון ראדיאציע און אנדערע שעדליכע שטראלן ערגער אויף מארס ווי די לבנה?
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, איצל פיצל, באגלייבט, גאפל, לאך א גוטס, פינחס, שבתי בוים און 35 געסט