ברוך דיין האמת

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:16 pm

zibala האט געשריבן:
קארלין האט געשריבן:האשה החשובה מרת העניא צימענט ע"ה

בת הרב החסיד ר' דוד ברייער שליט"א סופר סת"ם בקרית יואל. מחשובי חסידי תו"א

זי איז נישט געזונט געווען?

אדם הראשון
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

תגובהדורך אדם הראשון » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 4:53 pm

שטארק נישט געזונט געווען אפאר יאר. איבערגעלאזט 2 בוחרים אינדערהיים


R' Yisroel Chaim Zimmet
Husband
R' Duvid Breier
Father
Mrs. Liba Breindel Breier
Mother
R' Yechiel Mechel Breier
Brother
R' Aharon Breier
Brother
R' Eli Breier
Brother
R' Yanky Breier
Brother
Mrs. Rivky Breier
Sister
Mrs. Miriam Leah Laufer
Sister
Mrs. Yehudis Teitelbaum
Sister
Mrs. Yocheved Pearl
Sister
Habachur Usher Zecharya Zimmet
Son
Habachur Yechiel Mechel Zimmet
Son
Mrs. Leah Just
Daughter
Mrs. Etty Klein
Daughter

Kollel
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 2:43 am

zibala האט געשריבן:
קארלין האט געשריבן:האשה החשובה בת הרב החסיד ר' דוד ברייער שליט"א סופר סת"ם בקרית יואל. מחשובי חסידי תו"א

?Where are they sitting Shiva

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:24 am

טראגעדיע אין אר"י

א יונגע אינגערמאן, ר' יהושע בן פז ז"ל, איז אריין ביינאכט צוזאמען מיט א שוואוגער זיינע צום ים הגדול אין תל אביב, וואס נעכטן איז געוועהן זייער ווינטעדיג, און נאך עטליכע מינוט איז ער פארשוואונדען געווארן דורך א ריזן כוואליע, אין גלייך האט מען אנגעהויבן צו זיכן מיט שיפן און עליקאפטערס. היינט אינדערפרי האט מען ווידער גלייך ארויס הונדערטע אינגעלייט מיט בחורים צו זיכן.
ליידער יעצט געטראפן איהם נישט בין החיים

איבערגעלאזט 2 קליינע יתומים'לך, א בייבי פון א חודש, און א נאך א פיצל קינד 1.5 יאהר.

שנשמע ונתבשר בשו"ט

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4893
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:28 am

אבנארמאל וואס דא גייט פאר, דער מי במים קנאקט פון אלע זייטן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:39 am

ר' יהושע בן פז ז"ל, געבוירן געווארן אין ב"ב פאר 24 יאהר, צו זיין פאטער יבלח"ט הרה"ג ר' אליעזר בן פז, בן הרה"ג ר' יצחק בן פז שליט"א משגיח ישיבת מעוז חיל אין ירושלים, וחתן הרה"ג ר' אליעזר וילנסקי שליט"א רב ביהמ"ד תפארת יהושע אין הרב שך גאס אין ב"ב. דער נפטר האט געלערנט אין פאנעוועז'ע ישיבה, און שפעטער געוועהן פון די גרופע מייסדים פון ישיבת "עטרת שלמה" סורוצקין אין ראשון לציון.

דער ברודער פון נפטר האט היינט אינדערפרי פארציילט, אז ר' יהושע האט נישט געקענט שווימען, און נישט אריינגעגאנגען אין וואסער טיפער, נאר ביז ווי די וואסער קומען צו די פיס אביסל נאס מאכן, אבער די כוואליעס האט איהם געכאפט און געטראגט אריין, און געציילטע סקונדעס איז ער פארשוואונדען ל"ע. [נעכטן איז געוועהן גאר גאר שטארק ווינטן ביים ביטש, אין ס'איז געוועהן סכנה אריינגיין. אבער זיי האבן פון גארנישט געוואוסט, זיי זענען געקומען שפעט ביינאכט ווען ס'איז נישט דא מענטשן דארט, און געמיינט אז מ'קען נאר אריינגיין שטייענדיג אופן פיס אין אנהייב וואסער].

בן פז.jpg
בן פז.jpg (104.74 KiB) געזעהן 1664 מאל

דער אינגערמאן ז"ל מיט הרב סורוצקין ביי הגר"ח קניבסקי שליט"א



הרב סורוצקין מיט גרופע אינגעלייט און בחורים, היינט פארטאגס ביים ביטש, אין די זוכערייען נאך דעם אינגערמאן ז"ל
צוגעלייגטע
סורוצקין.jpg
סורוצקין.jpg (38.21 KiB) געזעהן 1681 מאל

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 8:28 am

Kollel האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:
קארלין האט געשריבן:האשה החשובה בת הרב החסיד ר' דוד ברייער שליט"א סופר סת"ם בקרית יואל. מחשובי חסידי תו"א

?Where are they sitting Shiva
צוגעלייגטע
צימענט שבעה.png
צימענט שבעה.png (15.94 KiB) געזעהן 1402 מאל

חינוך הטהור בארהב
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 12:39 pm

ווישוואש האט געשריבן:אבנארמאל וואס דא גייט פאר, דער מי במים קנאקט פון אלע זייטן.

אוי וויי !! ברוך דיין האמת !!

שטורעמישע כוואליעס פון די מים הזידונים אין אלע עקן וועלט פארציקן אידישע קינדער
לאמיר זיך אנגארטלען! אוי באשעפער העלף!

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 1:57 pm

נפטר געווארן עפעס אן עלטערע פרוי מרת שווארץ ע"ה פון וויליאמסבורג, איינער מיט מער פרטים?

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 2:22 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:נפטר געווארן עפעס אן עלטערע פרוי מרת שווארץ ע"ה פון וויליאמסבורג, איינער מיט מער פרטים?


אלמנת ר' הערשל הכהן ז"ל

מאמע פון ר' ישראל (אתרוגים), חנני', וואלף (מלמד ב"פ), אברהם לייב, משה, יושע פנחס ועוד
איידעמער ר' חיים אליעזר הערשקאוויטש, להבל"ח ר' יחזקאל ראזענבערג ע"ה
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-08-20 satmarhq - Google Search.png
Screenshot_2019-08-20 satmarhq - Google Search.png (6.52 KiB) געזעהן 2889 מאל

אוועטאר
קוועטש
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

מרת ר הערשל שווארץ ע"ה

תגובהדורך קוועטש » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 3:30 pm

איינע פון די גרויסע מצוות מיט וואס דער רבי ז"ל האט באאויפטראגט זיין געטרייער גבאי צדקה הרה"ח ר' שלום לויפער ז"ל איז געווען די עבודה מסדר צו זיין די רוסישע פעקלעך פאר די אידן וועלכע האבן זיך געפונען אין געפענגעניש אונטערן אייזערנעם פארהאנג, אין די קאמוניסטישע לענדער, ווי רוסלאנד, אונגארן, רומעניע, טשעכיי, וואו עס האבן געלעבט מיליאנען אידן נאך די צווייטע וועלט קריג, צווישן זיי זענען פארבליבן א קליינע פראצענט שומרי שב"ק, שומרי תורה, וועלכע האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אידישקייט ולימוד התורה פאר תשב"ר אין געהיים.

רבי שלום ז"ל האט צענדליגער יארן אנגעפירט מיט שיקן שפייז פעקלעך פאר די רוסישע אידן אין קארפאטא רוס, וואו עס האבן נאך דעמאלט געוואוינט א סאך היימישע אידן שומרי תורה ומצות משארית הפליטה פון די שטעט מונקאטש, סעליש, אונגוואר און נאך וועלכע זענען געבליבן אין
די פארלאזטע אידישע מקומות נאכן חורבן, צווישן זיי אויך אזעלכע צדיקים ועובד ד' ווי הרה"ק מריבניץ זצ"ל און הרה"צ רבי שמואל יאנקאוויטש זצ"ל פון סעליש וועלכע זענען געווען אן אור מגדל און א לייכט טורעם פאר די קארפאטא רוסישע אידן פאר וועלכע די שפייז פעקלעך איז געווען כמעט א גאנצע פרנסה און דאס האט זיי דערהאלטן דאס חיות.

רבי שלום איז געווען דער שליח נאמן למשלחיו לעשות רצון צדיק דער רבי זי"ע, ער פלעגט א גאנץ יאר ארומגיין נאך געלט אין בית המדרש און ביי נגידים פאר דעם דאזיגן הייליגן צוועק צו ראטעווען די קארפאטא רוסישע אידן, ער האט מסדר געווען די פעקלעך מיט עסן און אויך מיט ווערטפולע סחורה צו שיקן אויף אדרעסן קיין רוסלאנד.

הרה"ח ר' צבי הכהן שווארץ ע"ה, וזוגתו החשובה ע"ה, - וואס זי האט גוט געקענט שרייבן און ליינען די דארטיגע שפראך - האבן געטריי ארויסגעהאלפן פאר ר' שלום איז זיין עבודה פאר די רוסישע אידן, זיי האבן איבערגענומען דאס געלט פון ר' שלום ז"ל, זי איז געווען באקאנט מיט א סאך אדרעסן פון אידן אין רוסלאנד, זיי האבן געזארגט צו שיקן די פעקלעך צו די אדרעסן, כאטש זי איז אליין געווען מטופל מיט א גרויסע משפחה בלעה"ר, דאך האט זי עוסק געווען בלב ונפש מיט די פעקלעך, ביז די לעצטע יארן האט זי עוסק געווען צו
שיקן די פעקלעך, זי האט זיך אייביג אינטערסירט אין רוסלאנד וואו עס זענען נאך געבליבן אידן וועלכע זענען נישט ארויס פון דארט, כדי אהין צו שיקן פעקלעך.

)ס'איז מערקווירדיג אז די ביידע געהויבענע אידן ר' שלום ז"ל און ר' צבי הכהן שווארץ ז"ל, זענען נסתלק געווארן אין א קורצע תקופה איינער נאכן אנדערן)

קיין געלט האט מען נישט געקענט אהין שיקן, נאר סחורות פון מלבושים וואס די דארטיגע אידן האבן פארקויפט און פארדינט דערפון שיין געלט, וואס האט זיי מחי' נפשות געווען א לאנגע צייט.
מען פלעגט שיקן טייערע קליידער וואס איז ווערד א סאך געלט, יעדעס פעקל אין יענע תש"כ יארן איז ווערט געווען ארום 200 דאלאר און אין רוסלאנד האבן דאס די אידן פארקויפט אין די ווערד פון טויזענטער רובעל און פון דעם איינגעקויפט עסנווארג און מעדיצינען פארן גאנצן יאר!
אזעלכע ענליכע פעקלעך האט מען אויך געשיקט קיין רומעניע, אהין פלעגט מען שיקן טייערע "שאלן" וואס די דארטיגע אידן האבן דערפון א סאך געלט פארדינט
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 5:06 pm

חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:אבנארמאל וואס דא גייט פאר, דער מי במים קנאקט פון אלע זייטן.

אוי וויי !! ברוך דיין האמת !!

שטורעמישע כוואליעס פון די מים הזידונים אין אלע עקן וועלט פארציקן אידישע קינדער
לאמיר זיך אנגארטלען! אוי באשעפער העלף!

א פחד. איצט קומט ענליכע נייעס פון מעקסיקא.

KMW
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 5:11 pm

בענקעל האט געשריבן:
חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:אבנארמאל וואס דא גייט פאר, דער מי במים קנאקט פון אלע זייטן.

אוי וויי !! ברוך דיין האמת !!

שטורעמישע כוואליעס פון די מים הזידונים אין אלע עקן וועלט פארציקן אידישע קינדער
לאמיר זיך אנגארטלען! אוי באשעפער העלף!

א פחד. איצט קומט ענליכע נייעס פון מעקסיקא.



בד"ה: ישיבה בחור פון באר שבע אין אר"י טראגיש אומגעקומען נאכן זיך דערטרענקן אין מעקסיקא
ג' עקב ע״ט
די 21-יעריגער בחור פהאט זיך געפונען אויף א זומער וויקאציע ביי די קאזומעל איילענד, און אינמיטן פאברענגן ביים וואסער איז ער פארשוואונדן געווארן צווישן די כוואליעס, און דערנאך אפגעפונען געווארן נישט בין החיים. בשורות טובות.

PLAY - 00:35
QUEUE

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 5:11 pm

א שרעק! אבנארמאל!
נחפשה דרכנו..
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 5:29 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:נפטר געווארן עפעס אן עלטערע פרוי מרת שווארץ ע"ה פון וויליאמסבורג, איינער מיט מער פרטים?

מרת אסתר מלכה שווארטץ תנצב''ה די לעצטע געשוויסטער פון די חשובע לאנדא משפחה (ר' חיים משה לאנדא ע''ה אבי ר' יונה ור' וואלף. ר' אשר לעמיל לאנדא ע''ה אבי ר' אלימלך
ור' מרדכי ור' אברהם שלום ור' ישראל משה ועוד... ר' אלימלך (הגדול) לאנדא ע''ה ועוד...)
We believe in facts, not truth

איגערקע
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

תגובהדורך איגערקע » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 7:06 pm

קוועטש האט געשריבן:איינע פון די גרויסע מצוות מיט וואס דער רבי ז"ל האט באאויפטראגט זיין געטרייער גבאי צדקה הרה"ח ר' שלום לויפער ז"ל איז געווען די עבודה מסדר צו זיין די רוסישע פעקלעך פאר די אידן וועלכע האבן זיך געפונען אין געפענגעניש אונטערן אייזערנעם פארהאנג, אין די קאמוניסטישע לענדער, ווי רוסלאנד, אונגארן, רומעניע, טשעכיי, וואו עס האבן געלעבט מיליאנען אידן נאך די צווייטע וועלט קריג, צווישן זיי זענען פארבליבן א קליינע פראצענט שומרי שב"ק, שומרי תורה, וועלכע האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אידישקייט ולימוד התורה פאר תשב"ר אין געהיים.

רבי שלום ז"ל האט צענדליגער יארן אנגעפירט מיט שיקן שפייז פעקלעך פאר די רוסישע אידן אין קארפאטא רוס, וואו עס האבן נאך דעמאלט געוואוינט א סאך היימישע אידן שומרי תורה ומצות משארית הפליטה פון די שטעט מונקאטש, סעליש, אונגוואר און נאך וועלכע זענען געבליבן אין
די פארלאזטע אידישע מקומות נאכן חורבן, צווישן זיי אויך אזעלכע צדיקים ועובד ד' ווי הרה"ק מריבניץ זצ"ל און הרה"צ רבי שמואל יאנקאוויטש זצ"ל פון סעליש וועלכע זענען געווען אן אור מגדל און א לייכט טורעם פאר די קארפאטא רוסישע אידן פאר וועלכע די שפייז פעקלעך איז געווען כמעט א גאנצע פרנסה און דאס האט זיי דערהאלטן דאס חיות.

רבי שלום איז געווען דער שליח נאמן למשלחיו לעשות רצון צדיק דער רבי זי"ע, ער פלעגט א גאנץ יאר ארומגיין נאך געלט אין בית המדרש און ביי נגידים פאר דעם דאזיגן הייליגן צוועק צו ראטעווען די קארפאטא רוסישע אידן, ער האט מסדר געווען די פעקלעך מיט עסן און אויך מיט ווערטפולע סחורה צו שיקן אויף אדרעסן קיין רוסלאנד.

הרה"ח ר' צבי הכהן שווארץ ע"ה, וזוגתו החשובה ע"ה, - וואס זי האט גוט געקענט שרייבן און ליינען די דארטיגע שפראך - האבן געטריי ארויסגעהאלפן פאר ר' שלום איז זיין עבודה פאר די רוסישע אידן, זיי האבן איבערגענומען דאס געלט פון ר' שלום ז"ל, זי איז געווען באקאנט מיט א סאך אדרעסן פון אידן אין רוסלאנד, זיי האבן געזארגט צו שיקן די פעקלעך צו די אדרעסן, כאטש זי איז אליין געווען מטופל מיט א גרויסע משפחה בלעה"ר, דאך האט זי עוסק געווען בלב ונפש מיט די פעקלעך, ביז די לעצטע יארן האט זי עוסק געווען צו
שיקן די פעקלעך, זי האט זיך אייביג אינטערסירט אין רוסלאנד וואו עס זענען נאך געבליבן אידן וועלכע זענען נישט ארויס פון דארט, כדי אהין צו שיקן פעקלעך.

)ס'איז מערקווירדיג אז די ביידע געהויבענע אידן ר' שלום ז"ל און ר' צבי הכהן שווארץ ז"ל, זענען נסתלק געווארן אין א קורצע תקופה איינער נאכן אנדערן)

קיין געלט האט מען נישט געקענט אהין שיקן, נאר סחורות פון מלבושים וואס די דארטיגע אידן האבן פארקויפט און פארדינט דערפון שיין געלט, וואס האט זיי מחי' נפשות געווען א לאנגע צייט.
מען פלעגט שיקן טייערע קליידער וואס איז ווערד א סאך געלט, יעדעס פעקל אין יענע תש"כ יארן איז ווערט געווען ארום 200 דאלאר און אין רוסלאנד האבן דאס די אידן פארקויפט אין די ווערד פון טויזענטער רובעל און פון דעם איינגעקויפט עסנווארג און מעדיצינען פארן גאנצן יאר!
אזעלכע ענליכע פעקלעך האט מען אויך געשיקט קיין רומעניע, אהין פלעגט מען שיקן טייערע "שאלן" וואס די דארטיגע אידן האבן דערפון א סאך געלט פארדינט


א דאנק פאר די שיינע באשרייבונג!

Burach_Nussen
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm

תגובהדורך Burach_Nussen » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:04 am

קהל עדתינו האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:נפטר געווארן עפעס אן עלטערע פרוי מרת שווארץ ע"ה פון וויליאמסבורג, איינער מיט מער פרטים?


אלמנת ר' הערשל הכהן ז"ל

מאמע פון ר' ישראל (אתרוגים), חנני', וואלף (מלמד ב"פ), אברהם לייב, משה, יושע פנחס ועוד
איידעמער ר' חיים אליעזר הערשקאוויטש, להבל"ח ר' יחזקאל ראזענבערג ע"ה


א זוהן ר' שלום יעקב פון מאנסי

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 6:45 am

ר' זעקל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:נפטר געווארן עפעס אן עלטערע פרוי מרת שווארץ ע"ה פון וויליאמסבורג, איינער מיט מער פרטים?

מרת אסתר מלכה שווארטץ תנצב''ה די לעצטע געשוויסטער פון די חשובע לאנדא משפחה (ר' חיים משה לאנדא ע''ה אבי ר' יונה ור' וואלף. ר' אשר לעמיל לאנדא ע''ה אבי ר' אלימלך
ור' מרדכי ור' אברהם שלום ור' ישראל משה ועוד... ר' אלימלך (הגדול) לאנדא ע''ה ועוד...)

די לעצטע קינד פון הרה״ח ר׳ וואלף לאנדא ז״ל
פאר די וואס ווייסן נישט, ר׳ וואלף איז דאכט זיך מיר די איינציגסטע איד וואס האט איבערגעלעבט די מלחמה מיט רוב פון זיינע קינדער און עטליכע שוין חתונה געהאט און אייניקלעך!
כהיום ציילט זיך די משפחה אין שווערע טויזענטער אייניקלעך צוליב דעם פאקט א מציאות וואס איז כמעט נישט בנמצא

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2843
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:34 am

קרייסלער האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:נפטר געווארן עפעס אן עלטערע פרוי מרת שווארץ ע"ה פון וויליאמסבורג, איינער מיט מער פרטים?

מרת אסתר מלכה שווארטץ תנצב''ה די לעצטע געשוויסטער פון די חשובע לאנדא משפחה (ר' חיים משה לאנדא ע''ה אבי ר' יונה ור' וואלף. ר' אשר לעמיל לאנדא ע''ה אבי ר' אלימלך
ור' מרדכי ור' אברהם שלום ור' ישראל משה ועוד... ר' אלימלך (הגדול) לאנדא ע''ה ועוד...)

די לעצטע קינד פון הרה״ח ר׳ וואלף לאנדא ז״ל
פאר די וואס ווייסן נישט, ר׳ וואלף איז דאכט זיך מיר די איינציגסטע איד וואס האט איבערגעלעבט די מלחמה מיט רוב פון זיינע קינדער און עטליכע שוין חתונה געהאט און אייניקלעך!
כהיום ציילט זיך די משפחה אין שווערע טויזענטער אייניקלעך צוליב דעם פאקט א מציאות וואס איז כמעט נישט בנמצא

גראדע ווייס איך פון נאך איינעם וואס האט איבערגעלעבט דעם קריג מיט אלע אירע קינדער (כ'מיין אז 7). ווען זי איז געקומען קיין אמעריקע און געוואקט אויפן גאס זענען אלע צייטונגען געומען נעמען פיקטשערס פון איר און פון אירע קינדער ה"ה מרת שפיצער הנקרא שפיצער נעני.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 8:05 am

צוויי פון מיינע עלטער זיידעס (די אנדערע צוויי זענען שוין געווען אין אמעריקע) האבען איבערגעלעבט די קריג מיט אלע זייערע קינדער. פארשטייט זיך נישט געווען אין קיין לאגער און אוודאי unique circumstances. נישט קיין אונגארישע. הודו לה'.

נישטאמת
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:08 am

קרייסלער האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:נפטר געווארן עפעס אן עלטערע פרוי מרת שווארץ ע"ה פון וויליאמסבורג, איינער מיט מער פרטים?

מרת אסתר מלכה שווארטץ תנצב''ה די לעצטע געשוויסטער פון די חשובע לאנדא משפחה (ר' חיים משה לאנדא ע''ה אבי ר' יונה ור' וואלף. ר' אשר לעמיל לאנדא ע''ה אבי ר' אלימלך
ור' מרדכי ור' אברהם שלום ור' ישראל משה ועוד... ר' אלימלך (הגדול) לאנדא ע''ה ועוד...)

די לעצטע קינד פון הרה״ח ר׳ וואלף לאנדא ז״ל
פאר די וואס ווייסן נישט, ר׳ וואלף איז דאכט זיך מיר די איינציגסטע איד וואס האט איבערגעלעבט די מלחמה מיט רוב פון זיינע קינדער און עטליכע שוין חתונה געהאט און אייניקלעך!
כהיום ציילט זיך די משפחה אין שווערע טויזענטער אייניקלעך צוליב דעם פאקט א מציאות וואס איז כמעט נישט בנמצא


שרייבן "די איינציגסטע איד" איז לכאורה שטארק איבער געטריבן. אויפן מינוט געדענק איך ר' חיים הערש גאלדבערגער וואס האט איבער געלעבט מיט רוב קינדער. סאיז דא נאך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט, זאלן אנדערע צו ווייזן.

אוועטאר
פארפרוירן
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

תגובהדורך פארפרוירן » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:12 am

נישטאמת האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:נפטר געווארן עפעס אן עלטערע פרוי מרת שווארץ ע"ה פון וויליאמסבורג, איינער מיט מער פרטים?

מרת אסתר מלכה שווארטץ תנצב''ה די לעצטע געשוויסטער פון די חשובע לאנדא משפחה (ר' חיים משה לאנדא ע''ה אבי ר' יונה ור' וואלף. ר' אשר לעמיל לאנדא ע''ה אבי ר' אלימלך
ור' מרדכי ור' אברהם שלום ור' ישראל משה ועוד... ר' אלימלך (הגדול) לאנדא ע''ה ועוד...)

די לעצטע קינד פון הרה״ח ר׳ וואלף לאנדא ז״ל
פאר די וואס ווייסן נישט, ר׳ וואלף איז דאכט זיך מיר די איינציגסטע איד וואס האט איבערגעלעבט די מלחמה מיט רוב פון זיינע קינדער און עטליכע שוין חתונה געהאט און אייניקלעך!
כהיום ציילט זיך די משפחה אין שווערע טויזענטער אייניקלעך צוליב דעם פאקט א מציאות וואס איז כמעט נישט בנמצא


שרייבן "די איינציגסטע איד" איז לכאורה שטארק איבער געטריבן. אויפן מינוט געדענק איך ר' חיים הערש גאלדבערגער וואס האט איבער געלעבט מיט רוב קינדער. סאיז דא נאך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט, זאלן אנדערע צו ווייזן.

ר' יהוסף שווארטץ וזו' די באבע יוטא'לע ע"ה האבן איבער געלעבט מיט רוב קינדער, (דאכטסעך איינס אוועק ביים קריג)
זאל אן אייניקל אריינקומען קלארער

(אפששר א באזונדערער אשכול איבער דעם נושא)
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:15 am

פארפרוירן האט געשריבן:
נישטאמת האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:נפטר געווארן עפעס אן עלטערע פרוי מרת שווארץ ע"ה פון וויליאמסבורג, איינער מיט מער פרטים?




שרייבן "די איינציגסטע איד" איז לכאורה שטארק איבער געטריבן. אויפן מינוט געדענק איך ר' חיים הערש גאלדבערגער וואס האט איבער געלעבט מיט רוב קינדער. סאיז דא נאך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט, זאלן אנדערע צו ווייזן.

ר' יהוסף שווארטץ וזו' די באבע יוטא'לע ע"ה האבן איבער געלעבט מיט רוב קינדער, (דאכטסעך איינס אוועק ביים קריג)
זאל אן אייניקל אריינקומען קלארער

(אפששר א באזונדערער אשכול איבער דעם נושא)

וויפיל קינדער האט ר' יהוסף שווארטץ וזו' די באבע יוטא'לע ע"ה געהאט פארן קריג?

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:16 am

ר' אהרן טויבער ז"ל אביהם של ר' עזריאל ור' יחיאל ז"ל ויבלח"ט ר' אבא חייא ועוד, האט אויך איבערגעלעבט מיט אלע קינדער (אויסער א קינד וואס איז געבוירן אין אוישוויץ)
און איך האב אויך צוויי זיידעס וואס האבן איבערגעלעבט מיט רוב פון זייערע קינדער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:24 am

nmi האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:נפטר געווארן עפעס אן עלטערע פרוי מרת שווארץ ע"ה פון וויליאמסבורג, איינער מיט מער פרטים?

מרת אסתר מלכה שווארטץ תנצב''ה די לעצטע געשוויסטער פון די חשובע לאנדא משפחה (ר' חיים משה לאנדא ע''ה אבי ר' יונה ור' וואלף. ר' אשר לעמיל לאנדא ע''ה אבי ר' אלימלך
ור' מרדכי ור' אברהם שלום ור' ישראל משה ועוד... ר' אלימלך (הגדול) לאנדא ע''ה ועוד...)

די לעצטע קינד פון הרה״ח ר׳ וואלף לאנדא ז״ל
פאר די וואס ווייסן נישט, ר׳ וואלף איז דאכט זיך מיר די איינציגסטע איד וואס האט איבערגעלעבט די מלחמה מיט רוב פון זיינע קינדער און עטליכע שוין חתונה געהאט און אייניקלעך!
כהיום ציילט זיך די משפחה אין שווערע טויזענטער אייניקלעך צוליב דעם פאקט א מציאות וואס איז כמעט נישט בנמצא

גראדע ווייס איך פון נאך איינעם וואס האט איבערגעלעבט דעם קריג מיט אלע אירע קינדער (כ'מיין אז 7). ווען זי איז געקומען קיין אמעריקע און געוואקט אויפן גאס זענען אלע צייטונגען געומען נעמען פיקטשערס פון איר און פון אירע קינדער ה"ה מרת שפיצער הנקרא שפיצער נעני.


מרת שפיצער - שפיצער נעיני, האט איבערגעלעבט די קריג ברוב חסדו יתברך, מיט 'אכט אייגענע קינדער' און צוגאב צו נאך צוויי ניכטעס, איר שוועסטערס קינדער, וואס זי ארייגענומען צו זיך נאך פון פאר'ן קריג, נאכדעם וואס איר שוועסטער איז נפטר געווארן גאר אינג ר"ל.

איר אייגענע קינדער,

1) אשת הר"ר אברהם דוד ליבערמאן ע"ה
2) הר"ר יצחק טובי' שפיצער ע"ה (שפיצער'ס בעיקערי)
3) אשת הר"ר משה יצחק ברוין ע"ה
4) הר"ר ברוך מרדכי שפיצער ע"ה
5) אשת (ע"ה) הר"ר ישראל ניימאן הי"ו
6) אשת (ע"ה) הר"ר מענדל אינדיג הי"ו
7) הר"ר חיים דוד שפיצער ע"ה
8) להבח"ל הר"ר הערשל שפיצער הי"ו, סופר סת"ם ומוכר ספרים

אירע ניכטעס

1) מרת אינדיג זז"ג פון קרית יואל
2) מרת כ"ץ זז"ג פון וויליאמסבורג
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חנוך און 29 געסט