פלינט וואסער סקאנדאל
פלינט וואסער סקאנדאל
איז די מעשה אזוי, פלינט פלעגט אלס באקומען וואסער צו טרינקען דורך פייפס וואס זענען געצויגן געווארן פון דעטרויט וואס איז גאנץ ווייט און אויך קאסטלעך.
האבן זיי פאר עטליכע יאר צוריק געטוישט זייער מהלך אין א פארזוך צו שפארן געלט און אנגעהויבן צו נוצן וואסער פון א לעיק אין פלינט, זייט דעמאלטס האבן מענטשן אנגעהויבן זיך צו באקלאגן אויף א שלעכטע גערויך און ווי אויך אז די וואסער איז ברוינלעך, די אוטאריטעטן האבן עס אוועקגעמאכט אז זיי האבן עס געטעסט און ס'איז זייער סעיף צו טרינקען.
בעצם איז די לעיק געווען אנגעשטעקט מיט פראבלמען וואס דורך די יארן האט מען דארט אריינגעגאסן אינדוסטריעלע אפפאל און ס'האבן זיך דארט אויפגעהאדעוועט באקטעריעס ווי איקאליי און נאך. אבער זיי האבן געטענהט אז די טעסטן ווייזן אז די וואסער איז יא גוט.
למעשה איז דורך א שטיק צייט און ס'איז נישט געווארן בעסער, ווי ס'זעט אויס איז די פראבלעם געווען אין די אינטערסיטי פייפינג סיסטעם, די פייפינג פון דעטרויט פלעגט ווערן כסדר באהאנדלט ווייל מ'האט עס גענוצט משא"כ די פייפס פונעם לעיק זענען געווען זייער נאכגעלאזט און ס'איז געשטאנען אין דעם וואסער פאר יארן וואס מ'האט עס נישט גענוצט און ס'איז געזיצן אויף איין פלאץ האבן זיך אנגעזאמלט גרויסע קוואנטומ'ס פון לעד אין די פייפס און וואסער און ס'האט צוגעברענגט אז קליינע קינדער וואס האבן עס געטרינקען האבן זיך נישט געהעריג אנטוויקלט, און נאך פראבעלמען.
דער עולם האט געקלאפט אויף די הויכע פענסטער און ס'איז געפאלן אויף טויבע אויערן. ביז לעצטענס ווען יעדער הייבט אן צו ווייזן די פינגער אויפן צווייטן ווער ס'איז דא שולדיג.

-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12854
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
נייעסלעך האט געשריבן:שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וואס איז די מעשה אין פלינט מישיגען?
כ'זעה אז קיינער האט נאכנישט אנגערירט דעם טאפיק, אפשר יא?
ווי איך פארשטיי, איז די מעשה אזוי, פלינט פלעגט אלס באקומען וואסער צו טרינקען דורך פייפס וואס זענען געצויגן געווארן פון דעטרויט וואס איז גאנץ ווייט און אויך קאסטלעך.
האבן זיי פאר עטליכע יאר צוריק געטוישט זייער מהלך אין א פארזוך צו שפארן געלט און אנגעהויבן צו נוצן וואסער פון א לעיק אין פלינט, זייט דעמאלטס האבן מענטשן אנגעהויבן זיך צו באקלאגן אויף א שלעכטע גערויך און ווי אויך אז די וואסער איז ברוינלעך, די אוטאריטעטן האבן עס אוועקגעמאכט אז זיי האבן עס געטעסט און ס'איז זייער סעיף צו טרינקען.
בעצם איז די לעיק געווען אנגעשטעקט מיט פראבלמען וואס דורך די יארן האט מען דארט אריינגעגאסן אינדוסטריעלע אפפאל און ס'האבן זיך דארט אויפגעהאדעוועט באקטעריעס ווי איקאליי און נאך. אבער זיי האבן געטענהט אז די טעסטן ווייזן אז די וואסער איז יא גוט.
למעשה איז דורך א שטיק צייט און ס'איז נישט געווארן בעסער, ווי ס'זעט אויס איז די פראבלעם געווען אין די אינטערסיטי פייפינג סיסטעם, די פייפינג פון דעטרויט פלעגט ווערן כסדר באהאנדלט ווייל מ'האט עס גענוצט משא"כ די פייפס פונעם לעיק זענען געווען זייער נאכגעלאזט און ס'איז געשטאנען אין דעם וואסער פאר יארן וואס מ'האט עס נישט גענוצט און ס'איז געזיצן אויף איין פלאץ האבן זיך אנגעזאמלט גרויסע קוואנטומ'ס פון לעד אין די פייפס און וואסער און ס'האט צוגעברענגט אז קליינע קינדער וואס האבן עס געטרינקען האבן זיך נישט געהעריג אנטוויקלט, און נאך פראבעלמען.
דער עולם האט געקלאפט אויף די הויכע פענסטער און ס'איז געפאלן אויף טויבע אויערן. ביז לעצטענס ווען יעדער הייבט אן צו ווייזן די פינגער אויפן צווייטן ווער ס'איז דא שולדיג.
על הכלל כולו יצא; ווער ווייסט ווי נאך און ווער נאך, באהאלט פון אונז ווייטעל אינפארמעישאן.
#א מין אומפאראנטליכקייט!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
די געפערליכע עוולה דא איז אז די שטאט אליין האט נישט געוואלט נוצן די וואסער, דער מעיאר האט פארפירט דערקעגן, אבער א אלטע געזעץ האט געגעבן א רעכט פאר די סטעיט צו צווינגען פלינט צו נעמען דוקא דאס וואסער על אפם ועל חמתם.
אזוי אויך די אי פי עי האט שוין לאנג געוויסט אז ס'איז פראבלעמאטיש, אבער א אנדערע צודרייטע געזעץ האט זיי נישט געלאזט ג'יין פובליק מיט די אינפארמאציע אן די צושטימונג פון די סטעיט.

מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6845
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
א שופט האט ארויסגעגעבן קלאגעס וועלכע רעכנט אריין, באהאלטען עווידענס, מיסקאנדאקט אקעגן 3 אפישעלס אין די פלינט מישיגען וואסער\לעד קריזיס.
קומט יעצט פאר א פרעסע קאנפרענץ נאכפאלגענדיג די אינוועסטיגעישן אין די פלינט וואסער קריזיס.
"די קלאגעס זענען נאר די אנהייב, און ס'גייען נאך נאכקומען אסאך קלאגעס" אזוי זאגט דער מישיגען אטורני דזשענערעל.

- אלעקסיי דער דריטער
- שר האלפיים
- תגובות: 2008
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
Re: פלינט וואסער סקאנדאל
יעצט ווערט געמאלדן אז די שטאט האט דערגרייכט א סעטטעלמענט אין די ווערד פון 600 מיליאן דאללער מיט איינוואוינער.
די גרויסע מערהייט פון די געלטער - ארום 80 פערצענט - וועט גיין פאר אזעלכע וואס זענען געווען אונטער די 18 אין די צייט וואס די סקאנדאל האט פאסירט. די איבעריגע וועט גיין פאר די קלעגער פאר שאדן'ס צו זייערע פראפערטי'ס וכדו'.
- - - -
תיקון טעות: די סטעיט (מישיגען) וועט צאלן די געלטער - נישט די שטאָט (פלינט)

שאם אין האדם מתפלל עבור בנ״י אפי' יום אחד, אין לו שלימות לעוה״ב. (תפארת שלמה פר' ויגש)
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8482
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
Re: פלינט וואסער סקאנדאל
שכוח פאר די אפדעיט אויף וואס איך ווארט שוין פיר יאר.
- נקדימון
- ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
- תגובות: 5668
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm
Re: פלינט וואסער סקאנדאל
געוועזענער מישיגען גאווערנער ריק סניידער אין -זום- געריכט, ווערט באשולדיגט אין צוויי מיסדעמינער קלאגעס אויף בכוונה'דיגער פארנאכלעסיגקייט אין פארבינדונג צו די פלינט וואסער קריזיס
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: alpinest, אזוי וויל איך, אינטערסאנטע איד, בלתי לה' לבדו, בן איש חי, בר דעת, הויעך, לפנות בוקר, ראסיל, שטילער, שמן און 74 געסט