בלאט 742 פון 924

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:52 pm
דורך Haklal
א בילד?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:28 pm
דורך דריידל
איש האשכולות האט געשריבן:
א חסיד האט געשריבן:ר' אברהם יעקב זייסלער ע"ה א טייערע תמימותדיגע אידעלע

בד"ה! איך קען עס נישט גלייבן...
ער פלעגט עסען ביים מיר שבת אפאר מאל א יאר,
הוי איז געווען א שמחה ביי די קינדער ווען ער פלעגט קומען...
נישט געווען מיט אלעמען ל"ע
זיך קיינמאל נישט אפגערעדט אויף זיין מצב, קיין פרנסה האט ער נישט געהאט, געלערנט מיט א מורא'דיגע תמימות, ער פלעגט מאכן א סיום מסכת יעדע יאר ווינטער מוצאי שבת אין קאזלאוו'ע ביהמ"ד, אלע באקאנטע האבן געמוזט קומען..
קיין קינדער האט ער ליידער נישט איבערגעלאזט
יהי' זכרו ברוך

יעצט הער איך ווי קולמבשר מעלדט איבער די פטירה פון הרה"ג ר' אברהם יעקב זייסלער
Go figure

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 8:38 pm
דורך מיסטעריעז
Haklal האט געשריבן:א בילד?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 10:50 pm
דורך זינגער
שקר_הדייעט האט געשריבן:סאל איז טאקע געווען יעדעס יאר סוכות אין ירושלים.

דא אין אמעריקע געווען זייער מקושר צום מונקאטשער רבי'ן שליט"א וועלכער איז מערערע מאל געווען ביי אים אין לאס אנדזשעלעס.

סאל פלעגט אויך קומען צו יעדע שמחה בבית מונקאטש, אמאל אריינגעגעבן א ספר תורה דא אין מונקאטש.

דער מתתי' טייכמאן איז לכאורה, און כמעט זיכער, נישט א קרוב. מעגליך א גאר ווייטע.

לכאורה איז ער נישט קיין משפחה, ר' מתתי' טייכמאן ע"ה איז געוועהן א כהן, ער איז אויך?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 10:51 pm
דורך מומחה יוחס
א חסיד האט געשריבן:ר' אברהם יעקב זייסלער ע"ה א טייערע תמימותדיגע אידעלע


א בילד האט אפשר איינער? ייש''כ

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 11:20 pm
דורך אוהב ספרים
דריידל האט געשריבן:אין מונקאטש איז געווען א טייכמאן משפחה, בעלזע חסידים.
און בארא פארק האט געוואינט א בעלזע חסיד ר' מתתי' טייכמאן, לכאורה פון די זעלבע משפחה


https://www.avelim.co.il/%D7%9E%D7%AA%D ... %96%D7%9C/

ר' מתת איז געווען א כהן און זיין פאטער איז געקומען פון ווערעצקי

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 11:20 pm
דורך אוהב ספרים
זינגער האט געשריבן:
שקר_הדייעט האט געשריבן:סאל איז טאקע געווען יעדעס יאר סוכות אין ירושלים.

דא אין אמעריקע געווען זייער מקושר צום מונקאטשער רבי'ן שליט"א וועלכער איז מערערע מאל געווען ביי אים אין לאס אנדזשעלעס.

סאל פלעגט אויך קומען צו יעדע שמחה בבית מונקאטש, אמאל אריינגעגעבן א ספר תורה דא אין מונקאטש.

דער מתתי' טייכמאן איז לכאורה, און כמעט זיכער, נישט א קרוב. מעגליך א גאר ווייטע.

לכאורה איז ער נישט קיין משפחה, ר' מתתי' טייכמאן ע"ה איז געוועהן א כהן, ער איז אויך?


סאל איז נישט געווען קיין כהן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 6:19 pm
דורך לכאורה
באקומען א הספד בריוועלע אויף ר' אלי' קאהן ז"ל פון "לכתחילה אריבער":

ר' אלי' איז נישטא! ר' אלי' קאהן... ז"ל! וויאזוי עס מען דאס??
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט שוין מיט צענדליגער יארן צוריק געהאט א ביזנעס וואס האט אריינגענומען צענדליגער מיליאנען א יאר, און איז אוועק פון די וועלט אן קיין געלט אין זיין באנק קאנטע?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס איז געווען א "פשוט'ע בעל הבית" און איז אויפגעווען יעדע נאכט אין די פריע פארטאגס שטונדן און געלערנט מיט זיין חברותה לאנגע שעות תורה בעפאר'ן דאווענען?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט געפירט א גרויסע ביזנעס, און זיין איינציגסטע דאגה איז נישט געווען די ביזנעס, נאר אז "די תלמוד תורה זאל זיין געדעקט"?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס איז יעדן טאג געפארן אויפפיקן ברויט פאר די ישיבה תלמוד תורה און אנדערע אידן אין ישוב, פאר לאנגע צענדליגער יארן, ניטאמאל..... "שלא על מנת לקבל פרס" אויב דאס איז מעגליך?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס איז געווען א "פשוט'ע בעל הבית" און האט יעדן איינציגסטן טאג געדאווענט ווי אידן האפן צו דאווענען כאטש אין די הייליגע טעג?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס ווען ער איז געווען נישט געזונט און איז ענדליך אהיים געקומען פון שפיטאל האט ער די ערשטע זאך געבעטן די "טשעק ביכל" ווייל "מען דארף זיכער מאכן אז די תלמוד תורה איז געדעקט"?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט נישט נאר נישט געווארט אויף "כבוד" פאר וואס ער האט געטאן, נאר האט מיט אן אמת פארשטאנען אז עס קומט אים נישט אפילו קיין "ישר כח", ווייל "ער טוט פשוט וואס ער דארף צו טאן"?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס ווען ער איז געווארן קראנק האט ער מיט א רואיגע געמיט געזאגט פאר זיין אייניקל אז "עס איז אוקעי, איים רעדי"!?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס איז געווען קראנק עטליכע יאר, און איז אלס ארום געגאנגען מיט א שמייכל, נישט ווייל ער "האט זיך מחזק געווען" נאר ווייל ער האט באמת פארשטאנען מיט א פשטות אז "עס איז אוקעי"!?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט אויסער זיין חברותא פארטאגס געהאט נאך חברותות איבער'ן טאג, און פארשטייט זיך אז זונטאג אז מען ארבעט נישט.... מיינט דאס אז מען זיצט און מען לערנט א גאנצן טאג?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס איז געווען א עלטערער איד, א אוד מוצל מאש, א מיטגעמאכטער איד, א איד א גביר, וואס האט נישט געהאט עפעס אנדערש ווי א שמייכל און א גוט ווארט פאר "יעדעם איינעם" אפגעזען פון די יארגאנג, און פאזיציע?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס ווען ער איז שוין נישט געווען געזונט און האט שוין נישט געקענט גיין אין די ביזנעס, אבער גיין צוזאמעננעמען געלט פאר די תלמוד תורה איז נישט געווען אפילו קיין שמועס אפצושטעלן?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט זיך שווער געשלעפט, מיט א וואלקער, און "נישט גיין אין שול, ווייל "ס'איז שווער" איז בכלל נישט געווען אין זיין ווערטער-בוך?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס ווען ער איז געגאנגען נאך געלט פאר די תלמוד תורה, און איד האט אים געזאגט "איך האב יעצט נישט, איך דארף אצינד חתונה מאכן צוויי קינדער", האט ער אוועק געלייגט די "רעסיט ביכל" און ארויסגענומען די "טשעק ביכל", געפרעגט דעם אידן "וויפיל פעלט דיר" און אויסגעשריבן א טשעק'ל מיט טערמינען צו באצאלן וואס איז געווען ממש א געלעכטער יעדע מאנאט?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט געהאט א פורניטשור ביזנעס וואס האט צווישן אנדערע זאכן פארקויפט קאוטשעס און "ריקליינערס" און ביי זיך אינדערהיים האט ער נישט געהאט קיין ריקליינער! נישט ווייל ער האט געקארגט, נאר ווייל ער האט נישט פארשטאנען "פארוואס מען דארף דאס האבן"!?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט אנגעפירט און זיך געזארגט פאר די גראסערי אין ישוב און די געלט וואס איז אריינגעקומען מיט א פשוטות אוועקגעגעבן פאר די תלמוד תורה?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין "תורה", "עבודה" און אין "גמילת חסדים" פשוטו כמשמעו אויף א גאר דערהויבענע פארנעם?
אזוי קען מען שרייבן און שרייבן און שווער קומען צו א ענדע, און די פראגע וועט ווייטער זיין "וויאזוי עסט מען די פטירה פון אזא איד"?
און די צווייטע פראגע וועט זיין "מי יתן תמורתו?
און די דריטע פראגע וועט זיין "וואס וועט מען ווייזן פאר די קינדער"? "וויאזוי וועט מען זיי פארשטיין געבן וואס מיינט "אן אמאליגע "בעל הבית"?
און אזוי ווייטער פראגע נאך פראגע!
עס וועט אפשר זיין שווער פאר איינעם וואס איז נישט קיין נייטרא תלמוד צו פארשטיין, אבער פאר א נייטרא תלמוד איז גענוג צו זאגן אויף ר' אלי' ז"ל עטליכע ווערטער וואס ברענגט ארויס די גאנצע בילד, און די גאנצע פארלוסט:
"ווידער האבן מיר פארלוירן איינע פון די לעצט פארבליבענע טיילן פון מרן רחמ"ד זצ"ל"! "נעכטן איז מרן רחמ"ד זצ"ל ווידעראמאל נפטר געווארן"!
ר' אלי' איר זענען געווען א מוסטער פון א "תלמוד פון רבי מיכאל בער"!
ר' אלי' איז זענט געווען א מוסטער פון א איד וואס מרן זצ"ל האט געוואלט אהערשטעלן!
ר' אלי' איר זענען געווען א מוסטער פאר אייערע קינדער, אייניקלעך און איר אייניקלעך, איר זענען געווען א מוסטער פאר אלע אייערע ארומיגע, איר זענט געווען א מוסטער פאר גאנץ כלל ישראל!!
איי איי ר' אלי' ר' אלי'! "אבד חסיד מן הארץ"! "חבל על דאבדין ולא משתכחין"!
זאל דער אויבערשטער טרייסטן דיין חשוב'ע אלמנה פונאנדערגעשיידט, וואס איז דיר אזוי געשטאנען געטריי צו די רעכטע האנט, און אזוי געטריי געשטאנען אין די גראסערי שלא על מנת לקבל פרס.
זאל דער אויבערשטער טרייסטן דיין חשוב'ע לאנגיעריגע חברותא ר' בנימין זאב לעווי זז"ג פונאנדערגעשיידט, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו, בבריאות השלימות.
זאל דער אויבערשטער טרייסטן דיין חשוב'ע משפחה פון קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך וואס האבן באמת פארלוירן אן פערזענליכע אוצר.
זאל דער אויבערשטער טרייסטן אונז אלע תלמידי נייטרא בפרט און כלל ישראל בכלל וואס האבן פארלוירן אזא וויכטיגע "מוסטער".
און זאל דער אויבערשטער שוין בקרוב טרייסטן זיין פאלק מיט די אמת'דיגע אייביגער און פולקאמער טרייסט פון יקיצו וירננו שוכני עפר בביאת גואל צדק בב"א.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 6:28 pm
דורך lebediger berel
גם אני בחלומי, כ'געדענק פון שמועסן מיט נייטרא תלמידים דער נאמען ר' אלי' קאהן האט עפעס געברענגט א גרויס רעספעקט, ליידער נישט זוכה געווען אים צו קענען, אויף דעם לאנגען הספד דא פרעג איך: א. וואס איז געשען מיט זיין געלט, ער האט עס אוועק געטיילט פאר נצרכים? ב. ווער זענען זיינע קינדער?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 7:14 pm
דורך פעטער שמואל
פאליק האט געשריבן:הרב החסיד המפורסם ר' אלי' קאהן ע"ה פון נייטרא יישוב

געווען א געטרייע תלמיד פון ר' מיכאל בער זצ"ל און זיך אסאך איבערגעגעבן פאר די ישיבה מיט גיין אויפיקן די ברויט פון די בעקערייען


ווי אלט איז ער געווען?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 9:25 pm
דורך אוהב ציון
פעטער שמואל האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:הרב החסיד המפורסם ר' אלי' קאהן ע"ה פון נייטרא יישוב

געווען א געטרייע תלמיד פון ר' מיכאל בער זצ"ל און זיך אסאך איבערגעגעבן פאר די ישיבה מיט גיין אויפיקן די ברויט פון די בעקערייען


ווי אלט איז ער געווען?

87

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 9:36 pm
דורך שמו
רבי אליהו קאהן בן?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 9:59 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
lebediger berel האט געשריבן:גם אני בחלומי, כ'געדענק פון שמועסן מיט נייטרא תלמידים דער נאמען ר' אלי' קאהן האט עפעס געברענגט א גרויס רעספעקט, ליידער נישט זוכה געווען אים צו קענען, אויף דעם לאנגען הספד דא פרעג איך: א. וואס איז געשען מיט זיין געלט, ער האט עס אוועק געטיילט פאר נצרכים? ב. ווער זענען זיינע קינדער?


אויפגעשטעלט א הערליך שטוב דור ישרים יבורך ת"ח ובעלי צדקה

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 10:26 pm
דורך משה ברמן
רעדנער האט געשריבן:טויזענטער מהדורות פון ספרים גייען ווערן געדריקט לעילוי נשמתו, אזוי ווי פאר זיין אידענע ע''ה מיט די באקאנטע אילון בכות וואס מ'דריקט אריין אין יעדע ספר פאר האשה גינענדל ע''ה

על כן קרא שמה "מגילת גינענדיל" ;l;p-

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 10:29 pm
דורך רוצה לדעת
שמו האט געשריבן:רבי אליהו קאהן בן?

מיכאל יודא

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:02 am
דורך הלשון
ר' אלי' קאהן ז"ל

ווער זענען זיינע קינדער?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:09 am
דורך יוראפ
הלשון האט געשריבן:ר' אלי' קאהן ז"ל

ווער זענען זיינע קינדער?

ר' רפאל אהרן
ר' יואל אשר

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:27 am
דורך קרייסלער
מפלעגט אים רופען עלי קאהן
א טייערע איד געווען, געווען א שותף מיט ריעו ר׳ מנשה בירנבוים ז״ל א תלמיד פונעם נייטרא רב און א געטרייער סאלדאט פאר רמ״ד און שפעטער א פלאמעדיגע סאטמערע חסיד
געהערט אמאל אז זייענדיג שותפים פאר צענדליגע יארן פונעם א מולטי מיליון דאלארדיגע ביזנעס האבן זיי זיך קיינמאל נישט געקריגט! דאס גיט א שטיקל בליק אויף זיינע/זייערע מידות זהבות

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:30 am
דורך אַבּערוואַס
יוראפ האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:ר' אלי' קאהן ז"ל

ווער זענען זיינע קינדער?

ר' רפאל אהרן
ר' יואל אשר

ר' (מיכאל?) יודא
אשת הר"ר בנימין געשטעטנער

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:11 am
דורך אבן יקרה
בד"ה

הרה"ח ר' מרדכי דוד רייז ע"ה פון בני ברק

פון די נייטרא תלמידים פון הגרמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל [אין די זעלבע עלטער פחות או יותר, און זייער נאנט פון יענע יאהרן מיט ר' אלי' קאהן ע"ה וואס איז אוועק בלויז א טאג צוריק].

לאנגיעריגע גבאי ביהמ"ד של הגה"צ בעל להורות נתן געשטעטנער זצ"ל

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:14 pm
דורך moishy56
ברוך דיין האמת

מרת. ווייזער ע״ה פון לאנדאן,
אשת יבלחט״א הרה״ח ר׳ ... ווייזער הי״ו פון לאנדאן.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:42 pm
דורך farshlufen
moishy56 האט געשריבן:ברוך דיין האמת

מרת. ווייזער ע״ה פון לאנדאן,
אשת יבלחט״א הרה״ח ר׳ ... ווייזער הי״ו פון לאנדאן.


ר' מרדכי פערלמאן'ס [וומ"ס] א שוועסטער.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 1:20 pm
דורך יאצמעך
מאמע פון ר' משה, ר' שמעון, ר' בנימין?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 1:24 pm
דורך יענקעלע
moishy56 האט געשריבן:ברוך דיין האמת

מרת. ווייזער ע״ה פון לאנדאן,
אשת יבלחט״א הרה״ח ר׳ (דוד שלמה??) ווייזער הי״ו פון לאנדאן.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 1:33 pm
דורך פריטלעך
moishy56 האט געשריבן:ברוך דיין האמת

מרת. ווייזער ע״ה פון לאנדאן,
אשת יבלחט״א הרה״ח ר׳ ... ווייזער הי״ו פון לאנדאן.

ווי אלט? נישט געווען געזונט?