בלאט 762 פון 915

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 12:11 pm
דורך SPUSMN
א אשכול אויף אים וואלט געווען אין פלאץ.

(עס קען ווארטען ביז עס וועלען זיין א ביסעל מער תגיבות אויף אים)

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 12:27 pm
דורך יורא
נו וואדע האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:געהייסן נאכן ציעשנובער רב?

אט אזוי
ער האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז תולה זיין אריכות ימים צוליב זיין אויסערגעווענטליכע מסי"נ פאר כיבוד אב

ער האט דיר אויך דערציילט דעטאלען פון דעים?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 1:27 pm
דורך הלשון
אוהב ספרים האט געשריבן:הרב מטעטש ב.פ.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 1:48 pm
דורך חסיד אמיתי
פון "פעטער ר' שמחה" איז כדאי צו עפענען א באזונדערע אשכול....

מיר וועלען אנהייבען וואס איך האב אמאל געהערט פון הרב שאץ מאץ, פארוואס ווען א לעפקאוויטש רעדט צו א פרעמעדע מענטש זאגט ער מיט א פשטות "פעטער שמחה, פעטער ליפא, פעטער וואלף'וויש, פעטער ישוע וכו'" און פארוואס פאלט נישט ביי פאר א עסטערייכער צו זאגען פעטער יונה פעטער גדלי' וכדומה... די קשיא איז א שטארקע און אויב וויל מען קען מען עס פארבירען צו פארענפערען..

לענינינו פעטער שמחה איז געוועהן א אידד מלא טעם און מען קען רעדען און נישט פארטיגען, איך וועל נאר איבערזאגען איין קליינעקייט וואס איך האב יעצט זוכה געוועהן צו הערן פון מו"ר כ"ק מרן מ'סאטמאר מאנסי שליט"א, איך האב אים יעצט געדרייווט צו מנחם אבל זיין די אלעסקע משפחה ל"ע, און אויף'ן וועג האב איך גערעדט פון די פטירה פון די פעטער, זאגט מיר די רב זז"ג אז הערשט יעצט לעצטענס איז ער געוועהן ביים טאטען זז"ג (ה"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'בית חיים יהושע שליט"א) און עס איז געוועהן קיגל, און מען האט ארויף געשיקט פאר אים, רופט זיך פעטער שמחה אהן "ניין, ניין! איך דארף פון רבי'ן! האט זיך די טאטע אויסגעדרייט און אים געגעבען אין די האנט, רופט זיך די פעטער אהן צום רב זז"ג (וואס איז געזעצען גלייך נעבען, צווישען פעטער שמחה מיט להבל"ח די טאטע) אה!! א רבי'שע קיגעל האט א אנדערע טעם!!!!

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 2:04 pm
דורך אסדר לסעודתא
נאך פונדערהיים האט געשריבן:פון אלע ברודערס וואס האבן איבערגעלעבט איז דאכצעך נאר געבליבן ר׳ יושע זזג ער דארף אבער צו זיין היבש אינגער.

נישט קיין סאך אינגער בלע"ה.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 2:22 pm
דורך געדענקסט נאך
חסיד אמיתי האט געשריבן:פון "פעטער ר' שמחה" איז כדאי צו עפענען א באזונדערע אשכול....

מיר וועלען אנהייבען וואס איך האב אמאל געהערט פון הרב שאץ מאץ, פארוואס ווען א לעפקאוויטש רעדט צו א פרעמעדע מענטש זאגט ער מיט א פשטות "פעטער שמחה, פעטער ליפא, פעטער וואלף'וויש, פעטער ישוע וכו'" און פארוואס פאלט נישט ביי פאר א עסטערייכער צו זאגען פעטער יונה פעטער גדלי' וכדומה... די קשיא איז א שטארקע און אויב וויל מען קען מען עס פארבירען צו פארענפערען..

לענינינו פעטער שמחה איז געוועהן א אידד מלא טעם און מען קען רעדען און נישט פארטיגען, איך וועל נאר איבערזאגען איין קליינעקייט וואס איך האב יעצט זוכה געוועהן צו הערן פון מו"ר כ"ק מרן מ'סאטמאר מאנסי שליט"א, איך האב אים יעצט געדרייווט צו מנחם אבל זיין די אלעסקע משפחה ל"ע, און אויף'ן וועג האב איך גערעדט פון די פטירה פון די פעטער, זאגט מיר די רב זז"ג אז הערשט יעצט לעצטענס איז ער געוועהן ביים טאטען זז"ג (ה"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'בית חיים יהושע שליט"א) און עס איז געוועהן קיגל, און מען האט ארויף געשיקט פאר אים, רופט זיך פעטער שמחה אהן "ניין, ניין! איך דארף פון רבי'ן! האט זיך די טאטע אויסגעדרייט און אים געגעבען אין די האנט, רופט זיך די פעטער אהן צום רב זז"ג (וואס איז געזעצען גלייך נעבען, צווישען פעטער שמחה מיט להבל"ח די טאטע) אה!! א רבי'שע קיגעל האט א אנדערע טעם!!!!

נו אדרבה לאמיר הערן דעם הסבר דערויף .....

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 2:30 pm
דורך El Rushbo
נו וואדע האט געשריבן:קיינמאל קיין תלמוד פון סאטמארער רב ז"ל געווען

א פייערדיגע חסיד, דאס יא

געווען א סעקעלהידע תלמוד כ"ק אדמו"ר מתו"א זצ"ל פלעגט אים רופן , "ר' שמחה מיין הארץ חבר"

ער האט פיין געקענט קענען הרה"ק ר ישכר דוב זי"ע געווען כמעט בר מצוה ביי זיין פטירה

געווען א צדיק פון א איד
יהא זכרו ברוך

געלערנט אין סעקעלהיד, אבער די בחורים דארט זענען געווען מער מאדערן געשטימט און זיי האבן זיך נישט פארשטאנען מיט די חסידישע. איז ער מיט נאך אפאר חסידישע בחורים אריבער געגאנגען לערנען קיין טאשנאד צו מהר"ם בריסק ז"ל.

ערעב שמחה איז געווען זייער א איידעלער באחנט'ר איד. מ'האט אים נישט געקענט "נישט" גלייכן.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 2:34 pm
דורך פרידן
געדענקסט נאך האט געשריבן:
חסיד אמיתי האט געשריבן:פון "פעטער ר' שמחה" איז כדאי צו עפענען א באזונדערע אשכול....

מיר וועלען אנהייבען וואס איך האב אמאל געהערט פון הרב שאץ מאץ, פארוואס ווען א לעפקאוויטש רעדט צו א פרעמעדע מענטש זאגט ער מיט א פשטות "פעטער שמחה, פעטער ליפא, פעטער וואלף'וויש, פעטער ישוע וכו'" און פארוואס פאלט נישט ביי פאר א עסטערייכער צו זאגען פעטער יונה פעטער גדלי' וכדומה... די קשיא איז א שטארקע און אויב וויל מען קען מען עס פארבירען צו פארענפערען..

לענינינו פעטער שמחה איז געוועהן א אידד מלא טעם און מען קען רעדען און נישט פארטיגען, איך וועל נאר איבערזאגען איין קליינעקייט וואס איך האב יעצט זוכה געוועהן צו הערן פון מו"ר כ"ק מרן מ'סאטמאר מאנסי שליט"א, איך האב אים יעצט געדרייווט צו מנחם אבל זיין די אלעסקע משפחה ל"ע, און אויף'ן וועג האב איך גערעדט פון די פטירה פון די פעטער, זאגט מיר די רב זז"ג אז הערשט יעצט לעצטענס איז ער געוועהן ביים טאטען זז"ג (ה"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'בית חיים יהושע שליט"א) און עס איז געוועהן קיגל, און מען האט ארויף געשיקט פאר אים, רופט זיך פעטער שמחה אהן "ניין, ניין! איך דארף פון רבי'ן! האט זיך די טאטע אויסגעדרייט און אים געגעבען אין די האנט, רופט זיך די פעטער אהן צום רב זז"ג (וואס איז געזעצען גלייך נעבען, צווישען פעטער שמחה מיט להבל"ח די טאטע) אה!! א רבי'שע קיגעל האט א אנדערע טעם!!!!

נו אדרבה לאמיר הערן דעם הסבר דערויף .....

די קשיא איז א גוטע אבער עסטרייכער איז נישט א גוטע משל ווייל די ר' משה אלי עסטערייכערס רעבעצין האבן די גליקישע אויך גערופען "מומע רויזא"

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 2:50 pm
דורך לעכטיגער
געדענקסט נאך האט געשריבן:
חסיד אמיתי האט געשריבן:פון "פעטער ר' שמחה" איז כדאי צו עפענען א באזונדערע אשכול....

מיר וועלען אנהייבען וואס איך האב אמאל געהערט פון הרב שאץ מאץ, פארוואס ווען א לעפקאוויטש רעדט צו א פרעמעדע מענטש זאגט ער מיט א פשטות "פעטער שמחה, פעטער ליפא, פעטער וואלף'וויש, פעטער ישוע וכו'" און פארוואס פאלט נישט ביי פאר א עסטערייכער צו זאגען פעטער יונה פעטער גדלי' וכדומה... די קשיא איז א שטארקע און אויב וויל מען קען מען עס פארבירען צו פארענפערען..

לענינינו פעטער שמחה איז געוועהן א אידד מלא טעם און מען קען רעדען און נישט פארטיגען, איך וועל נאר איבערזאגען איין קליינעקייט וואס איך האב יעצט זוכה געוועהן צו הערן פון מו"ר כ"ק מרן מ'סאטמאר מאנסי שליט"א, איך האב אים יעצט געדרייווט צו מנחם אבל זיין די אלעסקע משפחה ל"ע, און אויף'ן וועג האב איך גערעדט פון די פטירה פון די פעטער, זאגט מיר די רב זז"ג אז הערשט יעצט לעצטענס איז ער געוועהן ביים טאטען זז"ג (ה"ה כ"ק מרן אדמו"ר מ'בית חיים יהושע שליט"א) און עס איז געוועהן קיגל, און מען האט ארויף געשיקט פאר אים, רופט זיך פעטער שמחה אהן "ניין, ניין! איך דארף פון רבי'ן! האט זיך די טאטע אויסגעדרייט און אים געגעבען אין די האנט, רופט זיך די פעטער אהן צום רב זז"ג (וואס איז געזעצען גלייך נעבען, צווישען פעטער שמחה מיט להבל"ח די טאטע) אה!! א רבי'שע קיגעל האט א אנדערע טעם!!!!

נו אדרבה לאמיר הערן דעם הסבר דערויף .....

אין וואס ביי די אבערלאנדער'ס..??

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 2:59 pm
דורך ראספשע
חסיד אמיתי האט געשריבן:פון "פעטער ר' שמחה" איז כדאי צו עפענען א באזונדערע אשכול....

מיר וועלען אנהייבען וואס איך האב אמאל געהערט פון הרב שאץ מאץ, פארוואס ווען א לעפקאוויטש ...

איר זענט מכובד צו עפענען א באזונדערע אשכול, איבער נאך זאכן מיט וואס די לעפקאוויטש'עס זענען אנדערש...........
#גארנישט פערסאנעל, ביטע שמייכלט...

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 3:06 pm
דורך לעכטיגער
ראספשע האט געשריבן:
חסיד אמיתי האט געשריבן:פון "פעטער ר' שמחה" איז כדאי צו עפענען א באזונדערע אשכול....

מיר וועלען אנהייבען וואס איך האב אמאל געהערט פון הרב שאץ מאץ, פארוואס ווען א לעפקאוויטש ...

איר זענט מכובד צו עפענען א באזונדערע אשכול, איבער נאך זאכן מיט וואס די לעפקאוויטש'עס זענען אנדערש...........
#גארנישט פערסאנעל, ביטע שמייכלט...

פארדעם האט ער צוגעשטעלט צו די עסטרייכערס, וואס איז אויך א 'משפחה'
Not to a any Tom, Dick or Harry

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 3:35 pm
דורך lebediger berel
אבי.גערעדט האט געשריבן:ברוך דיין האמת
הלוית המת הלויה של קלמן פארקאש ע״ה
בן הר״ח אברהם חיים שליט״א
(51 וויליאמסבורג)
תהיה היום בשעה 11 בבוקר
לפני בית המדרש סאטמאר הופער
ומשם לבית החיים בקרית יואל
ומחה השם דמעה מעל כל פנים
והחי יתן אל לבו

אוי וויי ידידינו ר' קלמן זכר צדיק לברכה,
פון ווען מיר האבן אים געזען אין די הייליגע ישיבה אין קרית יואל אין בית המדרש אין אלטן בילדינג האבן מיר אים אלץ געקענט אלץ דער מתמיד עצום בה' הידוע
אוי ר' קלמן, דער עולם הזה האט זיך קיינמאל נישט גע'חבר'ט מיט דיר "און דו האסט זיך קיינמאל נישט גע'חבר'ט מיט אים"
ווען דער בית המדרש איז געווען דריי פערטל ליידיג צוליב יומא דפגרא'ס וכו' איז קלמן פארקאש אייביג געווען פון די פערטל געבליבענע
ווען ס'איז געבליבן נאר צוויי דריי בחורים אין בית המדרש איז קלמן פארקאש געווען פון זיי.
ער האט געקענט הלכות שבת מיט די מפרשים בעל פה, און קען זיין נאך אסאך זאכן אבער דאס איז געווען באוויסט.
שפעטער ווען די השגחה עליונה האט אים געשיקט קיין וויליאמסבורג און אני הקטן האב געלאנדעט דא אין ב"פ, האב איך געהאט די זכי' אריין צו פארן א שטיק צייט קיין ווילי יעדן טאג לערנען אין כולל אברכים קיעפ סט. (דעמאלטס האט מען געלערנט אויבן אויפן דריטן שטאק) ביים ווינקל נעבן די טיר צו די דירה אויף די רעכטע זייט האט קלמן געהאט זיין מקום קבוע, ער האט נישט געדארפט קיין קאוועס - נישט קיין עמערדזשענסי טעלעפאן קאלס - (אונז טויגליכע אינגעלייט האבן שוין געהאט ביפערס וואס האט געטאנצן ווען די ב"ב האט געקאלט אז מען עסט היינט סאפער מיט פופצן מינוט פריער) נאר שולחן ערוך און נאכאמאל שולחן ערוך
שפעטער ווען ביזט געגאנגען ארבעטן צו דיינע עלטערן אין געשעפט האסטו זיך באנומען דארט מיט אויסערגעווענליכע כיבוד אב ואם צום באווינדערן - אזוי האב איך אפאר מאל אויפגעפאסט ביים אריין געבן און אפנעמען טליתים.
אויך האב איך געהערט אז קלמן איז געווען דער ליבלינג פון זיין חשוב'ן זיידן ר' נתנאל זצ"ל דער בעל רובע השקל וואס האט אסאך גערעדט מיט קלמן אין לערנען.
זאלסטו זיין א גוטער בעטער פאר אלע דיינע חברים, (וואס ביים לעבן האבן זיי דיר אפשר נישט גענוג מכבד געווען כדבעי, אבער כך הוא דרכו של עולם אז מ'זעט נאר די חשיבות פון ליכטיקייט נאך דעם וואס מען מאכט טונקל) דיין משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל
ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 4:06 pm
דורך טאקע?
lebediger berel האט געשריבן:

בילד?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 4:15 pm
דורך farshlufen
דער הארציגער הספד פון הרב ר' בערל זז"ג, איז א רעכט בילד.

איי, א וואוילער איידעלער אינגערמאן געווען.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 4:46 pm
דורך קארלין
ברוך דין אמת
רבי אברהם משה זילבערמאן מראשי קהלה בשיכון סקווירא

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:01 pm
דורך מיללער
farshlufen האט געשריבן:דער הארציגער הספד פון הרב ר' בערל זז"ג, איז א רעכט בילד.

איי, א וואוילער איידעלער אינגערמאן געווען.

גוט געזאגט, א מדוכא ביסורים ל"ע

זאל ער זיין א מליץ יושר לכל המשפחה

יש"כ ר' בערל פאר די דברי הספד, אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב וכו' די תורה דאס איז די נצחי

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:23 pm
דורך קיקיון
קארלין האט געשריבן:ברוך דין אמת
רבי אברהם משה זילבערמאן מראשי קהלה בשיכון סקווירא

בן הרה"ח ר' יעקב סופר סת"ם במאנטריאל זצ"ל
וממיסדי קהל תולדות יעקב יוסף סקווירא במאנטריא'

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:24 pm
דורך משה ישר
קארלין האט געשריבן:ברוך דין אמת
רבי אברהם משה זילבערמאן מראשי קהלה בשיכון סקווירא

בד"ה. ווי אלט געוועזען?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:29 pm
דורך קארלין
קארלין האט געשריבן:ברוך דין אמת
רבי אברהם משה זילבערמאן מראשי קהלה בשיכון סקווירא

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:31 pm
דורך משה צימערינג
משה ישר האט געשריבן:
קארלין האט געשריבן:ברוך דין אמת
רבי אברהם משה זילבערמאן מראשי קהלה בשיכון סקווירא

בד"ה. ווי אלט געוועזען?

72
מייסד פון די סקווירא שטיבל אין מאנטריאל.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:56 pm
דורך רעבישע
א שטארקע פארלוסט פאר חסידי סקווירא געווען א עסקן נמרץ אינגאנצן לשם שמים נישט מיינעדיג זיין אייגענע כבוד נאר כבוד בית סקווירא בכל גופו געווען די עסקן בה׳ הידוע אין הויף מנדב געווען צווישען אנדערע די היכל רנה ותפילה ווי עס קומט פאר די טישן בכל שבת בשבתו די מיידל סקול אין שטעטל ועוד ועוד ווי אויך איז ער געווען די בדחן ביי די רעבישע חתונות אין הויף וכל בית סקווירא יבכו את השריפה אשר שרף השם

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:57 pm
דורך רעבישע
געווען א תלמיד פין הרב קאפעלמאן וועלכע איז אויך איינגעשטאנען ביים אים עטליכע מאל

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:57 pm
דורך וויי. יו. על. (YUL)
ישראל_הלוי האט געשריבן:בד"ה הרה"ח הישיש ר' שמחה לעפקאוויטש ז"ל (103).

געווען פון די טעטיגע מיטגלידער פון קהל יטב לב דסאטמאר אין מאנטריאל אין די בראשית יארן

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:05 pm
דורך רעבישע
174E3258-055F-4919-BF60-45008BF295B1.jpeg
174E3258-055F-4919-BF60-45008BF295B1.jpeg (93.76 KiB) געזעהן 3148 מאל

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:06 pm
דורך רעבישע
די ריזיגען בנין היכל רנה ותפילה אין שיכון סקווירא וואס די חושב׳ע נפטר האט מנדב געווען