אבאמא אויסערן פאליטיק-אנאליזן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג יוני 05, 2017 8:15 pm

כאפצעם האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:אויף אינערן פאליטיק געב איך פאר טראמפ א C-

ממש כמעט ווי איך גיב אים, אן F

אויף אויסערן פאליסי ביזטו גערעכט אז ס'איז דאך אסאך בעסער ווי די אינערן פאליסי, איך וואלט עס אבער צעטיילט;

אין "מיטל מזרח" ווי עס האט די לעצטע 5 יאר געהערשט אן אמעריקאנע אפוועזנהייט האט ער אראפגעשטעלט א פוס, זיך באוויזן מיט א שטארקקייט אין סיריע, אנגעהויבן א פריש בלעטל מיט די סוני לענדער און מדינ"י, דארט קריגט ער אן A+.

אין די איבעריגע חלק וועלט, אזיא,אייראפע,צפון אמעריקא, דרום אמעריקא דארף מען דאך נישט זאגן וויאזוי עס קוקט אויס. למעשה איז עס נאך פרי אינעם פרעזידענטשאפט און קיין ערענסטע מלחמה/דיזעסטער האט ער נאכנישט אנגעווערטשאפט דארט, קריגט ער בחסד א C.


מיטל מזרח כאפצעם A+???? דאנט בעליוו איט. ברוך שזכינו.
אזיע (כינע און נארט קאריע אפגאניסטאן) A+
אייראפע,צפון אמעריקא, דרום אמעריקא, זע איך נישט עס זאל עפעס פארגיין דארט יעצט וואס פארלאנגט אמעריקא'ס אטענטשען. אחוץ שיקן אפאר עקסטערע ביליאנען היער און דיער, און אנולירן אמעריקאס קאפוטעלאציע צו קובא.

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 8:02 pm

פאסט אריין אויך דא. נאך א רינגעלע פון אבאמאס וואזשנע וועלט פאליסי פון ליעדינג פראם ביהיינד.

סדר הדברים.

2002
Based on evidence from Pakistan, Libya, and multiple confessions from North Korea itself, the United States accused North Korea of non-compliance and halted oil shipments; North Korea later claimed its public confession of guilt had been deliberately misconstrued. By the end of 2002, the Agreed Framework was officially abandoned.
2003
In 2003, North Korea again announced its withdrawal from the Nuclear Proliferation Treaty.[22] In 2005, it admitted to having nuclear weapons but vowed to close the nuclear program.[28][29]
2006
On October 9, 2006, North Korea announced it had successfully conducted its first nuclear test. An underground nuclear explosion was detected, its yield was estimated as less than a kiloton, and some radioactive output was detected.[30][31][32] On January 6, 2007, the North Korean government further confirmed that it had nuclear weapons.[33]
2007
On March 17, 2007, North Korea told delegates at international nuclear talks that it was preparing to shut down its main nuclear facility. The agreement was reached following a series of six-party talks, involving North Korea, South Korea, China, Russia, Japan, and the United States begun in 2003. According to the agreement, a list of its nuclear programs would be submitted and the nuclear facility would be disabled in exchange for fuel aid and normalization talks with the United States and Japan.[34] This was delayed from April due to a dispute with the United States over Banco Delta Asia, but on July 14, International Atomic Energy Agency inspectors confirmed the shutdown of North Korea's Yongbyon nuclear reactor and consequently North Korea began to receive aid.[35] This agreement fell apart in 2009, following a North Korean satellite launch.
2009
In April 2009, reports surfaced that North Korea has become a "fully fledged nuclear power", an opinion shared by International Atomic Energy Agency (IAEA) Director General Mohamed ElBaradei.[36] On May 25, 2009, North Korea conducted a second nuclear test, resulting in an explosion estimated to be between 2 and 7 kilotons.[37] The 2009 test, like the 2006 test, is believed to have occurred at Mantapsan, Kilju County, in the north-eastern part of North Korea.[38]

וואס מען זעט קלאר איז אז אין 06 האט נ.ק. געטעסט איינמאל א קליינע באמבע, אבער גלייך געקומען צו לויפן אז זיי זענען גרייט אויפצוגעבן. די אגרימענט איז צופאלן אין אפריל פון 2009

פון 2009 ביז 2017 איז איז אמעריקא געשלאפן א טיעפע שלאף, מיטן איינשלעפערס אבאמא הערליכע פראזן.

היימישער אינגערמאן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4992
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:27 pm

באקןמען אין אישי. אזוי ווי איך שרייב שוין נישט קיין סך, איז א צווייטער מכובד צו באשרייבן די קובא-טויב אבאמא דורכפאל
---
שלום!

אז דו ביסט שוין יא דא, אפשר לייגסטו אביסל אראפ די דורכפאל מיט אבאמא'ס פאלעסי פון באציאונגען מיט קובא, ווי מ'ווערט יעצט געוואויר אז זיי האבן טויב געמאכט פילע אמעריקאנער דיפלאמאטן

הצלחה

יא איך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

קובאנער דיפלאמאטן וועלן ארויסגעווארפן ווערן

תגובהדורך יא איך » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 10:43 am

וואשינגטאן – אמעריקע האט געזאגט אז זי וועט הייסן פאר קובא צו שניידן זעכציג פראצענט פון איר שטאב אין איר אמבאסאדע אין וואשינגטאן, אין רעאקציע צו דעם וואס אמעריקאנער דיפלאמאטן אין קובא זענען אטאקירט געווארן אין מיסטעריעזע "סאניק וואפן" אטאקעס וועלכע האט זיי איבערגעלאזט מיט ערנסטע הער-קראפט פראבלעמען. די נייעס איבער די געפלאנטע אמעריקאנער שריט, קומט בלויז איין טאג נאכדעם וואס די אויטאריטעטן האבן ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר אמעריקאנער נישט צו רייזן קיין קובא, און האט געשניטן האלב פון איר דיפלאמאטן שטאב אין דער אמעריקאנער אמבאסאדע אין קובא. אין דער נייער רייזע ווארענונג האט אמעריקע געשריבן אז טייל פון די אטאקעס האבן פאסירט אין קובאנער האטעלן, און כאטש וואס מען האט נישט געהאט קיין אינצידענט אין וועלכע אמעריקאנער טוריסטן זענען נישט געשעדיגט געווארן, איז מען באזארגט אז עס קען זיך טוישן אינעם צוקונפט.
פון די איד דעלי

יא איך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 10:46 am

און דאס איז נאר די אנהויב פון די דורכפעלער וואס עס גייט זיך אנזעהן בקרוב נאך און נאך
און אבאמא דארף זיך פרייען אז טראמפ איז פרעזידענט און ער האט צוריקגעדרייט אסאך זאכען פון זיינע גרויסע טעותים ווען נישט וואלט געווען גרויסע בושות

אבער נישט פארגעסען אז עס איז דא א טראמפ רוסלאנד אויספארשונג מיט דאנק

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 10:59 am

אגרי 100%, אבאמא דארף זיך פרייען אז טראמפ איז זיין נאכפאלגער, וואלט ווען א נארמאלע רעפובליקאנער געווען פרעזידענט וואלט ער ווען געקענט שעדיגען אבאמא׳ס פאלעסיס און רעפוטאציע, אצינד שטייט ער מיט א טראמפ, זיינע פאלעסיס ווערן נאר מער באפעסטיגט, און זיין רעפוטאציע שטייגט פון טאג צו טאג.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 11:14 am

קענסט אפשר מסביר זיין מיט וואס רעפוטאציע שטייגט אויב זיינע דורכפעלער קומען שטערקער ארויס אפילו פאר די וואס האבען עס נישט געוואלט איינזעהן למשל טאקע קובא
די איינציגסטע הסבר איז אפשר עולם גולם ע"ע די פאול די דרימערס אויב קומט עס מיט די וואנט אדער איז עס פשוט נישט אמת אז זיין רעפוטאציע שטייגט
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 12:14 pm

פריש ביי א סענאט פארהער היינט.

רעפוב. סענאטאר קינג: סעקרעטארי מעטיס, צו האלטסטו אז עס איז אין אונזער נאציאנאלע זיכערהייט אינטערעסן צו פארבלייבן אינעם די איראן נוקליאר דיעל? דאס איז א יא אדער ניין פראגע!

אבאמא'ס.. כ'מיין.. טראמפ'ס דעפענס סעקרעטאר 'דזשעימס מאטיס': יא. איך האלט אזוי.

סענעטאר קינג: שכח סעקרעטאר. :grin:
Fine Tuned Machine

abeg
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 12:24 pm

כאפצעם האט געשריבן:פריש ביי א סענאט פארהער היינט.

רעפוב. סענאטאר קינג: סעקרעטארי מעטיס, צו האלטסטו אז עס איז אין אונזער נאציאנאלע זיכערהייט אינטערעסן צו פארבלייבן אינעם די איראן נוקליאר דיעל? דאס איז א יא אדער ניין פראגע!

דעפענס סעקרעטאר 'דזשעימס מאטיס': יא. איך האלט אזוי.

סענעטאר קינג: שכח סעקרעטאר.

:grin:


טראמפ האלט די זעלבע די פראבלעם איז נאר אז איראן האלט נישט אײן די אפמאך אין זײ לאזן נישט צי די אינספעקטארס

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 12:36 pm

וואס מיינט טראמפ האלט די זעלבע? טראמפ האלט אז דאס איז די ערגסטע דיעל וואס די וועלט האט נאר געזעהן.

-----
קאמפיוטער עקספערט, זיין רעפוטאציע שטייגט בלויז פארן פאקט אז זיין נאכפאלגער איז א פלאנער משוגענער, עמיצער וואס זאגט ליגענט פאר פרישטאג מיטאג און נאכטמאל, א פארשוין וואס איז פארנומען מיט שטותים, און א מענטש מיט א אימפאלסיוו טעמפאר.

דאס ברענגט ארויס די שיין פון זיין פארגייער וואס האט געהאט א נאבעלע כאראקטער, חכמה און איידעלקייט.

לגבי זיינע פאלעסיס, זיין הויפט פאלעסי, נעמליך אבאמא קעיר איז פשוט און פראסט באפעסטיגט געווארן נאך די שלימזל׳דיגע פראוו פון טראמפ דאס צו צעשמעטערן.

א צווייטער וואלט געווען מער סוקסעספול.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 1:00 pm

קלאר אזוי, וואסי שייך זיך צו טענה'ן מ'קען דאך קוקן דא אויף אייוועלט אליין וויפיל רעפובליקאנער וואס זענען געווען קעגן אבאמא אבער געווארן זיינע שטיצער איינמאל דער טראמפ האט זיך באוויזן אויפן מאפע און אים געמאכט שיינען.

שטייצעך נאציאנאל שפיגלט עס אויך אפ, ווי מ'זעהט פון זיין %60 אפראוול ראטע אין זיין פיינעל איין אהאלב יאר אין אפיס.
Fine Tuned Machine

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 1:01 pm

לאמיר דיך פרעגען וואס איז ענדערשער פאר אמעריקע איינער מיט א נאבעלע כאראקטער, חכמה און איידעלקייט. (וואס גראדע איז עס נישט א פאקט נאר א מיינונג סאו איך קריג מיך אויף דעם) וואס לייגט אמעריקע אין דער ערד

אדער א משוגענער טיפש וכו' וואס טוט אבער צום זאך?
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

abeg
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 1:06 pm

בוידעם האט געשריבן:וואס מיינט טראמפ האלט די זעלבע? טראמפ האלט אז דאס איז די ערגסטע דיעל וואס די וועלט האט נאר געזעהן.

-----
קאמפיוטער עקספערט, זיין רעפוטאציע שטייגט בלויז פארן פאקט אז זיין נאכפאלגער איז א פלאנער משוגענער, עמיצער וואס זאגט ליגענט פאר פרישטאג מיטאג און נאכטמאל, א פארשוין וואס איז פארנומען מיט שטותים, און א מענטש מיט א אימפאלסיוו טעמפאר.

דאס ברענגט ארויס די שיין פון זיין פארגייער וואס האט געהאט א נאבעלע כאראקטער, חכמה און איידעלקייט.

לגבי זיינע פאלעסיס, זיין הויפט פאלעסי, נעמליך אבאמא קעיר איז פשוט און פראסט באפעסטיגט געווארן נאך די שלימזל׳דיגע פראוו פון טראמפ דאס צו צעשמעטערן.

א צווייטער וואלט געווען מער סוקסעספול.


אבאמא׳ס הויפט פאלעסי איז געװען נישט צי זעהן טראמפ אין װײסען הױז אין טראפמ׳ס הויפט פאלעסי איז נישט צי זעהן אבאמא אין װײסען הױז

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 1:10 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:לאמיר דיך פרעגען וואס איז ענדערשער פאר אמעריקע איינער מיט א נאבעלע כאראקטער, חכמה און איידעלקייט. (וואס גראדע איז עס נישט א פאקט נאר א מיינונג סאו איך קריג מיך אויף דעם) וואס לייגט אמעריקע אין דער ערד

אדער א משוגענער טיפש וכו' וואס טוט אבער צום זאך?


טוט צו די זאך? זעהט נישט אויס אזוי.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 1:13 pm

abeg האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:וואס מיינט טראמפ האלט די זעלבע? טראמפ האלט אז דאס איז די ערגסטע דיעל וואס די וועלט האט נאר געזעהן.

-----
קאמפיוטער עקספערט, זיין רעפוטאציע שטייגט בלויז פארן פאקט אז זיין נאכפאלגער איז א פלאנער משוגענער, עמיצער וואס זאגט ליגענט פאר פרישטאג מיטאג און נאכטמאל, א פארשוין וואס איז פארנומען מיט שטותים, און א מענטש מיט א אימפאלסיוו טעמפאר.

דאס ברענגט ארויס די שיין פון זיין פארגייער וואס האט געהאט א נאבעלע כאראקטער, חכמה און איידעלקייט.

לגבי זיינע פאלעסיס, זיין הויפט פאלעסי, נעמליך אבאמא קעיר איז פשוט און פראסט באפעסטיגט געווארן נאך די שלימזל׳דיגע פראוו פון טראמפ דאס צו צעשמעטערן.

א צווייטער וואלט געווען מער סוקסעספול.


אבאמא׳ס הויפט פאלעסי איז געװען נישט צי זעהן טראמפ אין װײסען הױז אין טראפמ׳ס הויפט פאלעסי איז נישט צי זעהן אבאמא אין װײסען הױז


טראמפ האט ארויסגעזעהן אבאמא פון די ווייסע הויז? למשל ווען קרוז רוביא וכו׳ לויפט ווען, וואלט אבאמא געבליבן פאר נאך פיר יאר?

הא, יעצט כאפ איך וואס דו מיינסט, דו רעדסט פון טראמפ׳ס סוקספולע בירטער קאמפיין וואס האט געזאלט ארויסווארפן אבאמא פון אמט....
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 1:30 pm

בוידעם האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:לאמיר דיך פרעגען וואס איז ענדערשער פאר אמעריקע איינער מיט א נאבעלע כאראקטער, חכמה און איידעלקייט. (וואס גראדע איז עס נישט א פאקט נאר א מיינונג סאו איך קריג מיך אויף דעם) וואס לייגט אמעריקע אין דער ערד

אדער א משוגענער טיפש וכו' וואס טוט אבער צום זאך?


טוט צו די זאך? זעהט נישט אויס אזוי.

איין דוגמה ער קוקט איבער אלע דיעלס וואס מען האט געמאכט מיט אנדערע לענדער וואס האט נישט געמאכט קיין סענס
נאך א דוגמה ווען ער האט גערעדט וועגען אפגאניסטאן האט ער געזאגט אז עס גייט גיין לויט די פראפעשינעל מיינינגון נישט מיט פאליטיק וואס דאס איז געווען א שרעקליכע פליק פאר אבאמא און האט ארויסגעברענגט די פאוינט אז די סטאבילע אבאמא איז געווען א גרעסערע סכנה פאר אמעריקע און די וועלט ווי טראמפ מיט בויען אייסיס פאר פאליטיק
און נאך א דוגמה נאורט קאריע וואס אבאמא האט געלאזט א חורבן און טראמפ האט מצליח געווען צו צווינגען שוין אפאר מאל אז טשיינע זאל טוהון זאכען וואס זיי האבען נישט געטוהון פאר אים די ערשטע מאל נישט לאנג נאך ער איז געווארען פרעזידענט
viewtopic.php?p=1397960#p1397960
דאס איז נאר צו אנפאנגען
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 1:39 pm

abeg האט געשריבן:טראפמ׳ס הויפט פאלעסי איז נישט צי זעהן אבאמא אין װײסען הױז

ריכטיג.

It's my honor, real honor, to endorse Mitt Romney," Trump said, with Romney and his wife standing nearby. Calling Romney "tough" and "smart," Trump said, "he's not going to continue to allow bad things to happen to this country
Romney responded by praising Trump for "an extraordinary ability to understand how our economy works and to create jobs" and for being "one of the few who has stood up to say China is cheating" in international trade
צוגעלייגטע
election.jpg
election.jpg (257.33 KiB) געזעהן 408 מאל
Fine Tuned Machine

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6903
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 1:41 pm

און די רעזולטאטן.
צוגעלייגטע
election 1.png
election 1.png (51.71 KiB) געזעהן 404 מאל
election 2.png
election 2.png (37.56 KiB) געזעהן 404 מאל
election 3.jpg
election 3.jpg (36.79 KiB) געזעהן 404 מאל
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום דינסטאג אוקטובער 03, 2017 1:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Fine Tuned Machine

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 1:44 pm

כאפצעם האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:טראפמ׳ס הויפט פאלעסי איז נישט צי זעהן אבאמא אין װײסען הױז

ריכטיג.

It's my honor, real honor, to endorse Mitt Romney," Trump said, with Romney and his wife standing nearby. Calling Romney "tough" and "smart," Trump said, "he's not going to continue to allow bad things to happen to this country
Romney responded by praising Trump for "an extraordinary ability to understand how our economy works and to create jobs" and for being "one of the few who has stood up to say China is cheating" in international trade

wow
יישר כח פארען עס ברענגען כמים קרה
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 2:42 pm

על נפש שוקקה.....
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 10:33 pm

אזוי ווי יעדער זעהט איז דער אבאמא א מענטש וואס רוב מענטשען האבען שוין אפגעמאכט זייער מיינונג אויף אים און עס איז אוממעגליך צו טוישען.

אין מיינע אויגען האט ער מעלות מיט חסרונות, זיינע מעלות זענען זיין רייכע שפראך, זיינע אנציקענדע דרשות, שטארקע דיסציפלען, טוישט נישט קיין מיינונג לויט ווי די ווינטען בלאזען, שטארקע לידערשיפ קוואליפקעציעס, די המון עם האט ליב געהאט זיין קילקייט, זיין סלענג און זיין לעבנס סטייל איז די סטייל אין אקעדעמיע ד ׳אמעריקע א זאך וואס האט גוט אויסגענימען אין אמעריקע.

זיינע חסרונות זענען אבער אויך גענוג שטארק אז עס איז נישט אויף אוועק צו מאכען, זיין אידעאלאגיע שטייט פאר קאמען סענס, ווי למשל ארויסגיין פון איראק אדער זיין שוואכע וויזיע אין די אויסלענדישע פראיעקטען ווי למשל די האלבע און שוואכע רעספאנסעס צו וועלטס געשעהנישען ווי למשל ליביע, סיריע און אייסיס.

מען האט געזעהן זיינע טאהטען זענען געטוהן געווארען ממש ככפאו ש-ד און דאס איז א אויטקאם פון זיין לינקע אידעאלאגיע וואס האט אים נישט געלאזט אינטערווינען ווייל עס איז אנטקעגן די בוך פון די וויסט לינקע אידעאלאגע.

ער איז געוועהן אזוי אויסען צו האבען כאטש איין סוקסעס אין אויס לאנד אז ער האט פארקויפט אלע אמעריקאנע אליאירטע פאר איין דיעל מיט די איראנע וואס די שכל זאגט אז עס איז נישט קיין גוטע דיעל פאר די וועלט און א ודאי נישט פאר אמעריקע, עס איז נישט גוט פאר די שארט טוירם אבער זיכער שלעכט פאר די לאנגע טערמין.

זיין אידעאלאגיע האט אים בשום אופן נישט געלאזט זיך דורעכקומען מיט די רעפובליקאנע פאר קיין שום פרייז, עס איז קלאר אז א גוטע און סוקסעספולע לאנד מיז קומען פון א צוזאמען ארבייט פון ביידע פארטייען, עס איז קלאר געוועהן ערווארטעט פון אבאמא אלס דער ראש ממשלה צו ארבייטען צוזאמען מיט די רעפובליקענס א זאך וואס ער איז מיאוס דורעכגעפאלען, יעדער ווייסט אז ער האט גוט געברענדעט אז די רעפובליקענס זענען שולדיג און איך געב אים קרעדיט פאר דעם אבער די דורעכפאל איז ער אייניג שולדיג.

ער האט זיי נישט געהאלטען ביים נאכגעבן קיין אינטש אפילו אויף קלייניקייטען ווער רעדט נאך פון פארטנערשיפס, יעדע פרעזידענט האט נאכגעגעבען פאר די אנדערע פארטיי כדאי דורעך צופירען גרויסע ביללס, ער האט פארשטאנען אז ער דארף זיי גארנישט געבן - ער איז א מענטש מיט וועם איך וואלט נישט געוואלט דיעלן, א שלעכטע מענטש.

דאס איז מיין מיינונג אויף פרעזידענט אבאמא, עס האט גארנישט מיט טראמפ.

יא איך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 11:09 pm

בוידעם האט געשריבן:וואס מיינט טראמפ האלט די זעלבע? טראמפ האלט אז דאס איז די ערגסטע דיעל וואס די וועלט האט נאר געזעהן.

-----

איך וויל נישט חס וחלילה פוגע זיין און דיין כבוד (און אויכט נישט און אבאמאס)
אבער טראמפ האלט אויכט אז זיך ארויס ציען יעצט איז זייער נישט קיין גוטע זאך ווייל יעצט נאכען דיעל וועט שוין קיין איין לאנד נישט מיט גיין מיט דיר פלאס וואס די ווייזט אז די ביזט א שקרן און נאך אסאך סיבות
אבער נאך אלץ איז עס געווען די ערגסטע דיעל וואס די וועלט האט נאר געזעהן אויב די ביזט נאך נישט איבערגעצייגט ווארט נאך אביסעל

אוועטאר
קליינטשיגער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 6:54 am

בוידעם האט געשריבן:אגרי 100%, אבאמא דארף זיך פרייען אז טראמפ איז זיין נאכפאלגער, וואלט ווען א נארמאלע רעפובליקאנער געווען פרעזידענט וואלט ער ווען געקענט שעדיגען אבאמא׳ס פאלעסיס און רעפוטאציע, אצינד שטייט ער מיט א טראמפ, זיינע פאלעסיס ווערן נאר מער באפעסטיגט, און זיין רעפוטאציע שטייגט פון טאג צו טאג.


יא איך האט געשריבן:וואשינגטאן – אמעריקע האט געזאגט אז זי וועט הייסן פאר קובא צו שניידן זעכציג פראצענט פון איר שטאב אין איר אמבאסאדע אין וואשינגטאן, אין רעאקציע צו דעם וואס אמעריקאנער דיפלאמאטן אין קובא זענען אטאקירט געווארן אין מיסטעריעזע "סאניק וואפן" אטאקעס וועלכע האט זיי איבערגעלאזט מיט ערנסטע הער-קראפט פראבלעמען. די נייעס איבער די געפלאנטע אמעריקאנער שריט, קומט בלויז איין טאג נאכדעם וואס די אויטאריטעטן האבן ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר אמעריקאנער נישט צו רייזן קיין קובא, און האט געשניטן האלב פון איר דיפלאמאטן שטאב אין דער אמעריקאנער אמבאסאדע אין קובא. אין דער נייער רייזע ווארענונג האט אמעריקע געשריבן אז טייל פון די אטאקעס האבן פאסירט אין קובאנער האטעלן, און כאטש וואס מען האט נישט געהאט קיין אינצידענט אין וועלכע אמעריקאנער טוריסטן זענען נישט געשעדיגט געווארן, איז מען באזארגט אז עס קען זיך טוישן אינעם צוקונפט.
פון די איד דעלי


אבאמא דארף זיך פרייען מיט טראמפ, אדער רעגן מיט טראמפ? אין טראמפס הענט ליגט דען די אבאמא לעגעסי?
קוק וואס דא גייט פאר אן טראמפ, טראמפ האט נישט אריינגעלייגט א פינגער אין קובא, אבאמא האט זיך אליינס געשאסן אין די פיס, גייסט זיך לעקן צו א משוגען לאנד, און פליצלונג ווערן דיפלאמאטן אנגעשטעקט אין מיסטריעזע פראבלעמען, נאכאמאל, נישט געווענליכע אמעריקאנער וואס קומען אהין, אדער געווענליכע קובאנער וואס וואוינען דארט, נאר דוקא אמעריקאנער דיפלאמאטן... דאס ווייזט אויף אבאמאס כאפ לאפ פאלעסי וואס מאכט נישט קיין פינטל סענס, ער האט נישט געטראכט אז אמעריקע פארדינט גארנישט דערפון, ניטאמאל האט ער געטראכט וואס אמעריקע דערלייגט מיט אזא דיל, דאס אז נארט קאריע, איראן, טאליבאן, יו נעם איט, באקומען א מעסידזש אז אויב לאזט מען זיך נישט פון אמעריקע און מען האלט אן געניג לאנג צאלט זיך עס אויס, ווייל מען באקומט א דיל דערנאך איז א חורבן נורא, דאס גייט אים שוין נישט אן, ווייל ער וועט שוין נישט זיין פרעזידענט דעמאלטס.

ער דארף נישט טראמפ אדער א צווייטען צו חרוב מאכן זיין רעפוטאציע, עס גייט צוביסלעך אליינס אראפ די דרעין, מיט יעדע פראבלעם וואס גייט ארויסקומען פון אבאמאס קורץ שטרעקיגע פלענער, כדי יעצט זאל אלעס גלאנצן, און וואס העט שפעטער זיין גייט מיר נישט אן, נאך יעדע אזא פראבלעם גייט אבאמאס לעגעסי גיין טיפער און טיפער.... מיט טראפ אן טראמפ... דער איז אויף געהאקטע צרות.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 7:15 am

נאופ נישט מיט די מידיע וואס האט אים גרויס געמאכט און מאכט נאך אלס פון אים כאילו ער איז איינער פון די געלונגעסטע פרעזידענטען און זיי פארגלעטען אלע זיינע שגץ שטיק און דורכפעלער און די עולם גולם גייט נאך בלינדערהייט ע"ע די אלע פאולס וואס מאכען נישט קיין סענס נאר די עולם גייט לויט די מידיע
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

abeg
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 12:48 pm

באמבע!!!!!!

FBI uncovered Russian bribery plot before Obama administration approved controversial nuclear deal with Moscow


http://thehill.com/policy/national-secu ... nistration


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], וויכטיג מאכער, קנעטענע קיגעל און 24 געסט