אלזא אויב איינער האט עפעס מער אינפא ביטע מהנה זיין דעם עולם


בן מהללאל האט געשריבן:דאס פארשפרייטונג פונעם שמועה הנזכרת, ווייזט נאר ווי גרינג עס איז צו פארשפרייטן שטותים און קאנספיראציעס צווישן אונזער היימישע ציבור.
מען דארף נאר א קאמפיוטער (צו זאמלען אינפארמאציע פון קריסטליכע אחרית הימים גרופעס) מיט א פרינטער (לקיים יפוצו מעינותיך חוצה), מיט א קאר (אנצוקומען צו יעדן פארשטופטן ביהמ"ד, ערש"ק נאכמיטאג) און עולם גולם איז מקיים דעם פתי יאמין לכל דבר.
The Nibiru cataclysm is a supposed disastrous encounter between the Earth and a large planetary object (either a collision or a near-miss) which certain groups believe will take place in the early 21st century. Believers in this doomsday event usually refer to this object as Planet X or Nibiru. The idea that a planet-sized object will collide with or closely pass by Earth in the near future is not supported by any scientific evidence and has been rejected by astronomers and planetary scientists as pseudoscience and an Internet hoax.
לחם לשובע האט געשריבן:אויף א בלעטל פארשפרייט, שרייבט יענער פארשוין אז דאס איז א שטערן מיטן נאמען פלאנעט X, א שטערן וואס גייט גרייכען זייער נאענט צי די וועלט, און גייט חלילה טוישען די גאנצע וועלט מאפע, א ריזען חלק יבשה גייט ווערן ים און ים יבשה, זיי האבן שוין גיוויזען אן אנגעבליכער מאפע וואס פראפעסעראן האבן געגרייט ווי אזוי די וועלט וועט דאן אויסקוקען.
נאך שרייבט יענער אז די אמעריקאנער פירער ווייסען און גלייבען דערין, און זיי האבן שוין אנגעגרייט מעכטיגע בונקערען, אויסשטפירט מיט אלע ערליי ציגעהערן, פון שיפען ביז ערעפלאנען, און פאל ווען דער מאונסטער פלאנעט וועט גרייכען וועלן אלע מיליטערישע פירער זין אהין אויסבאהאלטען, און לאזען אלע בירגער אין סכנה.
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שטאלצער יוד און 34 געסט