מירון - תשע"ו

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

מירון - תשע"ו

תגובהדורך נייעסלעך » דינסטאג מאי 24, 2016 12:00 pm

פאר אלע נייעס און אפדעיטס אינערהאלב מירון

א לינק צו פארגאנגענע יארן אשכולות.

א לינק צום מירון לייוו אשכול

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג מאי 24, 2016 12:13 pm

גאנץ א גוטע מאפע וואס ראכמסטריוקא האט ארויסגעשטעלט וויאזוי צוצוקומען צו זייער הדלקה ביי מתחם בני עקיבא.

פאר די וואס גייען די ערשטע מאל איז בכלל וויכטיג צו זיך אומקוקן גוט אויפן מאפע צו וויסן ווי אלעס איז. אויב נישט קען מען ארומפלויפן ווי פרעה און גארנישט טרעפן.

זייט וויסן אז אויף די אלע פלעצער ווי שטח תולדות אהרן וכו' איז אויך דא אנדערע הדלקות אין אנדערע זמנים.
צוגעלייגטע
Capture.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג מאי 24, 2016 3:11 pm

צו די וואס זענען אין מירון! סאסובער רבי שליט"א (בנו של הגה"צ מ'סעמיהאלי זצ"ל חתנו וב"א פון הרה"ק ה"על הגאולה" מ'סאטמאר זי"ע) גייט נישט צינדן היי יאר אין מירון אזוי ווי די לעצטע פאר יאר!

און אויך איז כדאי צו דערמאנען אז מען קען נישט מיטהאלטן סיי די הדלקה אין ראחאמסטריווקא ביי "מתחם בני עקיבא" און סיי תולדות אהרן ווייל ביידע צינדן ממש אין די לעצטע מינוט פאר די שקיעה!
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

יושע משה יחזקאל הלוי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 13, 2016 4:32 pm

תגובהדורך יושע משה יחזקאל הלוי » דינסטאג מאי 24, 2016 3:17 pm

פאליק האט געשריבן:צו די וואס זענען אין מירון! סאסובער רבי שליט"א (בנו של הגה"צ מ'סעמיהאלי זצ"ל חתנו וב"א פון הרה"ק ה"על הגאולה" מ'סאטמאר זי"ע) גייט נישט צינדן היי יאר אין מירון אזוי ווי די לעצטע פאר יאר!

און אויך איז כדאי צו דערמאנען אז מען קען נישט מיטהאלטן סיי די הדלקה אין ראחאמסטריווקא ביי "מתחם בני עקיבא" און סיי תולדות אהרן ווייל ביידע צינדן ממש אין די לעצטע מינוט פאר די שקיעה!

איז דא אן אורזאך צוליב וואס די הדלקה זעצט נישט פאר דאס יאר?

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג מאי 24, 2016 3:18 pm

געלט! כסף!
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג מאי 24, 2016 3:31 pm

זהירות
צוגעלייגטע
photo_2016-05-24_15-30-50.jpg
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג מאי 24, 2016 3:33 pm

אריין אין אשכול תפארת ישראל אריין
אמונה בטחון גאולה

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » דינסטאג מאי 24, 2016 3:36 pm

אויף קול מבשר ביים אריינגאנג אז אויך דא א עד קעגען סמארטפאון'ס

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג מאי 24, 2016 3:43 pm

אבער נישט געשריבן מיט אזא פרעכע מיאוס'ע לשון
אמונה בטחון גאולה

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » דינסטאג מאי 24, 2016 3:47 pm

ביטע האלטן אין קאפ אז די אשכול געפינט זיך צווישן נייעס אשכולות, פאר פארברענגען ביטע גייט אין די דעזיגנירטע אשכולות.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג מאי 24, 2016 4:16 pm

פאליק האט געשריבן:זהירות

איך וואלט זייער געוואלט בעטן דעם ועד משמרת קדושת מחנינו שליט״א אז זיי זאלן ארומקלעבן צעטליך אין גאנץ מאה שערים אז מען טאר נישט פארן שנארן קיין אמעריקע צו די בעלי האייפון כי סכנתם מרובה והזיקם מצוי.

ערנסט גערעדט. איך האב ב״ה נישט קיין סמארטפאן, אבער איך פיל מיך זייער געטראפן פון דעם צעטיל.
כאילו ארץ ישראל איז אן עולם התיקון און די אמעריקאנע זענען שקצים און האבן סמארטפאנים. זייער נישט שיין.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג מאי 24, 2016 4:18 pm

איינער האט א פונקטליכע ליסטע פון אלע הדלקות אין מירון, צייט און פלאץ?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג מאי 24, 2016 4:28 pm

אין אר"י איז נישטא קיין היתר פאר פרנסה! ווייל די פרנסה מאכט מען אין אמעריקע אין די בתי מדרשים
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג מאי 24, 2016 4:30 pm

פאליק האט געשריבן:אין אר"י איז נישטא קיין היתר פאר פרנסה! ווייל די פרנסה מאכט מען אין אמעריקע אין די בתי מדרשים

'פרנסה' זעלבסט דארף א היתר....

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג מאי 24, 2016 4:34 pm

אלף בית האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:זהירות

איך וואלט זייער געוואלט בעטן דעם ועד משמרת קדושת מחנינו שליט״א אז זיי זאלן ארומקלעבן צעטליך אין גאנץ מאה שערים אז מען טאר נישט פארן שנארן קיין אמעריקע צו די בעלי האייפון כי סכנתם מרובה והזיקם מצוי.

ערנסט גערעדט. איך האב ב״ה נישט קיין סמארטפאן, אבער איך פיל מיך זייער געטראפן פון דעם צעטיל.
כאילו ארץ ישראל איז אן עולם התיקון און די אמעריקאנע זענען שקצים און האבן סמארטפאנים. זייער נישט שיין.


דו פילסט זיך זיך געטראפן פון א אר"י ליידיגייער שאינו עושה ואוכל, און ער ווערט משמעום מיטען טאג, און יעצט מיט אזוינע צעטליך לעבט ער אויף?!

דאז איז עקסלוסיוו דיין פראבלעם, נישט זיינס.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג מאי 24, 2016 5:34 pm

מחותן האסט מיך אויפגעלעבט.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג מאי 24, 2016 6:22 pm

אין קר"י האט מען היי יאר ארום געטוישט די אופן הדלקה, און אלעס גייט זיין אויפן גאס, אנגעהויבן פון די חאלאקא'ס און גענדיגט מיטען לחיים.

אנדערש ווי די פארגאנגענע יארען גייט מען היי יאר טאנצן אויפן שטח צווישען די ביהמ"ד הגדול און די כולל, וואס יענע שטח איז היבש גערעסער ווי די פארקינג לאט בעפאר די ביהמ"ד.
___

דא האט איר א לינק פון די אשכולת תשע"ד, תשע"ה, און דארט קענט איר טרעפן אויסגעשמיעסט סיי וועלכע שאלה ארום די מנהג אד"ג, אלעס אלעס האט מען שוין דארט גערעדט.

לאזט די אשכול פאר נייעס, אפדעיטס, און בילדער.

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3871
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דינסטאג מאי 24, 2016 6:36 pm

"הדלקה בשיכון סקווירא" בגימטרי' "רבי שמעון בר יוחאי" ביידע 915
מפי המגיד מישרים הרה"ג בן ציון פעלדמאן שליט"א מגי"ש בביהמ"ד סאטמאר מאנסי
לעצט פאראכטן דורך dovidal אום דינסטאג מאי 24, 2016 6:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג מאי 24, 2016 6:39 pm

ממש א פלא אז מען האט נישט געמאכט א הדלקה ביז יעצט
דרך אגב ר' שמעון בר יוחאי איז בגי' הדלקה בקרית יואל
אמונה בטחון גאולה

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » דינסטאג מאי 24, 2016 7:06 pm

טאקע א פלא. ווען מ'וואלט שוין פון אייביג אן געמאכט די הדלקה וואלט מען דאך נישט אויפגעקומען מיט דעם גמטריא.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג מאי 24, 2016 7:10 pm

dovidal האט געשריבן:"הדלקה בשיכון סקווירא" בגימטרי' "רבי שמעון בר יוחאי" ביידע 915
מפי המגיד מישרים הרה"ג בן ציון פעלדמאן שליט"א מגי"ש בביהמ"ד סאטמאר מאנסי

וואלט מען געדארפט ווארטן ביז שנת תתקט"ו...

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג מאי 24, 2016 7:12 pm

מחותן האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:זהירות

איך וואלט זייער געוואלט בעטן דעם ועד משמרת קדושת מחנינו שליט״א אז זיי זאלן ארומקלעבן צעטליך אין גאנץ מאה שערים אז מען טאר נישט פארן שנארן קיין אמעריקע צו די בעלי האייפון כי סכנתם מרובה והזיקם מצוי.

ערנסט גערעדט. איך האב ב״ה נישט קיין סמארטפאן, אבער איך פיל מיך זייער געטראפן פון דעם צעטיל.
כאילו ארץ ישראל איז אן עולם התיקון און די אמעריקאנע זענען שקצים און האבן סמארטפאנים. זייער נישט שיין.


דו פילסט זיך זיך געטראפן פון א אר"י ליידיגייער שאינו עושה ואוכל, און ער ווערט משמעום מיטען טאג, און יעצט מיט אזוינע צעטליך לעבט ער אויף?!

דאז איז עקסלוסיוו דיין פראבלעם, נישט זיינס.

לויט ווי איך הער איז עס א היימישער אמעריקאנער ליידיגייער וואס רעדט בשמם און גייט זאמלען חתימות דארט... איי מ'טאר דאך נישט פארן קיין ישראל? א קאשע אויף א מעשה....
דו גלייב אים נאר אז ער איז אן איזרעילי... ווייז א בוירט סערטיפעקעט, א טעקס ריטוירן גלייב איך נישט ער האט...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מאי 24, 2016 8:13 pm

נייעס! ביטע!

הבדלה וויין
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

תגובהדורך הבדלה וויין » דינסטאג מאי 24, 2016 8:38 pm

איז סקווירא הדלקה אפען פאר יעדעם? עפעס האב איך געהערט אז מען מוז האבן א רשיון, נישט קיין סמארט פאון.
#מוסד תפארת ישראל אלערט

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דינסטאג מאי 24, 2016 10:47 pm

אבי גערעדט
עס איז אפן פאר יעדעם.
יחי המלך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שטיגליץ און 11 געסט