נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:02 pm

@דערבארומדיג'ער א דאנק אייך פאר די אינפארמאטיווע שמועס...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 2:16 pm

הימל און ערד און... לבנה.

- ספעיס עקס איז אין טיפע צוגרייטונגען פאר לבנה מיסיעס - ווי פריער באריכטעט.

- היינט ליין איך אז לאקהיד מארטין האט שוין אויך א דעזיינט א קאנצעפט פאר א לבנה שאטל

- היינט ליין איך אז זשעף בעזאוס ראקעט קאמפאני - BLUE ORIGIN - האלט אויך טיף אינמיטן "אויספלאנירן" גרייט פאר לבנה טריפס.

ווער עס בלייבט אינטן דער לעצטער זאל געדענקן צו פארלעשן די לעקטער...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 2:24 pm

BLUE ORIGIN צילט צו לאנדן אויף די לבנה און פינעף יאר ארום.

מער דעטאלן זענען נישט באקאנט

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 10:51 am

ברעיקינג!

א רוסישע סויאָז ראקעט איז היינט געווען אויפן וועג ארויף צום ספעיס סטאנציעס מיט 2 פאסאזשירן, איין נאסא אסטראנאט און איין רוסישער קאסמאנאט.

אינמיטן וועג האט זיך געמאכט פראבלעם מיט די ראקעט און זיי האבן געדארפט מאכן אן עמערזשענסי לאנדינג.

דעטאלן וועלן נאכפאלגן.

דאס איז שוין די צווייטע דורכפאל פאר די רוסישע ראסקאסמאס אגענטור אין די לעצטע שטיק צייט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:47 pm

שכח. מיר קוקן ארויס אויף דיין אפדעיט.

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:17 pm

נו? זיי זענען נאך אין די לופט?

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 8:47 am

ש'כח דערבארומדיג'ער פאר דיינע קלארע, געשמאקע באריכטן.
Innocent until proven Republican

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 11:29 am

די קאפסול האט אראפגעקראכט מיט א פעסטקייט אבער זיי האבן עס ביידע איבערגעלעבט, צו פארדאנקען די קאפסולס פאראשוט וואס האט עס אביסל פארשטייטערט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 8:53 pm

לויט די ערשטע שפעקולאציעס איז די פראבלעם געשען וויבאלד איינס פון די 4 בוסטערס האבן זיך נישט אפגעטיילט ווי עס באדארף צו זיין.

די סויאָז ראקעט נוצט 4 ארויפגעבינדענע בוסטערס וואס טרייבט די ראקעט פאר די ערשטע 2 מינוט פון די רייזע, נאך 2 מינוט טיילט זיך עס אפ. דאס אפטיילן איז זייער אינטערעסאנט און ווערט אנגערופן די קאראלאוו קראָס, על שם פון די רוסישע ראקעט אינדזשעניר סורגעי קאראלאוו וואס האט דעזיינט די סויאָז ראקעט נאך אין די ערשטע יארן פון די ספעיס רעיס, און ער האט דעזיינט די אפטיילן פראצעדור.

יעדע בוסטער טיילט זיך אפ, און הייבט זיך דרייען רינגס און ארום, ביז ס'ווערט פארשוואונדן.

בילד

ווי מ'קען זעהן טיילט זיך קודם אפ די אונטערשטע באהעפטונג, און דערנאך די אויבערשטע, ביי די אויבערשטע שפריצט ארויס א מין גאז וואס מאכט אז ס'זאל זיך נעמען דרייען.

די שפעקולאציע איז אז ביי איינע פון די בוסטערס האט די אויבערשטע וואלוו וואס דארף מאכן ס'זאל אנהייבן שפריצן גאז נישט געארבעט, און אנשטאט ס'זאל אוועקפליען און זיך דרייען, איז די בוסטערס צוריקגעפאלן צו די ראקעט און עס צוקראצט.

ס'איז נישט זיכער וויפל שאדן ס'האט געמאכט פאר די ראקעט, אבער די אויטאמאטישע עבארט סיסטעם וואס איז געמאכט צו באשיצן די אסטראנאטן אין פאל פון נויט, איז גלייך געווארן אקטיוויזירט און אוועקגעשאסן די קאפסול אוועק פון די ראקעט און עס אנגעגרייט פאר די עמוירדזשענסי לאנדונג.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 9:47 pm

אינטערעסאנט!

פארוואס עפעס דארף זיך עס דרייען, זאל עס אראפפאלן גראד און פארטיג?

#רוסישע קעפ

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 2:33 pm

ממה נפשך האט געשריבן:אינטערעסאנט!

פארוואס עפעס דארף זיך עס דרייען, זאל עס אראפפאלן גראד און פארטיג?

#רוסישע קעפ

לכאורה אויב ס'דרייט זיך נישט קען עס נישט אראפ פאלן תיכף ווייל די מאטארן שטופן דאס ארויף, און ס'קען שעדיגן דעם ראקעט, אזוי ווי ס'געשעהן אין אונזער פאל.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 6:53 pm


אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 10:12 pm

רעגן האבן זיי שוין... יעצט א לבנה....

אוועטאר
ווייזער
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 5:14 pm

ברוך דיין אמת... - קעפלער טעלעסקאופ נסתלק געווארן אין יונגען עלטער.

יא, דאס איז די טרוקענע נייעס וואס נאס"א האט ארויסגעגעבן איבער די פריהצייטיגע פטירה פון "קעפלער". דער טעלעסקאפ וועלכעס האט געעפנט א וועלט מיט חידושים איבער ביליאנען, ביליאנען נייע פלאנעטן וועלכע דרייען זיך אונטער די נאז.

אקעי, נישט ממש אונטער די נאז, נאר אין אונזער האנט-פלאך. אין אונזער מיליקי וועי גאלאקסיע.

קעפלער טעלעסקאפ האט געכאפט פארטל זיך צו "פארקלאצן" אויפן איין פלאץ אויפן הימל, פאר שעות לאנג, יא. חדשים חדשים אין איין ציה און גלאצן אויפן הימל, און וואס מער מ'קלאצט אויפן הימל, האט די טעלעסקאפ אנגעהויבן אנאליזירן מער און מער דאטא פון ביליאנען פלאנעטן וועלכע דרייען זיך ארום די ביליאנען שטערן אין אינזער גאלאקסיע, אביסלע ארויסציר פונעם סאלאר סיסטעם.

דער סאלאר סיסטעם איז אונזער הויז. דא איז די שמש וירח, און די באקאנטע פלאנעטן, מאדים/מארס - שבתאי/סעטורן - צדק/זשופיטער וכו'. וועלכע געפונען זיך אלע אין א קליינעם טייל פון אונזער היים גאלאקסיע "מילקי וועי".

אלנפאלס, קעפלער וועמען מ'האט אפגעשפיקט אין די הויכע רוימען בערך צען יאר צוריק, האט אנגעהויבן 'באמערקן', אז ארום די צענדליגער ביליאנען שטערן וועלכע געפונען אין אונזער גאלאקסיע, דרייען זיך ארום פלאנעטן, און אסאך פון די פלאנעטן זענען XO-פלאנעטן (עקסאפלאנעטן) וועלכע ענדלען גאר שטארק אין פארם, סייז, לאקאציע, ווי אונזער ערדישע פלאנעט, וועמען מיר רופן "וועלט", אין היימישן מאמע לשון.

די עקסאו-פלאנעטן וועלכע קעפלער האט געונען, האבן גאר אסאך ענליכע שטריכן צו אונזער ערדישן פלאנעט, מיט זייער נאענטקייט צו זייער היים-שטערן מיליאנען מייל אוועק, און די בערכ'דיגע אטאמישע, כעמישע ווירקונגען גענוי ווי פלאנעט ערד, וואס איז געווען רעוואלוציאנערע נייעס אין די קאסמישע וויסנשאפט.

א לענגערע אפהאנדלונג וכל מעשה תקפו וגבורתו פון קעפלער, וועט נאכקומען. דערווייל, האב מיר און זיי מיר.

צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:04 am

שכח זייער אינטרעסאנט.

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:58 am

מיר וועלן ווארטן מיט געדולד, אבער פליז נישט צו לאנג !

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:05 pm

@ווייזער,איר קומט אריין געשמאק און קלאר.

אפשר קענט מער מסביר זיין וויאזוי שטארבט א טעלעסקאופ? איז דאס נישט א פארגעשריטענע קוקער מיט א סופר קאמפיוטער צו אנאליזירן וואס ער זעהט?

(איך בין אן אמעארעץ דערין)
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
ווייזער
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:54 pm

אברך האט געשריבן:@ווייזער,איר קומט אריין געשמאק און קלאר.

אפשר קענט מער מסביר זיין וויאזוי שטארבט א טעלעסקאופ? איז דאס נישט א פארגעשריטענע קוקער מיט א סופר קאמפיוטער צו אנאליזירן וואס ער זעהט?

(איך בין אן אמעארעץ דערין)


די קעפלער טעלעסקאפ איז אויסגעלאפן פון גאזאלין. פשוטו כמשמעו.

קעפלער האט אנגעהויבן די מיסיע אין ספעיס אין 2009 למס׳ (קנאפע 10 יאר צוריק) - און האט אנגעהויבן מיט א נייע מהלך פון גלאצן אויף א סטרעטש שטערנס.

4 יאר אין איין ציה, האט עס געקלאצט, און אין די פיר יאר האט נאסא זיך איבערצייגט א נייע ערפינדונג, וואס די וועלט האט בכלל נישט געוואוסט ביז ממש לעצטנס.

אלע שטערנס אין די מילקי וועי גאלאקסיע פארמאגן פלאנעטן וועלכע ארביטן זיי. איין פלאנעט איז נענטער צו איר מוטער-זון / שטערן, און איין פלאנעט איז ווייטער.

מ׳רעדט פון די ביליאנען שטערן / און א קיימא לן פון ביליאנען פלאנעטן, צענדליגער טויזנטער ליכט-יאר אוועק, און די פיצינקע פלאנעטן קען מען נישט זעהן אפילו דורך די גרעסטע טעלעסקאפן,

וואס די שטערנס און אירע ארביטירנדע פלאנעטן באצוועקן, באווירקן, באדייטן איז דערווייל נישט באוואוסט פאר אונז, זחוחי לב, נמוכי קומה וחסירי דעה. וואס מיר ווייסן איז כאפס וכאין, ממש גארנישט. ממילא דאס אז מיר פארשטייען נישט זייער צוועק, איז לא מעלה ולא מוריד.

קעפלער האט אסער געעפנט א פרישע געיעג פאר די פלאנעטן האנטער צו פארשן אזעלכע עקסאו-פלאנעטן וועלכע זענען ווי צווילינג שוועסטער צו פלאנעט ערד, און זעהן וועלכע קאסמישע קאנדידאטן דארט ארויף, ביליאנען-טריליאנען מייל, פארמאגן די אייגנשאפטן פןן אונזער ערדישע ערד, דאהי על אדמת נכר.

מילי-מיליאנען דאלאר גיסן די חמורים אוועק לטמיון, צו כאפן דעם טאטער פלאנעט, און מאכן רעדי פלענער ווען זיך אריבערצוקלייבן אהין...

נו, די מאווינג טראקס זענען רעדי פאר די 100 טריליאן מייל רייזע. ויסעו.

העי, סארי, קעפלער איז ליידער געשטארבן... מ׳בלייב מיר אלע דא!

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:47 pm

THענקס מר. ווייזער יר"ה פאר די באריכט, און פאר דער געשמאקער אויסלייג דערפון!
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 7:14 am

אויב קעפלער איז געשטארבן, וועט מען העכסט ווארשיינליך שיקן אן אנדערע, נאכמער סאפיסטיקירטע טעלעסקאופ.

האלט אייך רואיג, מען בלייבט נישט דא...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 4:10 pm

-בילתי מוגה-


ספעיס עקס האט באקומען אין מארטש די אויטאריזאציע פון די FCC ארויסצושיסן 4,425 סעטעלייטס אין ספעיס פאר זייער געפלאנטע אינטערנעט סיסטעם, אבער FCC האט נישט געוואלט ערלויבן די 2טע פאזע פון 7518 סעטעלייטס וואס ספעיס עקס האט געוואלט ארויסשיקן צוליב'ן זארג איבער צופיל ספעיס זשאנק וואס דאס קען אנמאכן.

ספעיס זשאנק איז שוין יעצט א ערענסטע פראבלעם מיט וואס מען דארף זיך ספראווען, ווען מען שיסט ארויף א ראקעט דארף מען אבאכט געבן עס זאל זיך נישט אנשטויסן אין א אומקאנטראלירטע שטיק ברוכווארג וואס איז געבליבן שריים פון א אויסגעדינטע סעטעלייט וכדו'
שוין געווען אמאל ווען די אסטראנאטן אין די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע זענען פארארדענט געווארן צו בלייבן אינעווייניג אין די סטאנציע ווייל א שטיקל זשאנק איז געפלויגן נאנט צו די סטאנציע, צומאל האט שוין א "ברעקל" פון אייזן אריינגעקראכט אין איבערגעלאזט א שפאלט אין די גלאז ביי די ספעיס סטאנציע (זע בילד)

לעת עתה איז דא ארום 3700 סעטעלייטס אין ספעיס, 2600 פון די סעטעלייטס זענען מער נישט אקטיוו, איצט לאמיר זיך פארשטעלן אויב וועט ספעיס עקס ארויסשיסן א דראמאטישער צאל פון 12000 פרישע סעטעלייטס, דאס מיינט אז זיי ווילן ארויסשיסן אין די קומענדיגע פאר יאר בערך 3 מאל מער סעטעלייטס פון וויפיל די וועלט האט שוין ארויסגעשיקט זינט רוסלאנד האט ארויסגעשיקט דעם ספוטניק אום אקטאבער 57' למס'
נו, אויב האט מען שוין געהאט פראבלעמען מיט ספעיס זשאנק ביז יעצט, וואס וועט שוין זיין ווען די צאל סעטעלייטס וועט זיך פארטריפלען!?

און אז די FCC האט נישט מסכים געווען, קען ספעיס עקס נישט פארגיין מיט זייערע פלענער, וואס טוט מען?
ספעיס עקס האט געטוישט זייערע פלענער צו האלטן די סעטעלייטס ביי א נידריגן ארט אין ספעיס, אנטשטאט האלטן די סעטעלייטס ביי א הייעך פון ארום 745 מייל, וועלן זיי עס האלטן ביי א פיל נידריגערע הייעך פון ארום 325 מייל, די אויפטו איז אז אויב עס שטארבט אפ ווען עס איז הויך 300 מייל פאלט עס שנעל אריין אין די ערד'ס אטמאספערע, אין עס ווערט פארניכטעט שנעלערהייט, משא''כ אויב זיי געפינען זיך זייער הויך, דאן קענען זיי זיך ארומדרייען דארט פאר לאנגע יארן, אנשאפנדיג פראבלעמען פאר די גאנצע ספעיס אינדוסטריע.

היינט האט ספעיס עקס באקומען די פרייליכע נייעס אז די FCC האט אנגענומען און באשטעטיגט זייער נייע פלאן, געבענדיג די ערלויבעניש ארויפצושיקן די דראמאטישע צאל פון 12000 סעטעלייטס.
----

מאסק'ס גאנצע פלאן אין ציהל דערמיט איז: ספעיס עקס זאל מאכן גענוג און נאך געלט אז מען זאל קענען אויפבויען א מענטשליך באוואוינטע געגנט אויף מארס...
נאכאמאל, אביסל קלארער, ספעיס עקס זאל פארדינען גענוג געלט, און מען זאל נישט דארפן צוקומען צו די סטאק מארקעט... ווייל נאר אזוי קען מען אנקומען מיט זיין גראנדיעזע וויזיע, משא''כ אויב וועט ספעיס עקס זיין אויף די סטאק מארקעט, וועלן זיי זיין משועבד צו אינוועסטארס (זיי האבן איצט נאר פרייוואטע אינוועסטארס)
צוגעלייגטע
ספעיס עקס טעסט סעטעלייט וואס איז שוין אין ספעיס.PNG
ספעיס עקס טעסט סעטעלייט וואס איז שוין אין ספעיס.PNG (632.26 KiB) געזעהן 230 מאל
crack from space junk.PNG
crack from space junk.PNG (114.02 KiB) געזעהן 230 מאל

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 4:52 pm

יישר כחכם @דערבארעמדיגער.

און דוד המלך האצעך נאך געוואונדערט פארוואס מ'דארף משוגעים אויף דער וועלט..., שטעל דיר פאר ווען מאסק זאל ווען זיין נארמאל, וואלט די וועלט נישט הנאה געהאט פון די אלע "זייטיגע" בענעפיטן מיט וואס ער קומט אויף, אלעס כדי צו זיין גרייט צו זיין עיקר ציהל
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 5:00 pm

גוט....
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 5:26 pm


שוין, העלמער האבן א לבנה made in China,
העט עס מסתם קומען מיט א built-in קידוש לבנה סיסטעם.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 6:28 pm

די 12000 סעטעלייטס איז געצילט צוצושטעלן היי ספיד אינטערנעט אויף א גלאבאלע פארנעם. (זע דא מער איבער די Starlink פראיעקט)

דו מיינסט צו זאגן אז ער גייט מאכן גענוג געלט אזוי וועט ער ווייטער קענען אנגיין מיט זיין וויזיע צו באוואוינען מארס.

גייט ער מאכן געלט דערפון, מיינט דאס אז ער גייט ווערן א אינטערנעט פראוויידער אזוי ווי ווערייזן?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט