נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך אנא עבדא » מיטוואך פאברואר 17, 2021 5:54 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:ווי אזוי איז יעצט די שניי אין ירושלים?

https://www.02ws.co.il/

http://kore.co.il/viewArticle/77740

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך פאברואר 17, 2021 5:59 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:ווי אזוי איז יעצט די שניי אין ירושלים?

געהערט פון גאר קראנטע מקורות אז יעצט איזעס ווייס

מ'ווארט פאר ווייטערדיגע אפדעיטס
דא שרייבט מען אונטער די ראשעקאל פעטעיטעטיציע

אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך אנא עבדא » מיטוואך פאברואר 17, 2021 6:19 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:ווי אזוי איז יעצט די שניי אין ירושלים?

געהערט פון גאר קראנטע מקורות אז יעצט איזעס ווייס

מ'ווארט פאר ווייטערדיגע אפדעיטס

וואס פארא אפדעיט ווילט איר הערן פון דארט ?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך פאברואר 17, 2021 7:14 pm

ווילאנג ס'גייט שנייען ווייס..
דא שרייבט מען אונטער די ראשעקאל פעטעיטעטיציע

גימפעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך גימפעל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 5:50 am

כעת בירושלים הוא שלג דאשתקד.

עירוב תבשילין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך עירוב תבשילין » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 7:47 am

ירושלים - אין א זעלטענע ערשיינונג וואס פאסירט נישט אפט, האבן אויך די ארץ ישראל אידן באקומען א שטיקל טעימה פון שניי. די זעלטענע בילדער וואס ווערן אצינד גענומען פון ארץ ישראל, ווי די גאנצע האריזאנט איז איינגעהילט אין א זיסן דעקע פון ריינע ווייסע שניי, ערוועקט דאס הארץ און ברענגט אויף נאסטאלגישע געפילן. לויט ווי די וועטער מומחים האבן געהאט פארגעזאגט איז געווען ערווארטעט די קלימאקס פון די שניי אויף אינמיטן די נאכט מיטוואך אין ארץ ישראל, אבער אויך בעפאר דעם האט זיך שוין אנגעזאמלט א שיכט שניי וועלכע האט באדעקט די ערד. אין ירושלים אויב עס שנייט אפילו עטוואס מער ווי א אינטש קען די גאנצע שטאט ווערן פאראליזירט וויבאלד די שטאט איז נישט גענוג צוגעגרייט זיך צו ספראווען מיט אזאלכע שנייען. אויך אין צפון לאנד, א שטייגער ווי עיה"ק צפת, איז געווען באדעקט מיט שניי, און ספעציעלע טראקטארן האבן געדארפט שארן די שנייען אויף די גרויסע שאסייען. jd media
unnamed.jpg
unnamed.jpg (543.05 KiB) געזעהן 1592 מאל
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
כ'וויל
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2020 3:19 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך כ'וויל » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 8:07 am

דאס בילד האט מיר באנימען!! אזוי זיין מה רבו מעשיך השם!!

אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך אנא עבדא » דאנארשטאג פאברואר 18, 2021 8:17 am

א שיין בילד.
דאס איז נעבן 'שער יפו' ?

עירוב תבשילין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך עירוב תבשילין » פרייטאג פאברואר 19, 2021 6:34 am

נאך א שיין בילד פון די הר הזתים
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (65.25 KiB) געזעהן 1374 מאל
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג פאברואר 21, 2021 11:05 am

.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג פאברואר 21, 2021 12:50 pm

.
צוגעלייגטע
2021-02-21.jpg
2021-02-21.jpg (84.41 KiB) געזעהן 1126 מאל

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג פאברואר 21, 2021 7:24 pm

מן הסתם עפעס א חתן...
"האבן ענק געטוישט וועש ווי מען האט ענק געהייסן?"

"נעוודאי! איך האב גענומען זיינע און ער האט גענומען מיינע!"

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך זענדל » מאנטאג פאברואר 22, 2021 5:20 am

ווערן געזוכט שוין א פאר שעה צוויי בחורים'לאך וואס זענען נעלם געווארן און ניש געלאזט שפורן פון נעכן ביינאכט
געזעהן לעצטנס אין ביהמ"ד חניכי הישבות אין זכרון יעקב געגנט אין ירושלים


שוין געטראפן ב"ה
לעצט פאראכטן דורך זענדל אום מאנטאג פאברואר 22, 2021 2:46 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

עירוב תבשילין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג פאברואר 22, 2021 8:23 am

ירושלים - ווי באקאנט קומט כסדר פאר חלוקות דורך די קופת שקל הטהור, וואס דער סאטמארער רבי שליט"א זארגט פערזענליך צו שאפן די ריזיגע סכומים וועלכע פעלן זיך אויס צו קענען אונטערשטיצן די מוסדות הקדושים אין ארץ ישראל וועלכע געניסן נישט קיין פרוטה ממקורות זרים. די וואך האט אפגעווארט די מסירות נפש'דיגע מנהלים א אנגענעמע "סורפרייז" ווען עס איז פלוצלינג געמאלדן געווארן איבער א אומגערישטע חלוקה לכבוד די יום טוב פורים הבעל"ט. די מנהלים וועלכע שטעלן שוין געווענליך אויס זייער בוזשעט לויט די חלוקות פון שקל הטהור און קרן הצלה האבן אויפגענומען די אומגעראכטענע הילף - וועלכע וועט זיי פיל פארגרינגערן דאס דעקן דעם בוזשעט און באצאלן צייטליך די איינגעשטעלטע - מיט גרויס שמחה און דערלייכטערונג. jd media
צוגעלייגטע
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (222.62 KiB) געזעהן 720 מאל
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

עירוב תבשילין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך עירוב תבשילין » מאנטאג מארטש 01, 2021 5:43 am

ירושלים – די ציוניסטישע רעגירונג האט אונטערגענומען א קאמפּיין פון סיסטעמאטישע רדיפות און טשעפּערייען קעגן חרדי'שע אידן אין לאנד, ספּעציעל מיט'ן ציהל צו צעשטערן און רואינירן דעם פרייליכן גייסט אינעם געהויבענעם יום טוב פּורים.

צווישן אנדערן האבן די איזראעלישע פּאליציי געשטעלט בלאקאדעס ארום ירושלים, און האבן סעלעקטירט נישט אריינצולאזן קיין חרדי'שע מאטאריסטן אינדערצייט וואס פרייע זענען יא אריינגעלאזט געווארן. אויך פּובליק טראנספּארטאציע איז בלאקירט געווארן.

דאס איז געווען געצילט צו שטערן טויזנטער אידן וועלכע קומען יעדעס יאר פון אנדערע שטעט איבער'ן לאנד קיין ירושלים צו פּראווען דעם גרויסן און פרייליכן יום טוב אויפן ירושלימער פייערדיגער שטייגער – אויסער די קורפיו וואס זיי האבן געמאכט דירעקט אויף די דריי טעג פון פּורים.

ליידער איז דער יו"ט פּורים נעכטן זונטאג נאכט צעשטערט געווארן מיט א שרעקליכע טראגעדיע, ווען א חרדי'שער איד איז אראפּגעקלאפּט געווארן דורך א ווילדן דרייווער אין מאה שערים, בשעת אידן האבן זיך דארט פארזאמלט אויסצודרוקן וויי-געשריי קעגן די רדיפות.

אויב איז דאס אלעס נישט גענוג, האט מען געהערט נעכטן נאכמיטאג אז די ציוניסטישע אויטאריטעטן סטראשען מיט נקמה, אז צוליב וואס פילע רבי'שע הויפן האבן דורכגעפירט געהעריגע טישן אום פּורים, וועלן זיי צוריקציען פון פּלענער אראפּצונעמען צוימונגען. דער איד דעילי
unnamed.jpg
unnamed.jpg (80.88 KiB) געזעהן 537 מאל
אז ס'גייט נישט וואו דו ווילסט דאן וויל וואו ס'גייט

אוועטאר
מבית שמש
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2021 5:58 am
לאקאציע: לעבן בית מדרש

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

תגובהדורך מבית שמש » דינסטאג מארטש 02, 2021 5:22 am

עירוב תבשילין האט געשריבן:ירושלים – די ציוניסטישע רעגירונג האט אונטערגענומען א קאמפּיין פון סיסטעמאטישע רדיפות און טשעפּערייען קעגן חרדי'שע אידן אין לאנד, ספּעציעל מיט'ן ציהל צו צעשטערן און רואינירן דעם פרייליכן גייסט אינעם געהויבענעם יום טוב פּורים.

צווישן אנדערן האבן די איזראעלישע פּאליציי געשטעלט בלאקאדעס ארום ירושלים, און האבן סעלעקטירט נישט אריינצולאזן קיין חרדי'שע מאטאריסטן אינדערצייט וואס פרייע זענען יא אריינגעלאזט געווארן. אויך פּובליק טראנספּארטאציע איז בלאקירט געווארן.

דאס איז געווען געצילט צו שטערן טויזנטער אידן וועלכע קומען יעדעס יאר פון אנדערע שטעט איבער'ן לאנד קיין ירושלים צו פּראווען דעם גרויסן און פרייליכן יום טוב אויפן ירושלימער פייערדיגער שטייגער – אויסער די קורפיו וואס זיי האבן געמאכט דירעקט אויף די דריי טעג פון פּורים.

ליידער איז דער יו"ט פּורים נעכטן זונטאג נאכט צעשטערט געווארן מיט א שרעקליכע טראגעדיע, ווען א חרדי'שער איד איז אראפּגעקלאפּט געווארן דורך א ווילדן דרייווער אין מאה שערים, בשעת אידן האבן זיך דארט פארזאמלט אויסצודרוקן וויי-געשריי קעגן די רדיפות.

אויב איז דאס אלעס נישט גענוג, האט מען געהערט נעכטן נאכמיטאג אז די ציוניסטישע אויטאריטעטן סטראשען מיט נקמה, אז צוליב וואס פילע רבי'שע הויפן האבן דורכגעפירט געהעריגע טישן אום פּורים, וועלן זיי צוריקציען פון פּלענער אראפּצונעמען צוימונגען. דער איד דעילי
unnamed.jpg

נישט געווען קיין שום הפגנה מוצאי פורים אין שבטי ישראל גאס
חוץ פון אפאר ליידיגייערס פון א געוויסע קרייז וואס האבן געזוכט צו רודפ'ן אראבער און אינמיטן אנטלויפן פון זיי איז ער נעבעך איבערגעפארן איינעם ה"י


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט