בד''ה הגה''צ רבי יוחנן סופר זצ''ל גאב''ד ערלוי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

בד''ה הגה''צ רבי יוחנן סופר זצ''ל גאב''ד ערלוי

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:03 pm

ווי להאי שופרא דבלי בארעא אוי לדור שאבד לקרביטה - ברוך דיין האמת
אין די לעצטע שעה איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא הגאון הצדיק המפו' משיירי כנסת הגדולה כש''ת רבי יוחנן סופר זצ''ל גאב''ד ערלוי אין דער עלטער פין 93 יאר
א אייניקל בן אחר בן פין דער הייליגע חתם סופר אין איינער פין די ממשיכים פין דרכו בקודש.

געבוירן געווארן בי''ג טבת תרפ''ג צו זיין פאטער הגה''צ ר' משה סופר הי''ד א זוהן פין הגה''ק רבי שמעון סופר זי''ע הי''ד בעל התעוררות תשובה מערלוי בן הגה''ק בעל כתב סופר מפרעשבורג זי''ע בנו ומ''מ של הגה''ק מרן החתם סופר זי''ע ועכי''א.

דער רב האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פין הרב יעקב פאלל וואס איז געוועהן א אייניקל פין א שוועסטער פין דער חתם סופר.

ער האט זוכה געוועהן נאך אין די יונגע יארן צו נהנה זיין פין אורו הקדוש פין זיין גרויסע זיידע בעל התעורורת תשובה זי''ע.
ער האט אויך געלערנט אין די ישיבות פין הגאון ר' יוסף אשר פאלאק אב''ד וורפלט זצ''ל אין דערנאך אין יארמוט ביי הגאון ר' אהרן דוד דייטש זצ''ל.

איז אדורך געגאנגען דער שבעה מדורי גיהנום פארלירנדיג דער גאנצע משפחה, א חוץ א עלטערע ברידער הרב אברהם שמואל בנימין סופר ז''ל, וואס האט יא איבער געלעבט.

נאך די מלחמה בערך בשנת תש"ו - תש"ז נאך זייעדיג א בחור האט ער אויפגעמאכט פין פריש דער ישיבה אין די שטאט ערלוי צוזאמען מיט הגה''צ ר' משה שטערן אב''ד דעבערצין זצ''ל, ער האט מקרב געוועהן אין מחזק געוועהן דער פליטים דער בחורים געוועהן ווי א טאטע אין מאמע צו זיי, דערנאך בערך בשנת תש''י האט ער זיך געצויגן קיין אר''י מיט נעמענדיג בחורים אין אריבערגעפלאנצט דער ישיבה צו ארץ ישראל, אנהייב האט ער געפירט דער בחורים צו דער פרעשבורגער ישיבה תחת דגלו של הגה''צ ר' עקיבא סופר זצ''ל אין איז געוועהן מגי''ש דארט, אין בשנת תשי''ג האט ער אויפגעמאכט א אייגענע ישיבה אין שכונת קטמון וואס דער ישיבה שטייט נאך עד היום הזה, אין איז דער סענטער פין דער ערלויער הויף, במשך דער יארן איז ער געוועהן דער ראש ישיבה אין דער רב פאר זיינע תלמידים, אין דער שפעטערדיגע יארן האט ער זיך שוין געפירט מיט א רבי'סטווע הנהגה.

ער האט זיך מתדבק געוועהן בצלו הקדוש של הרה''ק מבעלזא זצ''ל מיט א שטארקע דביקות, אין האט ממשיך געוועהן מיט בית בעלזא עד היום הזה, אזוי אויכט האט ער זיך מקשר געוועהן קיין סקווירא עד היום הזה. אין אזוי אויך איז ער געוועהן נאנט צו אלע צדיקי הדור.

געוועהן א אנגעקענטע גדול אין ארץ ישראל ווי יעדער האט געהאט דרך ארץ פאר איהם,

דער לעצטע פאר יאר איז ער געוועהן זייער שוואך, אבער דאך האט ער ווייטער אנגעפירט לויט וויפיל זיין מעגליכקייט האט געלאזט, ביז לעצטער וואך וואס ער איז געווארן נישט געזונט אויף זיין לונגען, וואס ער האט פריערט [י''ג אדר א'] ליידער אויסגהויכעט זיין נשמה במעמד דער קינדער אין די חסידים

זאל זיין זכות מגין זיין אויף אונז אלע.

איך וועל נאך אי''ה שפעטער ממשיך זיין וויפיל איך ווייס אין איך קען
אין דער עולם ווערט אויך געבעטען ממשיך צו זיין מיט זייערע ידיעות
לעצט פאראכטן דורך מומחה יוחס אום זונטאג פאברואר 21, 2016 11:39 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
参考专家

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:07 pm

דער לוי' הייסט יעצט גייט זיין מארגן אויף דער ארץ ישראלדיגע זייגער 11:30 פין בית מדרשו הגדול בקטמון אין נאכדעם בבית מדרשו ברחוב עזרת התורה אין פין דארט צו הר המנוחות
参考专家

קלאר מאכן
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 25, 2010 10:54 pm

תגובהדורך קלאר מאכן » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:20 pm

אוי וויי בד''ה
א שטארק קלאפ פאר די אידישע וועלט
פין דער אמאליגע סארטן רבנים מיטן אלטן חן

מי יתן לנו תמורה

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:23 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:דער לוי' הייסט יעצט גייט זיין מארגן אויף דער ארץ ישראלדיגע זייגער 11:30 פין בית מדרשו הגדול בקטמון אין נאכדעם בבית מדרשו ברחוב עזרת התורה אין פין דארט צו הר המנוחות


ליד הרבנית שלו

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:23 pm

געקענט, א הייליגער איד געווען, א העכערע צורה, ס'איז געווען פחד עם אריין צו קיקן אין פנים.

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:31 pm

א בילד האט איינער?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:40 pm

איך האב ממש נישט קיין ווערטער די צער וואס איך שפיר. איך האב געהאט די זכות צי לערנען אין ערלוי אין אביסעל משמש זיין אויך

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:42 pm

יאצמעך האט געשריבן:א בילד האט איינער?


בילד

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:42 pm

elmonsey האט געשריבן:איך האב ממש נישט קיין ווערטער די צער וואס איך שפיר. איך האב געהאט די זכות צי לערנען אין ערלוי אין אביסעל משמש זיין אויך


נו פארצייל פאר דער עולם איבער דער גרויסע נפטר
参考专家

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:43 pm

דאכט זיך אז דאס איז געוועהן די לעצטע גדול וואס איז נאך געוועהן א מרביץ תורה (פארן) [גלייך נאך'ן] קריג און האט איבערגעלאזט תלמידים גדולי ישראל וואס א טייל פון זיי לעבן שוין נישט,
לכאורה קען פארעכנט ווערן זיין גרעסטען תלמיד דעהם באקאנטען גדול בנגלה ובנסתר ובחסידות, וואס איז נערץ ונקדש ביי אלע חוגים ה"ה:
הגה"ק רבי דניאל פריש זי"ע בעל מתוק מדבש על הזוה"ק וכתבי אריז"ל, ומחבר של עוד הרבה ספרים.
ווער עס האט א רשימה פון זיינע תלמידים גדולי ישראל ווערט געבעטן מוסיף צו זיין, ייש"כ
לעצט פאראכטן דורך ממעתיקי השמועה אום מאנטאג פאברואר 22, 2016 12:12 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:45 pm

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:דאכט זיך אז דאס איז געוועהן די לעצטע גדול וואס איז נאך געוועהן מרביץ תורה פארן קריג און האט איבערגעלאזט תלמידים גדולי ישראל וואס א טייל פון זיי לעבן שוין נישט,
לכאורה קען פארעכנט ווערן זיין גרעסטען תלמיד דעהם באקאנטען גדול בנגלה ובנסתר ובחסידות, וואס איז נערץ ונקדש ביי אלע חוגים ה"ה:
הגה"ק רבי דניאל פריש זי"ע בעל מתוק מדבש על הזוה"ק וכתבי אריז"ל, ומחבר של עוד הרבה ספרים.
ווער עס האט א רשימה פון זיינע תלמידים גדולי ישראל ווערט געבעטן מוסיף צו זיין, ייש"כ


לפי ידיעתי האט ער מרביץ תורה געוועהן ערשט נאך די קריג
参考专家

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:48 pm

אוי וויי, יעצט באקומען דעם שרעקליכן טעלעפאן קאלל. מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ און איך בין צורודערט ביז גאר. איך האב זוי פיל צו שרייבן, אבער איך קען נישט יעצט, בלי"נ שרייבן ווען איך וועל אביסל קומען צו זיך.

אוי באשעפער, א אבידה שאין לה תמורה, אוי רוח אפינו משיח ה' נלכד בשחיתותם, אשר אמרנו בצילו נחי' בגוים...

איך זיץ און איך וויין, איך קען נישט קומען צו מיר, יא, איך הער שוין זייט לעצטן שבת אז דער הייליגער צדיק איז אין שפיטאל און זייט מאנטאג נאכט אז דער מצב איז זייער ערנסט, אבער איך האב נישט געקענט ארויפברענגען על דעתי אז אזא זאך איז אפילו א מעגליכקייט, און אצינד, אז עס האט פאקטיש פאסירט זיך איך און איך וויין. איך בין צושאקלט און צוטרייסלט.

אוי טאטע, אוי טאטע...
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:49 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:לפי ידיעתי האט ער מרביץ תורה געוועהן ערשט נאך די קריג
סוף קריג האב איך געהערט דאס הייסט תש"ד - תש"ה, אדרבה ווייסט איהר פונקטליך ווען יא ?

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:51 pm

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:לפי ידיעתי האט ער מרביץ תורה געוועהן ערשט נאך די קריג
סוף קריג האב איך געהערט דאס הייסט תש"ד - תש"ה, אדרבה ווייסט איהר פונקטליך ווען יא ?

איך האב שוין דערמאנט פריער אז לפי ידיעתי האט ער געפענט דער יישיבה בשנת תש"ו - תש"ז
参考专家

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג פאברואר 22, 2016 12:35 am

ער האט געהאט א געוואלדיגע התבטלות צו צדיקים
הוציא לאור עשרות ספרים מהרה"ק החת"ס זי"ע
לעצט פאראכטן דורך dovidal אום מאנטאג פאברואר 22, 2016 12:43 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג פאברואר 22, 2016 12:43 am

איבער געלאזט 7 בנים

בכורו ר משה מלונדון חתן הרב אשכנזי
ר יעקב, אב"ד ערלוי ביתר, חתן הרב דאווידאוויטש מבית מאיר
ר אש"ב ראש ישיבת ערלוי, חתן הרב אונגר
ר שמעון מצפת
ר עקיבא מנחם אב"ד ערלוי בני ברק חתן ר בעריש ווייס ממאנטשעסטער
ר זלמן מב"פ חתן הרב ניישלאס
ר אהרן מאלעד חתן ר שלום ברנדר

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג פאברואר 22, 2016 12:46 am

אוהב ספרים האט געשריבן:איבער געלאזט 7 בנים

בכורו ר משה מלונדון חתן הרב אשכנזי
ר יעקב, אב"ד ערלוי ביתר, חתן הרב דאווידאוויטש מבית מאיר
ר אש"ב ראש ישיבת ערלוי, חתן הרב אונגר
ר שמעון מצפת
ר עקיבא מנחם אב"ד ערלוי בני ברק חתן ר בעריש ווייס ממאנטשעסטער
ר זלמן מב"פ חתן הרב ניישלאס
ר אהרן מאלעד חתן ר שלום ברנדר


מי הוא הממלא מקום בירושלים ?

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג פאברואר 22, 2016 12:49 am

רבניש האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:איבער געלאזט 7 בנים

בכורו ר משה מלונדון חתן הרב אשכנזי
ר יעקב, אב"ד ערלוי ביתר, חתן הרב דאווידאוויטש מבית מאיר
ר אש"ב ראש ישיבת ערלוי, חתן הרב אונגר
ר שמעון מצפת
ר עקיבא מנחם אב"ד ערלוי בני ברק חתן ר בעריש ווייס ממאנטשעסטער
ר זלמן מב"פ חתן הרב ניישלאס
ר אהרן מאלעד חתן ר שלום ברנדר


מי הוא הממלא מקום בירושלים ?


לפני כמה שנים ער האט ממנה געווען בנו בכורו אלטץ ממלא מקומו לכל ערלוי

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

הקב"ה ממלא שנותיהם מיום ליום

תגובהדורך פר בן בקר » מאנטאג פאברואר 22, 2016 12:55 am

א אינטארסאנטע באמערקונג!

איך זעה אז ס'ווערט באשריבן אויף איהם
לפני מספר שנים, לאחר שאביו האדמו"ר לקה באירוע מוחי במהלך מנוחה בשוויץ ונחלש מאוד, זימן אותו אביו להגיע לארצה. בצום תענית אסתר, כינס האדמו"ר את כל בני משפחתו מהארץ ומחו"ל, ביניהם גם בנו בכורו, והודיע כי בעקבות תשישות ובשל גילו המופלג הוא החליט להעביר את כל סמכויותיו לבנו הבכור. האדמו"ר הביע את רצונו כי בנו הגדול ר' משה ימשיך את דרכו, בהנהגת הישיבה והחסידות.

היינט איז יג אדר (תענית אסתר אין א שנה פשוטה) אין מלכות נוגעת בחברתה אפילו כמלוא נימה.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג פאברואר 22, 2016 1:03 am

67857_5_14640_1066527438.jpg

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג פאברואר 22, 2016 3:57 am

אוי די לעכטיגע צורה!
כי קרן אור פניו...
אין די בילדער איז דאס נאר א טיפה מן הים,
וואיל פאר די אויגן וואס האבן איינגעזאפט אביסל פון די לעכטיגע אור שקרן מאור פניו ומנקיות עדינותו וצידקותו וואס האט ארויס געשיינט מעיניו הטהורות...!!!
מי יתן לנו תמורתו

ווערט געזען בזקנותו מיט יבלחט"א הגרי"מ מורגנשטרן שליט"א אויך אייניקל פון חת"ס.
צוגעלייגטע
IMG_6225.jpg

חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:27 pm

תגובהדורך חיים של שמחה » מאנטאג פאברואר 22, 2016 5:05 am

איז דאס א זוהן וואס מ'זעט און די בילד ?
א בילד פון בנו ומ"מ ביטע !

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » מאנטאג פאברואר 22, 2016 6:40 am

בד"ה
א הייליגע יוד געווען געהאט די זכיה אלץ בחור צו אריין גיין פאר א ברכה ווען ער איז געווען און ניו יורק,
געווען א שטארקע סקווירא חסיד

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג פאברואר 22, 2016 6:57 am

חיים של שמחה האט געשריבן:איז דאס א זוהן וואס מ'זעט און די בילד ?
א בילד פון בנו ומ"מ ביטע !

סאיז טאקע א זוהן, אבער נישט די ממלא מקום,
ממלא מקומו ווערט געזען אין לינקע זייט פון די בילד - היינט ביים לויה, באמערקט די קריעה געריסן נגד ליבו...:
צוגעלייגטע
ערלוי.jpg
ערלוי.jpg (13.06 KiB) געזעהן 4213 מאל
לעצט פאראכטן דורך פעלעד אום מאנטאג פאברואר 22, 2016 8:50 am, פאראכטן געווארן 10 מאל סך הכל.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג פאברואר 22, 2016 7:03 am

אפאר לעכטיגע בילדער...
צוגעלייגטע
ערלויער רב.jpg
ערלוי זצוקל.jpg
ערלוי זצוקל.jpg (15.12 KiB) געזעהן 4207 מאל
ערלוי זצל.jpg
ערלוי זצל.jpg (9.76 KiB) געזעהן 4207 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט